הקדמה

הקדמה

יא, עס איז מעגליך ארויסצוקריכן פון דעם און לעבן א לעבן ריין פון לאסט.

עס איז א מחי', אבער עס טוט וויי, און עס איז ווידער א מחי', און עס טוט ווידער וויי, און עס צופליקט דיך פון אינעווייניג. אבער עס איז דאך אזוי גרינג און פשוט. אבער עס איז דאך אזוי שווער און פארפלאנטערט. אבער מען טאר דאך נישט. אבער איך קען דאך נישט אן דעם.

און דו האסט זיך שוין צוגעזאגט אזויפיל מאל אויפצוהערן, אבער דו ווייסט נישט וויאזוי, און דו ביסט צוריק געגאנגען אהין. איין מאל. און נאכאמאל, און ווידער אמאל. טראץ די גאנצע ווייטאג.

יא, מיר קענען גוט די דאזיגע געפיהלן. מיר זענען אויך דארט געווען – ביז מיר זענען אנגעקומען צו "היט דיינע אויגן". דא האבן מיר זיך אויסגעלערנט אז עס זענען פארהאן וועגן זיך צו פארמעסטן מיט די תאוה און זוכה זיין צו דעם מתנה פון ריינקייט.

אין דעם האנטבוך וואס געפונט זיך דא פאר אייך האבן מיר צוזאמען גענומען די הויפט שיטות און מהלכים וועלכע האבן אונז געהאלפן. איר וועט נישט געפונען דא קיין קאמפליצירטע טעאריעס, און אוודאי נישט קיין אפשרעקונגען אדער הבטחות. דא וועט איר בעיקר טרעפן פאקטישע כלים-געצייגן וועלכע זענען גרינג צו פארשטיין, וועלכע איר קענט אויספירן למעשה. די כלים זענען מסודר מן הקל אל הכבד, לויט דעם הארבקייט פון אייער פראבלעם. די כלים זענען געשריבן געווארן לויט דעם עקספיריענס פון טויזענטער חברים, סיי אזעלכע וואס זענען אדיקטעד און סיי אזעלכע וואס נישט, און זיי ווערן אראפגעשריבן אין א פשוט'ן קלארן שפראך.

אלזא, אויב דו זוכסט א וועג ארויס – לייען דורך דעם דאזיגן האנטבוך. פאר אונז האט עס געהאלפן. מיר וואונטשן אייך אסאך הצלחה.

* * *

אין אלע דורות האבן זיך מענטשן געפלאגט מיט דעם תאוה. זעהט אויס אז דאס איז דער רצון ה' און אזוי וועט זיך עס ציען עד סוף כל הדורות. אונזער היסטאריע איז רייך מיט דערציילונגען איבער גיבורים וועלכע האבן זיך געשטארקט אויף זיך און זייערע תאוות, און אזוי אויך איבער אזעלכע וואס האבן נישט מצליח געווען זיך צו שטארקן און זענען געפאלן, און אנגעברענגט צער און ווייטאג אויף זיך און זייערע נאנטע. עס דוכט זיך אונז אז אין דעם הינזיכט איז זייער אמת אז אין כל חדש תחת השמש.

אבער מיט דעם אלעם מוז מען זאגן אז די לעצטע צוויי צענדליגע יארן האבן דוקא יא צוגעברענגט א באדייטענדע שינוי אין דעם הינזיכט, בעיקר צוליב דעם מעכטיגן טעכנאלאגישע פארשריט, וועלכע האט מיטגעברענגט מיט זיך - אין צוגאב צו אלע געבענטשטע חידושים - אויך נייע סכנות. אפילו די אלע באמיאונגען פון פילע קהילות און א גרויסער טייל פון דעם חרד'ישן ציבור, זיך צוריק צוהאלטן פון זיך באנוצן מיט געוויסע כלים, אדער זיך נאר צו באנוצן מיט כשר'ע און געפילטערטע כלים, זעהט אויך נישט אויס אז עס האט אפגעשטעלט, אדער אפילו נאר פארשטייטערט, דעם באנוץ מיט די דאזיגע כלים, און אויך נישט די שוועריגקייטן וועלכע דאס ברענגט מיט מיט זיך.

אויב אמאליגע צייטן איז געווען פיל שווערער אנצוקומען צו זעהן מיאוס'ע בילדער, מען האט געדארפט צוברעכן פילע צוימען צו קענען אנקומען צו דעם, און עס איז אלעמאל געווען דער מעגליכקייט אז מען וועט געכאפט ווערן, און אפילו ערגער פון דעם. איז אבער היינט אלעס געווארן אזוי נאנט, נאר איין קליק אוועק. אין איין רגע ערשיינען די אלע בילדער אויפן קאמפיוטער סקרין אדער אויפן סמארטפאון. און דאס איז אמת סיי מיט בילדער און סיי מיט פילע ערגערע אויסדרוקן פון דעם תאוה. ביי אלע איז דער וועג צו זיי געווארן שטארק פארקורצט דורך די אלוועלטליכע טעכנאלאגישע פארשריט.

די קאמבינאציע פון דעם געוונטליכן רצון און חשק צו תאוה, וואס דאס איז געווען אין אלע דורות, און די גרינגע צוטריט וועלכע עס איז היינט דא דאס פאקטיש צו באקומען, האבן איבערגעקערט די נפילות צו א מגיפה. מען רעדט נישט מער פון איינצעלנע מענטשן וואס זענען אריבער אלע גרעניצן, נאר פון א מאסשטאבליכן ערשיינונג פון וועלכען עס ליידן הונדערטער מיליאנען מענטשן איבער די וועלט, און צווישן זיי געפונען צענדליגער טויזענטער אידן שומרי תורה ומצוות, מענטשן מיט פאמיליעס, וועלכע ארבעטן שווער פאר זייערע פרנסות, כולל אינגעלייט, תלמידי חכמים און מענטשן מיט גרויסע חינוך פאסטנס, און פראפעסיאנאלן. דער פראבלעם האט זיי אלע אנגעטראפן און זיי פאלן כסדר און באנוצן זיך מיט לאסט אויפן אינטערנעט.

אבער דער פראבלעם איז נישט נאר דאס באנוצן זיך מיט לאסט אויפן אינטערנעט, ווייל בדרך כלל טוט עס טרייבן און אנטוויקלען נאך אנדערע סארט באניצונגען. די ערשטע אויף די רשימה איז הוצאת זרע לבטלה (מעסטורבעישן), וואס דער אינטערנעט טוט דאס פארשטארקן, סיי בכמות און סיי באיכות, און בעיקר מאכט עס כמעט אוממעגליך עס אויפצוהערן.

*

לאמיר נעמען א ביישפיל פון עסן. דער רבונו של עולם האט אריינגעלייגט אין די טבע הבריאה פון דעם מענטש, א געברויך און א ווילן צו עסן. אן דעם קען מען נישט לעבן. אבער מיט דעם אלעם איז אמאליגע צייטן כמעט נישט געווען א פראבלעם פון איבערוואגיגקייט. ניטאמאל נאנט צו וואס מיר האבן היינט. איז וואס האט זיך געטוישט? פשוט, אמאליגע צייטן איז געווען זייער שווער צו עררייכן דעם קוואנטיטעט פון עסן וואס עס פעלט זיך אויס צו ווערן אזוי פעש. בכלל האט זיך אויסגעפעלט גאר אסאך צייט און כח אנצוזאמלען עסן און עס אפצוקאכן מיט די פרימיטיווע אופנים מיט וואס מען האט זיך דעמאלס באנוצט. די אלע זאכן האבן אויטאמאטיש אוועק געשטופט דעם היינטיגען סארט אומקאנטראלירטע געברויך זיך איבערצועסן.

אבער ווען די צייטן האבן זיך געטוישט און עס איז געווארן גרינגער צו עררייכן גרויסע קוואנטומס פון עסן, האבן מענטשן אנגעהויבן עסן גאר אסאך, אויף א נישט געזונטן אופן. בשעת ווען אמאל פלעגט מען עסן צו זעטיגן דעם נאטורליכן געברויך וואס דער באשעפער האט אריינגעלייגט אין אונז כדי מיר זאלן זיך קענען ערהאלטן ביים לעבן, האט זיך דאס אבער געטוישט אין די לעצטע הונדערט יאר און מענטשן האבן אנגעהויבן צו עסן קעגן זייער טבע. און פאר אנדערע סיבות: סתם הנאה צו האבן פון דעם טעם, זיך צו פארמעסטן מיט שוועריגקייטן, אא"וו.

אין א געוויסן זין איז דאס וואס האט פאסירט אין דעם ענין פון זיך פארמעסטן מיט די סארט תאוה. פון ווען דער באשעפער האט באשאפן די וועלט האבן מענטשן זיך באנוצט מיט דעם תאוה. אויף זיך צו באהעפטן מיט די פרוי, אויף צו האבן קינדער, אן דעם קען דאך די וועלט נישט האבן קיין קיום. אמאליגע צייטן, כדי אז די תאווה זאל חרוב מאכן א מענטש, האט דער מענטש געמוזט ארבעטן זייער שווער און אריינלייגן פילע כוחות, און אפילו דעמאלס איז עס נישט אלעמאל מעגליך געווען צו דערגרייכן. היינט אבער איז אנגעקומען דער אינטערנעט און דאס האט איבערגעדרייט דעם מצב, עס האט געגעבן פאר יעדן איינעם גאר גרינגע צוטריט צו לאסט, סיי אין דעם וועג ווי גרינג עס איז געווארן עס צו באקומען אן דארפן מורא האבן אז מען וועט געכאפט ווערן, און סיי מיט דעם אומענדליכן כמות וואס מען קען באקומען אן דארפן ארבעטן שווער דערפאר.

אבער עס האט פאסירט נאך עפעס. פונקט ווי ביי עסן, ווי דאס עסן דינט מער נישט בלויז אלס א זאך צו זעטיגן דעם הונגער, נאר עס ערפילט פולע אנדערע פונקציעס, טייל פון זיי זענען פונקט פארקערט פון וואס זיי האבן לכתחילה געדארפט צו ערפילן, זיי זענען אפילו מסוכן פאר דעם מענטש און טוען אים אומברענגען. פונקט אזוי האט פאסירט מיט דעם תאוה. עס איז מער נישט בלויז א רצון פון א מאן זיך צו באהעפטן מיט זיין פרוי. היינט איז דער תאווה געווארן א מעכטיגע מארקעטינג טול, דער תאוה איז געווארן א ריזיגער געלט מאשין (די בעסטע ביזנעס ליין אויפן אינטערנעט), און עס ווערט גענוצט אויף פונקט דאס פארקערטע פון דעם אויף וואס עס איז באשאפן געווארן: דער תאווה טוט צושמעטערן דעם קשר צווישן א מאן און זיין פרוי. אנשטאט צו דינען זיי צו באהעפטן, דינט עס זיי צו צושיידן און צוטיילן, זיי צו דערווייטערן איינער פון דעם אנדערן.

אזוי ארום איז געבוירן געווארן א נייער סארט פראבלעם: טייל פון די וואס פאלן ליידן נישט פון "סתם" א יצר הרע אדער א שטארקע תאוה, נאר פון א פיל טיעפערן פראבלעם, טייל פון זיי ליידן אפילו פון אדיקשאן. בשעת ווען אמאליגע צייטן זענען די 'נופלים' געווען בעיקר אזעלכע וואס האבן דאס דוקא געזוכט, זענען די היינטיגע געפאלענע ע"פ רוב דוקא אזעלכע וואס ווילן עס נישט.

אבער אויב זיי ווילן נישט, דעמאלס פארוואס פאלן זיי? דער תירוץ איז ווייל זיי קענען נישט אויפהערן.

*

דער מציאות אז דער ערשיינונג איז אזוי פארברייטערט געווארן, האט אבער נישט געברענגט אז דאס זאל זיין ווייניגער ווייטאגליך אדער ווייניגער שלעכט. יעדער איינציגער מענטש וואס פארמעסט זיך מיט לאסט באנוץ, ווערט אויטאמאטיש געצוואונגען זיך אויך צו פארמעסטן מיט נאך עטליכע זאכן וועלכע קומען אלעמאל מיט מיט דעם, אזויווי: פחד, בושה, שולד געפיהלן, חרטה, זיך שפירן צעפיצלט פון אינעווייניג (ווי א צוטיילטער פערזאן), און נאך. און אויב איז דאס נישט גענוג, קומט צו דער פאקט, אז ארום יעדער מענטש וואס פאלט און ליידט, געפונען זיך נאך מענטשן, זיין נאנטע פאמיליע און פריינט, וועלכע ליידן אויך. אפגעזעהן צו זיי ווייסן פון זיין אויפפירונג אדער נישט.

אויב דו לייענסט דעם האנטבוך, ביסטו לכאורה אליינס איינער וואס פארמעסט זיך, אדער פארמאגסטו א נאנטער מענטש וואס פארמעסט זיך און דו ווילסט אים העלפן. און טאקע פאר דעם איז דער האנטבוך געמאכט געווארן: צו העלפן פאר די וואס פארמעסטן זיך, אין פארשידענע דרגות און לעוועלס, אויפצוהערן דעם צעשטערערישן, ווייטאגליכן אויפפירונג, און אנהייבן צו לעבן אויף א געזונטן, אחריות'דיגן אופן.

דער האנטבוך איז געשריבן געווארן דורך דעם עקספיריענס פון הונדערטער, און טויזענטער מענטשן. טייל פון זיי גאר יונגע, וועלכע פארמעסטן זיך פשוט מיט דעם יצר הנעורים, וואס קומט מיט בדרך כלל מיט דעם נאטורליכן אנטוויקלונג פון דעם מענטש; אנדערע וועלכע זענען שוין געפאלן מערערע מאל, אליינס אדער דורכ'ן אינטערנעט, און זיי האבן באשלאסן צו טון אלעס אין דער וועלט כדי נישט צו ווערן אריינגעצויגן אינעווייניג; און זעלבסטפארשטענדליך, אזעלכע וואס זענען שוין אדיקטעד, די וואס האבן שוין פרובירט אלעס כדי אויפצוהערן אבער האבן נישט מצליח געווען.

דער האנטבוך קומט נישט דיאגנאזירן און מחליט זיין צו וועלכע פון די דרגות דער לייענער געהערט, עס קומט נאר געבן כלים-טולס וועלכע זענען צוגעפאסט פאר יעדן פון די אויבנדערמאנטע דרגות, און עס איז אויסגעשטעלט מן הקל אל הכבד, אנגעהויבן פון די פשוט'ע כלים און געענדיגט ביי די פיל שטערקערע, וועלכע זענען צוגעפאסט פאר די וואס דארפן זיי האבן.

*

"היט דיינע אויגן" איז א נאנפּראפיט (פארדינט נישט קיין געלט) ארגאניזאציע, וואס זיין איינציגסטע ציהל איז צו העלפן די וואס ווילן הילף זיך צו פארמעסטן מיט דעם תאוה. עס קאסט נישט קיין "מעמבערשיפ" געלט צו באקומען הילף, און מיר האבן נישט קיין שום אינטערעסע אדער דעה אין סיי וועלכע ציבור'ישע מחלוקה פון סיי וועלכע סארט. אפילו נישט איבער דעם עצם באנוצן זיך מיט לאסט אדער איבער די כלים זיך צו פארמעסטן איבער זיי. מיר דינען אלס א פלאטפארמע פאר יעדן סארט וועג אדער געצייג וואס קען העלפן פאר די וואס ליידן, צו ענדיגן זייערע ליידן.

דערפאר טאקע האבן מיר פארשידענע סארטן געצייגן און עצות, וועלכע זענען אויסגעבויעט געווארן דורך דעם פאקטישן עקספיריענס פון פארשידענארטיגע חברים, מיט פילצאליגע אנדערע בעקגראונד און פון פארשידענע אנדערע סארט השקפות. עס מוז נישט זיין אז וואס האט געארבעט פאר יענעם וועט אויך ארבעטן פאר דיר. נעם אן דאס וואס ארבעט פאר דיר, און איגנאריר דאס איבריגע וואס איז נישט צוגעפאסט פאר דיר.

אויב האסטו געטראפן א אנדערע אופן, מהלך אדער געצייג וועלכע ארבעט פאר דיר, וועלן מיר זיך פרייען צו הערן פון דיר. אזוי אויך, אויב האסטו סיי וועלכע הערות בנוגע איינס פון די כלים וועלכע מיר שטעלן פאר דא אין דעם האנטבוך, וועלן מיר זיין זייער צופרידן זיי צו באקומען, און זיך באנוצן מיט זיי, אויף ווי ווייט מעגליך, אין קומענדיגע אויפלאגע. געדענק אז דער האנטבוך איז די פאקטישע עקספיריענס פון די חברים דא, און דו ביסט אויך א טייל פון דעם, און דערפאר האט דיין עקספיריענס זייער א גרויסע חשיבות.

*

א פערזענליכען ווארט צום שלוס: אלס אזעלכע וואס זענען אליינס אריבער דעם פראצעדור, ווייסן מיר גוט ווי שווער עס זענען די ערשטע פאר טריט אין דעם יעצטיגן פארמעסט. מיר קענען גוט דעם שרעק פון דאס אומבאקאנטע, דער געפיהל פון בושה מודה צו זיין און אנערקענען אז מיר ליידן פון דעם פראבלעם, און די שטארקקייט און קוראזש וואס עס פאדערט זיך, זיך צו קענען שטארקן אויף דעם אלעם, צו דאונלאודן דעם האנטבוך און עס לייענען.

אבער טראץ דעם אלעם, האסטו עס געטון, און יעצט ביסטו דא, דו לייענסט און פארשטייסט – אפשר גאר צום ערשטן מאל אין דיין לעבן – אז דו ביסט נישט אליין אין דעם דאזיגן פארמעסט.

מיר ווענדן זיך צו דיר, מיט א רוף פון טיעפן הארצן, פון א ליבליכע, מיטפילנדע הארץ, און מיר בעטן דיך: ביטע, הערט נישט אויף יעצט. לייען אדורך די פארגעשלאגענע כלים, צייכן דיר אן וועלכע פון זיי דו ווילסט אויספרובירן, און טרעף דעם וועג צו א נייעם, בעסערן לעבן. דאס איז דיין געלעגנהייט, טו עס נישט פארפאטשקענען.

ווי עס שרייבן זיך אונטער,

די מעמבערס פון "היט דיינע אויגן"

* 'היט דיינע אויגן' איז די אידישע אפטיילונג פון די באקאנטע ארגאנעזאציע און וועבסייט אויף ענגליש באקאנט אלץ Guard Your Eyes, אויך באקאנט אין קורצען אלץ GYE, און אויך טויף עברית באקאנט אלץ 'שמור עיניך'.