"1. מיר האָבן מודה געווען אז מיר זענען מאַכטלאָז איבער לאָסט - אז אונזער לעבן איז געווארן אומקאָנטראָלירבאַר". דאס איז די ערשטע סטעפ פון די צוועלעף סטעפס פון דעם בארימטן ערהוילונגס פראגראם, וואס איז אריגינעל געגרינדעט געווארן אלס AA – "אלקאהאליקס ענאנימוס", ווען די גרינדער פון דעם פראגראם האבן פרובירט יעדע סארט מעגליכקייט זיך צו ערהוילן פון אלקאהאליזם, אבער אן קיין ערפאלג. און צום סוף האבן זיי זוכה געווען, דורך די חסדים פון דעם אויבערשטן, צו אנטוויקלען דעם פראגראם וואס דורך איר האבן זיך שוין מיליאנען מענטשן איבער די וועלט ערהוילט פון אלקאהאליזם, דראגס, געמבלינג, און, פארשטייט זיך, לאסט און סעקס.
יעדער עדיקט קומט אן צו דעם מינוט וואס ער דערגרייכט א דעד ענד. ער קומט אן צום סוף און בלייבט שטעקן. דער רגע וואס מיר אנערקענען אז מיר האבן פארשפילט דעם דאזיגן קאמפף. דער רגע וואס עס גייט אונז אריין אין אונזער קאפ, אבער טיף אינעווייניג, אין קאפ און אין הארץ – עס ווערט ממש א טייל פון אונזער מציאות – אז עס איז נישט קיין נפקא מינא ווי שטארק מיר וועלן פרובירן און וויפיל רצון מיר וועלן אנגאזשירן, וועלן מיר נאך אלעם דורכפאלן. עס איז די רגע וואס מיר וועקן זיך אויף פון דעם אילוזיע אז עס איז דא סיי וועלכע סארט כלי אדער פילטער וואס קען טון די ארבעט פאר אונז.
אדער אפשר איז ריכטיגער צו זאגן אזוי: די רגע אין וועלכען מיר אנערקענען אז מיר געפונען זיך אין אן אמת'ן פראבלעם און אז מיר מוזן אליינס נעמען אחריות אויף אונזער מצב, ווייל דאס גייט נישט אוועק גיין, אדער זיך לייזן, פון זיך אליינס.
די דאזיגע רגע איז זייער א ווייטאגליכע, אבער אין די זעלבע צייט איז עס אויך זייער א גוטע, ווייל עס איז א רגע וואס טוט אונז באפרייען. און איבער אלעם, עס איז א רגע פון שטארקע האפענונג.
דאס איז דער פאראדאקס: מיר מוזן מודה זיין אז מיר זענען מאכטלאז, כדי מיר זאלן ענדליך קענען באפרייט ווערן. מיר מוזן מודה זיין אז מיר קענען נישט, כדי אז מיר זאלן ענדליך קענען נעמען אחריות אויף זיך אליינס.
דער ערשטער סטעפ איז דער יסוד פון דעם גאנצן ערהוילונגס פראגראם, און טאקע דערפאר איז עס אזוי וויכטיג. מיר וועלן זיך קיינמאל נישט אוועק געבן אינגאנצן, באמת, פאר דעם דאזיגן פראגראם, אן דעם וואס מיר זאלן פארשטיין, אנערקענען, און באמת מודה זיין אין אונזערע טיעפסטע טיעפענישן דעם פאקט אז מיר זענען גענצליך מאכטלאז אנטקעגן דעם תאוה.
אן דעם וואס מיר זאלן מודה זיין מיט די פולסטע ערנסטקייט אין אונזער שוואכקייט אנטקעגן דעם תאוה, וועלן מיר נישט זיין מסוגל אקעגן צו שטיין די שוועריגקייטן און נסיונות וועלכע ווארטן אונז אפ לענגאויס דעם וועג, ווען מיר וועלן דארפן אנהייבן גיין צו מיטינגס, זיך אויסלערנען צו בעטן הילף, צו דערציילן פאר חברים און מיטטיילן מיט זיי אונזערע שוועריגקייטן און טאג טעגליכע פארמעסטן, און דורכצופירן די אנדערע סטעפס.
אויב מיר האבן נאך א ספק, אויב מיר קלערן אז עס איז נאך אפשר יא דא א מעגליכקייט אז מיר קענען זיך אליינס פארמעסטן אנטקעגן די תאוה, איז כדאי אז מיר זאלן צוריק גיין און פרובירן נאכאמאל די פריערדיגע כלים. עס איז מעגליך אז מיר וועלן געוואויר ווערן אז מיר קענען טאקע, און עס איז אויך מעגליך אז מיר וועלן איינזעהן אז עס איז א פארלוירענער שפיל, נאך איידער עס האט זיך אנגעפאנגען. אזוי צו אזוי, דעם ערשטן סטעפ קענען נאר אויספירן די צווישן אונז וועלכע האבן באמת אריינגענומען אין זיך דעם מציאות, אן קיין שום ספק, אז זיי זענען מאכטלאז.
שרייבן קען אונז צומאל זיין זייער א גרויסער הילף אויף צוצוקומען צו די ריכטיגע מסקנה איבער אונזער אמת'ער מצב. ווען מיר וועלן זיך אוועק זעצן און אפשרייבן אונזער גאנצער היסטאריע מיט דעם תאוה, אריינגערעכנט אלעס וואס מיר האבן געטון אויף אויפצוהערן. אלע וועגן און מהלכים, אלע טריקס און געדאנקען וואס מיר האבן געהאט און געטון, האפענדיג און גלייבענדיג אז זיי וועלן אונז העלפן אויפהערן, און פארשטייט זיך, אלע תוצאות און רעזולטאטן וואס דאס באנוצן זיך מיט די תאוה האט אנגעברענגט אויף אונזער לעבן, וועט אונז אביסל גרינגער ווערן איינצוזעהן צו מיר זענען באמת מאכטלאז אנטקעגן די תאוה, אדער עס איז אונז נאך געבליבן כח צו פרובירן ווייטער אליינס אויפצוהערן. (זעלבסט פארשטענדליך אז אזעלכע פאפירן דארפן געהאלטן ווערן ווייט פון אנדערע אויגן, אז עס זאל נישט אנקומען צו פרי צו די פרוי אדער אנדערע פאמיליע מיטגלידער, וואס אזא זאך קען דוקא זייער שטארק שאטן.)
אויב מיר הייבן אויף די הענט און מיר געבן זיך אונטער, אויב עפעס אין אונז שרייט אומאויפהערליך, אן קיין קול: "איך קען נישט מער", אויב מיר האבן אבסאלוט איינגעזעהן אז די תאוה איז געווארן די צענטראלע פראבלעם פון אונזער לעבן, האבן מיר מיט דעם פאקטיש אויסגעפירט דעם ערשטן סטעפ און מיר זענען גרייט זיך צוצושטעלן צו דעם ערהוילונגס פראגראם פון די צוועלעף סטעפס.