קלארט אייך אויס די סיבות פאר א טויש מיט די פשוטע מהלך
אריינפיר
די 'סיבות פאר א טויש' טעכניק, איז א סעט פון דריי פראגעס וועלכע וועט אייך העלפן צו טראכטן פון אייער פערזענליכע לעבן - אָן אריינעמען אייער יעצטיגע אויפירונג, אדער וויאזוי וועט איר אויסקוקן איינמאל איר זענט א פרייע מענטש. אין איין ווארט – עס וועט אייך העלפן צו טראכטן ארויס פון אייער באקס.
'סיבות פאר א טויש', וועט אייך אנווייזן וויאזוי זיך צו פירן אין צייט וואס איר שטעלט קלאר אייער אמת'דיגע ווילן און ציל פאר א טויש, דורכן זיך פרעגן די קומענדיגע דריי פראגעס:
- וועלכע זאך באדערט אייך דאס מערסטע מיט אייערע איצטיגע אויפירונג?
- אויב וועט איר ערפאלגרייך אויפהערן מיט אייער נישט גוטע אויפירונג – וואס איז די בעסטע זאך וואס וועט אייך געשען? און וויאזוי וואלט איר אויסגעקוקט אן דעם?
- אין א פאל וואס איר גייט ווייטער מיט אייער נישט גוטע אויפירונג, וואס איז די ערגסטע זאך וואס קען אייך פאסירן?
איר קענט דאונלאודן די בייגעלייגטע ליסטע אויף צו ענדיגן די 'סיבות פאר א טויש' טעכניק, אויף פאפיר.
פארוואס עס ארבעט
מאטעוואציע, - דאס הייסט די שטארקע ווילן אויסצופירן עפעס וואס איר פארשטייט אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון, - קען זיין גאר בייהילפיג ווען א מענטש פראבירט צו טוישן א שלעכטע סארט אויפירונג אדער נאטור.
צומאל קען מען פארזען די ריכטיגע סיבות פאר א טויש, און ממילא וועט עס דירעקט אפעקטירן די מאטעוואציע פונעם מענטש, אדער וועט דער מענטש נישט זיין גרייט פאר א טויש. דעריבער אויב קענט איר ריכטיג אריינגריבלען אין 'קאנעקטן' צו די אמת'ע סיבות פארוואס די ענדערונג איז וויכטיג, איז זייער מעגליך אז אייער מאטיוואציע וועט זיך פארגרעסערן, און אזוי וועט די ציל פון ווערן א פרייע מענטש, קענען ווערן נענטער צום רעאליטעיט.
עצה טובה
אויב שפירט איר אז ס'פעלט אייך מאטיוואציע, דאן גייט צוריק צום פריערדיגן טעכניק, אדער פראבירט עס נאכאמאל.