בדרך כלל ביי יעדן מענטש וואס איז אין דעם פראצעדור פון זיך פארמעסטן אנטקעגן זיין תאווה, קומט אן א צייט ווען ער טרעפט זיך נאכאמאל קעגן דעם רייץ און דעם ווילן צו פאלן. איך גיי אין גאס און איך וויל זייער שטארק לאזן מיינע אויגן ארום שווימען, איך זיץ ביים קאמפיוטער און איך פלוצלינג שפיר איך ווידער דעם באקאנטן שטופ אריינצוגיין אין עפעס א פארנאגראפיע סייט, אדער בין איך פשוט אליינס און לאנגווייליג און עס ווילט זיך מיר מעסטורבעיטן.
אין די דאזיגע מינוטן הייבט זיך אן ביי אונז א אינערליכע מלחמה, א קאמפף פון מיר אקעגן זיך אליינס. איך הער צוויי קעגנגעזעצטע שטימעס: איין קול ווארנט מיך אן איך זאל נישט פאלן און דערמאנט מיך וואס די ביטערע תוצאות וועלן זיין, און ווידער דער צווייטער קול שטופט מיך דוקא צו פארגעסן דערפון און פון אלעס וואס איך ווייס און אנשטאט זאל איך גיין ווייטער מיט מיינע מחשבות און פאלן. גאר אפט טרעפט זיך אז מיר שלאגן זיך און מיר קעמפפן מיט אלע כוחות זיך נישט אונטערצוגעבן און זיך נישט לאזן איינרעדן פון דעם רייץ, אבער דער עצם מלחמה שוואכט אונז אזוי אפ און מוטשעט אונז אזוי אויס אז עס ענדיגט זיך מיט א פאל. און וויפיל מאל האט שוין פאסירט אז מיר זענען געפאלן נאר פאר דעם, צו ענדיגן דעם ווייטאגליכן קאמפף וועלכע איז אונז גורם אזוי פיל יסורים אז מיר קענען עס פשוט מער נישט פארנעמען.
דא קומט אריין דער מהלך, דער צוגאנג וואס מיר האבן צו דעם גאנצן ענין. א ריכטיגע צוגאנג קען אונז דא גאר אסאך העלפן אז מיר זאלן אדורכגיין דעם פרואוו מיט סוקסעס.
אנשטאט אנקוקן די זאך ווי א קאמפף וואס מיר מוזן איר געוואונען, קענען מיר קוקן דערויף ווי א פלאץ וואו מיר מוזן אביסל מוותר זיין אין דעם קורצן טערמין, כדי צו פארדינען מער אין דעם לאנגן טערמין. דער חילוק צווישן די צוויי מהלכים איז, אז ביי א קאמפף פרוביר איך מיך צו איבערצייגן אז עס לוינט זיך מיר נישט צו פאלן, אז באמת וויל איך נישט די תאווה, ווי שטארק עס איז אסור און אזוי ווייטער. ווידער ביים צוגאנג פון מוותר זיין געדענק איך אויך די אלע זאכן, די אינפארמאציע איז ווייטער דא, אבער דער עיקר צוגאנג איז פון גאנץ אן אנדערן ריכטונג.
לאמיר נעמען א דוגמא פון עפעס אנדערש. למשל, א מענטש וואס וויל גיין אויף א דייעט ווייל זיין שווערע איבערוואג שטערט איז זייער שטארק אין לעבן. ער הייבט אן דעם פראצעדור מיט גרויס התלהבות און ביז געציילטע טעג הייבט ער אן הנאה האבן פון דעם. ער שטעלט זיך ארויף אויפן וואג און זעהט אז ער האט שוין אראפגעלאזט עטליכע פונט. ער שפירט זיך בעסער, ער איז באקוועם מיט זיך און שפירט זיך פארזיכערט אז ער וועט קענען אזוי ווייטער אנגיין און אין זיין מח זעהט ער שוין דעם סוף פון דעם פראצעדור, ווי ער האט שוין פארלוירן כך וכך פונט און ער איז דאר און שפירט זיך געוואלדיג.
און דאן רוקט זיך אים אונטער א פלאקן. ער גייט צו א חתונה און מען לייגט אים אראפ א טעלער מיט גאר א געשמאקן פארשפייז, א מעין דיש וואס שמעקט א מחי'ה, און נאכדעם א נאכשפייז א ברכה צו מאכן. נאר איין פראבלעם, די אלע טעלערס טראגן אויף זיך פיל מער קאלעריעס פון וויפיל ער קען יעצט אריינלייגן אין זיין מאגן לויט זיין דייעט.
עס איז זייער קלאר אז ער וויל יעצט פיל ענדערש עסן די געשמאקע פלייש און אייסקריעם וואס מען געבט דא ווי צו עסן דעם שטיקל לעטוס און דעם מייער וואס ער האט זיך מיטגעברענגט פון דערהיים... און דא הייבט זיך אן די מלחמה. און אויך דא האט ער די זעלבע צוויי מהלכים: צו קעמפפן אדער מוותר צו זיין. אין דעם צוגאנג פון זיך שלאגן, הייבט ער זיך אן צו ערקלערן ווי שלעכט די עסן איז יעצט פאר אים, אבער פון די אנדערע זיין פארשטייט זיך אליינס, אז דער רצון צו עסן די געשמאקע עסן גייט נישט אוועק, און אזוי ווערט ער פארכאפט אין א שווערן קאמפף אין זיך אליינס.
ווידער מיט דעם צווייטן מהלך, פון מוותר זיין גייט עס אנדערש, ער זאגט זיך אזוי: יא, עס איז מיר זייער קלאר אז איך וויל יעצט עס דעם גוטן, זאפטיגן סטעיק, עס שמעקט און עס רייצט און איך וויל אריינריקן אויף אלע באקן, אבער איך בין גרייט מוותר צו זיין אויף דעם. איך ווייס אז עס וועט מיך באדערן, איך וועל שפירן אז איך האב עס פארפאסט, אז איך האב דא שאדן געהאט, און מן הסתם וועל איך אפילו שפירן הונגעריג, אבער איך בין גרייט אריבערצוגיין די דאזיגע שוועריגקייטן אין דעם קורצן טערמין, כדי נישט צו שפירן פיל ערגער אין דעם לענגערן טערמין"...
דער נקודה דא איז, אין דעם צוגאנג פון מוותר זיין בין איך קלאר מודה אז דער רייץ איז דא און אז עס איז זייער שטארק און יעצט אויף די מינוט וויל איך צוריק גיין און זיך אנקוקן מיט פארנאגראפיע אן קיין שום חשבונות פון ווייטער. איך רעד מיך נישט איין אז "איך בין שוין העכער פון דעם", אדער אז "איך בין שוין אריבער דעם פאזע פון זיך שלאגן קעגן דעם". איך גיי מיך אויך נישט איינרעדן יעצט אז עס עקלט מיך צו קוקן, ניין, פונקט פארקערט. איך בין דוקא גרייט מודה צו זיין אז איך וויל יעצט פאלן, איך וויל יעצט דוקא קוקן אויף פארנאגראפיע; און אזוי, מיט דעם הודאה, קענען מיר זיך מתגבר זיין אויף דעם דורכ'ן מוותר זיין דערויף.
און מוותר זיין, דער עצם מציאות דערפון מיינט, אז איך בין גרייט צו באצאלן א פרייז פאר דעם וויתור. אין אנדערע ווערטער, ווען די כוואליע פון לאסט רוקט זיך אן און וויל מיך פארשוועמען, ווייס איך אז צו בלייבן ריין האט א פרייז, און דער פרייז איז טאקע דער עצם וויתור, די ווייטאג פון דורכגיין דעם וויתור. פונקט ווי דער פרייז פון גיין אויף דייעט איז, מוותר צו זיין אויף דעם געשמאקן סטעיק, גוטע קעיק און זיסע אייסקריעם.
עס איז מיר קלאר אז נאכגעבן און עסן אלעס וואס קומט אונטער איז געשמאק און אסאך פאן, אבער דער פרייז וואס איך וועל באצאלן דערפאר אין דעם לאנגן טערמין איז גאר א הויכע, פיל העכער פון דעם פרייז פון יעצט מוותר זיין דערויף. און דערפאר וועל איך ענדערש יעצט מוותר זיין און צאלן דעם קלענערן פרייז.
דער דאזיגער צוגאנג אנערקענט אונזער רצון צו פאלן, עס פארשטייט אבער אויך אז מיר קענען פשוט מוותר זיין אויף דעם אנשטאט זיך שלאגן אנטקעגן דעם; די וויסנשאפט אז דער דאזיגער וויתור איז שווער און מיר וועלן שפירן אז מיר האבן פארפאסט, און די גרייטקייט צו צאלן יעצט א קלענערן פרייז אנשטאט צאלן שפעטער א פיל גרעסערן.