נאך וואס מיר האבן אנערקענט אז מיר זענען מאכטלאז אנטקעגן לאסט און אז מיר האבן פארלוירן יעדן קאנטראל איבער אונזער לעבן, און מיר האבן באשלאסן אז מיר ווילן אנהייבן אונזער ערהוילונג דורך דעם צוועלעף סטעפ פראגראם, איז יעצט געקומען די צייט פאר מעשים.
דעם דאזיגן פראגראם קען מען נישט דורכפירן אליינס, און מען קען אים אויך נישט דורכפירן בסוד. גאנץ פשוט, עס ארבעט נישט. פילע חברים האבן עס פרובירט, טייל האבן אפילו מצליח געווען פאר א קורצע צייט, אבער צום סוף זענען זיי אלע דורכגעפאלן. כדי זיך צו ערהוילן דארפן מיר האבן אסאך שטיצע, אזויפיל ווי עס איז נאר מעגליך. און צו דעם פעלט זיך אויס אז מיר זאלן איינשטעלן און ארויסקריכן פון אונזער באהעלטעניש און אנטפלעקן אונזער גרויסער סוד.
אן דעם וואס מיר וועלן זיך אויפדעקן פאר אנדערע איז נישט דא קיין שום וועג צו באקומען די הילף און די שטיצע וואס מיר מוזן באקומען דורכאויס דעם רייזע.
אין צוגאב צו דעם פעלט זיך אויס צו זיין בקשר מיט אנדערע חברים וועלכע געפונען זיך אויך אין דעם פראגראם, כדי צו לערנען פון זיי וויאזוי פאקטיש אויסצופירן די זאכן אין טאג טעגליכן לעבן. עס איז נישט גענוג צו לייענען איבער דעם פראגראם; פאקטיש טראגט נישט קיין גרויסער ווערט אין דעם פראגראם צו האבן וויסנשאפט, נאר צו טון מעשים. דערפאר, אפילו אויב מיר וועלן וויסן א וועלט פון אינפארמאציע איבער דעם פראגראם און וויאזוי עס ארבעט, און מיר וועלן עס פארשטיין אויסגעצייכנט פון אנהייב ביז'ן סוף, וועט עס אונז נאך אלץ גארנישט העלפן, ביז מיר וועלן עס פאקטיש אויספירן, הלכה למעשה, אין אונזער טאג טעגליכן לעבן. און צו דעם פעלט אויס אז מיר זאלן זיך משתתף זיין אין מיטינגען און הערן אנדערע חברים דערציילן און מיטטיילן וויאזוי זיי טוען דאס אליינס.
עס איז קיין ספק נישט אז דער שרעק פון אנטדעקט ווערן איז זייער גרויס. דער פחד פון באגעגענען איינעם וועמען מען קען און דער בושה פון די עצם מודה זיין אז מיר פלאגן זיך מיט אן אדיקשאן צו סעקס אדער לאסט, זענען שווערע בערג וועלכע מיר מוזן אריבערקריכן אויפן וועג צום פראגראם. אבער געדענק אז דיין ערהוילונג איז געוואנדן אין דעם; און עס איז בעסער געכאפט צו ווערן ביים זיך העלפן היילן ווי איידער געכאפט צו ווערן ביים פאלן. קען זיין אז עס קען אונז אויך בארואיגן דער פאקט אז די אלע גרופעס זענען גענצליך אנאנים און עס ווערט געלייגט א גרויסער געוויכט אויף אפהיטן אלעס וואס ווערט געזאגט אין טאטאלער פריוואטקייט, און אז א ווארט זאל נישט ארויסגיין אינדרויסן. (אדרבא, פרעגט אייך אליינס צו איר קענט איינעם וואס קומט צו די גרופעס, וועט איר זעהן ווי שטארק אלעס ווערט אפגעהיטן.)
*
אויב איר טרעפט זיך אין אונזערע ווערטער און איר גלייבט אז איר זענט געווארן אדיקטעד און איר דארפט צוקומען צו א צוועלעף סטעפ גרופע, טוען מיר רעקאמענדירן צוויי גרופעס.
אויב אייער אדיקשאן באציעט זיך בעיקר צו פארנאגראפיע; אזוי ווי, בילדער, קליפס, מואוויס, עראטישע דערציילונגען אדער ארטיקלען, טעקסט, טשעט וכדו'; און אייער עדיקשאן איז נאך נישט אריבער דעם גרעניץ פון אייער אייגענעם קערפער און א קאמפיוטער סקרין, דאן רעקאמעדירן מיר די גרופע וואס הייסט פי-עי (פארנאגראפיע ענאנימוס).
פי-עי פארמאגט א רייכע וועבסייט אויף אידיש, ענגליש און העברעאיש, וואו איר קענט טרעפן אסאך אינפארמאציע און אזוי אויך פארמאגן זיי גרופעס אין אמעריקא און אין ארץ ישראל.
דרוקט דא אנצוקומען צו דעם וועבסייט פון פי-עי
*
אויב אייער אדיקשאן איז אריבער געגאנגען ווייטער פון דעם גרעניץ פון א סקרין און אייער אייגענער קערפער, דאן וואלטן מיר רעקאמענדירט די גרופע עס-עי (סעקסעהאליקס ענאנימוס).
עס-עי האט א וועבסייט אויף ענגליש און אויף העברעאיש, ווי אויך האבן זיי מיטינגען אויף אידיש, ענגליש און העבראיש; אין אמעריקא, קאנאדע, ארץ ישראל, ענגלאנד און אין נאך פילע מקומות אויף די וועלט.
דרוקט דא אנצוקומען צו דעם וועבסייט פון עס-עי
עס איז פארהאן נאך א טריט וועלכע פילע חברים פון "היט דיינע אויגן" האבן גענומען איידערן פאקטיש גיין צו א לעבעדיגע גרופע. דאס זענען די טעלעפאנישע גרופעס. דארט איז אביסל גרינגער צו מאכן די ערשטע סטעפס, וויבאלד מיר שטעלן זיך דאך נישט ארויס מיט אונזער פנים און מיר קענען זיך נאך באנוצן מיט א צונאמען וועלכע מיר געבן זיך. אזוי האבן מיר א געלעגענהייט צו קענען אויסשפירן די גרופעס פארזיכערטערהייט, און נאר נאכדעם באשליסן זיך פארארויסצוריקן און זיך אויפדעקן דעם פנים אין לעבעדיגע מיטינגען.
עס עי פארמאגט פילע טעלעפאנישע גרופעס אויף ענגליש און אויף העברעאיש, וועלכע מען קען טרעפן אויף זייער וועבסייט, אדער דורך זיך פארבונדן מיט זיי אויף זייער טעלעפאן נומער אדער דורך אימעיל.
פי עי פארמאגט אויך טעלעפאנישע גרופעס אויף ענגליש און אויף העבראיש, און איר קענט טרעפן די אינפארמאציע איבער זייערע טעלעפאנישע גרופעס אויף זייער סייט, אדער דורך זיך פארבונדן מיט זיי.
אויב מיר האבן אפגעמאכט אז דער פראגראם איז פאר אונז און מיר זענען גרייט אריינצושפרונגען אין וואסער, איז יעצט דער צייט זיך אנצושליסן אין לעבעדיגע גרופעס וועלכע קומען פאר רעגלמעסיג אין פילע מקומות אין דער וועלט. אצינד וואלטן מיר אייך געראטן איר זאלט אויסקלויבן וועלכע פון די גרופעס זענען מער צוגעפאסט פאר אייך, לויט אייער פראבלעם און גייט אריבער אויף זייער וועבסייט און נעמט דעם ריכטיגן טריט אנצוהייבן אייער ריקאווערי.
בדרך כלל איידער מיר וועלן אנקומען צו א גרופע וועלן מיר זיך טרעפן מיט א חבר וועלכער וועט אונז באגלייטן און וועט אונז מסביר זיין וואס דאס איז און וואס מיר קענען ערווארטן און דאס וועט אונז פארגרינגערן דאס פאקטיש אריינגיין אין א גרופע. דאס איז אויך געמאכט צו פארזיכערן אז די וואס קומען אן אין דעם גרופע האבן גוטע כוונות, און אזוי ארום צו פארזיכערן דעם פריוואטקייט פון די וואס זענען שוין אין די גרופעס.