יעצט וועסטו זיך זיכער פרעגן די שאלה: "וויאזוי ווייס איך צו איך בין אן עדיקט?". דאס איז א גוטע פראגע און דער תירוץ אויף דעם איז נישט גרינג און נישט פשוט. אבער די ארבעט וואס דו האסט געטון ביז אהער קען דיר אסאך העלפן. אויב האסטו אמת'דיג אויספרובירט די אלע כלים וועלכע מיר האבן אייך דא פארגעשלאגן, דו האסט אריינגעלייגט אין זיי דיין גאנצען כח און דיין גאנצען רצון, און מיט דעם אלעם האלסטו נאך אין איין פאלן, איז דאס א גוטער סימן אז עס איז שטארק מעגליך אז דו ביסט אן עדיקט.
אבער, דאס אליינס, דער פאקט אז דו ביזט נישט מצליח אויפצוהערן, דאס איז נאך נישט גענוג אויף אפצומאכן פאר זיכער ווער עס איז אן עדיקט. פאר דעם פעלט זיך נאך אויס בודק צו זיין נאך פארשידענע זאכן. פראפעסיאנאלן וועלכע באהאנדלען שוין דעם פראבלעם פון אדיקשאן צו לאסט און סעקס פאר פילע יארן, האבן אפגעשריבן א רייע פון פראגעס וועלכע קען פיל העלפן אפצומאכן אין וועלכע קאטעגאריע דו געהערסט.
די אלע פראגע בויגנס זענען מער ווייניגער געבויעט אויף די זעלבע יסודות, און מיר וועלן דא אהערברענגען איינס פון די:
(דער דאזיגער פראגע בויגן איז געבויעט אויף דעם פראגע בויגן SAST (Sexual Addiction Screening Test) און עס געפינט זיך אין דעם בוך פון פראפעסאר פעטריק קארנס Facing the shadow)
1. דו פרובירסט נאכאמאל און נאכאמאל זיך קעגנצושטעלן די סעקשועל געפיהלן וועלכע שטופן דיך צו געוויסע אויפפירונגען וועלכע דו ווילסט נישט, אבער די פאלסט כסדר דורך.
2. דיין באשעפטיגונג מיט דעם (די זאכן, די סעקשועל פעולות) (מיט דיר אליינס, דורך קוקן אויפן אינטערנעט אדער אויף סיי וועלכע אנדערע וועג) ציעט זיך גאר אפט פיל לענגער אדער פיל מער מאל ווי דו ווילסט, אדער ווי דו האסט זיך אפגעמאכט פון פריער.
3. דו ווילסט כסדר אויפהערן, אדער דו מאכסט פארשידענע פראבעס, איין מאל און נאכאמאל, אויפצוהערן, מצמצם צו זיין, אדער צו באקומען א שליטה איבער דיינע סעקשועל אויפפירונגען.
4. דו לייגסט אריין זייער אסאך צייט אין דיינע סעקשועל אויפפירונגען – אדער אין דיינע פרואוון זיי אויפצוהערן.
5. אין די צייט ווען די ביזט פארנומען מיט דיינע סעקשועל אויפפירונגען, אדער ווען די גרייטסט זיך צו דעם, ביסטו גענצליך אריינגעטון אין דעם.
6. אפטמאל ווערסטו פארשלעפט אין די סעקשועל באשעפטיגונג אפילו אין די צייטן וואס דו האסט אנדערע זאכן וואס דו דארפסט יעצט טון, אזוי ווי לערנען, ארבעטן, אדער אנדערע זאכן וואס ליגן אויף דיר, צו פאר די פאמיליע אדער געזעלשאפט.
7. דיינע סעקשועל אויפפירונגען האלטן אן, כאטש אפילו דו ווייסט אז דו האסט א כראנישע (כסדר'דיגע) פראבלעם, געזעלשאפטליך, פינאנציעל, פסיכאלאגיש אדער פיזיש, וועלכע איז צושטאנד געקומען, אדער איז ערגער געווארן, דורך די דאזיגע אויפפירונגען.
8. בכדי צו עררייכן דעם געזוכטן עפעקט, דעם ספעציעלן הנאה וואס דו זוכסט אין די אויפפירונגען, פעלט זיך דיר אויס צו פארגרעסערן דעם דאזע. צו עס איז שטארקקייט פון די זאך, ווי אפט דו טוסט עס, ווי נאנט איינס איז צום אנדערן, אדער פשוט צו פארגרעסערן דעם איינשטעל אז דו וועסט געכאפט ווערן.
9. דיינע סעקשועל אויפפירונגען דינען דיר אלס אן אנטלויף מיטל פון פראבלעמען אדער זיך אויסצולופטערן אביסל און פארגרינגען שולד געפיהלן, געפיהלן פון בושה, דעפרעסיע אדער זיך נישט קענען אן עצה געבן.
10. ווען דו קענסט נישט אנקומען זיך צו באנוצן מיט דיינע סעקשועל אויפפירונגען, ווערסטו נערוועז אדער אנגעצויגן, אדער שפירסטו פחדים, אומרואיגקייט אדער דעפרעסיע.
עס איז אנגענומען צווישן די פראפעסיאנאלן, אז איינער וואס ענטפערט פאזיטיוו אויף א דריטל פון די פראגעס, איז אן עדיקט. און צוזאמען מיט דעם איז וויכטיג צו באטאנען, אז זייער אסאך צווישן אונז האבן צוערשט געהאלטן אז מיר האבן פיל ווייניגער סימפטאמס פון אדיקשאן, און נאר נאך א לענגערע תקופה פון ארבעטן אויף זיך, האבן זיי אנטדעקט אז דער מצב איז פאקטיש פיל ערגער ווי זיי האבן זיך געקענט פארשטעלן. און דער סיבה צו דעם איז, ווייל פארלייקענונג איז א פאקטישער, אומאָפטיילבארער חלק פון יעדן אדיקשאן.
און טאקע צוליב דעם איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט זיין זייער אמת'דיג מיט דיר אויף וויפיל עס איז מעגליך ביים ענטפערן אויף די פראגע בויגן. און געדענק אז די וויכטיגע זאך דא איז נישט דער נומער פון שאלות אויף וועלכע מיר ענטפערן יא אדער ניין. וואס איז וויכטיג פאר אונז איז פשוט צו דערגיין דעם אמת און אנערקענען אונזער ריכטיגן מצב.