דער פראצעדור פון ריקאווערי, פון זיך ערהוילן פון אונזער פראבלעם, קען נישט זיין גאנץ אן דעם וואס מיר זאלן קענען זיין גענצליך אפן איבער די שוועריגקייטן מיט וועלכע מיר פארמעסטן זיך יעדן טאג. און דאס איז טאקע וואונדערבאר אז איך קען פאר אייך, מיינע גוטע פריינט, דערציילן אזעלכע זאכן, וואס איך האב קיינמאל נישט געשפירט גענוג זיכער צו רעדן דערפון. אבער נישט אלעמאל מוז'ן די מעשיות זיין איבער העלדישע, העראאישע אקטן אין וועלכע מען איז בייגעשטאנען דעם נסיון אין די לעצטע רגע, אזוי ממש ממש איידער... הגם פון דעם איז אויך דא גענוג און נאך, כ'מיין, מיר זענען דאך קעמפפערס, נישט אזוי? און... יא, מיר ווייסן ווען און וויאזוי צו קעמפפן און אויך ווען און וויאזוי זיך אונטערצוגעבן, געוואנדן אין וואס איז יעצט די ריכטיגע זאך.
היינט למשל, וויל איך אייך דערציילן איבער מיינע געפיהלן פון לעצטן שבת נאכמיטאג. די קינדער זענען אינדערהיים, ממש מורא'דיג... ביז, וואס דען, דא און דארט הייבן זיך אן קליינטשיגע קריגערייען צווישן זיי, און... הופ, איינער האט זיך אביסל צולאזט און מען דארף אים אביסל אויסגראדן, אביסל צוריק שטעלן אויפן פלאץ. איך זאג אים אביסל אריין דא, דערנאך געב איך א געשריי דארט, און... איי, די לופט איז אביסל פארפּעסטעט געווארן.
איר ווייסט דאך, אלעמאל מאכט זיך די איין קינד וואס איז ממש א מומחה און צינדן פייערן, אין אנמאכן קריגערייען, אזא בחינה פון ידו בכל ויד כל בו, און צו דעם איז עס קיינמאל נישט זיין שולד... אלעמאל איז א צווייטער שולדיג... קען אפשר זיין אז ביי געווענליכע מענטשן וואלטן אזעלכע זאכן פאריבער אן קיין אויסטערלישע אינצידענטן, אבער ביי מיר, איך וועל אייך זאגן דעם אמת, אן קיין בושה, ביי מיר גייט דאס אריבער שלעכט. זייער שלעכט!
איך האב געזאגט עפעס א שארף ווארט און איך שפיר זיך אזוי שרעקליך אז גלייך מוצאי שבת מוז איך ארויסלויפן פון שטוב, איך וויל נישט נאך מער פארפעסטן די לופט אין שטוב מיט מיין אנגעצויגענעם, אנגעזעצטן געמיט. (איר זעהט, איך בין דוקא אן איידעלער מענטש, אויב איר האט נישט געוואוסט. איך זאג א שארף ווארט, אפשר אפילו א שלעכט ווארט, און איך קען זיך נישט פארמעסטן מיט די רעזולטאטן, גיי איך מיר ארויס. איר קענט עס אפשר אנרופן א צוטיילטער פערזענליכקייט? קאן זיין...)
איך גיי מיר ארויס זיך אויסלופטערן אביסל, נאך א מזל אז עס איז טונקל אינדרויסן און מען קען נישט אזוי גוט זעהן מיין פנים. ס'איז נישט זייער געשמאק זיך צו באגעגענען איינער אליינס מיט אזא אנגעבלאזענעם פרצוף ווי מיינס. אבער באמת, וואס עפעס דארף איך זאגן ליגנט? איך ווייס זייער גוט אז אויב איך זאל יעצט באגעגענען עפעס א באקאנטן וועל איך מיר גלייך ארויפשמירן א מיליאן דאלער'דיגן שמייכל אויפן פנים, איך בין א מייסטער אין דעם. יא, אזוי גייט עס ווען מען געוואוינט זיך צו אזויפיל יארן צו לעבן א שפיל. איך מיין איך וואלט שוין געקענט היינט מאכן א גוטן קאריערע אין האליוואוד... (און באמת זענען דאך יענע חברה נאך פיל טיעפער אין דער ערד ווי איך...)
גיי איך מיר ווייטער און איך קען נישט אויפהערן טראכטן איבער מיר; פארוואס שפיר איך זיך אזוי שלעכט? כ'מיין, נאך אלעם, איך זעה נישט אז איך האב געטון אזא געפערליכע זאך. אקעי, איך האב טאקע אביסל איבערגעטריבן, איך האב נישט געדארפט זיין אזוי שארף, אבער עס איז נישט אז איך בין נישט געווען גערעכט, איך האב נישט געטון עפעס ווער ווייסט וואס. איך בין דאך א טאטע און איך דארף מחנך זיין מיינע קינדער, און דאס האב איך געטון. איז למען השם, וואס זענען די שרעקליכע געפיהלן וואס גראבן אריין אין מיר?
אין די לעצטע שטיק צייט האב איך זיך אביסל אויסגעלערנט צו לעבן מיט באוואוסטזיניגקייט, פשוט צו קענען פארשטיין און ארויסרעדן מיינע אייגענע געפיהלן פאר מיר אליינס. ווען איך מאך זיך א קורצער ס"ה דורך אזא סארט "טעסט" פון מיין מחלה, קום איך אן צו גאנץ קלארע מסקנות: אט דער שרעקליכער געפיהל וועלכע באגלייט מיך יעצט, זעצט זיך ארויף אויף מיר יעדעס מאל וואס איך טוה עפעס שלעכט, יעדעס מאל וואס איך בא'עוולה איינעם. עס איז פשוט אז מיין "איידעלע נשמה" קען דאס נישט פארנעמען (פשי, וויפיל זעלבסט רחמנות קען זיך געפונען אין איין מענטש... הייסטעס אז איך בין גאר א געזונטער עגאאיסט אויך...), מיין געוויסן לאזט מיך נישט צורוה און פייניגט אוןנאגט מיר ביי די נשמה אן קיין רחמנות.
דאס ארבעט אלעמאל אויפן זעלבן וועג: איך ווער נערוועז פון 'עפעס' און כאטש אפילו איך וויל נישט, טרעף איך זיך פלוצלינג ארויסשיסן פון מויל 'עפעס', אבער דער עפעס איז געווענליך פול מיט נעגאטיווע געפיהלן. א רגע דערנאך האב איך טויט חרטה, אבער דעמאלס איז שוין טו לעיט. ס'איז שוין לאחר המעשה...
אופס... איך געדענק דוקא עפעס אזא מין מעשה. איך האב אמאל געלייענט איבער מענטשן וועלכע האבן זיך געשוואוירן אז זיי וועלן קיינמאל מער נישט צורירן א גלעזל משקה און ס"ה עטליכע מינוט שפעטער האבן זיי זיך געטראפן קראצן דעם שטערן נאכ'ן דריטן גלעזל, פרעגנדיג זיך די שווערע פראגע: וויאזוי האט דאס פאסירט...? אבער דעמאלס איז שוין טו לעיט...
דער געפיהל נאכדעם איז א געפיהל פון דורכפאל: ווידערמאל בין איך נישט בייגעשטאנען אין דעם אויפגאבע וואס איך האב זיך גענומען, אין דעם ציהל וואס איך האב זיך געשטעלט. איך פארשטיי שוין מער און מער פארוואס פאר "נארמאלע" מענטשן (באמת ווייס איך נישט פונקטליך פארוואס איך שטעל גענזן פוס אויף די ווארט נארמאלע, אפשר איז עס פשוט ווייל עס איז מיר שווער שלום צו מאכן מיט דעם געדאנק אז זיי זענען נארמאל און איך נישט, אדער אפשר גאר ווייל איך מיין אז מיר זענען דוקא די נארמאלע און זיי נישט. בסך הכל האבן זיי נישט דעם איידעלן הרגשה וואס מיר האבן) איז אקעי צו ווערן אויפגערעגט און ענטפערן מיט כעס פון צייט צו צייט, אפילו איבערטרייבן אמאל. אבער פאר אונז איז דאס אסור! ביי מיר שפיר איך אז דאס איז ממש סם המוות.
איך האב זיך ענדליך דערלערנט צו דערקענען דעם קייט רעאקציע: איך פארליר קאנטראל איבער זיך, איך פאל אריין אין א כעס, אין טרייב איבער, איך האב חרטה, דאס געוויסן בייסט מיר אן אויפהער, איך שפיר שרעעעקליך, איך מוז עפעס טרעפן זיך צו בארואיגן, און... איך הייב אן צו זוכן דעם בארואיגונגס מיטל...
יא, געווענליכע מענטשן קענען זיך ערלויבן זיך צו פארגיטיגן פאר א שלעכטן געפיהל, אבער איך נישט! איך האב אפילו נישט מיט וואס. כ'מיין, נישט אז עס איז נישט דא מיט וואס, באמת איז שוין איינמאל דא מיט וואס, א סאך זאכן, אבער פאר מיר ארבעט עס נישט, איך בין א טיעפער מענטש און איך דארף א טיעפער פארגיטיגונג. עפעס וואס זאל דערגרייכן ביז די טיפענישן פון די נשמה. און די איינציגסטע זאך וועלכע איך האב געפונען וועלכע ארבעט אויף דעם פארנעם, איז לאָסט! אלע אנדערע זאכן זענען טאטאל פאלש און טוען גארנישט פאר מיר.
איך פלעג טאקע אמאל רייכערן. איך האב עס ליב געהאט און עס האט מיר ספעציעל גוט געהאלפן אין אזעלכע סארט שווערע מצבים, אביסל צו גוט. די ניקאטין איז גראד אריין אין מיין מוח און האט עס געמאכט שווינדלען... אוי האב איך ליב געהאט דעם סם. אבער איך האב א פאמיליע מיט קינדער, איך האב נישט געקענט לעבן מיט מיר אז איך נעם אויף זיך אזא סכנה ווי דאס וואס דאס רויכערן קען צוברענגען. נו, האב איך אויפגעהערט רייכערן. עס איז מיר טאקע געווען שווער, אבער איך האב עס דורכגעשטופט, עס האט זיך מיר טאקע פארבענקט נאך דעם פון צייט צו צייט, אבער איך האב עס דורכגעשטופט און היינט שפיר איך עס מער נישט. אבער עפעס מוז איך דאך האבן. איך האב שוין אפילו גענומען אין חשבון אלקאהאל... אבער דער פראבלעם איז אז איך האב שוין געליינט דעם ביג בוק (אלקאהאליקס ענאנימוס) נאך איידער איך האב אנגעהויבן, און דאס קוקט מיר אויס צו שרעקעדיג זיך אריינצולאזן אין דעם. נעה, קיין גיפט וועל איך נישט נעמען פאר אן ערזאץ.
אקעי, אבער וואס טו איך דא?
איך האב נישט קיין גרויסע ברירות. מען גייט נישט אריין אין קיין צווייפלהאפטיגע ערטער, בשום פנים ואופן. דאס איז נישט קיין מעגליכקייט. אבער וואס יא, אזוי לאנג ווי איך גיי לעבן דא אויף די וועלט, זעהט נישט אויס אז איך זאל מיך קענען אינגאנצן אויסשאלטערן. יא, אמאל האב איך נאך געהאט אזא סארט חלום אז איך וועל גיין וואוינען אין מדבר ערגעץ וואו אפגעהאקט פון די מענטשהייט, אדער אויף א פארעם מיט אפאר טשיקעלעך און ציגעלעך און נישט דארפן האבן קיין שום שייכות מיט די גאנצע ציוויליזאציע. אבער היינט האב איך שוין אויך שלום געמאכט מיט דעם מציאות אז עס זעהט נישט אויס ווי דאס גייט באמת געשעהן אמאל. אויב אזוי מוז איך דאך טרעפן עפעס א לייזונג.
איז אזוי, די ערשטע, צוגענגליכסטע לייזונג איז פשוט צו זיין באוואוסטזיניג איבער וואס געשעהט מיט אונז. מיר מוזן אריינשטעלן א שטארקע, אינערליכע סעקיורעטי סיסטעם וועלכע זאל האלטן חשבון און נאכשפיאנירן נאך אונזערע געפיהלן, אז מיר זאלן וויסן ווי מיר שטייען מיט דעם, אנשטאט אז מיר זאלן נאכגיין נאך אונזערע געפיהלן בלינדערהייט. אזוי ארום, ווען איך כאפ זיך אז איך בין יעצט אין כעס, ווייס איך תיכף אז יעצט מוז איך זיין עקסטער וואכזאם און זיך היטן פון אן אויסברוך ביז איך זעה זיך ארויס פון דעם, און וואס פריער. אויב אמאל פלעג איך זיך לאזן פארפירן פון דעם כעס און דערנאך זיך אראפגעגליטשט אין לאסט און תאווה מיט'ן נארישן טענה אז "איך קען גארנישט טון דערצו", איז אבער היינט אנדערש, מיר זענען נישט ווי אמאל, מיר זענען געשטיגן און מיר פארשטייען היינט אז מיר דארפן זיין זייער וואכזאם איבער דעם פאלשן רייץ זיך צו פארגיטיגן מיט עפעס.
ניין, איך דארף זיך נישט פארגיטיגן, איך דארף נייטראליזירן דעם כעס, דעם אויפרעגעניש, די תרעומות און אזוי ארום אויך די געוויסנסביסן. דאס איז מיין אויפגאבע און גארנישט מער. די שלעכטע, נעגאטיווע 'געפיהלן' איז פשוט א מאסקע און א פארשטעלונג פון די תאווה. די לאסט באהאלט זיך אונטער דעם, קלוג און כיטרע. אבער היינט קענען מיר איר איבערקלוגן.
און איינס פון די בעסטע טולס זיך צו באפרייען שנעל פון די סארט נעגאטיווע געפיהלן איז דיבוק חברים. דאס זיין פארבינדן און באהאפטן מיט אנדערע חברים וועלכע שפאנען אויפן זעלבן וועג. איי די געשמאקע, זיסע געפיהל פון זיך אויסרעדן פאר א חבר אן קיין שום צוריקהאלט, אן באהאלטן און פארשענערן סיי וואס. פלעין צו זאגן אללללעס, עס אראפפאקן אויפן טיש אזוי ווי עס איז. נישטא קיין בעסערע רייניגונגס מיטל ווי דאס, עס רייניגט אויס אלע אינעווייניגסטע ווייען, אריינגערעכנט דעם רייץ פאר א פארגיטיגונג.
די קראפט וואס דאס פארמאגט וועט נאר פארשטיין איינער וועלכער האט דאס שוין פרובירט, איינער וועלכער האט עס שוין מיטגעלעבט. דאס קען מען נישט מסביר זיין, דאס דארף מען שפירן.
"איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק".