ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3

טעמע: איך דארף הילף 3572 באזוכער

ענטפער: איך דארף הילף ט' אייר התש"פ 08:45 #266424

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

היינט האלט איך ב"ה ביי 52 טעג בסייעתא דשמיא ואלמלא הקב"ה עוזרני וואלט איך נישט געקענט שטיין דא עמכם היום הייליג, ריין און אפגעהיטן והנני מחנן פאר מיין גוטער טאטע, עד הנה עזריני ולא עזביני איך בעט דיר ווייטער עמוד לימיני וסמכיני אז איך זאל האבן כח און מוח דיר ווייטער צו פארשאפען א נחת רוח יחד עם ככלות ישראל, אכי"ר.

היינט איז ביי מיר גאר א ספעציעל טאג מטעם הכמוס עמדי, אויך איז עס ספעציעל ווייל איך האלט ב"ה ביי 52 טאג אויפן ציילונג.

ב"נ איז די אותיות השורש פון דאס ווארט בינה, כידוע זענען דא עשר ספירות – כח"ב חג"ת נהי"ם – וואס אויף זיי שטייט עולם ומלואה השמים ושמי השמים הארץ וכל אשר בה.

איך גיי נישט אריינגיין בעומקם ווייל איך פארשטיי זיי אליינס נישט כל עיקר, אבער א קליינע געדאנק וואס איז מיר אויפגעקומען ע"פ פשטות אין די גרויסקייט פון די זאך אויף אזא טאג ווען דער נומער ווערט בס"ד דערגרייכט ואי לאו האי יומא.

אין תקו"ז ברענג ער וז"ל: בינה איהו אם כל חי מעשה בראשית בה איתעבידו כל עובדא דעובדא דבראשית, פשט איז אז ממדת בינה נתהוה העולם, מיר ווייסן אויך אז דער בוכ"ע איז מחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית וכידוע מהבעשטה"ק ותלמידיו אז אלמלי הקב"ה טוט אפ השגחתו לרגע אחת פון סיי וואספארא חומר וואלט יענע זאך נתבטל און נשרש געווארן מעיקרו כאילו לא היה מעולם.

אויך איז באקאנט דער אויסדרוק ווי בינה ווערט אנגערופן בזוה"ק ובספה"ק "אימא עלאה" און דאס איז עפ"י דעם אויבנדערמאנטע תקו"ז.

אין גמ' נדרים לט: שטייט  אזוי, ז' דברים נבראו קודם שנברא העולם און דער גמרא זאגט א ליסטע פון זיבן זאכן און איינע פון זיי איז תשובה.

דער הייליגער מאור ושמש איז מסביר אין פרשת בא (ובעוד כ"מ) ד"ה דברו אל כל עדת א הסבר באריכות, ובתו"ד ברענגט ער ארויס אז עולם הבינה ווערט אויך אנגערופן עולם התשובה, און ער ברענגט א פסוק אין ישעי' ולבבו יבין ושב, איז דאך פשט אז דאס וואס תשובה נברא קודם העולם היינו בינה. זאגט ער ווייטער וז"ל: כי כמו שהתינוק כשהוא ירא מאיזה דבר המפחידו בורח לכסות עצמו תחת סינר של אמו, כך מי ששב בתשובה הוא נתכסה באמא עילאה מכל המקטריגים שלא ישלטו עליו כידוע, עכ"ל. ווייטער ברענגט ער דעם מדרש שבזכות התשובה שעשו כל אחד מהם יצאו ממצרים.

קומען מיר צו, אז היות יעדן טאג און א גאנצע צייט איז דא א התחדשות הבריאה און דאס מיינט, פארשטייט זיך אז מקודם ווערט באשאפען א פרישע בחינה פון תשובה און ווער עס איז זוכה דערהערט דעם בת קול היוצא מהר חורב שבו בנים שובבים.

ע"כ, ווען מ'קומט אהן לסכום זה פון ב"ן וואס איז מרמז אויף א פרישע הארה פון תשובה, ווערט דאס הארץ פארברייטערט פון דעם געדאנק אז דער בוכ"ע הרוצה בתשובה איז פותח שער לדופקי בתשובה און א פרישע סייעתא דשמיא קומט אהן בכל זמן וזמן ובטובו מקבל אותנו בכל יום תמיד, מ'דארף עס נאר כאפן ולפתוח פתח כפתחו של מחט, נאר א דפיקה קלה בפתחי התשובה דא בינה והשי"ת יפתח פתחים כפתחות של אולם.

עפ"י הנ"ל האב איך געקלערט א פשט אין תהילים ב' ז'-ח', ה' אמר אלי בני אתה אני היום ילידתיך, שאל ממני ואתנה גוים נחלתך תרועם בשבט ברזל ככלי יוצר תנפצם, בני איז פשט א קינד הבא מאימא עילאה און באשיצט זיך תמיד תחת סינר של אמו, זאגט דער רבש"ע "מיין קינד איך האב דיר היינט – און היינט מיינט יעדן טאג פונדאסניי – געגעבן פרישע כוחות", (גם כידוע שמילת היום מרמזת לתשובה כדכתיב באיוב א' ב' ויהי היום ופרש"י אותו הים שהיה ר"ה) שאל ממני בעט פון מיר און טוה תשובה צו מיר און בעט מיר איבער און קער דיך אום צו מיר און דאן אתנה גוים נחלתך דער גוי וואס איז ממשיך אלע מדות רעות ומושחתות על פני תבל וועל איך געבן בידך און דאן תרועם בשבט ברזל ככלי יוצר תנפצם, צוקראך זיי און צומאל זיי, די אלע תאוות און שלעכטע נטיות.

און דער קאפיטל ענדיגט צו מיט אן עצה אויף להבא אנצוהאלטן די גוטע מעשים, נשקו בר, גלוסט צו גוטס מיט א ריינע און גאנצע הארץ, פן יאנף, פשוט פשט ווייל טאמער נישט קען עס ח"ו גורם זיין א חרון אף. וגם אפ"ל מלשון לא תנאף, אז אויב וועט פעלן דאס ריין הארץ דאן פן יאנף קען מען ח"ו ווייטער דורכפאלן, ותאבדו אלעס וואס מ'האט זיך אנגעזאמעלט אויפן גאנצע דרך ביז אהער הס מלהזכיר, און ווייס קלאר אז אפי' ווען א נסיון קומט אונטער, כי יבער כמעט, דער פלאקער פון די תאוה ברענט נאר א מעט און עס גייט אוועק נאך א קורצע צייט אויב איז מען זיך מתגבר וכחלום יעוף.

אשרי כל חוסי בו!

(ה' הטוב יכפר אם לא נתכונתי אל האמת, און אויב איז דאס אלעס שטותים אבקש מחבירי להעמידיני בקרן אורה)

ענטפער: איך דארף הילף י"א אייר התש"פ 05:57 #266460

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

היינט איז בס"ד 54 טעג לימי טהרה, ויהי"ר אז איך ווייטער האבן די כוחות פארצוזעצן ביתר שאת ועוז מוסיף צו זיין בקדושה און זיין אמת'דיג אמת'דיג מיט מיר אליין און איך זאל אינגאנצן תשובה טוען.

וגם את הגוי אשר יעבודו ד"ן אנוכי, דער גוי אשר בקרבי זאל שוין נדון ווערן און נתהפך ווערן לטוב אז איך זאל נאר וועלן טוען דעם רצון ה' שטענדיג, ווי איך האב געקלערט פר' תזריע פשט אינעם מדרש ברענגט זכה אומרים לו אתה קידמת למעשה בראשית לא זכה אומרים לו יתוש קדמך און לכאורה דארף מען פארשטיין, דאס איז דאך מחולק מיט דער מציאות, דער פאקט איז דאך אז דער יתוש איז באשאפען געווארן קודם?
נאר פשט איז אז א מענטש באשטייט פון צוויי חלקים כידוע, דער חומר און די צורה, דער עבודה פונעם מענטש אויף דער וועלט איז מעלה צו זיין חומר לצורה.
דער צורה איז דאך דער נשמה וואס איז א חלק אלוקי ממעל, ויפח באפיו נשמת חיים, קומט אויס אז דער חלק האדם פונעם צורה איז שוין געווען מעולם, און אודאי נאך פארן יתוש, משא"כ דער חומר איז נאר באשאפען געווארן ביום השישי נאכן יתוש.
איז אזוי, אויב א מענטש טוט זיין עבודה ווי עס באדארף צו זיין און ער קומט אהן מעלה צו זיין זיין חומר, דאן ווערט דאס גאנצע ער נתהפך צו א צורה און הוא קדם לכל מעשי בראשית, אויב אבער ער איז נישט זוכה ולבו נשאר אטום און ער קערט זיך נישט אום צום בורא כל עולמים דאן ווי ביטער איז ווען אפי' די צורה ווערט אראפגעשלעפט און ער איז נישט זוכה צו א נשמה און דאן אפי' יתוש קדמו.

נראה נכון, וה' הטוב יכפר, איך קען באשטיין צו הערן ריפלייס פון די חבירים אויך מיינע בויך וויי אפי' נעגעטיווע.

ענטפער: איך דארף הילף י"א אייר התש"פ 07:56 #266461

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
שלום אהליך געשריבן on י"א אייר התש"פ 05:57:

היינט איז בס"ד 54 טעג לימי טהרה, ויהי"ר אז איך ווייטער האבן די כוחות פארצוזעצן ביתר שאת ועוז מוסיף צו זיין בקדושה און זיין אמת'דיג אמת'דיג מיט מיר אליין און איך זאל אינגאנצן תשובה טוען.

וגם את הגוי אשר יעבודו ד"ן אנוכי, דער גוי אשר בקרבי זאל שוין נדון ווערן און נתהפך ווערן לטוב אז איך זאל נאר וועלן טוען דעם רצון ה' שטענדיג, ווי איך האב געקלערט פר' תזריע פשט אינעם מדרש ברענגט זכה אומרים לו אתה קידמת למעשה בראשית לא זכה אומרים לו יתוש קדמך און לכאורה דארף מען פארשטיין, דאס איז דאך מחולק מיט דער מציאות, דער פאקט איז דאך אז דער יתוש איז באשאפען געווארן קודם?
נאר פשט איז אז א מענטש באשטייט פון צוויי חלקים כידוע, דער חומר און די צורה, דער עבודה פונעם מענטש אויף דער וועלט איז מעלה צו זיין חומר לצורה.
דער צורה איז דאך דער נשמה וואס איז א חלק אלוקי ממעל, ויפח באפיו נשמת חיים, קומט אויס אז דער חלק האדם פונעם צורה איז שוין געווען מעולם, און אודאי נאך פארן יתוש, משא"כ דער חומר איז נאר באשאפען געווארן ביום השישי נאכן יתוש.
איז אזוי, אויב א מענטש טוט זיין עבודה ווי עס באדארף צו זיין און ער קומט אהן מעלה צו זיין זיין חומר, דאן ווערט דאס גאנצע ער נתהפך צו א צורה און הוא קדם לכל מעשי בראשית, אויב אבער ער איז נישט זוכה ולבו נשאר אטום און ער קערט זיך נישט אום צום בורא כל עולמים דאן ווי ביטער איז ווען אפי' די צורה ווערט אראפגעשלעפט און ער איז נישט זוכה צו א נשמה און דאן אפי' יתוש קדמו.

נראה נכון, וה' הטוב יכפר, איך קען באשטיין צו הערן ריפלייס פון די חבירים אויך מיינע בויך וויי אפי' נעגעטיווע.


עיין במלבים על בראשית פרק א פסוק כה וז"ל וז"ש במדרש אחור וקדם צרתני אם זכה אומרים לו אתה קדמת למה"ש, ואם לא זכה אומרים לו יתוש קדמך, כי מצד הנפש הוא נעלה ממה"ש ומצד הגוף הוא גרוע מהפחות שבבע"ח.

ובספר משאת המלך על הפסוק ואתה הרם את מטך באמצע דבריו, אחור וקדם צרתני, אם זכה אדם אומרים לו אתה קדמת לכל מעשה בראשית, ואם לאו א"ל יתוש קדמך וכו', ע"ש. ונראה בפשוטו שאין זה שתופסים כל פעם המדרש הנראה צורך השעה, אלא דכך הם אכן הדברים, שבאם עושה מעשה בהמה, הרי אמנם אין לו שייכות לרוח אלקים דיום הראשון ואזי א"ל יתוש קדמך, אבל באם הוא עוסק בתורה ומצות, הרי הוא בכלל ורוח אלקים שקדם למעשה בראשית.

ובספר נועם מגדים פרשת שמיני וז"ל וכאשר כתבו המפרשים ז"ל בביאור המדרש בפ' אחור וקדם צרתני. אחור למעשה בראשית וקדם למעשה בראשית. זכה אומרים לו אתה קדמת לכל לא זכה אומרים לו יתוש קדמך. והקשו זכרונם לברכה דממ"נ הי מינייהו דקשוט ופירשו זכרונם לברכה בדרך נעים. דבאמת תרוויהו קושטא נינהו דהגוף הוא מואחר לכל אבל הנשמה קדומה לכל כמו שאמז"ל נשמותיהן של צדיקים נבראו קודם שנברא העולם. ואמרו רבותינו ז"ל נמלך עם נשמותיהן של צדיקים. וזהו זכה והשליט נשמתו על גופו והשלים נפשו כראוי אזי אומרים לו אתה הקדמת. כי כן הדבר באמת לא זכה ואזיל בתר איפכא והגוף עיקרי ונפשו לא מטוהרה אומרים לו אתה מאוחר לכל ויתוש קדמך עד כאן דבריהם ז"ל. והן הן הדברים בנידון האמור דגם שמצד גופו הוא עכור ונפסד ומאוחר לכל אבל מצד נשמתו הוא קיים ונצחי ומוקדם לכל. 
וכו' וכו' וכו'

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: איך דארף הילף י"ב אייר התש"פ 07:30 #266495

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

ייש"כ וברוך שכונתי לדבריהם, עס איז מיר נאר א חידוש אז דער מלבי"ם האב איך פארזעהן, וכמאמר החכם "דער זכרון איז א גנב"

ענטפער: איך דארף הילף י"ג אייר התש"פ 06:27 #266526

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

איך בין אינגאנצן צורידערט, אבער איך גיי דא חזר'ן מיט אלעמען א באקאנט שטיקל נועם אלימלך די וואך ואולי יחוס אז עס וועט מיר ארויסנעמען פון מיין לאו מוד.

בענין אחר נראה לפרש דברי רש"י ז"ל "להזהיר גדולים על הקטנים" להיות כל האדם בשעה שעוסק בתורה או בתפילה או באיזה דבר קדושה, אז הוא בגדלות המוחין, וכך הדרך הצדיקים שלפני התפילה המה מיישבים עצמם ומוחין שלהם לפני מי הם מתפללין, והקדושה ההיא מגביה המוחין בעת העסק בה, אבל אחר התפילה או עסק הקדושה ההוא, נופל לקטנות המוחין בהילוכו בהבלי הזמן, וזה אינו תכלית העבודה השלימה, כי אדם צריך להיות תמיד בקדושה ובטהרה בלי הפסק רגע א', לזה צריך לקשר עצמו ג"כ בעת הגדלות מחשבתו בהש"י ב"ה, שיהיה מחשבתו קשורה אף שילך ממנה, וזה "להזהיר גדולים" פי׳ בשעה שהם בגדלות, "על הקטנים" שישארו בקדושתם אף שיהיו בקטנות. וק"ל.

אין איין ווארט, א מענטש דארף אנכאפן זיינע גוטע מינוטן און עס אנהאלטן שטארק פאר זיינע שוואכע מינוטן, ועינינו תראינה מלכותך.

אפשר הייליגער צדיק אדער איינער אנדערש וואס קען לערנען וועט עס בעסער מסביר זיין.

ענטפער: איך דארף הילף י"ד אייר התש"פ 01:00 #266547

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
אחכה לו געשריבן on נעכטן 12:05:
שלום אהליך געשריבן on נעכטן 06:20:

אחכה, איך בין נישט אזא העלד און חנוכה ס'איז נישט דא וואס נתפעל צו ווערן, איך סטראגל און איך מוטשע זיך אבנארמאל, יעדע בליק איז מיר אן אפקומעניש, גיין אויפן גאס איז א גיהנום, איך בין דערשראקן צום טויט, און איך ציטער אז איך גיי קראכן, אוי געוואלד טאטע!

לאמיר מאכן דעם קאלקעלישאן אינאיינעם:

א יונגערמאן וואס "סטראגעלט און מוטשעט זיך אבנארמאל.

א יונגערמאן וואס "יעדע בליק איז אים אן אפקומעניש".

א יונגערמאן וואס "גיין אויפן גאס איז אים א גיהנום".

א יונגערמאן וואס "איז דערשראקן צום טויט און ציטערט אז ער גיי קראכן".

און דאך איז ער דא, ער וויל, ער גארט, ער לעכצט, ס'טוט אים וויי, עס באדערט אים, ער וויל נישט ס'זאל אזוי בלייבן, א.א.וו.

וואס איז ער?????? אויב נישט א העלד!!!!

און פון וואס דען זאל מען נתפעל ווערן אויב נישט פון אזא איינעם?????

וואה אחכה בתפארתו, קורץ און "שארף" צום פוינט, ברענגט עס ארויס מיט אלע קאלירן...

בלייבט מיר נאר איבער צו מסכים זיין מיט יעדע ווארט!

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
לעצט פארראכטן: י"ד אייר התש"פ 01:05 דורך Heiligertzadik.

ענטפער: איך דארף הילף י"ד אייר התש"פ 01:21 #266548

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
טייערע שלום פריער האב איך דיר אראפגעברענגט וואס הרב אחכה לו, און הרב שלום גאנץ האבן דיר געשריבן אויף מיין טרעד נאך א טאג ברוך ה'.
יעצט וויל איך אביסל צולייגן מיין אייגענע ווערטער, און מיין אייגענע געפילן, ובידעי ובמכירי קאמינא.

הרב הצדיק שלום אהלך, אויב איינער וואס האט דיר געקענט ביז פאר 2 חדשים צוריק, און ער האט דיר נישט געזעהן פאר די לעצטע 2 חדשים וועט דיר יעצט טרעפן, וועט ער פרעגן הזאת שלום ? איז דאס דער זעלבער מענטש וואס איך האב געקענט פון פריער ?

דיין געוואלדיגע אנשטרענגונג און הארעוואניע,
דיין אמת'דיגקייט צו דיר אליין,
דיין גרייטקייט צו טוהן אלעס אין די וועלט פאר ריקאווערי, נישט קיין חילוק ווי שווער עס וועט דיר אנקומען,
דיין עקשנות צו גיין טריט נאך טריט,
דיין ערענסטקייט מיט וואס דו האסט אנגענומען די זאך.

דאס אלעס איז גארנישט ???

און לאמיר דיר אליין פרעגן זיי אמת'דיג יעצט אויך (נישט נאר ווען עס קומט צו מודה זיין אין נסיונות און שוועריגקייטן)   
איז דיין שמירת עינים געווארן בעסער ?
איז דיין קאמפיוטער געפילטערט בעסער ?
איז דיין קשר צום אויבערשטן געווארן בעסער ?
איז דיין יראת שמים געווארן בעסער ?
איז דיין שלום בית געווארן בעסער ?
איז דיין געדולד און רואיגקייט צו דיינע קינדער געווארן בעסער ?

דו ווייסט דעם תירוץ אויף די אלע שאלות, און דו וואס דו קענסט דיר אליין, קענסט פארלענגערן דעם ליסט מער.

איי וועסטו פרעגן אבער דו ציטערסט וואס וועט זיין ?
וועל איך דיר זאגן, דער אויבערשטער ציטערט נישט, ער זאגט, דו גיי נאר אן ווייטער מיט די ארבעט, און איך וועל דיר העלפן אנקומען צו א גאנצע ריקאווערי.

אשרינו מה טוב חלקנו אז איך האב זוכה געווען זיך צו באקענען מיט אזא ריינע לויטערע ערליכע הייליגע נשמה ווי דו ביסט, עס איז מיר ממש א זכיה
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
לעצט פארראכטן: י"ד אייר התש"פ 01:25 דורך Heiligertzadik.

ענטפער: איך דארף הילף י"ד אייר התש"פ 07:07 #266551

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

ייש"כ אלעמען פאר די חיזוק און גוטע ווערטער, זאת נחמתי בעניי אז איך ווייס אז איך האב אלעמאל אן אוזן קשבת, א חבורה טייערע געטרייע חבירים וואס זענען גרייט פאר מיר מיט זייער גאנצע הארץ, אשריכם אשריכם.

לאמיך ענק נאר פארציילן וואס איך האב געהאט נעכטן וועט עטץ שוין פארשטיין פארוואס איך בין נישט אזא העלד און ס'איז נישט דא ממש וואס נתפעל צו ווערן פון מיר, איך האב געדענקט אז ביום מן הימים האב איך רעקוועסטעד פון מיין פילטער קאמפעני צו עפענען א געוויסע סייט וואס איז נישט דאס בעסטע און ריינסטע איז ווייניג געזאגט, נעכטן האב איך זיך מיישב געווען (בעסער געזאגט מיין יצר הרע האט זיך מיישב געווען) אז איך דאך טשעקן אויב ס'איז אפן ווייל אזוי וועל איך וויסן צו בעטן דער פילטער עס צו פארמאכן... (ומותר האדם מן הבהמה אין, טייטשט מען אז דער מענטש איז מער פון א בהמה ווייל ער קען זיך זאגן ניין און טאמער נישט איז ער א פשוט'ע בהמהבין איך ווי א בהמה געגאנגן "נאר" אויסטשעקן אבער דאן האב איך געקליקט אויף עפעס א ווידעאו, הודו לה' דער רבש"ע האט רחמנות געהאט אויף מיר און דער פילטער האט עס געבלאקט, באקומענדיג דעם רעזאלט האב איך מיר בס"ד געכאפט וואו איך פארפאר און איך האב גלייך פארלאשן דעם סייט און געשיקט אן אימעיל צו מיין פילטער אז זיי זאלן זיכער מאכן אז עס איז געבלאקט אינגאנצען.

פרעג איך אייך, איז דען דא סיי וואס נתפעל צו ווערן? הלזה נקרא העלד? א אינגערמאן וואס קען זיך נישט מתגבר זיין אויף אזא קלייניקייט ווען ער ווייסט קלאר אז דאס קען איהם צוריק שלעפן אין תהום אריין האט דען סיי וואספארא חשיבות.

טייערע פריינט, לאמיר זיין אמת'דיג, דער אלטע שלום אהליך איז געווען אן אויסטערלישע בעל גאוה, יעצט האט ער עס בס"ד ארנעקענט און איינגעזעהן, ער האפט אז ער וועט נאך איין טאג אויסרייסן פון זיך דעם מדה מגונה ומושחתה המוציא את האדם מן העולם, ושאין הקב"ה והמתגאה יכולין לדור יחד, דערווייל בין איך נאך א מתגאה אויף אן אויסטערלישע פארנעם און דער ארנעקענונג פון מיין מצב צוקלאפט מיר זייער שטארק, און ס'מאכט מיר פילן ווייניגער פון לופט, איך האב שטארק מורא וואס וועט זיין און ווי די געפילן וועלן מיר טראגן.

ענטפער: איך דארף הילף י"ד אייר התש"פ 07:20 #266552

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

א קליינע לימוד וואס איז מיר בייגעפאלן היינט איבער "פסח שני" והוא, אז מ'זעהט ס'זענען געווען די אידן טמאים לנפש אדם אבער זיי האבן נישט מוותר געווען און מיט אלע כוחות געוואלט זיין נאנט צום אויבערשטען און טוען זיין רצון, גארנישט האט זיי געמאכט זיך אפשטעלן אפי' מעיקרא וואלטן זיי געדארפט טראכטן אז זייער בקשה און טענה איז שלא מן הענין, פשטות וואלטן זיי געדארפט פארשטיין אז זיי זענען טמא און "טו בעד", עבר זמנו בטל קרבנו, אפשר נעקסטע יאר וועלן זיי זיך אויפפאסן פון פריער און זיכער מאכן אז זיי זענען ריין אין צייט צו מאכן זען קרבן אבער דאס יאר איז שוין דערנאך.

אבער זיי האבן געזאגט ניין, רצונינו לראות את מלכינו מיר זענען נישט מוותר אויף דער גרויסע און הייליגע מצוה פון הקרבת קרבן פסח, דער רעזולטאט, א פרשה בתורה אויף זייער נאמען און א נייע הייליגע מצוה פון פסח שני, וואס קדושתו איז מצד אחד אזוי הייליג אז מ'קען אפי' האבן בו בזמן חמץ אין שטוב און זיי זענען נאכאלס מקיים דעם מצוה במלואו.

לענינינו, אויב א איד נעמט זיך באמת און ער זאגט, נישט קיין חילוק וואס "איך גיי וערן נענטר צום אויבערשטען, איך גיי פון היינט און ווייטער טוען אלעס ביכלתי זיך ארויסצוזעהן פון מיין נידעריגע מצב" דאן באקומט א פרישע הארה און סייעתא דשמיא און א פרישע פרשה ווערט פארשריבן איבער איהם אין דער תורה החדשה וואס וועט געגעבן ווערן בביאת ינון במהרה, ועוד יותר, אפי' אין זיין הארץ איז נאך דא אביסעלע חמץ - שעור שבעיסה, איז עס נישט קיין נפק"מ קדושתו איז מגין און ער קען נאכאלס ווערן נענטער צום בוכ"ע, אכי"ר.

ענטפער: איך דארף הילף י"ד אייר התש"פ 10:51 #266554

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
שלום אהליך געשריבן on י"ד אייר התש"פ 07:07:

ייש"כ אלעמען פאר די חיזוק און גוטע ווערטער, זאת נחמתי בעניי אז איך ווייס אז איך האב אלעמאל אן אוזן קשבת, א חבורה טייערע געטרייע חבירים וואס זענען גרייט פאר מיר מיט זייער גאנצע הארץ, אשריכם אשריכם.

לאמיך ענק נאר פארציילן וואס איך האב געהאט נעכטן וועט עטץ שוין פארשטיין פארוואס איך בין נישט אזא העלד און ס'איז נישט דא ממש וואס נתפעל צו ווערן פון מיר, איך האב געדענקט אז ביום מן הימים האב איך רעקוועסטעד פון מיין פילטער קאמפעני צו עפענען א געוויסע סייט וואס איז נישט דאס בעסטע און ריינסטע איז ווייניג געזאגט, נעכטן האב איך זיך מיישב געווען (בעסער געזאגט מיין יצר הרע האט זיך מיישב געווען) אז איך דאך טשעקן אויב ס'איז אפן ווייל אזוי וועל איך וויסן צו בעטן דער פילטער עס צו פארמאכן... (ומותר האדם מן הבהמה אין, טייטשט מען אז דער מענטש איז מער פון א בהמה ווייל ער קען זיך זאגן ניין און טאמער נישט איז ער א פשוט'ע בהמהבין איך ווי א בהמה געגאנגן "נאר" אויסטשעקן אבער דאן האב איך געקליקט אויף עפעס א ווידעאו, הודו לה' דער רבש"ע האט רחמנות געהאט אויף מיר און דער פילטער האט עס געבלאקט, באקומענדיג דעם רעזאלט האב איך מיר בס"ד געכאפט וואו איך פארפאר און איך האב גלייך פארלאשן דעם סייט און געשיקט אן אימעיל צו מיין פילטער אז זיי זאלן זיכער מאכן אז עס איז געבלאקט אינגאנצען.

פרעג איך אייך, איז דען דא סיי וואס נתפעל צו ווערן? הלזה נקרא העלד? א אינגערמאן וואס קען זיך נישט מתגבר זיין אויף אזא קלייניקייט ווען ער ווייסט קלאר אז דאס קען איהם צוריק שלעפן אין תהום אריין האט דען סיי וואספארא חשיבות.

טייערע פריינט, לאמיר זיין אמת'דיג, דער אלטע שלום אהליך איז געווען אן אויסטערלישע בעל גאוה, יעצט האט ער עס בס"ד ארנעקענט און איינגעזעהן, ער האפט אז ער וועט נאך איין טאג אויסרייסן פון זיך דעם מדה מגונה ומושחתה המוציא את האדם מן העולם, ושאין הקב"ה והמתגאה יכולין לדור יחד, דערווייל בין איך נאך א מתגאה אויף אן אויסטערלישע פארנעם און דער ארנעקענונג פון מיין מצב צוקלאפט מיר זייער שטארק, און ס'מאכט מיר פילן ווייניגער פון לופט, איך האב שטארק מורא וואס וועט זיין און ווי די געפילן וועלן מיר טראגן.


ישר כח שלום אהליך פארן מיטיילען 

איך האב עס שוין אסאך מאל געהאט אז איך האב געוואלט אריינגיין אין א סייט אין עס איז געווען געבלאקט די ערשטע פאר סקונדעס פילט מען ווי איך וויל אויפרייסען די שלאס אבער נאכדעם כאפט מען זיך אה ב''ה סהאט זיך נישט געפענט ווייל עכט וויל איך נישט.

ענטפער: איך דארף הילף י"ד אייר התש"פ 13:05 #266559

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19
שלום אהליך געשריבן on י"ד אייר התש"פ 07:07:

ייש"כ אלעמען פאר די חיזוק און גוטע ווערטער, זאת נחמתי בעניי אז איך ווייס אז איך האב אלעמאל אן אוזן קשבת, א חבורה טייערע געטרייע חבירים וואס זענען גרייט פאר מיר מיט זייער גאנצע הארץ, אשריכם אשריכם.

לאמיך ענק נאר פארציילן וואס איך האב געהאט נעכטן וועט עטץ שוין פארשטיין פארוואס איך בין נישט אזא העלד און ס'איז נישט דא ממש וואס נתפעל צו ווערן פון מיר, איך האב געדענקט אז ביום מן הימים האב איך רעקוועסטעד פון מיין פילטער קאמפעני צו עפענען א געוויסע סייט וואס איז נישט דאס בעסטע און ריינסטע איז ווייניג געזאגט, נעכטן האב איך זיך מיישב געווען (בעסער געזאגט מיין יצר הרע האט זיך מיישב געווען) אז איך דאך טשעקן אויב ס'איז אפן ווייל אזוי וועל איך וויסן צו בעטן דער פילטער עס צו פארמאכן... (ומותר האדם מן הבהמה אין, טייטשט מען אז דער מענטש איז מער פון א בהמה ווייל ער קען זיך זאגן ניין און טאמער נישט איז ער א פשוט'ע בהמהבין איך ווי א בהמה געגאנגן "נאר" אויסטשעקן אבער דאן האב איך געקליקט אויף עפעס א ווידעאו, הודו לה' דער רבש"ע האט רחמנות געהאט אויף מיר און דער פילטער האט עס געבלאקט, באקומענדיג דעם רעזאלט האב איך מיר בס"ד געכאפט וואו איך פארפאר און איך האב גלייך פארלאשן דעם סייט און געשיקט אן אימעיל צו מיין פילטער אז זיי זאלן זיכער מאכן אז עס איז געבלאקט אינגאנצען.

פרעג איך אייך, איז דען דא סיי וואס נתפעל צו ווערן? הלזה נקרא העלד? א אינגערמאן וואס קען זיך נישט מתגבר זיין אויף אזא קלייניקייט ווען ער ווייסט קלאר אז דאס קען איהם צוריק שלעפן אין תהום אריין האט דען סיי וואספארא חשיבות.

טייערע פריינט, לאמיר זיין אמת'דיג, דער אלטע שלום אהליך איז געווען אן אויסטערלישע בעל גאוה, יעצט האט ער עס בס"ד ארנעקענט און איינגעזעהן, ער האפט אז ער וועט נאך איין טאג אויסרייסן פון זיך דעם מדה מגונה ומושחתה המוציא את האדם מן העולם, ושאין הקב"ה והמתגאה יכולין לדור יחד, דערווייל בין איך נאך א מתגאה אויף אן אויסטערלישע פארנעם און דער ארנעקענונג פון מיין מצב צוקלאפט מיר זייער שטארק, און ס'מאכט מיר פילן ווייניגער פון לופט, איך האב שטארק מורא וואס וועט זיין און ווי די געפילן וועלן מיר טראגן.


איך פארשטיי נישט
אויב די האסט דורך געפאלן אביסל. 
אין גלייך זוך צוריק געכאפט אין געשיקט אן אי מעיל צו בלאקען די סייט אין נישט געזוכט צו עפענען די סייט . אין דורך ברעכען די פילטער.איז דאס פון ווייניג יוראת שמים ?

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: איך דארף הילף י"ד אייר התש"פ 13:30 #266564

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל
  • קאָרמא: 5

טייערער שלום אהליך,
דאס איז טאקע די ענטפער אויף דיין פראגע און דאס ווייסט טאקע אויף דיין יראת שמים!
אז די האסט געזעהן אז די אליין ווי שטארק די זאלסט נאר זיין קענסטו נישט אליין נאר דער אייבישטער איז דער וואס פירט דיר און אן אים ווי שטארק די זאלסט זיין און וויפל די האסטיך שוין צוריקגעהאלטן האלסטו נישט און ערגעץ ווייל אויב די רירסט אן די ענין ביסטו פונקט ווי פאראויס,
און אז די האסט דאס גלייך און אכט גענומען און נישט געווארט ביז עפעס געשענט נאר גלייך עס ארויפגעווארפן אויף השי"ת ווייל מיר קענען נישט אליין,
דאס איז די ריכטיגע שטארקייט, און דאס איז די ריכטיגע יראת שמים, 
מורא צו האבן שטענדיג ווייל אליין קענען מיר נישט,
נישט צו האבן השי"ת פאר Back Up אויב איך פיל איך פאל געבן א שריי אויס הייליגער באשעפער, איך האב מורא פאר דיר...
הצלחה שלום אויף דיין שטארקע ארבעט!

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


לעצט פארראכטן: י"ד אייר התש"פ 13:31 דורך אפהיטן.

ענטפער: איך דארף הילף ט"ז אייר התש"פ 12:23 #266567

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

הנני לקיים מצות עשה של ואהבת לרעך כמוך, ואם כמוך אין לרעך מנין.

עפ"י עצת איינער פון די חשוב'ע חברים וויל איך קלאר שטעלן אז כאטש הרגשי איז, אז אין בי לא מעש"ט ולא תורה ולא חכמה אבל יש בי סכלות רוח ומדות רעות, דאך לתועלת הענין וועל איך ארויברענגן דער מציאות אז בעצם בין איך יא גוט און פיין און איך ציל צו העכערס, איך וויל באמת יא זיין נאנט צום אויבערשטען און טוען זיין רצון בתמידות בלי שום התישנות וכבדות רוח, איך וויל באמת זיין הייליג און אפגעהיטן (איך בין נישט ממש דערביי וואס איך האב דא געשריבן אבער האמנתי כי אדבר, ווי מער איך וועל דאס זאגן פאר מיר אליין וועל איך אפשר צוקומען צו דעם, ואלי ירחם וה' הטוב יכפר)

איין קלייניקייט ממחשבותי בליל שב"ק בעת קבלת שבת.

לאמיר קודם מקדים זיין אז איך בין אנגעקומען צום שב"ק נאך א שווערע וואך וואס איך האב געשפירט אזוי אזוי נאכגעלאזט און אפגעפרעגט, מיינע געפילן האבן געבוזשעוועט און גערודערט, צוויי מאל האב איך געהאט עכט שווערע מינוטען מיט מיינע נסיונות און איך האב דאן געמיינט אז עוד מעט ואפול לפני המשחית וכאשר אחל לנפול לפניו לא אוכל לו, דאס איז געווען אויסער מיינע רעגולערע נסיונות וואס קומען שטענדיג אונטער ווי שמירת עניים, מחשבות וכו' וכו', איך בין ביים אריינגיין צום שב"ק געווען זייער צובראכן און צושאקלט, ולא יכלתי לשנס מתני אריינצוגיין צום שבת מתוך שמחה וטוב לבב.

דער מנחה איז דורך געגאנגען און דאן האב איך אנגעהויבן לכו נרננה און דא זענען מיינע בוזשעווענדע מחשבות געקומען צו א האסטיגן אפשטעל, איין מינוט האב איך געטראכט צו זיך, לכו נרננה לה' נריעה לצור ישענו, זאגט מיר דער פסוק, גיי זינגען פארן אויבערשטען, אבער איך טראכט צו מיר וויאזוי? איך בין דאך אזוי גארנישט, ווי קום אין שפל ונבזה צו זינגען פארן בורא כל עולמים, און דאן האב איך געזאגט ווייטער, נקדמה פניו בתודה בזמירות נריע לו, כי קל גדול ה' ומלך גדול על כל אלקים\אלהים, אשר בידו מחקרי ארץ ותועפות הרים לו, אשר לו הים והוא עשהו ויבשת ידיו יצרו, בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עשנו, כי הוא אלקינו ואנחנו עם מרעיתו וצאן ידו היום אם בקולו תשמעו און דא איז מיר אויפגעקומען צוויי קשיות, איינס וואס זאגט דער פסוק איבער נאכאמאל א טעם צו זינגען כי הוא אלקינו ואנחנו עם מרעיתו וצאן ידו, אויב האט ער שוין געזאגט דער ערשטע טעם פון כי קל גדול ה' ומלך גדול על כל אלקים\אלהים, אשר בידו מחקרי ארץ ותועפות הרים לו, אשר לו הים והוא עשהו ויבשת ידיו יצרו, מיר דארפן זינגען פאר איהם ווייל ער איז איבער אלעס און ווייל מיר זענען זיין פאלק, וואס איז דער פרישע כי, ס'וואלט געדאפט שטיין ווייטער הוא אלקינו וכו' אלס א חלק פונעם ליסטע טעמים איהם צו לויבן און דאנקן ושנית וואס איז פשט וואס דער פסוק ענדיגט צו היום אם בקולו תשמעו, וואס וויל דער פסוק זאגן און וואו קומט עס בכלל דא אריין.

חשבתי בלבי אז פשט איז אזוי, דער פסוק פארציילט אונז אז דער בורא כל עולמים איז גרויס און איבער אלעס ער איז א גרויסע גאט און דער גרעסטע קעניג איבער אלע מלאכים און אלע אפגעטטער, אין זיינע הענט זענען די טיפסטע טאלן און די העכסטע בערג און צו איהם געהערן די ימים און די יבשות, אבער דאס איז נישט א באגענוגענדע טעם אז איך און דוקא איך זאל איהם לויבן און זינגען פאר איהם, נאר דער טעם איז כי הוא אלקינו ואנחנו עם מרעיתו וצאן ידו ווייל ער איז אונזער גאט און איך בין זיין שעפעלע און ער האט מיר אויסגעוועלט פון אלע באשעפענישן איבער דער גאנצע וועלט איהם צו לויבן און דאנקן, יא דוקא מיר קליינע נישטיגע שלום אהליך, מיינע געזאנגן צו איהם וויל ער הערן און דאס איז כביכול זיין גרעסטע תענוג פארדעם האט זיך איהם געלוינט צו באשאפען עולם ומלואה און עס זאל דורכגיין 5780 יאר און דאן זאל קומען א קליינע אינגערמאן און זאגן נרננה לה' נריעה לצור ישענו נקדמה פניו בתודה בזמירות נריע לו, און דאס איז ווייל ער האט מקיים געווען דעם היום אם בקולו תשמעו, ער האלט ביי צוויי חדשים פון תשובה און אמת'ע טיפע לעכצעניש צו זיין נאנטער צום רבש"ע, ער טוט אלעס אין זיין מעגליכקייט זיך צו האלטן ערליך און הייליג, און ווען עס קומען שווערע מינוטן פון נסיונות און מכשולות איז ער זיך מחזק און לאזט זיך נישט צובראכן ווערן, און אפי' איך שפיר צומאל אז תעיתי כשה אובד בין איך נאכאלס צאן מרעיתו ווייל בקש עבדיך, איך בין מבקש און וויל זיין א אמת'ע קנעכט פארן בורא עולם.

ולואי איך זאל צוקומען צו דער אויבנדערמאנטע מיט א טיפע ארנעקענונג וידיעה ברורה אז עס איז טאקע אזוי ווייל דערוויל בין איך נאך אפגערוקט דערפון, ובאם איינער האלט שטעיתי מיט וואס איך האב געשריבן נא להעמידיני בקרן אורה.

אויך וויל איך פארשטיין די משנה מס' אבות פ"ד מ"ב בן עזאי אומר וכו' ושכר עבירה עבירה, איז דער הייליגער ברטנורא מסביר השכר וההנאה שמגעת לו לאדם בעשיית העבירה נחשב לו כעבירה בפני עצמה ולוקה על העבירה שעשה ועל השכר וההנאה שמקבל בעשייתה, ווען איך האב דאס געלערנט האט מיר געכאפט א ציטער, וויפיל האב איך הנאה געהאט פון מיינע עבירות, ולבי נקפי וואס וועט דא זיין, אויב איינער קען מסביר זיין און ממתיק זיין דברי הברטנורא אודה לו בכפליים ולמצוה גדולה יחשב. ייש"כ.

לעצט פארראכטן: ט"ז אייר התש"פ 12:26 דורך שלום אהליך.

ענטפער: איך דארף הילף ט"ז אייר התש"פ 14:18 #266569

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

טייערע ברודער
איך האב נישט קיין ווערטער וואס איך קען צולייגן צו דיינע זיסע לעכטיגע ווערטער, איך האב מיר ממש באלעקט די פינגער'ס מיט דיינע ווערטער.
אבער איך וועל יא צונעמען דיין מעסעדזש און דיר שרייבן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

דו שרייבסט: עפ"י עצת איינער פון די חשוב'ע חברים וויל איך קלאר שטעלן אז כאטש הרגשי איז, אז אין בי לא מעש"ט ולא תורה ולא חכמה אבל יש בי סכלות רוח ומדות רעות, דאך לתועלת הענין וועל איך ארויברענגן דער מציאות אז בעצם בין איך יא גוט און פיין און איך ציל צו העכערס, איך וויל באמת יא זיין נאנט צום אויבערשטען און טוען זיין רצון בתמידות בלי שום התישנות וכבדות רוח, איך וויל באמת זיין הייליג און אפגעהיטן.

דאס איז ממש וואס אלע פון אונז האבן, אזוי ווי דו האסט שוין זייער שיין ארויסגעברענגט אין א אנדערע פאוסט דיינע, אז מיר זענען צוזאמען געשטעלט פון א נשמה, א חלק אלקי ממעל, וואס ציעט צו העכער'ס, מיט א גוף וואס איז געמאכט פון ערד, וואס ציעט צו שלעכט'ס.

און איך וויל דיר צולייגן נאך א נקודה למחשבה צו דעם, מיר קענען נישט לעבן א נשמה אליין אדער א גוף אליין, א נשמה קען נישט מקיים זיין רצון ה', און ער קען נישט גארנישט אויפטוהן אויף די וועלט, ער קען נישט אנטוהן קיין ציצית, קיין תפילין, היטן קיין שבת, היטן די אויגן, וכו' וכו', און די זעלבע דער גוף אליין אן דעם נשמה, איז א טויטער, און ער קען גארנישט אויפטוהן, און דוקא ווען מען שטעלט צוזאמען די צוויי פארקערטע זאכן, נאר דעמולט'ס קען א מענטש אויפטוהן אויף די וועלט וואס ער דארף צו אויפטוהן.

און דאס איז אונזער תפקיד אויף דער וועלט, צו ארויסשיינען אונזער לעכטיגקייט וואס ליגט באהאלטן טיף אין אונז, פון אונזער נשמה, און עס זאל ארויסשיינען זיין לעכטיגקייט אויף די וועלט, און ממילא טייערע ברודער, יא דו ביסט א ריכטיגע ערליכע איד, וואס טוט דעם רצון השם אזוי ווי אלע צדיקי הדור, וואס שטייען אין רייסן שטיקער פון זיך צו טוהן דעם רצון השם.

און איך וויל צולייגן א מעשה, כידוע דער הייליגער באר מים חיים האט געהאט א זוהן וואס האט זיך נישט אויפגעפירט ווי עס דארף צו זיין, און איינמאל האבן די חסידים געשפירט אז מען דארף מודיע זיין פארן רבי'ן וועגן וויאזוי זיין קינד פירט זיך אויף אז ער זאל עפעס טוהן פאר דעם, זענען זיי געקומען צו אים, און אינדרויסן האבן זיי געהערט ווי דער רבי שמועסט זיך אויס מיטן אויבערשטן, רבוש"ע דו ווייסט וויאזוי מיין קינד פירט זיך אויף, און נאך אלץ האב איך אים ליב, און איך בענק זיך צו הערן זיין שטימע, און אויב איינער וואלט געקומען צו מיר רעדן שלעכט'ס אויף אים וואלט איך אים פארווארפען פון ביידע וועלטן, די זעלבע איז מיט דיר, אונז זענען דיינע קינדער, און מיר פירן זיך נישט אויף ווי מען דארף, אבער דו האסט אונז נאך אלץ ליב, און דו לאזט נישט רעדן שלעכט'ס אויף אונז.די חסידים האבן געהערט וואס ער זאגט און פארשטאנען דעם רמז און נישט אריינגעגאנגען רעדן וועגן זיין זוהן

לענינינו, געדענק דו ביסט דעם באשעפער'ס קינד, און דו האסט נישט קיין רעכט צו בארעדן דעם אויבערשטנ'ס קינדער, ער וויל נאר הערן גוט'ס אויף זיי.


2: דו שרייבסט נאר דער טעם איז כי הוא אלקינו ואנחנו עם מרעיתו וצאן ידו ווייל ער איז אונזער גאט און איך בין זיין שעפעלע און ער האט מיר אויסגעוועלט פון אלע באשעפענישן איבער דער גאנצע וועלט איהם צו לויבן און דאנקן, יא דוקא מיר קליינע נישטיגע שלום אהליך, מיינע געזאנגן צו איהם וויל ער הערן און דאס איז כביכול זיין גרעסטע תענוג פארדעם האט זיך איהם געלוינט צו באשאפען עולם ומלואה און עס זאל דורכגיין 5780 יאר און דאן זאל קומען א קליינע אינגערמאן און זאגן נרננה לה' נריעה לצור ישענו נקדמה פניו בתודה בזמירות נריע לו, און דאס איז ווייל ער האט מקיים געווען דעם היום אם בקולו תשמעו, ער האלט ביי צוויי חדשים פון תשובה און אמת'ע טיפע לעכצעניש צו זיין נאנטער צום רבש"ע, ער טוט אלעס אין זיין מעגליכקייט זיך צו האלטן ערליך און הייליג, און ווען עס קומען שווערע מינוטן פון נסיונות און מכשולות איז ער זיך מחזק און לאזט זיך נישט צובראכן ווערן, און אפי' איך שפיר צומאל אז תעיתי כשה אובד בין איך נאכאלס צאן מרעיתו ווייל בקש עבדיך, איך בין מבקש און וויל זיין א אמת'ע קנעכט פארן בורא עולם.

דאס זענען זיסע לעכטיגע ווערטער, וואס אילו לא באתי לעולם הזה אלא בשביל זה דיינו, און אזוי ווי דער אויבערשטער זאגט אונז, אז ער נעמט אונז ארויס פון מצרים, פון מ"ט שערי טומאה, ווייל ער וויל אז מיר זאלן טוהן זיין רצון, אזוי ווי ער שרייבט בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה, יא דאס איז וואס דער אויבערשטער וויל, אז זיינע קינדער וואס זענען אזוי נידריג און געפאלן, זאלן אים געדענקען, און זאלן וויסן ווי שטארק ער בענקט צו זיי, און ווי שטארק ער האט זיי ליב.

עס איז בכלל נישט אינטרעסאנט די געוואלדיגע גרויסע עבודות וואס ער האט פון די מלאכים, די ריזיגע קאפעליעס פון מיליאנען מלאכים, וואס שטייען און לויבן אים צוזאמען, אים איז אסאך מער די פשוטע ווערטער פון א איד וואס שטייט איינער אליין, און ער רעדט צו אים, זיינע ווערטער און ער שמועסט זיך אויס מיטן אויבערשטן, איבער זיינע שוועריגקייטן וואס גייען אריבער אויף אים.

אזוי ווי עס שטייט אין זוה"ק פרשת בלק אז ווען דער צובראכענער מענטש קומט דאווענען צום אויבערשטן, און ער טענה'ט זיך אויס מיטן אויבערשטן, עפענט דער אויבערשטער אויף אלע פענסטער'ס פון הימל, און דער תפילה פון דעם צובראכענעם מענטש שטופט אוועק אלע תפילות, און ער קומט אן צום אויבערשטן, און דער אויבערשטער הערט נישט אויס קיין שום אנדערע תפילה, ביז ער האט נישט גענדיגט מיט אים.

ממילא מיין טייערע ברודער יא אויף דיינע ווערטער ווארט דער אויבערשטער, אויף דיין לויב, און אויף דיין תפילה, און אויף דיין ביסל אנשטרענגעניש וואס דו שטרענגסט זיך אן פאר אים.

ואחרון אחרון חביב, וואס דו שרייבסט: אויך וויל איך פארשטיין די משנה מס' אבות פ"ד מ"ב בן עזאי אומר וכו' ושכר עבירה עבירה, איז דער הייליגער ברטנורא מסביר השכר וההנאה שמגעת לו לאדם בעשיית העבירה נחשב לו כעבירה בפני עצמה ולוקה על העבירה שעשה ועל השכר וההנאה שמקבל בעשייתה, ווען איך האב דאס געלערנט האט מיר געכאפט א ציטער, וויפיל האב איך הנאה געהאט פון מיינע עבירות, ולבי נקפי וואס וועט דא זיין:

אודאי איז דא וואס צו ציטערן, ווילאנג דער מענטש טוט נישט תשובה, אבער נאכדעם וואס דער מענטש טוט תשובה, און ער האט חרטה, איז דער אויבערשטער אים מוחל, און ער זאגט וסר עוונך וחטאתך תכופר, אבער דער אויבערשטער פרעגט, מיין קינד איך האב דיר שוין מוחל געווען, פארוואס גלייבסטו מיר נישט אז איך האב דיר מוחל געווען ?

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: איך דארף הילף י"ז אייר התש"פ 08:19 #266588

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

ייש"כ מאד הייליגער צדיק פארן נעמען די מיה און צייט זיך צו באנעמען מיט מיינע קליינליכע דאגות.

איך האב נעכטן גערעדט צו יענער חבר און ער לאזט נישט מנוחה, ער פאדערט און פארלאנגט אז איך זאל מיך און איהם נישט נער'ן און איך זאל נישט שרייבן און זאגן אז איך בין גוט, איהם צו טוען א טובה ווייל ער האט גארנישט פון דעם און ער ווייסט דאס ממילא, נאר איך זאל דאס זאגן און חזר'ן פאר מיר אליין נאכאמאל און נאכאמאל.

איז אזוי, ווען איך באטראכט שלום אהליך מיט התבוננות און איך קוק איהם אליין אהן ווער איך נתפעל וואו ווייט ער איז געגאנגען זייט צוויי חדשים צוריק, ער איז געווען טיף אין דער ערד און געמיינט אז ער איז אין דער הימל, און יעצט מיינט ער אז ער איז אין דער ערד אבער ער איז אין דער הימל.

ער איז געוואקסן און געשטיגן מבירא עמיקתא לאיגרא רמה, ער שטייט יעצט נאך צוויי חדשים ריין שבריין ב"ה, דורך די צוויי חדשים האט ער געהאט אסאך שווערע צייטן און דורכגענג אבער ער איז בס"ד געשטאנען שטאנדהאפטיג און מלחמה געהאלטן ווי א העלד, יעצט שטייט ער מיט טריאומף נאך צוויי שווערע חדשים אבער א זיגער!

יעצט כאפ איך זיך אז שלום אהליך האט אויך א עכטע נאמען און ער איז נישט קיין ווירטואלע ראבאט, און יא, פון דעם עכטן מענטש רעדט מען , ער איז פיין און גוט און ער צילט צו זיין נאך בעסער און בעסער.

ענטפער: איך דארף הילף י"ח אייר התש"פ 07:05 #266611

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

א גוטן ל"ג בעומר, איך האב געפלאנט אפצושרייבן א לענגס איבער דעם ענין אבער אין הזמן מספיק, ע"כ וועל איך נאר שרייבן א קלייניקייט.

בַּר יוֹחָאי מוֹשַׁב טוֹב יָשַׁבְתָּ יוֹם נַסְתָּ יוֹם אֲשֶׁר בָרַחְתָּ בִּמְעָרַת צוּרִים שֶׁעָמַדְתָּ שָׁם קָנִיתָ הוֹדְךָ וַהֲדָרֶךָ
כידוע די זמר "בר יוחאי" איז איינגעטיילט אויף די עשר ספירות און עס לויפט פון מלכות ביז כתר, עס קומט אויס אז דער אויבנדערמאנטע שטיקל גייט אויף מדת יסוד, נא לאמיר טייטשן, מוֹשַׁב טוֹב יָשַׁבְתָּ - ביזט געזעסן אויף א גוטע פלאץ אלעס איז דיר געגאנגן גוט, עכ"פ אזוי האט זיך דיר געדוכט, יוֹם נַסְתָּ יוֹם אֲשֶׁר בָרַחְתָּ - ביז ס'איז געקומען א טאג וואס דו האסט זיך אנגעגארטלט און אנטלויפן פון די פאנטאזיעס און תאוות, בִּמְעָרַת צוּרִים שֶׁעָמַדְתָּ - כוכ"פ האסטו געפילט ווי ביזט אין א מערה אליין אליין און ביזט אינגאנצן פארלוירן, אבער זאלסט וויסן אז שָׁם קָנִיתָ הוֹדְךָ וַהֲדָרֶךָ - דוקא דארט ווען עס איז דיר געווען שווער און דוקא דארט וואו דו האסט געשפירט אזוי איינזאם אליין, דייקא פון דארט קנית הודך והדרך!

דו הערסט שלום אהליך? פון די שווערע מינוטען דייקא ווערסטו בעסער!

ענטפער: איך דארף הילף י"ח אייר התש"פ 08:32 #266613

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

שיין און לעכטיג
בזכות התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: איך דארף הילף י"ט אייר התש"פ 15:47 #266634

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1623
  • האט שוין געלייקט: 949 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2937 מאל
  • קאָרמא: 59

הייליג ווארט!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: איך דארף הילף כ' אייר התש"פ 06:07 #266644

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

אוי ס'בושות...!

דאס האב איך אפגעשריבן פאר מיר א שטיק צייט צוריק נאכן ליינען אזא געדאנק ערגעץ, ווען מ'איז זיך מתבונן דערין באקומט מען טשילס, גיבטס א קוק און קאמענטירט אייערע געפילן און מחשבות.

ענטפער: איך דארף הילף כ"א אייר התש"פ 07:56 #266676

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

היום ארבעה וששים יום שהם תשעה שבועות ויום אחד לטהרה ובשבת היום חמשה וששים יום שהם תשעה שבועות ושני ימים לטהרה, בע"ה.

שב"ק וועט בס"ד זיין ביי מיר 65 טעג פון ריינקייט. אויך וועט בימי הספירה זיין יום תיקון מדת גבורה שביסוד.

בהאי יומא דקא גרים ווען איך קום אהן צום נומער פון ס"ה דער גמטריא פון שם הקדוש א – ד – נ – י שפיר איך שמן הנכון זיך א מינוט אפשטעלן און מתבונן זיין בענינו, והאי לכם מה שעלה במצדתי, ויהא רעוא שלא אשגה ח"ו ושימצא חן בעיניכם.

דער הייליגע תולדות יעקב יוסף די וואך סוף פרשת בחקותי ד"ה בפסוק בחקותי איז מאריך בדבריו הקדושים און ער קומט צו צום סוף דהעיקר להשתדל להשיג היראה, והאהבה יסייעו לו מן השמים, וידוע כי יראה בחינת נוקבא ואהבה בחינת דוכרא ואמרו חכז"ל במס' קידושין דדרכו של איש לחזור אחר אשה, וראשית חכמה יראת ה'.

כידוע אז שם הקדוש א – ד – נ – י איז מרמז אויף יראה והוא עפ"י האריז"ל הק' אז דער שם איז דער שער ליכנס אל הקדושה ושם הקדוש א – ד – נ – י במלואו בגמטריא תרע"א וואס איז שער בלה"ק.

אחרי כתבי זאת לאמיר פארשטיין קלאר דער ענין אז א מענטש קען נאר ווערן אנגערופן צדיק און באקומען מדריגת הקדושה, נאר דורכן האבן נסיונות צייטנווייז און זיך שטארקן, ווי למשל יוסף וואס האט געהאט אזא שטארקע שווערע נסיון והתגבר על רצונותיו החומריים והרגשותיו און דאן האט ער זוכה געווען צום טיטל צדיק (אין כונתי ח"ו לגשם יוסף הצדיק שאין אנו יודעים מאומה, רק להביא סיפור הדברים ועפ"י רשיה"ק) ופשוט הוא אז איינער וואס האט נישט קיינע נסיונות קומט קיין ערגעץ נישט אהן.

גבורה איז כידוע יראה, אויך איז גבורה פשוט כמשמעו גבורה, זיך מתגבר זיין און זיך שטארקן על נטיות החומר און צוברעכן דעם גשם ולהעלותו לצורה, ע"כ לאמיר פארשטיין אז אונזער עבודה תמיד איז להתגבר על נסיונותינו ובפרט בנסיונות מדת היסוד, ווען מיר זענען זיך מתגבר ביראת ה' בכל פעם ופעם, און אפי' ח"ו אויב קומט א פאל איננו מתייאשים, שיאוש היינו היפך מציאות היסוד, נאר שבע יפול צדיק וקם דאן זענען מיר זוכה בכל פעם להיקרא צדיק און כביכול דער רבש"ע שטאלצירט מיט אונז.

ויהי"ר אז מיר זאלן זוכה זיין זיך מתגבר זיין שטענדיג און ווערן צדיקים גמורים, ונהיה דבקים בך ושנשתוקק תמיד אליך יותר ויותר וממדריגה למדריגה תעלינו, אמן.

זייטס מיר אלע געזונט און האטס א שטארקע און הייליגע שבת קודש!

ענטפער: איך דארף הילף כ"ג אייר התש"פ 08:50 #266694

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

מחשבותי בליל שב"ק בה"ב העעל"ט. (אויב באדערט איינעם אז איך לופטער דא אויס מיינע מחשבות שאינם נוגעים ואינם מן התועלת לשום אחד נא להודיעני ואפסיק, וכשם שצפיתי לקבל שכר על הדרישה כך אצפה לקבל שכר על הפרישה)

וזכנו לקבל שבתות מתוך רוב שמחה מתוך עושר וכבוד ומתוך מעוט עונות.

עס איז ידוע דער קשיא פארוואס בעט מען אז מיר זאלן האבן מעוט עונות לכאורה וואלט כדי געווען מ'זאל בעטן אז מ'זאל בכלל קיין עונות האבן?

דער תירוץ פון הרה"ק רבי אשר'ל ראפשיצער זי"ע וואס דער הייליגער שיניאווער רב זי"ע ברענגט אין דברי יחזקאל  איז באוואוסט אז כלפי דעם ביכ"ע איז נישט מעגליך צו זיין אינגאנצן ריין אהן קיין שום זינד, דאס איז פשט אז מ'בעט אז לפחות זאל מען האבן נאר ווייניג זינד.

אבער לכאורה איז שווער אויף די תירוץ אז לפי דקדוק הלשון וואלט געדארפט שטיין "מעט" עונות וואס איז טיישט ווייניג זינד אבער מעוט עונות טיישט א פארמינערונג פון זינד?

נאר מ'קען דאס מסביר זיין בהקדם עפ"י המבואר בספה"ק דרך פקודך תחלת הקדמה ו' ובעוד כו"כ מקומות אז ווען קידוש פרייטאג צונאכטס זאגט מען עדות אויף בריאת שמים וארץ, וידוע ההלכה אז א בעל עבירה, א רשע איז פסול לעדות, ע"כ זאגן די ספה"ק אז א איד זאל זיך מתבונן זיין אין זיינע מעשים פון דער פארגאנגענע וואך און ער זאל תשובה טוען בעפאר קידוש.

אויך איז ידוע אז ווען א איד טוט תשובה באמת ווערן זיינע עברות אפגעווישט, וויאזוי? אויב טוט ער תשובה מיראה דאן ווערן זיינע עונות – די עבירות במזיד נתהפך לשגגות אבער אויב טוט ער תשובה מאהבה דאן ווערן די אלע זדונות זכיות.

דאס איז פשט וואס מ'בעט וזכנו לקבל שבתות מתוך מעוט עונות, ווייל מיר ווילן דירעקט נישט קיינע עונות, פארקערט גאר, מיר ווילן דוקא די עונות נאר זיי זאלן ווערן איבערגעדרייט לזכיות, וועגן דעם בעט מען אז עס זאל נישט זיין ווייניג עונות, נאר עס זאל פארמינערט ווערן, דורכן ווערן איבערגעדרייט לזכיות.

און מיט דעם שטימט אויך זייער גוט דער המשך וואס מ'בעט ווייטער "ותן בנו יצר טוב לעבדך באמת ביראה ובאהבה" די דריי זאכן וואס מ'בעט אז מ'זאל האבן א יצר טוב אויף דעם לויפן פאראלעל מיט די פריערדיגע זאכן וואס מ'וויל עס זאל זיין אין אונזער שבת והיינו, שמחה קען מען נאר דעגרייכען מיט אמת, ומבשרי אחזה, נאר נאכן זיין אמת'דיג אמת'דיג מיט זיך אליין און וויסן פונקטליך וואו מ'שטייט קען מען צוקומען צו ריכטיגע שמחה. (און דאס 100% אקטועל אפי' דער אמת קען צומאל זייער וויי טוען, אבער נאכן צוקומען צום אמת איז דא אזא שמחה ואין מן הצורך להאריך בדברים ידועים)

דורך יראה קען א מענטש זוכה זיין צו עושר וכבוד, ווי עס שטייט אין פסוק "והעושר והכבוד מלפניך ואתה מושל בכל" וידוע החילוק בין מושל למלך, אז א מושל איז ביד חזקה וביראתו על עמו וכתיב כי צדיק מושל יראת אלוקים, זעהט מען פון דעם אז יראה האט א שייכות לעושר וכבוד.

און דאן צו אונזער נקודה אז דורך אהבה קומט א מענטש צו צו מעוט עונות.

ויה"ר אז מ'זאל זוכה זיין דערצו במלואו, תשובה צו טוען מאהבה, ויהפך עונותינו לזכיות, אמן.

ענטפער: איך דארף הילף כ"ג אייר התש"פ 08:51 #266695

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

שב"ק לערנענדיג פרקי אבות בין איך אנגעקומען צום משנה ג' וואו עס שטייט דארט "עשרה נסינות נתנסה אברהם אבינו ע"ה ועמד בכלם להודיע כמה חבתו של אברהם של אברהם אבינו ע"ה".



איז מיר אויפגעקומען א נקודה למחשבה ונראה נכון ובס"ד אח"כ האב איך געטראפן דער זעלבע נקודה בפי' "ילקוט הגרשוני" בשם הרה"ק ר' שלמה קלוגער זצ"ל, וברוך שכונתי.



והוא אז להודיע כמה חבתו איז נישט פשט להודיע חבתו פון אאע"ה צום רבש"ע נאר פארקערט גאר, עס קומט להודיע כמה חבתו של הקב"ה לאאע"ה.



לאמיר זיך מתבונן זיין א מינוט ווער אברהם אבינו איז געווען, גאט ברוך הוא ברא העולם להטיב לברואיו מצד אחד אבער אויך אז ברואיו זאלן איהם דינען און טוען זיין רצון, ליידער האט געדויערט 20 דורות און ארום 1000 יאר אז רצונו ית' זאל כביכול פארפילט ווערן ווען עס איז געקומען אויף דער וועלט אן אברהמ'עלע שיצא על פני העולם להודיע לכל גדולתו ית'.



שכל החומר וואלט געזאגט אז אזא איינער וואלט געדארפט באקומען אלעס גוטס און פילע שכר אז ענדליך ע"י מעשיו איז כביכול אנגעקומען לתכלית בריאת העולם, אבער וואס, איין נסיון נאכן צווייטן, קיין מנוחה האט אברהם געהאט.



נאר דאס קומט אונז ווייזן אז פארקערט גאר, דוקא אזא איינער וואס איז באליבט פארן בורא עולם, דוקא איינער וואס איז נאנט און גרויס ביים באשעפער, דוקא אזא איינער איז דער רבש"ע מנסה און ער שטעלט איהם פאר נסיונות, ווי עס שטייט אין פסוק "ה' צדיק יבחן".



טייערע ברודער, לאמיר זיך מתבונן זיין אין אונזער חשיבות און אין אונזער גרויסקייט, פון אלע ברואים על פני תבל האט דער אויבערשטער דוקא אונז אויסגעקליבן מנסה צו זיין און אויספרובען, וואס ווייזט עס אויב נישט ווי חשוב און טייער מיר זענען פאר איהם, און מיר גייען אדורך שווערע נסיונות טאג טעגליך, לאמיר וויסן קלאר, אז יעדע נסיון וואס קומט אונטער מיינט אז דער רבש"ע רעדט צו אונז און זאגט "מיין קינד דו ביסט מיר טייערער פון אלעס און צוליב דעם וויל איך דיר שטעלן פאר א נסיון, איך וויך נאכמער שטאלצירן מיט דיר ווייל איך ווייס דיין חשיבות, און יקרך איז מער פון כל מה שבראתי".

ענטפער: איך דארף הילף כ"ד אייר התש"פ 01:40 #266701

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
שלום אהליך געשריבן on כ"ג אייר התש"פ 08:51:

טייערע ברודער, לאמיר זיך מתבונן זיין אין אונזער חשיבות און אין אונזער גרויסקייט, פון אלע ברואים על פני תבל האט דער אויבערשטער דוקא אונז אויסגעקליבן מנסה צו זיין און אויספרובען, וואס ווייזט עס אויב נישט ווי חשוב און טייער מיר זענען פאר איהם, און מיר גייען אדורך שווערע נסיונות טאג טעגליך, לאמיר וויסן קלאר, אז יעדע נסיון וואס קומט אונטער מיינט אז דער רבש"ע רעדט צו אונז און זאגט "מיין קינד דו ביסט מיר טייערער פון אלעס און צוליב דעם וויל איך דיר שטעלן פאר א נסיון, איך וויך נאכמער שטאלצירן מיט דיר ווייל איך ווייס דיין חשיבות, און יקרך איז מער פון כל מה שבראתי".


אויב איך מעג וויל איך מוסיף זיין א ווארט פון הייליגן חתם סופר אין פרשת כי תצא, מיר זאגן יעדן טאג אינדערפרי ביי מודה אני "רבה אמונתיך" איז ער מסביר אז דער אויבערשטער געבט אונז צוריק אונזער נשמה, אפילו ער ווייסט אז עס קען זיין אז מיר גייען דורך פאלן מיט חטאים עוונות ופשעים, אזוי ווי עס איז ליידער געווען ביז.... אבער דער אויבערשטער האט אמונה אין אונז, און ער גלייבט אז מיר וועלן דעם נייען טאג אלעס פארעכטן, און ביישטיין אונזערע נסיונות, און מיר וועלן זיך האלטן ריין אין ערליך פון היינט און ווייטער

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: איך דארף הילף כ"ד אייר התש"פ 06:20 #266703

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

הייליגער, שטארק!

פאלט מיר ביי עפ"י דעם אז ווען א מענטש האט אמונה בה', איז אויסער וואס ער איז מקיים דעם ויאמינו בה' ומשליך יהבו אויף דער וואס קען עס למעשה טראגן, אבער נאך אסאך מער, ער איז אויך מקיים דעם הדבק במדותיו, ובו תדבק, ולדבקה בו וכו'

ענטפער: איך דארף הילף כ"ה אייר התש"פ 08:16 #266725

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

א זייער איבערגעבענע פריינט וואס העלפט מיר זייער אסאך, ומבלי עזרתו בשליחות הבוי"ת וואלט איך נישט געהאלטן היינט ביי 68 טעג ריין, האט מיר עפעס גע'עצה'ט צו טוען (אדער נישט צו טוען...) און איך האב איהם נישט געפאלגט, יעצט האט ער א געפיל אז מה לו ולצרה הזאת, אויב פארשטיי איך בעסער פון איהם דאן פארוואס גיבט ער זיך אזויפיל אוועק פאר מיר, ובאמת איז ער גערעכט, דער מציאות אבער איז אז איך ציטער משני פנים, איינס ער זאל מיר נישט זאגן גודביי ווייל טאמער יא וועל איך זייער שנעל זיין מינוס 68 טעג הס מלהזכיר און צווייטענס איך וויל איהם אזוי נישט וויי טוען און וויל אזוי פאלגן וואס ער הייסט נאר ילדות שבי ומדותי המושחתות ברענגן מיר צומאל צו טוען שריט שלא מן הישוב, און איני יודע אויב וועט זיך עס אמאל טוישן.
איינער האט עפעס אן עצה?

לעצט פארראכטן: כ"ה אייר התש"פ 08:17 דורך שלום אהליך.

ענטפער: איך דארף הילף כ"ה אייר התש"פ 10:29 #266727

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
שלום אהליך געשריבן on כ"ה אייר התש"פ 08:16:

א זייער איבערגעבענע פריינט וואס העלפט מיר זייער אסאך, ומבלי עזרתו בשליחות הבוי"ת וואלט איך נישט געהאלטן היינט ביי 68 טעג ריין, האט מיר עפעס גע'עצה'ט צו טוען (אדער נישט צו טוען...) און איך האב איהם נישט געפאלגט, יעצט האט ער א געפיל אז מה לו ולצרה הזאת, אויב פארשטיי איך בעסער פון איהם דאן פארוואס גיבט ער זיך אזויפיל אוועק פאר מיר, ובאמת איז ער גערעכט, דער מציאות אבער איז אז איך ציטער משני פנים, איינס ער זאל מיר נישט זאגן גודביי ווייל טאמער יא וועל איך זייער שנעל זיין מינוס 68 טעג הס מלהזכיר און צווייטענס איך וויל איהם אזוי נישט וויי טוען און וויל אזוי פאלגן וואס ער הייסט נאר ילדות שבי ומדותי המושחתות ברענגן מיר צומאל צו טוען שריט שלא מן הישוב, און איני יודע אויב וועט זיך עס אמאל טוישן.
איינער האט עפעס אן עצה?


טייערע ברודער
איך פארשטיי דיין צער און זארג, אבער לאמיר עס צוטיילן.
דו האסט א חבר וואס העלפט דיר ארויס, זייער שיין פון זיין זייט, אבער אויב ער איז דער וואס העלפט דיר, און דו פארלאזט זיך אויף זיין הילף, איז עס שוין נישט ריכטיג. אנחנו מאמינים בני מאמינים, און מיר גלייבן הוא בורא ומנהיג לכל הברואים ״והוא לבדו״ עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
עס דערמאנט מיר א מעשה, רבי ליפא פרידמאן האט זיך אמאל געטראפן מיט רבי משה שערער, פון אגודת ישראל, און זיי האבן זיך צונויף געשמועסט איבער די מחלוקת פון סאטמאר מיט אגודה. האט רבי משה געזאגט, איך פארשטיי ענק נישט, ענק האבן איין סאטמאר רבי, ער האט נישט קיין ממשיך, ווער וועט אנהאלטן דעם דרך נאך אים ?
האט רבי ליפא גענטפערט, דער רבי וועט אונז פירן א קעגן משיח׳ן. 
און ווען סאטמער רבי זי״ע האט געהערט דערפון, האט ער אים געזאגט, אה ביסט א בטלן, האסט געדארפט ענטפערן, אידישקייט איז נישט סאטמאר רבי׳ס זאך, עס איז דעם אויבערשטנס זאך און ער וועט שוין זארגן פאר דעם.

לענינינו שלום אהלך איז נישט דיין חבר׳ס חפץ, 
דיין ישועה ווענד זיך נישט אין אים, עס ווענד זיך אין אויבערשטן, ער איז דער וואס האט דיר געהאלפן ביז יעצט, און ער וועט דיר העלפן ווייטער.

לגבי דעם וואס דו האסט אים נישט געפאלגט, ממ״נ איז יענער גערעכט מיט וואס ער האט געזאגט, איז נעם עס אן, איז ער נישט גערעכט, איז מאך דיך נישט וויסענדיג, יעדער איינער דארף טוהן וואס עס איז גוט פאר אים, חוץ אויב ער איז דיין דעת תורה, וועמען מען איז מחויב צו פאלגן אפילו ווען מען פארשטייט נישט, און אויב יענער פילט אז ער קען דיר נישט העלפן, איז נישט, וועט דיר דער אויבערשטער צושטעלן א צווייטן.

נאך איין זאך עס איז קיינמאל נישט ריכטיג צו אנהענגען די אייגענע ריינקייט אין א מענטש, אפילו ער זאל זיין דער גרעסטע און חשובסטע, אל תבטחו בנדיבים בבן אדם שאין לו תשועה.

און לגבי דיין חבר איך האף אז ער זעהט נישט וואס איך שרייב, איז קודם כל ווער זאגט אז ער איז געווארן באליידיגט, אפשר פשוט פילט ער אז ער האט דיר נישט וואס צו געבן מער, נאכדעם וואס דו האלסט אז זיין וועג איז נישט גוט פאר דיר, און ער וועט בלייבן א גוטע חבר מיט דיר, אבער אויב ווערט ער יא באליידיגט ווייל דו האסט אים נישט געפאלגט, טראכט איך אז דאס מיינט אז ער האט דיר נישט געוואלט העלפן, נאר ער האט זיך געוואלט העלפן, און ממילא דארפסטו זיך אפשאקלען פון אים, און נישט פילן שלעכט בכלל.

עד כאן הוא הנלע״ד

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
לעצט פארראכטן: כ"ה אייר התש"פ 10:56 דורך Heiligertzadik.

ענטפער: איך דארף הילף כ"ה אייר התש"פ 10:39 #266728

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל
  • קאָרמא: 5

הייליגער צדיק האט זייער גוט ארויסגעברענגט,
די טוסט טאקע סטעפ איינס, און די ווייסט ביי דיר אליין קענסטו נישט אנקומען נישט ווי די ביסט און נישט ווי די ווילסט אנקומען,
אבער, די איבריגע 2 און 3 נעמסטו נישט אן גלייך, דארפסט וויסן אז נאר דער גאט קען דיר פירן, און טאקע דאס איז די שורש ווייל ער וועט דיר קיינמאל און טאקע קיינמאל נישט גוד ביי,
אפילו אמאל ח"ו וועסט נישט טון פונקטליך, איז ער נאך אלץ מיט דיר, און דאס האלט אונז ריין ווייל מיר ווייסן אז ער איז דער איינציגסטער וואס קען און וועט אונז העלפן שטענדיג און טאקע נאר ער האלט אונז ריין,
אדרבה, עס איז גוט צו האבן איינער וואס העלפט, אבער ער טאר דוקא נישט זיין די צוריקהאלט, ווייל זעסטיך אויב ער לאזט דיר איבער האסטו מורא וועסט פאלן,
סא, שוין יעצט דריי איבער דיין פארלאזן אויף השם, און אויב ער לאזט דיר טאקע איבער וועסטו שוין זיין במחיצתו הקדושה, און קענען ווייטער שפרידלען,
הצלחה רבה
שלום אהליך!

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: איך דארף הילף כ"ו אייר התש"פ 07:45 #266752

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

ייש"כ אייך ביידע, איך גלייב אז עס איז שוין מסודר און איך פרוביר מער און מער זיך פארלאזן נאר אויפן רבונו של עולם.

ענטפער: איך דארף הילף כ"ז אייר התש"פ 08:08 #266806

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

היום שבעים יום שהם עשרה שבועות לטהרה

היינט איז א גרויסע טאג ביי מיר וויל בס"ד און נאר מיטן אויבערשטענס הילף בין איך אנגעקומען צו זיבעציג טעג, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו.

מפני שיבה תקום, שיבה איז זיבעציג, כדכתיב בדוד וימת בשיבה טובה {עס דוכט זיך מיר אז דער פאלגענדע טייטש אדער ענליכס שטייט שוין ערגעץ, ואכיר טובה למי שיראה לי מקום} מפני שיבה תקום -  א איד דארף זיך אויפהייבן און אנהייבן דינען דעם אויבערשטען בעפאר ער גרייכט זיינע עלטערע יארן, ווי דער רבינו יונה איז מסביר אין שערי תשובה דער משנה וואס מיר האבן געלערנט פאריגע וואך שבת, בן שבעים לשיבה, אז א מענטש ברויך זיך אומקערן צום רבש"ע בימי עלומיו, שרייבט דער רבינו יונה: אם לא זכה לעשות כן בימי בחורותיו ואחרי כי קרוב לבא עתו יעזוב חפצי הגוף ותאוותיו ויתקן נפשו ובהגיעו לימי השיבה יוסיף לגרש מלבו ענין העולם.

ידוע הענין אז בימי השחרות איז יום לשנה יחשב, ע"כ שטייענדיג ביום כזה הרי אני כבן שבעים שנה, וזכיתי שתאמר יציאת מצרים בלילות, עס איז מקוים געווארן ביי מיר בע"ה א יציא"מ פון דער לילה החשוך אין וואס איך האב זיך, נישט מער געדאכט, געפונען ביז זיבעציג טעג צוריק.

ע"כ אמלא פי תודות לה' אלוקינו שמאשפות הרים אותי והושיבי עם נדיבים, ער האט מיר צוגעברענגט צו דעם מקום און געשיקט זיינע גוטע שלוחים, להעלות אותי מסילה העולה בית קל.

___________________________

אויך האב איך געקלערט בס"ד לבאר מנין ומלת עי"ן בהאי יומא דקא גרים, אז ווען איך קום אהן צו דעם סכום וואס איז אויך מרמז אויף די אויגן, קלער איך צו מיר מיט צובראכנקייט, וויפיל האב איך ליידער געזינדיגט מיט די דאזיגע אברים שנחני ה' עמם, וויפיל האב איך זיך ליידער צאמגעזעהן און צאמגעקוקט על דבר האסור והמכוער, אבער צוקומענדיג צו דער הכרה אז הכל מן השמים און נאר דער רבש"ע האט מיר אריינגעשטעלט אין דעם נסיון און ער האט מיר אויך געגעבן די הארה זיך צוריק צוקערן צו איהם און אויך האט ער מיר געגעבן די הכרה אז אליין קען איך גארנישט גארנישט, און היינט אז איך קום אהן צו עי"ן טעג וואס איך האב געארבעט אויף מיר מתקן צו זיין דאס אמאליגע, בטוח אני באלה אז אם בשובו מדרכו וחיה ומדה טובה מרובה אז אויב איז עס געווען שווער ביז יעצט וועט עס יעצט ווערן לייכטער, ווייל גאט ברוך הוא אינו בא בטרוניא עם בריותיו און ער וועט מיר ווייטער נאר געבן פונקטליך וואס איז גוט פאר מיר, און איך ווייס און פארשטיי אז אויב האט ער מיר געגעבן דעם נסיון איז דאס ווייל ער ווייסט ווי גוט דאס איז פאר מיר און וויפיל איך קען שטייגן נאר דורך דעם נסיון.

איך איך בעט ביים רבון העולמים, האסט מיר געהאלפן ביז זיבעציג, העלף מיר ווייטער אויף אייביג ווייל היינט פארשטיי איך שוין אז הנני בידך לבד און נאר מיט דיין הילף קען איך אנגיין.

לעצט פארראכטן: כ"ח אייר התש"פ 06:50 דורך שלום אהליך.

ענטפער: איך דארף הילף כ"ח אייר התש"פ 07:15 #266841

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

היום אחד ושבעים יום שהם עשרה שבועות ויום אחד לטהרה (אגב, בס"ד האלט איך שוין איבער 10 וואכן ריין וואס פאר ווער עס פארשטייט וואס דאס מיינט און וואספארא דערגרייכונג דאס איז קען אפשר משיג זיין גילת לבבי און מיין דאנקבארקייט צו דעם פון אויבן, כי רק בעזרו הגעתי הלום)

אחרי כתבי אתמול פונעם ספה"ק חובת הלבבות, חשבתי שלא אמנע הטוב און איך וועל בס"ד ברענגן נאך א קליינע מאמר ממנו, אבל אקדימו מיט א שטיקל דברי יואל.

(איך חזר עס פאר מיר אליין, אבער איך גיי לערנען אויפן קול און ווער עס וויל קען זיך צוהערן)

עס שטייט אין גמ' אז יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום ווי הרה"ק מסאטמאר זצ"ל זאגט די וואך אין דברי יואל עמוד ס"ט יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום, דהיצה"ר צופה אל הצדיק דייקא ומבקש להפילו ביודעו שאם יעלה זממו בידו ויצליח למשכו לצדו הריהו מרויח אתו את כל העולם – דער יצר הרע פארדינט דער גאנצע וועלט פון דאס וואס ער איז מצליח איין מאל צו שלעפן דעם צדיק לצדו און פארדעם וועט ער זיך מתגבר זיין אויף איהם מער און מער יעדן טאג, און דער יצר פון נעכטן איז גארנישט קעגן דער יצר פון היינט, וואס מיינט בהדיא אז אפי' נעכטן האב איך מצליח געווען זיך מתגבר צו זיין אויף איהם איז בכלל נישט קיין פארזיכערונג פאר היינט.

נא וואס איז דער עצה?

לאמיר לערנען א שטיקל חובת הלבבות עברי טייטש: אז א מענטש וויל צוקומען זוכה צו זיין בחסד ה', שינהג במדות אנשי הפרישות המואסים בעולם הזה – זאל ער זיך פירן אין די וועגן פון די וואס פאר'מיאוס'ן בעוה"ז, וויאזוי? ולהוציא אהבתו ובחירתו מלבו – ער זאל זעהן ארויס צונעמען פון זיין הארץ זיין אייגענע אהבה און אינטערעסן און זיינע אויסוואלן, און היות א מענטש האט דאך נאטורליך געפילן פון אהבה און תשוקה, וימיר זה באהבת הבורא יתברך –זאל ער אויפטוישן זיין אהבה ליב צו האבן דעם באשעפער, ולהמסר אליו – און זיך אינגאנצן איבערגעבן פאר איהם, ולהשתעשע בו – און זיין גאנצע דערקוויקעניש זאל זיין פונעם אויבערשטען.

אין איין ווארט, א מענטש, דורכן פארשטיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט אז ער קען נישט, ער ווייסט נישט און ער איז מאכטלאז ועי"כ גיבט ער זיך אינגאנצן איבער פארן אויבערשטען, און אלע זיינע אהבות, אלע זיינע תשוקות, אלע זיינע אינטערעסן און אלע זיינע תאוות גיבט ער פארן אויבערשטען דאן איז ער זוכה אין אלע טובות וואס דער אב הרחמן וויל איהם גיבן בחסדו, שרצון הטוב להטיב, און דאס גיבט איהם די כוחות זיך מתגבר צו זיין אויף דער יצר הרע המתגבר עליו.

ברויך מען אבער נאך אלס פארשטיין אויב איז דער רבש"ע אזא גוטער און ער וויל אונז נאר מטיב זיין דאן פארוואס גיבט ער אונז אזעלכע שווערע נסיונות? האב איך געזעהן אין ספה"ק בני יששכר במאמרי חודש סיון מאמר ה' אות כ"ה פרעגט ער פשט אין פסוק כי לבעבור נסות אתכם בא האלוקים ובעבור תהיה יראתו על פניכם לבלתי תחטאו, איז ער מדייק קודם כל וואס איז דער נסיון און צווייטענס פרעגט ער אז ס'וואלט געדארפט שטיין ולא תחטאו וואס איז דער ולבלתי? איז ער מסביר עפ"י הר"ן דער חילוק פון א ירא חטא און א ירא שמים, אז א ירא חטא האט צוויי מעלות איינס אז ער זינדיגט נישט און איינס אז ער האלט און איין תשובה טוען משא"כ א ירא שמים זינדיגט נישט אבער ער ווייסט דאס און ער טוט נישט תשובה ווייל ער ווייסט אז ער האט נישט פארוואס, איז ער מסביר מיט דעם פשט אין פסוק אז הגם לבלתי תחטאו, אז עטץ האטס נישט קיין חטאים דאך לבעבור נסות אתכם, ענק שטארקן זיך אויף די נסיונות און ענק זענען זיך נאכמער מתגבר אויפן יצר הרע המתגבר, דורך דעם קומט איר צו צו זיין במדריגת צדיקים גמורים און דאן זענט איר זוכה און איר זענט ווערד לזכות בטובת הקב"ה.

יעזור הקב"ה שאזכה לעשות רצונו בלבב שלם, איך זאל קענען איבערגעבן מיר מיט אלע אלע מיינע אינטערעסן פאר איהם און זאגן פארן יצר המציק פון היינט אהן איז עס נישט מיר צו וועם דו דארפסט רעדן, איך האב מיך איבערגעגעבן פארן כל יכול און ער פירט מיר און ער איז דער וואס מאכט אלעס פאר מיר סיי די נסיונות און סיי דער התגברות.

ענטפער: איך דארף הילף כ"ח אייר התש"פ 14:13 #266859

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל
  • קאָרמא: 5

יישר כח שלום אהליך, 
פארן מיר נענטער ברענגן צום באשעפער היינט.

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: איך דארף הילף א' סיון התש"פ 06:45 #266862

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

זה חלקי מכל עמלי והיה זה שכרי, אז דו קוקסט אריין צוויי שטיקלעך דערנאך אין חובה"ל וועסטו זעהן אז דאס איז דער עיקר, משפיע צו זיין קרבת אלוקים פאר אנדערע.

ענטפער: איך דארף הילף ב' סיון התש"פ 06:45 #266877

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12
.
לעצט פארראכטן: ב' סיון התש"פ 06:51 דורך שלום אהליך.

ענטפער: איך דארף הילף ב' סיון התש"פ 06:46 #266878

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

א גוטן יום המיוחס אלע טייערע פריינט

היינט איז דער יארצייט פון צוויי קדושים ומאורי עולם, הרה"ק רבי ישראל בן רבי ברוך זצ"ל זי"ע בעל אהבת ישראל, און הרה"ק רבי חיים אלעזר בן רבי צבי הירש זצ"ל זי"ע בעך מנחת אלעזר.

עס איז ידוע דער גרויסע אהבה און ידידות וואס האט געהערשט צווישן די צוויי צדיקים ואכמ"ל, איינמאל האט מען געפרעגט דעם מנחת אלעזר היתכן ער האלט אזוי שטארק פונעם אהבת ישראל ווען ער האקט אזוי שטארק אויפן אגודה און דער אהבת ישראל איז פון אירע גרעסטע שטיצער, האט דער מנחת אלעזר גענטפערט מיט א מליצה "ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא"...

שטייענדיג היינט ביום המיוחס ווען אונז זענען זיך פון פריש מתייחס לאבותינו אברהם יצחק ויעקב וואס מיינט אז אונז זענען דאס אויסדערוועלט פאלק אייניקלעך פון די וואס האבן זיך אויפשטעלט בימים ההם און געגאנגען אינגאנצען נגד זרם העולם, וביומא דהילולא פון אזעלכע גרויסע צדיקים איז מיר די עובדה'לע ארויף געקומען אין געדאנק און איך האב געקלערט א שטיקל לימוד און מוסר היוצא לנו מזה.

באמת דארף מען פארשטיין וואס איז טאקע געווען כוונת המנח"א (נישט אז מיר פארשטייען, אבער תורה הוא וללמוד אני צריך) דא איז ער אזוי דערקעגן יעדע זאך וואס האט נאר סיי וואספארא אנגעהערשאפט מיט אגודת ישראל ומצד שני איז ער אזוי בקשר מיט דער גרעסטע שטיצער זייערע, לכאורה סתירה הוא מיני' ובי' (ס'פשוט אז מ'דארף קענען מחלק זיין צווישן עבודת ה' און א פרט אין וואס מ'איז מחולק אבער דער אויסטערלישע ידידות און אהבה ברויך אן הסבר)

נאר וואס דען, דער אהבת ישראל איז אזוי גרויס, אזוי הייליג, און אזא צדיק נשגב אז אפי' ער איז זיך טועה דאך בלייבט ער מיט זיין צדקות ווייל ער איז באמת הייליג.

לענינינו, אז איך שטיי און איך סטראגעל, יעדעס גיין אין גאס איז מיר שווער, מחשבות און בילדער פונעם אמאל בוזשעווען און לאזן נישט מנוחה קיין רגע, און צומאל שטייט מען פאר אן אט אט דורכפאל ח"ו, אבער כונתי לשם שמים, איך וויל באמת זיין וואויל איך וויל באמת זיין גוט און איך וויל באמת טוען תמיד נאר דעם רצון הבוי"ת כל ימי, דאן זאגט צו מיר דער רבש"ע "ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא" "בני בכורי ישראל", ווי דער הייליגער אור החיים שרייבט בפרשת קבלת התורה ד"ה ואשא אתכם ראו חיבתי בכם כרחם אב על בנים חביבין שאפילו מדרך כף רגליכם חסתי עליו ונשאתי אתכם על כנפי נשרים​, ענק זענען מיינע קינדער און אפי' ווען ענק זענען געווען במ"ט שערי טומאה בין איך געווען ענקער טאטע און איך האב ענק געשוינט און איך האב ענק נישט געלאזט אליינס שפאצירן נאר נשאתי אתכם בחיקי כאשר ישא האומן את היונק, ווייס מיין ליב קינד, אז דאס האלט היינט ווייטער אהן, איך פיר דיר און איך האלט דיר אונטער, פארלאז דיך נאר אויף מיר און עס וועט דיר זיין גוט.

אט דאס איז יום המיוחס, אונזער גאנצע יחוס איז אז אונז זענען בנים לה' אלוקינו, און ער איז אונזער טאטע המרחם עלינו.

ענטפער: איך דארף הילף ד' סיון התש"פ 00:31 #266938

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

דערמאנסט מיר א ווארט בנים אתם לה׳ אלקיכם, און די פסוק פירט אויס לא תתגודדו ולא תשימו קרחה בין עיניכם למת, אז אפילו איינער איז בבחינת רשעים בחייהם קרוים מתים, זאל ער זיך נישט רייסן די האר פון קאפ, דער רייסן פון זיך שטיקער פלייש, דורך תעניתים וסגופים, ווייל דאס וועט אים נאר מער אראפ שלעפן, נאר ער זאל געדענקען, בנים אתם לה׳ אלקיכם, אע״פ שאין עושים רצונו של מקום עדיין קרוים בנים, און אזוי וועט ער האבן די כח זיך אויפצוהייבן

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: איך דארף הילף ד' סיון התש"פ 06:19 #266939

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12
א מעשה וואס איך האב געהערט אפאר יאר צוריק, געווען אמאל אין א שטעטל אין פולין א איד, דער איד האט געהאט איין זוהן בערל האט ער געהייסן, דער טאטע האט געוואלט אז בערל זאל אויסוואקסן עפעס א לייט האט ער געדינגען א מלמד זאל לערנען מיט איהם, דער פראבלעם איז אבער געווען אז בערל האט געהאט א קאפ פון קארטאפל, ממש בבחינת משפך מכניס בזו ומוציא בזו, דער טאטע האט עס געריסן ביים הארץ און ער האט אלץ אנגעזאגט דעם מלמד ער זאל טוען אלעס אז בערעלע זאל שוין עפעס אנהייבן קענען, דער מלמד האט געזעהן אז מיט בערל קומט אין ערגעץ נישט אהן ווייטער דער טאטע לאזט נישט מנוחה האט ער געטראכט אז היות דאס איז דאך זיין פרנסה קוואל קען ער עס נישט איבערלאזן אבער אזויפיל יא אז ער מוז מער נישט באריכטן פארן טאטען יעדע פרט ופרט, ומצדו וועט ער ווייטער אלעס אנווענדן אז בערל זאל עפעס קענען ואולי יחוס.

והוא היום, דער טאטע קומט צו דער מלמד און זאגט אים אז אין אפאר וואכן וויל ער פארן צום חידושי הרי"ם און ער וויל אז דער רבי זאל פארהערן בערעלע, זאל דער מלמד זעהן אז ס'זאל זיין תלמודו בידו, דער מלמד האט אנגעהויבן זיין הארץ קלאפן און ער האט נישט געוואוסט וואו זיך אהין צוטוען, ער האט אנגעהויבן אנווענדן אלע מיטלען בידו אז בערל זאל כאטש עפעס קענען, אבער כל פעולותיו החזירו ריקם, בערל קאפ איז פארשטאפט און פארקנאקט.

ווען דער טאטע מיט בערל זענען אוועקגעפארן פון שטאט האט זיך דער מלמד אנגעהויבן פאקן זיינע פעקלעך, ווייל ער האט פארשטאנען אז ווי נאר זיין בעל הבית קומט אהיים פארלירט ער זיין פאסטן.

נאך אפאר וואכן איז דער איד אהיים געקומען מיט בערל און מיט א גרויסע שמייכל אויסגעשפרייט אויף זיין פנים גייט ער צו צום מלמד און זאגט איהם "א גרויסן ייש"כ פאר די מורא'דיגע ארבעט וואס דו האסט אריינגעלייגט אין מיין בערל", דער מלמד האט נישט פארשטאנען פונקטליך וואס גייט דא פאר, ווער נאך ווי ער ווייסט וויפיל בערל קען טאקע, פרעגט ער דעם טאטען "וואס האט דער רבי געזאגט?" זאגט איהם דער טאטע אז דער רבי האט פארהערט בערל און דערנאך האט זיך דער רבי אויסגעדריקט "נישקשה" וואס איז פשט בלשון גור "גוט און פיין"...

דער מלמד האט זיך זייער געוואונדערט וואס איז דא געשען, ביי די נעקסטע געלעגנהייט וואס האט זיך איהם געמאכט איז ער אפגעפארן קיין גור פרעגן דעם רבי'ן פשט אין די מעשה.

האט איהם דער הייליגער חידושי הרי"ם, דער ווארשעווער עילו וואס כל רז לא אניס לי' און ידו בכל התורה כולה, מסביר געווען "דער תורה איז אזוי אזוי גרויס ורחבה מני ים אז סיי וואס א איד קען איז עס גארנישט צו ווי גרויס דער תורה איז באמת, אע"כ קען איך נישט מער פון דעם קינד כלפי ווי גרויס דער תורה איז, ע"כ ווען דער קינד איז געקומען צו מיר און קוים געזאגט אביסעלע עברי מיט געהאקטע ציין און געקענט א טראפעלע טייטש און איך האב פארשטאנען אז אפי' דאס וואס ער קען יא, קומט נאך פילע שווערע כוחות, ע"כ האב איך געזאגט אז דאס קינד איז נישקשה, ווייל פארן רבש"ע איז נישט ווערד דאס כמות נאר דער איכות".

לענינינו, סיי וואס מ'טוט לעבוד את ה' איז נישט קיין נפק"מ דער כמות, בערעלע האט בכמות גארנישט געהאט אבער דער חידושי הרי"ם דריקט זיך אויס אויף איהם "נישקשה".

איך מוטשע זיך אויף טריט און שריט און בכמות האב איך גאר ווייניג אבער ווען איך ווייס אז פאר מיין טאטע איז דער עיקר דער איכות, דער קוואליטעט פון מיינע מוטשענישן, יעדע בליק אוועק, יעדע מחשבה וואס ווערט פארטריבן, יעדע מעשה וואס ווערט נישט אויסגעפירט, און אפוועגענדיג דאס אלעס, מיט די שוועריקייט מיט וואס דאס קומט, ווערט יעדעס איינציג התגברות "א דימאנט אינעם קרוין פונעם באשעפער" (קרעדיט שלום גאנץ) און מיין טאטע אליין זאגט מיר "מיין קינד נישקשה"!

ענטפער: איך דארף הילף ד' סיון התש"פ 06:43 #266942

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

איך שטיי היינט בס"ד צוויי וואכן אוועק פון 90 טעג בשעטו"מ, ואחשבה אז לעתכזאת איז נישט מער ווי פאסיג אביסל מיטטיילן מיט די חבירים מיין מעשה, איך האב מיך פארגעברייט און איבערגערעדט מיט אפאר חבירים וואס און ווען און איך האב שוין געהאלטן ביים עס ארויפשטעלן, אבער דא האט מיר אנגעהויבן ווערן קאלט און הייס, איך האב אליין נישט געואוסט וואס באדערט מיר האב איך עס איבערגערעדט מיט א פריינט און ער האט מיר מסביר געווען אז מיין עגאו און סעלפיש נאטור לאזט מיר נישט עס ארויסלייגן און דאס איז דער זעלבע זאך וואס לאזט מיר נישט שטייגן ברוחניות, וע"כ מוז איך זיך ברעכן פארדעם אליין און עס יא ארויפשטעלן און זיך נישט מער אפהאלטן איין מינוט.

ע"כ יראתי בפצותי שיח להתחיל, דאס הארץ קלאפט מיר און איך בין אביסל פארלוירן ווען עס קומט צו דעם אז איך שטיין דעם מציאות פנים אל פנים און נישט מורא האבן דערפון נאר פארשטיין אז איך ברויך טוען וואס איז ריכטיג און זיין שטאנדהאפטיג און זיכער ווען איך גיי דאס טוען.

פאלגענד איז א לינק צו שלום אהליך'ס רייזע, גייט אהין און גיבט א קוק, אויב האט איר עפעס צוצולייגן דאן זאגט און איך האף אז איך וועל בס"ד האבן די כוחות ווייטער צו גיין.

ענטפער: איך דארף הילף ד' סיון התש"פ 22:13 #266960

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 87 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 117
  • האט שוין געלייקט: 75 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל
  • קאָרמא: 12
שלום אהליך געשריבן on ד' סיון התש"פ 06:43:

איך שטיי היינט בס"ד צוויי וואכן אוועק פון 90 טעג בשעטו"מ, ואחשבה אז לעתכזאת איז נישט מער ווי פאסיג אביסל מיטטיילן מיט די חבירים מיין מעשה...
פאלגענד איז א לינק צו שלום אהליך'ס רייזע, גייט אהין און גיבט א קוק, אויב האט איר עפעס צוצולייגן דאן זאגט און איך האף אז איך וועל בס"ד האבן די כוחות ווייטער צו גיין.


שלום טייערע: זייער א שטארקע טריט אויף פאראויס טוסטו מיט דעם!
און דער אויבערשטער זאל דיר געבן כוחות אויך ווייטער, און עס זאל נישט אנקומען שווער, און אין איינוועגס זאלסטו אויך געבענטשט ווערן בגשמיות מיט אלעס גוט'ס!

זיי געזונט שלום.

פארלירן דאס געדולד,
איז פארלירן די מלחמה!

ענטפער: איך דארף הילף ה' סיון התש"פ 09:44 #266963

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12
שאם היו בני אדם מרגישין במתיקות ועריבות טוב התורה היו משתגעים ומתלהטים אחריה ולא יחשב בעיניהם מלא עולם כסף וזהב למאומה כי התורה כוללת כל הטובות שבעולם, עס דוכט זיך מיר אז אן עדיקט קען לייכט באצייכענט ווערן אלס אזא איינער וואס איז משתגע ומתלהט אחר זיין עדיקשאן, איך בעט ע"כ דעם רבש"ע אז דען יו"ט זאל איך זוכה זיין צו מקבל זיין דעם תוה"ק פונדאסניי און מיט ליבשאפט ווערן פון פריש פארעכנט אלס א חלק פונעם ממלכת כהנים וגוי קדוש, און מיינע תאוות און נטיות זאל פארטוישט ווערן צו א משתגעים ומתלהטים נאכן הייליגן תורה און דער באשעפער וואס איז דער נותן התורה.
  • בלאט:
  • 1
  • 2
  • 3
צייט צו מאכן א בלאט: 2.87 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא