ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט 4618 באזוכער

מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ט' אלול התשע"ט 16:31 #259389

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 272 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 27

מזל טוב, א נייע טרעד איז נארוואס געבוירן.

וואס איך גיי שרייבן אין דעם טרעד ווייס איך נאך אליינס נישט פונקטליך, אבער איך עפן נאך אלץ א טרעד.

פארוואס ? 

קודם מיט די צייט, קען זיין אז איך וועל זיך קענען ברענגען צו שרייבן, והשנית והוא העיקר;

ווען משיח וועט קומען, וועט דאך זיין א אפענע וועלט, ומלאה הארץ דעה, מוועט נישט קענען באהאלטן קיין זאכן, כ"ש אזעלכע גרויסע פעקלעך, אלזא, איך ווייס נישט ווי אזוי עס גייט צוגיין, צו מוועט זיך קענען אינגאנצן באהאלטן, אדער עט סאם פוינט וועט מען מוזן פעיסן משיח, ווען איך וועל סוכ"ס מוזן פעיסן משיח, וועט ער דאך א ודאי זיך עקל'ען פון מיר געבן די הענט, ער וועט מיך אנקוקן מיט אזא דערשראקענע פארווינדערטע בליק, דאס ביזטו ? הזאת נעמי ? עד כדי כך ? 

נאכן איינזינקען פאר בושה און הארץ קלעמעניש, וועל איך מסתם ארויסשטאמלען... עה... איך בין געווען געבינדן... איך האב זיך נישט געקענט העלפן.... עס איז געווען כאילו כפאו ש-ד... עבר ושנה נעשה לו כהיתר.... האומר אחטא ואשוב וכו' אין מספיקין וכו'.... 

וועט ער מיר מן הסתם פרעגן, לו יהא כדבריך, האסט זיך פראבירט צו העלפן ? 

אודאי, וואס הייסט, איך נאב דאך גראד חרטה געהאט, זיך פארגענומען, געפאסט, זיך געטובל'ט, תהילים, וכו' 

ניין !!! וועט ער געבן א שריי, איך רעד פראקטישע הילף פון אנדערע, הילף וואס האט געהאלפן אנדערע, האסט זיך אמאל נאך געפרעגט ?

אונטערשטע שורה, ער גייט מיר ווייזן דעם סייט, און אז די שרייבער האבן זיך געהאלפן דא, און זענען געהאלפן געווארן דא, און ער גייט פרעגן איבעראל ביזטו אנגעקומען נאר נישט דא ?!!!

דערפאר עפן איך די טרעד.

איך וועל אים ווייזן דאס איז מיין ניק, און דאס איז מיין טרעד, ווי נאר איך האב געזען א שיין פון הילף, בין איך גלייך דא געווען.

האפענטליך, וועל איך טאקע אינגאנצן אויפגעראכטן ווערן, און איך וועל זיך נישט דארפן שעמען בכלל.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: ט' אלול התשע"ט 16:33 דורך דראפעט.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ט' אלול התשע"ט 16:40 #259392

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

וואף!!!
דער קומט שטארק אריין!!!
איך בין נישט באזארגט. דער טרעד וועט פיין זיין אקטיוו, ביז ימות המשיח.
עטס וועטס נאך זען!
מזל טוב מזל טוב.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ט' אלול התשע"ט 16:41 #259393

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

אה... נאך א טרעד! נאך א קרישקעלע צו הדא! נאך א חבר איז אויפן באן, אויפן וועג צו הצלחה און סוקסעס בסייעתא דשמיא!

מזל טוב צו דיין נייע טרעד, און א ספעציעלע באגריסונג צו דיינע 19 ריינע הייליגע טעג!

זייער שיין און שטארק געשריבן. 

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: ט' אלול התשע"ט 16:42 דורך אחכה לו.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ט' אלול התשע"ט 17:29 #259398

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 829 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
  • קאָרמא: 15
הרב דראפעט,
זייער שטארקע ווערטער

האב נישט מורא צו שרייבן. איך האב אויך מורא געהאט אנפאנג, סגעשעהט גארנישט, סוועט דיר גיין גרינגער. קיפ איט אפ!

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: ט' אלול התשע"ט 17:30 דורך חיים חייקל.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ט' אלול התשע"ט 17:31 #259399

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47

מזל טוב צו דיין נייע טרעד!

זייער שטארק הנאה געהאט פון די פאנטש ליין.
איצטערט אריין אין ריקאווערי, טוה אן די גרויסע שטיוול, דו ווייסט וועלעכע, די וואס מען קען גיין אפילו אין די שניי, און הייב אן טראקן! אה, איך זעה דו האסט שוין 19 טעג, מזל טוב! קיפ אן טראקינג!

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ט' אלול התשע"ט 17:36 #259401

  • שלאמקע
  • איצטיגע שטרעקע: 190 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 79
  • האט שוין געלייקט: 19 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל
  • קאָרמא: 16

דראפעט דיין שפראך איז געוואלדיג 
קום אריין דא מער אפטער איך גלייב דער עולם וועט זיך מחיה זיין און אין די זעלבע צייט וועסטו אויך שעפן אסאך חיזוק. 

איך זעה דו האלטסט שוין אויף א וועג מיט גאנצע 19 טעג
קופ אפ יור גוד ווארק 

איך ווארט צו הערן מער פון דיר 
שלאמקע 

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ט' אלול התשע"ט 19:23 #259408

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

מזל טוב דראפעט  די ביסט גיוואלדיג 
זאל השם העלפן זאלסט האבן אסאך הצלחה מיט א שמייכל 
שמייכל ה ק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ט' אלול התשע"ט 19:51 #259411

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 272 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 27

יע, ברוכים תהיה, א ברכה אויף אייך.

איך געדענק ווען מען האט אמאל מרנן געווען נאך איינעם אז ער איז עפעס מיאוס דורכגעפאלן, דערנאך האט מען געשמועסט אז ער איז געווארן א בעל תשובה, אבער דער עולם איז געבליבן מיט אזא אבשיי פון אים.

מען האט זיך געגרוילט אים צו שענקן א האנט ביי א שמחה, און האלב וועגס מיט רעכט.

מיר שטייען די הייליגע טעג, און מיר בעטן פונקט ווי יעדן צווייטן אין ביהמ"ד, בני, חיי, ומזוני, און רוחניות וכו'.

דא דארט אונטערן טלית גיט א שווים אריבער דער יאר פאר די אויגן, די אלע ביטערע מעשים, מען פילט זיך סעקאנד קלעסס, מען פילט זיך פאר'מיאוס'ט  פון זיך אליין, פארשעמט פון כביכול.

דאן בעט מען מיט ביטערניש, טאטע זיי מיר מוחל, כבעט דיך העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן, פון היינט אן און ווייטער.

מיט ציטערדיגע הענט שטרעקט מען אויס די האנט. צו וועט דער אייבישטער רייכן א האנט פאר אזא פארשמירטע בריה ?

"אתה נותן יד לפושעים" זאגט דער נביא, יא, דער ליבער טאטע, טראץ וואס ער ווייסט גענוי וואס די האנט האט פריער אנגעארבייט, עקלט ער זיך נישט פון אונזערע הענט, ער גיט אונז זיין האנט, און דריקט אונזער אויסגשטרעקטע ציטערדיגע האנט.



ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: ט' אלול התשע"ט 19:54 דורך דראפעט.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ט' אלול התשע"ט 21:22 #259415

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
דראפעט געשריבן on ט' אלול התשע"ט 19:51:

"אתה נותן יד לפושעים" זאגט דער נביא, יא, דער ליבער טאטע, טראץ וואס ער ווייסט גענוי וואס די האנט האט פריער אנגעארבייט, עקלט ער זיך נישט פון אונזערע הענט, ער גיט אונז זיין האנט, און דריקט אונזער אויסגשטרעקטע ציטערדיגע האנט.


דער דראפעט איז פיינע נייעס 
הייבט נאר אן צו שרייבען און עס גיסט זיך פערל ווערטער 

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ט' אלול התשע"ט 22:50 #259431

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 169
  • האט שוין געלייקט: 452 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל
  • קאָרמא: 10

איך האב אמאל געליינט:
שלמה קאריבלאך איז אמאל אנגעקומען אויף א פלאץ אין ער איז ארומגעגאנגן באגריסן דעם עולם אין דער עולם האט אים אויפגענומען מיט גרויס כבוד
דארט איז געזיצן א חסידישע יוד וואס איז פינקט דארט געווען פאר א ביזנעס מיטינג אין ווען שלמה איז צוגעקומען צו דעם יוד צו געבן די האנט האט אים די יוד נישט געוואלט צוריק געבען  די האנט  האטזיך שלמה גענומען בעטן ביי אים ער זאל אים יא געבן די האנט אבער דער יוד האט זיך נישט געלאזט אין אים געזאגט אז ער האלט נישט פין זיין דרך פארדעם וויל ער אים נישט געבן די האנט 

האט שלמה ארויס גענומען זיין גיטאר אין גענומען זינגען אויף די ווערטער אתה נותן יד לפושעים מיט בכיות עצימות אין עס איז געווארן אזא התעוררות אז דער גאנצער עולם האט מיט געוויינט אזוי איז געווען פאר אפאר שעה ביז ווען ער האט שוין געדארפט גיין כאַפּן א פליגער
אפאר שעה שפעטער אויפן פליגער האט ער געכאפט א הארץ אטאקע אין ער איז אוועק

איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא
לעצט פארראכטן: ט' אלול התשע"ט 22:52 דורך טשולענט.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ט' אלול התשע"ט 22:53 #259432

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
טשולענט געשריבן on ט' אלול התשע"ט 22:50:

איך האב אמאל געליינט:
שלמה קאריבלאך איז אמאל אנגעקומען אויף א פלאץ אין ער איז ארומגעגאנגן באגריסן דעם עולם אין דער עולם האט אים אויפגענומען מיט גרויס כבוד
דארט איז געזיצן א חסידישע יוד וואס איז פינקט דארט געווען פאר א ביזנעס מיטינג אין ווען שלמה איז צוגעקומען צו דעם יוד צו געבן די האנט האט אים די יוד נישט געוואלט צוריק געבען  די האנט  האטזיך שלמה גענומען בעטן ביי אים ער זאל אים יא געבן די האנט אבער דער יוד האט זיך נישט געלאזט אין אים געזאגט אז ער האלט נישט פין זיין דרך פארדעם וויל ער אים נישט געבן די האנט 
האט שלמה ארויס גענומען זיין גיטאר אין גענומען זינגען אויף די ווערטער אתה נותן יד לפושעים מיט בכיות עצימות אין דער גאנצער עולם האט מיט געוויינט אזוי איז געווען פאר אפאר שעה ביז ווען ער האט שוין געדארפט גיין כאַפּן א פליגער
אפאר שעה שפעטער אויפן פליגער האט ער געכאפט א הארץ אטאקע אין ער איז אוועק


און ???

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט י' אלול התשע"ט 09:14 #259446

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 829 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
  • קאָרמא: 15
הרב דראפעט. לאמיר דיר עפעס דערציילן.

איך האב געהערט זאגן, אז ערגעץ אינמיטן וועג, נאכדעם וואס די עקסייטמענט וועפט אויס, הייבט עס אן צו גיין אביסל שווערער, סאיז דא באמפס אויפן וועג, סאיז דא קליינע שטיינער, גרויסע שטיינער, די לעקטער קען זיך אויסלעשן, ס'קען זיך אראפלאזן א שלאקס רעגן. און אזוי ווייטער.

וועגן דעם איז גוט ארויפצוקעמען און מיטטיילן פאר די עולם ווי אזוי סגייט, אפשר וועט זיין איינער וואס האט פונקט א פלעשלייט מיט זיך, אדער א שירעם, אפשר איינער קען דיר בארגן אפאר גוטע שטיוול, און אמאל אז סקומט א וואסער קען מען דיר צולייגן א האנט און א פלייצע דיר העלפן אדורוך שווימען די וואסער.

סא קום אריין, לאז די עולם וויסן ווי אזוי סגייט, אונז זענען גרייט צוהעלפן.

און אודאי נישט פארגעסן צוצולייגן א תפלה לקל חי, אז סזאל ח"ו נישט אינטערקומען קיין שום שטרויכלינגען אויפן וועג.

הצלחה וברכה, האב א גרינגע רייזע.

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: י' אלול התשע"ט 09:15 דורך חיים חייקל.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט י' אלול התשע"ט 10:18 #259451

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 432 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 754
  • האט שוין געלייקט: 1777 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 972 מאל
  • קאָרמא: 15

יא דראפעט קומט אריין קלאר

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט י' אלול התשע"ט 12:39 #259460

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 272 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 27
עס איז דא א אלטע ווערטל, איך בין טאקע געבוירן נאכמיטאג, אבער נישט נעכטן.

דראפעט איז נישט אזוי אינג ווי דער פרישער טרעד גיט א איינדרוק, דראפעט זיצט שוין אין דעם כף הקלע לאנגע יארן.

דראפעט האט שוין געהאט תקופות פון לענגערע הפסקות, און תקופות אן הפסקות בכלל, פון דעם סייט בין איך נאר לעצטנס געוואר געווארן.

דריי נקודות האב איך יעצט געוואלט בארירן.

איינס, ממוז סטאפן, עס איז א מורא'דיגע רעה פון אלע זייטן, דראפעט האט שוין געהאט תקופות וואס עס איז געווען שווארץ דאס לעבן, און תקופות וואס עס איז אים בכלל נישט אנגעגאנגן, צוריק קוקענדיג, איז דא איין צד השוה, ממוז דאס סטאפן, טאמער פארשטייסטו נישט היינט פארוואס, וועסטו דאס פארשטיין מארגן, מען שטויסט זיך אן מיט כלערליי סיבות, עס איז פשוט קעגן דעם סדר החיים אזוי אנצוגיין.

צווייטנס, נישט מחליט זיין אז מאיז יעצט אין א מוחין דקטנות, יעצט איז מען אין א שמוציגע תקופה ממילא לאזט מען נאך אין אידישקייט און אין מענטשליכקייט בכלל, און דאס ברענגט אז מזאל נאך אמאל דורך פאלן, מען דארף אנקוקן די סטראגל ווי א זייטיגע זאך, א פראבלעם, (איך וועל אפשר שפעטער מאריך זיין ווי אזוי מקען דאס אנקוקן עס זאל נישט גיבן דעם געפיל א מען איז ממילא עובר אויף די הארבסטע, סא וואס מאכט שוין אויס מיינע מצוות וכו') און א טאג דערנאך זאל מען געהעריג  ווייטער שישקענען אין שול ביים ליינען (כמיין אנגיין געהעריג)......

דריטנס, און דאס איז א שטארקע פוינט צו נעמען אין באטראכט איידער מען לאזט זיך אריין אין א מצב פון תאווה, אז אויב וועל איך יעצט נאכגעבן די תאווה, בינד איך מיך ארום מיט נאך א שטריק, איך פיטער מיין אדיקשאן, און דאס וועט מיך ברענגען אין א וואך צוויי ארום נאך אמאל צו טון די זעלבע זאך, דאס הייסט אז מיטן יעצט אויספירן, קאמיט איך זיך אז אין א וואך צוויי ארום וועל איך טון דאס זעלבע, נו, יענע תאווה האב איך דאך נאך נישט, איז עס א גרינגערע טול צו פייטן די יעצטיגע  נטיה צום תאוה.

סא אין איין ווארט, אויספירן (עקטן) יעצט, איז נישט בלויז פאר יעצט, דאס איז א סובסקריבשן און א קאמיטמענט אויף בקרוב נאכאמאל, דאס איז נאך א רינגעלע וואס האלט אן און בויעט אויף די אדיקשאן, סא דו קענסט עס אן קוקן ווי די עקסט אויס יעצט פאר אן אלטן שוואכן איד, מיט א לאנגע ווייסע בארד, וואס האט ניטאמאל כח זיך אליין צו מקנח זיין, ווייל די יעצטיגע מאל גייט דיך ווייטער פירן אויף דעם וועג ביז אויס.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: י' אלול התשע"ט 13:10 דורך דראפעט.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט י' אלול התשע"ט 14:20 #259469

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 829 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
  • קאָרמא: 15

הרב דראפעט, דו רעדסט דברים של טעם.

איין פראבלעם איז נאר דא, אז בשעת נסיון פארגעסט מען פון די אלע שיינע תורות. און אפילו מגעדענקט יא, איז די תאוה אסאך שטארקער......

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט י' אלול התשע"ט 15:04 #259478

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 272 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 27
איך האב ספעציעל נישט געשריבן בשעת תאווה, בשעת תאווה איז מען דאך א שוטה, איך האב געשריבן 'פאר מלאזט זיך אריין אין א מצב פון תאווה, למשל ביי אונז אין אפיס ארבעט א גוי וואס האט נישט קיין פילטער, ער פארשפארט אלעמאל זיין קאמפיוטער. אמאל אמאל ווען ער גייט אוועק נאך 5:30 בעט איך אים ער זאל עס לאזן אפן פאר מיר, איינמאל איך זיץ אין פארנט פונעם קאמפיוטער העלפט שוין געווענליך נישט גארנישט, אבער פאר איך בעט אים רשות קען עס נאך העלפן, און עס האט שוין געהאלפן.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: י' אלול התשע"ט 15:07 דורך דראפעט.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט י"א אלול התשע"ט 13:33 #259515

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 272 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 27
נעכטן האב איך געהאט זייער א שווערע טאג אין די ארבייט, סוף טאג בין איך געווען זייער דאון, אין פרידנס צייטן וואלט אזא מצב געקענט צוברענגען זיך אויסצולופטערן אויף א קראנקן אופן, יעצט אבער זענען מיר דאך אין א שעת מלחמה, איז אנשטאט דעם האב איך באשלאסן זיך אויסצולופטערן מיט דעם תגובה.

איך געדענק ווען אלץ קינד האט מען אמאל געכאפט איינעם עוסק זיין אין די ענינים, געדענק איך ווי דער.... האט אים געפרעגט ביזט געווארן א חזיר ? אין דערלאנגט א געזונטן פראסק.

אלזא זענען מיר חזירים ? אויב יא וואס זאגט דאס, און וואס ליגט אינטער דעם.

א חזיר האט צוויי נקודות, איינס, ער ליגט אין שמוץ, נובר באשפה, ער ציעט צי גארביזדש, צווייטנס, מפריס פרסה, ער שטרעקט אויס זיינע פיס, צו ווייזן אז ער איז כשר, דאס הייסט ער איז א היפאקריט, ליגט און טינופת, און האלט אין איין ווייזן די ווייסע זאקן.

והוא גרה לא יגר, יגר איז מלשון מורא, ויגר מואב, קיין יראת שמים האט ער נישט, שיינע פיס ווייזט ער, און ליגט אין טינופת.

נו, עפעס קענטליך ?

ליגט אין שמוץ, א שיינע איד, אן יראת שמים.

אבער לאמיר גיין א טריט ווייטער.

וואס עפעס אזא מאדנע נאמען חזיר ?

שטייט אין מדרש, אז לעתיד לבוא וועט דער חזיר חוזר זיין פון זיין טומאה און ווערן כשר (עי' אהחה"ק פרשת שמיני) , סא חזיר איז מלשון חוזר, צוריקדרייען.


נו, שטייט אין אוהחה"ק אז ער גייט טוישן זיין טבע און גייט יא גורה זיין (מעלה גרה זיין), און ווארשיינליך אז ער גייט ווערן טהור וועט ער אויפהערן נובר צו זיין באשפה.

סא וואס שטייט דא, אז אפילו אינעם גרעסטן שפלות, איז אויך מרומז אז עס איז דא א וועג אויף צוריק, ווי אזוי, מהייבט אן גורה (מורא שמים) צו זיין אפילו עס איז קעגן די טבע.

מה דאך א חזיר וואס בטבע איז נישט מעלה גרה גייט זיך טוישן (און ווי מיר ווייסן איז אין כל חדש תחת השמש, סא מסתם קען ער יעצט אויך, ער וויל נאר נישט), כש"כ א מענטש וואס האט א בחירה, און קען באמת בוחר זיין בטוב, קען א ודאי טוישן א טבע (נטיה).

ממילא קען זיין אז דער נאמען חזיר איז נישט אזוי געפערליך, ווען משיח וועט קומען וועט מען זיך אפשר נישט שעמען דערמיט, דער חזיר גייט זיין א בהמה טהורה, און וועט הייסן חזיר ע"ש שחזר לטוב, קען זיין אז מוועט זיך נישט שעמען צו עפענען א ביהמ"ד מיטן נאמען קהל חזירים.....

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט י"א אלול התשע"ט 16:33 #259526

  • יא איך קען!
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 119
  • האט שוין געלייקט: 111 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 11

איך וואלט דיר נישט געווינטשן א שווערע טאג, אבער איך קען באשטיין די זאלסט זיך אפטער אויסליפטערן דא.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט י"א אלול התשע"ט 16:39 #259527

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 596
  • האט שוין געלייקט: 943 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 756 מאל
  • קאָרמא: 14

דער קומט אריין גאר קלאר !!!
יישר כח

הק' העלפמי

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט י"א אלול התשע"ט 17:52 #259540

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 432 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 754
  • האט שוין געלייקט: 1777 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 972 מאל
  • קאָרמא: 15

שקויעך פאר די שיינע ווארט

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט י"א אלול התשע"ט 19:51 #259543

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 470 טעג
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 517
  • האט שוין געלייקט: 957 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1024 מאל
  • קאָרמא: 20
Wow הערליך שיינע ווארט

Just to bring to the light איך מיין מיר אין נאך אנדערע חברים דא באדערט מורא'דיג שטארק ווען מנוצט די ווארט חזיר
איך ווייס אז איך האב פשוט א שרעקליכע קרענק
איך בין נישט טמא אז איך זאל דארפן ווערן טהור 
איך דארף נישט זיין קיין חוזר

אין איך א וויכטיגע זאך אז פאר דעם ענין האב איך אפי' נישט קיין בחירה 

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט י"ב אלול התשע"ט 00:30 #259551

  • שלאמקע
  • איצטיגע שטרעקע: 190 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 79
  • האט שוין געלייקט: 19 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל
  • קאָרמא: 16

דראפעט כהאב זייער הנאה געהאט פון דיין געדאנק 
הערליך שיין אראפגעשריבן עס האט זיך ממש געליינט ווי פון זיך אליינס 
כהאדער פארדעם אפגעגעבן דיין פארדינטע קארמע.. 

זעה זיך נאר נישט צו אפדראפענען פון דא און פארשטייט זיך שרייב מער מיר ווילן הערן נאך פון דיינע געדאנקן 
מיר קענען ניצן יעדעס ברעקל חיזוק 

שלאמקע 

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט י"ב אלול התשע"ט 17:01 #259597

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 272 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 27
אקעי, פרישע מאגן קרעמפפן.

רעדי פריינט ?

אין א ארמיי איז דא שטארקע דיסציפלין, ארגאנאזעישאן, ארדענונג.

יעדער באטיליאן, בריגאדיר, לעגיאן, האט זיין נומער, פליכט, און ציל.

עס איז דא די נעווי קארפס, לופט פארס, סייבער פארס, שפיאנאזש אפטיילונג, מעדיקעל, טעקניקעל, וכו' וכו'.

די אלע זאכן שטעלן צוזאם א קנאקעדיגע ארמיי.

טראץ וואס יעדער איינער האט א באזונדערע פליכט און ציל, נומער, און קאליר, איז אבער דא איין גרויסע געמיינזאמע פליכט און ציל, צו קעמפן פארן געבורטס לאנד אדער קעניג.

זעלבסט פארשטענדליך אז יעדער סאלדאט טראגט אן אחריות נישט בלויז פאר זיך, נאר פאר די גאנצע ארמיי, פארן גאנצן לאנד.

די זעלבע איז מיט יעדע רעגימענט, בריגאדיר, יעדער טראגט די אחריות פארן הויפט ציל, נאר היות עס פעלן זיך אויס געוויסע סארט ארבייט, ווערט עס איינגעטיילט אין דיוויזיעס.

אן איינע פון די אלע דיוויזיעס, למשל אן די לופט דיוויזיע, אדער אן שפיאנאזש, איז נישט מעגליך צו געווינען א קריג.

אינטערשטע שורה, יעדער סאלדאט, ווייסט אז ער טראגט אן אחריות פאר זיך, און פארן גאנצן לאנד, און אז אן זיין סערוויס איז נישט שייך צו געווינען גארנישט.

קען אמאל זיין אז א סאלדאט זאל טראכטן, הלואי וואלט איך געווען אין די שפיאנאזש אפטיילונג, אדער אין די נעווי, אבער ער פארשטייט אז די מיליטערישע אקאדאמיע האט איינגעטיילט די פליכטן לויט די כשרונות און די מעגליכקייטן, און עס איז נישט עכט שייך עס איבערצומאכן.

זעלבסט פארשטענדליך אז ווי מער סענסעטיוו די ארבייט איז, אלץ מער נעמט מען דארט נאר מער קוואליפיצירטע מענטשן, און אלץ מער זענען די מענטשן וויכטיג פארן סוקסעס.

---

דער באשעפער האט באשאפן די וועלט, ער וויל מיר זאלן אים מאכן א נחת רוח.

מיר קענען נישט פארשטיין אדער אפילו נאנט קומען צו פארשטיין זיין מהלך המחשבה, כי לא מחשבותי מחשבותיכם.

די נחת רוח איז דורכן בייקומען דער יצר הרע, אויף פילע פראנטן.

כלל ישראל איז א קומה שלימה, דער אייבישטער איז נאר א מלך ווען ער האט א פאלק, אין מלך בלא עם, און א גאנצע פאלק, מינים, און אפטיילונגען וואס א אלגעמיינע פאלק פארמאגט.

די סדר ווי אזוי די קומה שלימה ברויך פארשאפן א נחת רוח, איז איינגעטיילט מיט א פונקטליכע סדר, יעדער האט זיין פליכט, זיין ציל, אבער איבער אלעם איז דא איין גרויסע ציל, שאפן א נחת רוח פארן באשעפער.

יעדער האט זיין בריגאדיר, זיינע שוואכקייטן, די וואס האבן שוואכקייטן אין גאווה, ברויכן קעמפן מיט זייער שוואכקייט, די וואס האבן שוואכקייטן אין שווינדלען, ברויכן דארט פייטן.

די אפטיילונגען זענען איינגעטיילט געווארן פונעם מענופעקטשירער, אליין, ער קען יעדן אינסייד אוט, ער האט איינגעטיילט די פליכטן, סא סאיז נישט שייך עכט מערער צו זיין.

פאר אונז איז צוגעטיילט געווארן זייער א סענסעטיווע פליכט, מיר זענען אין די קדושה בריגאדיר, אונזער שוואכקייט איז דארט, מיר ברויכן דארט פייטן, מיר פייטן פארן גאנצן קומה שלימה, מיר טוען די ארבייט פאר גאנץ כלל ישראל, מיר זענען די קדושה בריגאדיר.

חברה, מיר האבן א גרויסע אחריות, מיר קענען נישט פעילן, ווען מיר טוען נישט וואס מען ברויך, ווערט דאס ריפלעקטעט אויף די גאנצע ארמיי, און א יסודות'דיגע ריפליקשאן.

אלזא, זאל אייך נישט באנג טון פארוואס מיר זענען געשלאגן מיט א גרעסערע מאס תאוה, אדער מיט א שוואכערע קאנטראל, מיר זענען אין די בריגאדיר, דאס איז אונזער פליכט.

יעצט גייט מען ממליך זיין דעם אייבירשטן, לאמיר געדענקען אונזער אויפגאבע, אונזער מישען, אונזער סענסיטיווע דעוויזיע, און לאמיר זיכער מאכן אז די מלוכה פעילט נישט.


לעטס ראלל !!!!

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט י"ב אלול התשע"ט 17:50 #259610

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

ווי ביסטו געוועיזן ביז יעצט די ביסט זייער שטארק

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: י"ב אלול התשע"ט 17:51 דורך יחיאל.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט י"ג אלול התשע"ט 11:45 #259659

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 596
  • האט שוין געלייקט: 943 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 756 מאל
  • קאָרמא: 14
Helpmeasap געשריבן on י"א אלול התשע"ט 16:39:

דער קומט אריין גאר קלאר !!!
יישר כח


איך מיין אז איך דארף גארנישט צולייגן אויף וואס איך האב שוין געשריבן

הק' העלפמי

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט כ"ב אלול התשע"ט 20:59 #260010

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 272 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 27
פרישע געבעקסן:

אל נא תשת עלינו חטאת, אשר נואלנו ואשר חטאנו.

זיצט פרעה אויפן טראן, דער גרעסטער מעכטיגסטער מענטש אויף דער וועלט.

דער קעניג פונעם רייכסטן לאנד אויף דער וועלט, די גרעסטע חכמים און חכמות זענען אין מצרים, די גרעסטע מכשפים זענען זיינע עצה געבערס.

מיליאנען שקלאפן ארבעטן ביטער שווער ביי אים אין לאנד, יעדער פארגעטערט אים, יעדער דינט אים, אלעס אין מצרים באלאנגט פאר אים, בקיצור, דער וועלטליכער 'קים זשאנג און', ער וואלט מסתם געווען "טיים מאגאזינס" מאן פונעם יאר הונדערט אדער פונעם מילעניום גאר.

פלוצלינג קומט א הויכער אידל, פון די שקלאפן פאלק, און מיט חוצפה פארלאנגט ער פון פרעה זאל באפרייען די שקלאפן, ער רעדט אין נאמען פון אלמעכטיגן.

פרעה ווערט צומישט, ווי אזוי זענען זיי אריין אין פאלאץ ? עס זענען דאך דא פיל מיט סעקיוריטי כישוף, און סתם אזוי שומרים ?!

פרעה פארשטייט אז עפעס איז נישט אין ארדענונג דא, נאך דעם וואס זיי ווייזן שטארקע צייכענעס, מיטן שטעקן אין מיט די בלוט, פארשטייט ער אז ער גייט דא אריין אין א שפיל וואס ער קען נישט די כללים, ער ווייסט נישט ווי אזוי עס וועט זיך ענדיגן.

און טאקע, ער כאפט א מכה פון בלוט, ביזי ביזיונות, ער איז צובראכן ווי א שארבן, ער באשלוסט אז דער משה איז נישט זיין בר פלוגתא, ער קען מיט דעם גאט נישט ציען קיין פינגער, ער גייט אויפגעבן און פטור אן עסק.

ער וויינט און בעט משה נעם אוועק די מכה, און איך גיי שוין זיין וואויל.

די מכה ווערט אוועקגענומען, מצרים וועלט ווערט צוריק וועלט, פרעה איז דער מעכטיגסטער מענטש אויפן פלאנעט, ער גייט ווייזן דעם משה אז ער פייפט זיך אויס אויף אים, איי וואס וועט זיין נאכדעם ? הו קעירס, דער עיקר אז יעדער זאל זען אז פרעה איז מעכטיג, און דערשרעקט זיך נישט פאר קיינעם.

אהה... פרעה האט אויסגעפירט.... אהה מחי'...   יעדער זעט ווי מעכטיג איך בין........

זשאבעס, גרויליגע שליים זשאבעס פילן אן מצרים אויף א שרעקליכן פארנעם, פרעה זעט שוין צום צווייטן מאל אז ער קריגט זיך נישט דא מיט זיינס גלייכן, ער מוז באצייטנס אויפהערן דעם ריזיקירטן שפיל, מלויפט צו משה, מוויינט אז מגייט שוין זיין וואויל, און מגייט סטאפן די געים.

משה האט געדולד, די פרעש גייען אוועק, פרעה אויף עפעס א וועג קריגט צוריק זיין שטאלץ, ער וועט ווייזן ווער ער איז....

יו אוי א אה !!! איז דאס גוט !!! א מחי'  .... אהה... פרעה איז מעכטיג.....


לייז, גרויסע עקלדיגע לייז....

חוזר חלילה, פרעה ווערט דיפרעסט, ממוז סטאפן זאלן די אידן גיין צו די שווארצע פעפער, נאר די עקלדיגע לייז זאלן מיט גיין !!!!!

די לייז גייען אוועק, ויכבד ה' את לב פרעה, ער איז נעבעך געצווינגען ווייטער צו אנפייפן משה, ער שעלט זיך אליינס, וואס גייט דא פאר ? פארוואס קען איך נישט איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן פון דעם אנשיקעניש און ארויסלאזן די אידן ?

געצווינגענערהייט פייפט ער אן משה, שרייט אההה, א מחי'.....יו אהההה.....  אוי וויי געוואלד !!! בלאטערלעך.... איי איי איי.....

כי אני הכבדתי את לבו... א העכערע כח צווינגט אים אויפצו לעקן די ברעככאכץ, ככלב שב על קיאו, אודך אנפייפן משה, קעגן זיין אייגענעם ווילן, נאך א מכה, נאכאמאל חרטה... נאכאמאל די גוטע געפיל פון שטאלצקייט.... נאך א מכה, נאכאמאל חרטה....

שוין אמאל געהערט די מעשה ?

די ראשונים זענען מסביר, ווי אזוי איז געווען אני הכבדתי את לבו, עס איז דען נישט דא קיין בחירה ?

זענען טייל ראשונים מסביר אז ער האט געהאט א בחירה נאר אין אנהייב, די שפעטערדיגע הכבדת הלב איז שוין געווען א חלק פון זיין עונש, דעמאלט איז ער שוין נאר געווען א פאפעט, ער זאל זיין א גרעסערע חוזק, כאפן מער קלעפ, את אשר התעללתי במצרים....

------

עס איז דא אמאל א מענטש וואס שפירט אז ער האט פארלוירן די בחירה, ער זינדיגט נעבעך בעל כרחו.... אמאל קען זיין אז דאס איז שוין א חלק פונעם עונש.. ...

דערפאר ברויך מען איינרייסן, אל נא תשת עלינו חטאת, לייג נישט ארויף אויף אונז זינד, אשר נואלנו ואשר חטאנו, ווייל מיר האבן געזינדיגט, דאס איז גאר א ביטערע עונש, מזאל זיין געצווינגען צו זינדיגן אלס א עונש, און האבן אזא פנים ווי פרעה.

מען ברויך מיט געוואלד זיך אויסרייסן פון דעם מצב ווי מאיז, סטאפן דעם סייקל פון די עבירות מיט די עונשים.... און מיט אמת'דיגע תשובה און תפילה, וועט זיך דער שרעקליכער עונש סטאפן, און מוועט צוריק באקומען א נארמאלע בחירה, און זיך אויפהערן אליינס חרוב צו מאכן.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ג' תשרי התש"פ 22:54 #260182

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

מען קוקט זוך צו וואס פארא גוטע דבורים ווערן געשריבען אין שוין אפאר וואכען שטיל
געטראכט אפשר איז ער נישט דא. היינט טרעף איך אים . הייסט אז ער איז יא דא
קום איך ארויס מיט אן עפענדליכע פארלאנג "אינז דארפען נאך "    קיפ אפ 

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ד' תשרי התש"פ 15:40 #260192

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל
  • קאָרמא: 18
יחיאל געשריבן on ג' תשרי התש"פ 22:54:

מען קוקט זוך צו וואס פארא גוטע דבורים ווערן געשריבען אין שוין אפאר וואכען שטיל
געטראכט אפשר איז ער נישט דא. היינט טרעף איך אים . הייסט אז ער איז יא דא
קום איך ארויס מיט אן עפענדליכע פארלאנג "אינז דארפען נאך "    קיפ אפ 


גא"מ מעומק הלב אונז דארף מיר נאך פון דיינע פרישע ווארע עס גוט חיזוק פאר יעדן

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ז' תשרי התש"פ 23:20 #260226

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 272 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 27



בעצם זענען יעצט ביזי טעג, קיין סאך צייט צו שרייבן/זינדיגן איז נישט דא, אבער איין ווארט לכבוד יחיאל.

מיר מוטשענען זיך מיט א שווערע מלחמה, מפייט, פאלט דורך, פייט ווייטער וכו', מווערט צובראכן און צוקלאפט, טייל ווילן אויפגעבן, טייל זיצן פלעין און וויינען, טייל הייבן כסדר אן מיט א פרישקייט.

אמאל ביי א מלחמה איז אבער גוט אריינצו בליקן ביים שונא.

מורי ורבותי, דער ייצר הרע איז אויך גוט צוזעצט... ער וויינט אויך, כסדר מיינט ער אז ער האט דיך, דערווייל גיבסטו זיך אזא גליטש ארויס פון זיינע לאפעס... הייבסט אן מיט א צובראכן הארץ פון פריש, ער פלאצצט אוועק, ער שעלט, ער איז דעפרעסט, איך זאג אייך, שוין געמיינט אז האט דיך דער'פטר'ט, און דערווייל הייבסטע אן פון פריש צו ציילן.... ער קראכט..... ביליוו מי, איך ווייס וויאזוי ספילט.....  

אבער ליבע פריינט, דער יצר הרע קען טאקע צוזעצט ווערן, אבער איין זאך ער חלומ'ט נישט פון אויפגעבן.... איר קענט מיך טראסטן אויף דעם....

האו אבאוט מאובי תחכמינו, מאיז צובראכן, צוקלאפט, אבער אויפגעבן ? זאל ניטאמאל בייפאלן....

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: ח' תשרי התש"פ 07:13 דורך דראפעט.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ז' תשרי התש"פ 23:46 #260228

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 207
  • האט שוין געלייקט: 433 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 647 מאל
  • קאָרמא: 2

גאר גוט געשריבן קורץ און שארף, דעם מאובי תחכמינו אזוי הערליך פארטייטשט.

געוואלדיגע חיזוק, א שיינעם דאנק.

אברעמעל.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ח' תשרי התש"פ 17:03 #260236

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

זוך באלעקט שכח'

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ח' תשרי התש"פ 17:26 #260239

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל
  • קאָרמא: 18

זייער שיין און א שכח פאר יחיאל פארן בעטן

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ח' תשרי התש"פ 19:20 #260243

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

אויש זאגט ער גוט

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ל' תשרי התש"פ 17:20 #260612

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 272 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 27

היינט בין איך אין די גיסטע פון שרייבן, איי כהאניש וואס ? טו מיר עפעס.

ר' געציל פרידמאן האט 11 קינדער בליעה"ר (מינדערוויכטיגע איינצלהייטן געטוישט פאר פריוואטקייט,- עכט נישט, כשרייב נאר אזוי מזאל מיינען), אלע וואוילע, פיינע ב"ה, מען שעפט נחת פון אלע.

דא קומט אריין נחמי'לע.

נחמי'לע, א זיס קינד אויפן פנים, אביסל טשינאש.

נחמי'לע איז שוין אלס קליין קינד געווען א טראציג קינד, א דוקא'ניאק, א טראבל מעיקער.

געהאט צו טון מיט די מלמדים, מיט די טיטשערס, מיטן קעכער, מיטן שכן, און מיט וועם נישט ?

ר' געציל האט זיך זייער געגעסן מיט נחמי'לע, אלס בחור האט ער ממשיך געווען מיט זיינע מעשים טובים, פארשטייט זיך אז א חתן איז ער געווארן שוין זייענדיג אן עלטערער בחור, און גענומען האט ער א שוואך מיידל, און צוזאמען שבח'ן זיי ארום, און דערווייטערן זיך פון אידישקייט.

די חבירים, ביהמ"ד אידן, משפחה האט שוין לאנג משלים געווען אז נחמי'לע איז שוואך אין אידישקייט, אמאל ווערט ער בעסער פאר א פאר טאג, און דערנאך פאלט ער גלייך צוריק, עס איז ביי יעדן געווען געסעט אין מח אז נחמי'לע איז נישט קיין חלק פון די פרידמאן משפחה און אז דאס איז עס.

אבער נישט ר' געציל, ר' געציל איז ארומגעלאפן צו קברים מיט ציגלעך, געלערנט זרע שמשון, געזאגט תהילים, מזכיר געווען ביי גוטע אידן, די צען אנדערע קינדערס נחת האט גארנישט פארמינערט די צער וואס זיין נחמי'לע האט אים פארשאפט, פון גרויס ווייטאג איז ער קראנק געווארן, כסדר אויפן קראנקן בעט איז ער געווען פאר'דאגה'ט וואס וועט זיין מיט נחמי'לע, אויב וועט ער שטארבן, וועט די לעצטע שטריקל אפגעריסן ווערן.

וויפיל די משפחה האט אים פראבירט צו איבערצייגן אז אנדערע וואלטן זיך געווינטשן אזעלכע 10 קינדער, און ער זאל זיך טרייסטן מיט די נחת וואס ער האט יא, האט דאס נישט געארבעט.

ר' געציל איז געווארן שוואכער און שוואכער, ביז זיין צייט איז געקומען.

זיינע שוואכע ליפן האבן געשעפשעט עפעס, איינע פון די קינדער האבן זיך צוגעבויגן און איז נישט פארווינדערט געווארן צו הערן, נחמי'לע....

יאפס, א טאטעס הארץ.

....

סאיז דא א הערליכע כלל ישראל, פיינע גוטע אידן, ערליכע און סטאבילע.

דא א קליינע פראצענט, דארט ביים עק, וואס סטראגלט ארום מיט ביטערע נסיונות, פאלן דורך מיט די ארגסטע, טוען תשובה, פאלן צוריק, און אודך.

אלע זייטיגע צוקוקער האבן שוין לאנג אפגעמאכט, זיי זענען נעבעך נישט קיין חלק פונעם ציבור, זאלן זיי פאטשקענען און די בלאטע, נעבעך אזעלכע מינע מענטשן זענען זיי, קיינער גלייבט שוין נישט אין זיי, און זיי אליין זענען אויך פארצווייפלט, און זענען שוין אויך מסופק צו איינער האט נאך געדולד צו זייערע ראולי קאוסטער מצב.

אבער דער באשעפער איז אונזער טאטע, עס לעוועלט זיך נישט אויס אז עס זענען דא צדיקים, ערליכע אידן, - ער טראכט פון נחמי'לע א גאנצן טאג, יעדע גריס איז אים קריטישע נייעס.

אקעי, עד כאן.

אז כוועל האבן בעסערס וועט מען שרייבן בעסערס, אבער געדענק, דער אייבישטער ווערט נישט נמאס פון די סטראגלעך, און יעדע קנייטש איז אים וויכטיג.

ביי ביי פאר יעצט

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ל' תשרי התש"פ 18:08 #260615

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל
  • קאָרמא: 18
אונז וואונשטען זיך אז די זאלסט זיין מער און די גוסטע ווייל מה דאך ווען די האסט נישט ואס צו שרייבן איז עס אזוי גוט וואס וועט זיין ווען די וועסט יא האבן?

איך גרייט מיר שוין אויף ערענסטע סחורה
ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ל' תשרי התש"פ 20:42 #260616

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 250 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 281
  • האט שוין געלייקט: 330 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל
  • קאָרמא: 25

איך האב נעישט קיין ווערטער פאר דיר מיין טטיערע חבר דראפעט אזווי קלאר פיל מיט חיות הלאוי אויף מיר מיט אזא זיכערקייט

איך האב מורדיג האנאה פון דיין פאסט'ס

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ל' תשרי התש"פ 20:53 #260618

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
Y Y Y
שכח דראפעט. א שטארקע חיזוק געווען פאר מיר.
זיי געזונט און ריין.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט א' חשון התש"פ 11:57 #260644

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 272 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 27

דאס איז מיין אשכול.

דא שרייב איך וואס איך וויל.

היינט בין איך אביסל אנגעצויגן, וועל איך שרייבן א מעשה, און די פוינט וואס איך וויל ארויסברענגען וועט יעדער מוזן אליין צוטרעפן.

עפעס וועגן מענטשן וואס נוצן קאמפיוטערס ווען זיי ווילן האבן ווארעמע לופט (א קאמפיוטער גיט ארויס אביסל ווארעמע לופט), און וואס קוועטשן ארויס פארגעניגנס פון אומריכטיגע גלידער (נישט די וואס רייבן זיך די פאנגאס פיס אין מקווה מיטן גאנצן קראפט, דאס איז גראדע א עצה טובה פאר די מענטשן, זיי זאלן זיך לאזן ווערן אינפעקטעד פון פאנגאס, און דאס גוט טיף קראצן, עס שאפט אויך אזא רייצנדע פארגעניגן.... און איז נישט אזוי עדיקטיוו...)

די האלז זיפער

משה האט זייער געגליכן צו עסן, ער איז געבענטשט געווארן מיט א אומשטילבארע אפעטיט, און פעלערהאפטע דריזן.

א מבין אויף א גוט שטיקל איז ער אויך געווען, אלזא האט ער געלאזט זיין אפעטיט איבערנעמען די לייצעס פון זיין לעבן.

זעלבסט פארשטענדליך, אז די מוסדות זיינע האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די ופרצת ימה צפונה ונגבה וגו' מיסיע, איינשלינגענדיג חלל פון אלע זייטן, פארפילענדיג די לופט ארום אים מיט גרויסע הענגעדיגע שטיקער פעטנס.

די שוועריקייטן פון אויפהאלטן אזעלכע גרויסע מוסדות האבן נישט פארפעלט צו קומען, די אטעם איז געווארן קורצער, די בלוט דרוק איז ארויף, די הענטעלעך האבן מער נישט געקענט גרייכן צו פלעצער אויפן גוף וואס עס ברויך גרייכן אלס מענשליכקייט, בקיצור, משה האט געזען אז ער קומט אן צו א דעד ענד.

[נאך א קליינע זייטיגע פראבלעם האט משה געהאט, אז סוף כל סוף נאכן אריינרוקן א שטעטל ביי זיך אין בויך, פלעגט ער זיך פילן שרעקליך פיל, ער האט געפילט ווי ער גייט עקספלאדירן, זייער נישט אנגענעם געווען פאר אים אריינצופאלן גראד נאכדעם אין בעט.]

א גוטן של ראש האט משה געהאט, א נאר איז ער אויך נישט געווען, משה האט געוויסט אז ער מוז נעמען שריט.

אבער פאררעכטן דעם פראבלעם האט משה נישט געהאלטן דערביי.

נאכן אויסהערן אלע אפציעס פון דייעטס, זיך בענדען, סטעפלען, זאגט משה פארן דאקטאר, דאקטאר, איך האב א המצאה, און איך בין גרייט צו זיין דער עקספירימענט דערויף.

משה'ן איז ווירקליך בייגעפאלן א וואנזשעם המצאה.

דער עיקר פראבלעם פון די געשמאקע מאכלים, האט ער אויסגעפיגערט איז, אז די איינגעשלינגענע, נאכן דורך גיין זיין בית הבליעה, ווען ער האט שוין געהאט די הנאה דערפון, פארן זיי ווייטער צו די קישקעלעך זיינע, דארטן פלאצירן זיי זיך נעבן די עלטערע שכינים דארטן, און זיי האלטן זיך נישט ביים ארויסרירן פון דארט.

ווי וועט זיין אז מען וועט אים אינסטאלירן אזא זיפער אויפן האלז, ווי ער וועט קענען אינטערלייגן אזא זעקל, און דאס געגעסענע, תיכף נאכן שלינגען זאל דארט ארויספאלן, און בכלל נישט גיין ווייטער צו די געפילטע קישקעס זיינע, נאר גראד אין זעקל אריין ?

משה האט אויסגעפיגערט אז מיט דעם האט ער געשאסן עטליכע פייגל אויף איינמאל.

איינס, ער וועט אפפאלן וואג, צווייטנס, ער וועט קענען רוקן און רוקן, און קיינמאל נישט פילן פיל, דריטנס אין די קישקעס זיינע וועט ער נאר פלאצירן גאר געזינטע מאכלים, פערטנס.. פיפטנס ...

אומר ועושה, משה לייגט זיך אויס, כמיין מלייגט אים אויס, און מאינסטאלירט אים דעם זיפער.

משה האט גוט פאראויס געזען.

די מאכלים זענען תיכף ארויסגעפאלן, גענוי ווי דער פלאן האט געלויטעט, משה האט געשלינגען און געשלינגען נאן סטאפ, מיט די צייט האט ער צוגעלייגט א גרעסערע מיסט זעקל, אינטערן גארגל.

מאכלים זענען באשטעלט געווארן ווי פאר א גאנצע ישיבה, אלעס דורך געפארן זיינע שטומפיגע ציין, זיין צוקריצטן צונג, אים פארשאפט די פרעסן פארגעניגן אויף די מינוט, אין תיכף ארויס.

די אפעטיט האט איבערגענומען רוב פון זיין סקעדזשול, אים אריינגעפירט אין קראנקהאפן עדיקשאן, ווען עפעס אנדערשט אויסער מחשבות פון פרעס, לויפט נישט דורך זיין מח.

נו, די צינג איז דאך דאך נישט באשאפן געווארן פאר דעם צוועק, די צינג האט דאך א נארמאלע שליחות, מיט די צייט זענען אים די ציינער ארויסגעפאלן, און די צינג האט פארלוירן א חלק פונעם שפיר קראפט, נעבעך אויסגעשלאגן געווארן מיט קרעץ.

ביז משה האט זיך דערזען אין א פיל טיפערן פלאנטער ווי פריער, עס איז אבער שוין געווען צו שפעט.

משה האט פארשטאנען אויף די אייגענע ביינער אז א פראבלעם ברויך מען פאררעכטן, נישט נוצן א לאאפהאל, א לעכל אינעם סיסטעם, וואס וועט מיט די צייט ווערן ערגער און ערגער ביז עס וועט ווערן א אומפארעכבארע פראבלעם.






ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט א' חשון התש"פ 13:04 #260646

  • יא איך קען!
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 119
  • האט שוין געלייקט: 111 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 11
דראפעט געשריבן on ל' תשרי התש"פ 17:20:

דא א קליינע פראצענט, דארט ביים עק, וואס סטראגלט ארום מיט ביטערע נסיונות, פאלן דורך מיט די ארגסטע, טוען תשובה, פאלן צוריק, און אודך.


זייער שיין געשריבן, אבער מיט דעי סענטיס בין איך מחולק, מען רעדט דא פון די שענסטע און בעסטע פון כלל ישראל וואס דרייען זיך דא אויף אונזער הייליג ווינקל.
לעצט פארראכטן: א' חשון התש"פ 13:05 דורך יא איך קען!.

ענטפער: מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט א' חשון התש"פ 15:34 #260650

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 272 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 27

יעצט געווען אליין קעגן א אפענע קאמפיוטער, א שטילע אפיס, א קריסטאלע ריזיגע סקרין, א באקוועמע גרויסע בענקל.

נו, הנהו עכברי רשיעי נינהו, די מייזל האט אנגעהויבן צו לויפן, און כהאב שיר נישט געהאט א נסיון זיך צו לאזן וואוילגיין.

איך האב זיך דערמאנט פון מיינע 70 טעג, און פון מיינע עטליכע אין דרייסיג יאר, און די שאלה איז ארויף געקומען

"אם לא עכשיו אימתי ?"

איך האב שוין געטראפן הד"א, איך האלט שוין ביי 70 טאג, זאל איך עס געבן א פארוויש ? 

דאן ווען וועל איך זיך נעמען אמאל אין די הענט ?

געמיינט האב איך אז איך זיץ דארט אליין, אבער דער באשעפער איז געווען מיט מיר.

געלויבט דעם פון אויבן, איך האב שנעל געקליקט אויף סליפ, און דער קאמפיוטער איז טאקע פארשפארט געווארן און איינגעשלאפן.

איך ווייס אבער אז דער יצר הרע שלאפט נישט, ער ארבעט אווערטיים.

הייליגער באשעפער, לייג מיך נישט אריין אין א מצב פון א נסיון.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

צייט צו מאכן א בלאט: 3.23 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא