ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י 692 באזוכער

אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ג כסלו התש"פ 12:44 #262858

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

כי עלה מות בחלונינו,
מחוץ תשכל חרב ומחדרים אימה,
אוי לנו שכך עלתה בימינו, אוי לנו כי חטאנו.

א בלוטיגע טאג איז נעכטן פאריבער אויף כלל ישראל
א שוידערליכע טאג איז נעכטן פאריבער אויף כלל ישראל
א טיפער-טרויריגער טאג איז נעכטן פאריבער אויף כלל ישראל
א טאג וואס וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן ווערן פון אידישע הערצער.

איך זיץ אין מייין אפיס אין איך וויין,
איך פארוויש מיינע טרערן, ווען עס ווערט אבער גלייך פארפלייצט פון א פרישע גאס פון טרערן.
רבוש"ע ווי קען מען אזאנס פארטראגן?!, ווי קען מען עס איבערקומען?!, אזוי ברוטאל, אזוי גרויזאם.

א יונגע בחור וואס האט ניששט זוכה געווען מעמיד צו זיין דורות לה' ולתורתו
א בחור א העלד וואס האט געווידמעט אלע זיינע טעג צו טון און העלפן אנדערע אידן.

א יונגע מאמע פון פיצלעך פרישע נארוואס געווארענע יתומים'לעך
אן אם הבנים שמחה, וואס איז פון איין מינוט אויפן צווייטן אזוי ברוטאל אוועקגענומען געווארן פון אירע עופה'לעך.

*

אין די צייט וואס דער אלגעמיינער גאס איז פארנומען מיט די נייעס חלקים
וויל איך דא ווידמען מיין "קבלה טובה" אין ליכט פון דער בלוטיגער טראגעדיע ה"י:

"רבוש"ע הריני מקבל עלי אין די קומענדיגע צוויי וואכן ביז חנוכה, צו זיין מער אפגעהיטן ווען איך גיי אפן גאס, זיך צו היטן מער פון סייי וועלכע אופן פון לאסטן, סיי ווי איך גייי, און סיי ווי איך וועל זיך געפינען. אנא ה', איך בעט דיר באשעפער, עמוד לימיני וסמכינו, ווייל אליינס קען איך נישט. און העלף אז דאס זאל זיין א טובה פאר דיי צוויי הייליגע נשמות, און ס'זאל שוין זיין עליה השלם כל הקרבנות כולם, בביאת גואלינו בב"א.

*

ווער עס פילט אז ער וויל אויך נעמען א קבלה טובה אויף זיך, קען עס דא פאראייביגן, און מ'מוז נישט שרייבן וואס די קבלה איז אויב שפיררט מען נישט באקוועם, נאר בלויז שרייבן אז מ'נעממט זיך עפעס פאר.

בזכות זה, זאלן מיר שוין זוכה זייין אז מי שאמר לעולמו די, יאמר לצרותינו די די די.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ג כסלו התש"פ 13:45 #262860

  • קאוונע
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 39 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
  • קאָרמא: 2

א דאנק פאר דיין שיינע קבלה לטובת די קדושים
מיר נעמען זיך פאר א קבלה מער צו מחזק זיין דא אויפן סייט אידן וואס ווילן זיך האלטן הייליג בקדושה וטהרה.

לעצט פארראכטן: י"ג כסלו התש"פ 13:45 דורך קאוונע.

מען באגעגנט טעגליך ל"ע די רוצחי דזשערזי סיטי!! י"ג כסלו התש"פ 14:24 #262862

  • קאוונע
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 39 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
  • קאָרמא: 2
עס האט יעדן אויפגעציטערט די נעכטיגע טראגעדיע אין דזשערזי סיטי ווי פילע אידן זענען ל"ע געווען אויסגעשטעלט פנים אל פנים צו ווערן אטאקירט דורך שוידערליכע רוצחים און זיך געראנגעלט מיט זיי פאר זייער לעבן
2 קדושים זענען ל"ע אומגעקומען, און עטליכע האבן בדרך נס באוויזן זיך ארויסצודרייען פון זייערע פינסטערע הענט,
ווען מיר זענען זיך מתבונן אביסל טיפער אין אינזער היינטיגן לעבנס שטייגער, וועלן מיר באמערקן ווי  אידישע קינדער די בכל אתר ואתר זענען נעבעך אויסגעשטעלט זיך צו אנטרעפן כסדר מיט אזעלכע מערדערליכע רוצחים, דא נישט ווייט פין אינזער זייטל ממש עטליכע אינטשעס ארויפציר אויפן געוועב געפינען זיך שוידערליכע ערטער פון צוזאמקנופטן פון די מאסן מערדער און שלעפן אריין כסדר פרישע קרבנות אין זייער פינסטערן נעץ אשר תוצאותיו מי ישורנה

אין אזא צייט ווען יעדעס אידיש הארץ כאפט א טרייסל און איז שאקירט אויפן שרעקליכן מצב, לאמיר זיך פארנעמען שטערקערע גדרים וסייגים אז אונז און אונזערע דורות זאלן זיך שטערקער פארפאנצערן נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אין די שרעקליכן פינסטערע נעץ פון די גרעסטע גרויזאמע אינטערנעץ מערדערס.
לאמיר אויפשטעלן ווי אימער ריזיגע סעקיוריטי בודקעס צו אכט געבן און שטיין על המשמר אז די גרויזאמע מאסן מערדערס פון יארע 2020 זאלן נישט האבן א טריט אריין ביי אונז.

זאלן די אלע גדרים וסייגים פון אידישע קינדער צו היטן אינזער מחנה, זיין אן עליי' און טובה פאר די נשמות הקדושים הי"ד.
לעצט פארראכטן: י"ג כסלו התש"פ 15:14 דורך קאוונע.

ענטפער: מען באגעגנט טעגליך ל"ע די רוצחי דזשערזי סיטי!! י"ג כסלו התש"פ 19:19 #262868

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל
  • קאָרמא: 18

עס קען זיין אז געוויסע גייען זיין בייז אויף מיר, אבער איך וועל עם כל זה שרייבן וואס איך האלט אלס דער אמת. 

מיין קבלה טובה אין ליכט פון די ביטערע מעשה איז צו ארבעטן מער אויף אמונה אין בורא כל עולמים, מער צו גלייבן אז אלעס וואס  פאסירט איז פון אויבן, סיי אויב עס איז ח"ו א רוצח וואס הארגעט ליידער צוויי אידן, סיי אויב עס איז די מינוט וואס איך בין ליידער דורכגעפאלן, און סיי וואס עס פאסירט מיט מיר און מיט יעדן, וועט עס מיר נאר ברענגען נענטער צום בורא כל עולמים.

והוא העיקר בעיני לחזור בזמנים אלו.

נ.ב. מען מעג האבן חילוקי דיעות!

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: מען באגעגנט טעגליך ל"ע די רוצחי דזשערזי סיטי!! י"ג כסלו התש"פ 19:42 #262871

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

אויב מען מעג שרייבן זאכן וואס קען זיין אז מען וועט זיין ברוגז אויף, וויל איך פרעגן א שאלה.
ווער זאגט אז מען דארף זיך עפעס מקבל זיין ? איך פיל ביי מיר אז ווען איך בין זיך מקבל עפעס לכבוד א טראגעדיע קומט עס פון מיין קראנקייט, און נישט פון א קלארע און אויפריכטיגע שכל

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: מען באגעגנט טעגליך ל"ע די רוצחי דזשערזי סיטי!! י"ג כסלו התש"פ 20:04 #262873

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1265 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 398
  • האט שוין געלייקט: 457 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל
  • קאָרמא: 13
Heiligertzadik געשריבן on י"ג כסלו התש"פ 19:42:

אויב מען מעג שרייבן זאכן וואס קען זיין אז מען וועט זיין ברוגז אויף, וויל איך פרעגן א שאלה.
ווער זאגט אז מען דארף זיך עפעס מקבל זיין ? איך פיל ביי מיר אז ווען איך בין זיך מקבל עפעס לכבוד א טראגעדיע קומט עס פון מיין קראנקייט, און נישט פון א קלארע און אויפריכטיגע שכל


איך האב צו דיר 2 שאלות
1 וועליכע חלק פון די קראנקהייט מאכט דיר זיך מקבל זיין?
2 די פירסט אויס די קבלות?

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ג כסלו התש"פ 23:38 #262876

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 250 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 281
  • האט שוין געלייקט: 330 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל
  • קאָרמא: 25
אחכה לו געשריבן on י"ג כסלו התש"פ 12:44:

כי עלה מות בחלונינו,
מחוץ תשכל חרב ומחדרים אימה,
אוי לנו שכך עלתה בימינו, אוי לנו כי חטאנו.

א בלוטיגע טאג איז נעכטן פאריבער אויף כלל ישראל
א שוידערליכע טאג איז נעכטן פאריבער אויף כלל ישראל
א טיפער-טרויריגער טאג איז נעכטן פאריבער אויף כלל ישראל
א טאג וואס וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן ווערן פון אידישע הערצער.

איך זיץ אין מייין אפיס אין איך וויין,
איך פארוויש מיינע טרערן, ווען עס ווערט אבער גלייך פארפלייצט פון א פרישע גאס פון טרערן.
רבוש"ע ווי קען מען אזאנס פארטראגן?!, ווי קען מען עס איבערקומען?!, אזוי ברוטאל, אזוי גרויזאם.

א יונגע בחור וואס האט ניששט זוכה געווען מעמיד צו זיין דורות לה' ולתורתו
א בחור א העלד וואס האט געווידמעט אלע זיינע טעג צו טון און העלפן אנדערע אידן.

א יונגע מאמע פון פיצלעך פרישע נארוואס געווארענע יתומים'לעך
אן אם הבנים שמחה, וואס איז פון איין מינוט אויפן צווייטן אזוי ברוטאל אוועקגענומען געווארן פון אירע עופה'לעך.

*

אין די צייט וואס דער אלגעמיינער גאס איז פארנומען מיט די נייעס חלקים
וויל איך דא ווידמען מיין "קבלה טובה" אין ליכט פון דער בלוטיגער טראגעדיע ה"י:

"רבוש"ע הריני מקבל עלי אין די קומענדיגע צוויי וואכן ביז חנוכה, צו זיין מער אפגעהיטן ווען איך גיי אפן גאס, זיך צו היטן מער פון סייי וועלכע אופן פון לאסטן, סיי ווי איך גייי, און סיי ווי איך וועל זיך געפינען. אנא ה', איך בעט דיר באשעפער, עמוד לימיני וסמכינו, ווייל אליינס קען איך נישט. און העלף אז דאס זאל זיין א טובה פאר דיי צוויי הייליגע נשמות, און ס'זאל שוין זיין עליה השלם כל הקרבנות כולם, בביאת גואלינו בב"א.

*

ווער עס פילט אז ער וויל אויך נעמען א קבלה טובה אויף זיך, קען עס דא פאראייביגן, און מ'מוז נישט שרייבן וואס די קבלה איז אויב שפיררט מען נישט באקוועם, נאר בלויז שרייבן אז מ'נעממט זיך עפעס פאר.

בזכות זה, זאלן מיר שוין זוכה זייין אז מי שאמר לעולמו די, יאמר לצרותינו די די די.


יא ביסט גערעכט מען דארף זיך מער נעמען און האנט אריין זיך אפהיטן פון אלעס שטייט גמרא אז ווען עס קימט א צרה און מען איז נישט מפשפש אין די מעשים איז מען סתם א אכזר גאט האט דאס געטען מיר זאלן זיך אויפוועקן און תשובה טוען און זיך אומקערן צו אים 
און וואס צי טוען קען יעדער איינער אליין וויסן אויב ער טראכט באמת
און פאר מיר יא איך מקבל צו זיין מער נזהר און אלעם און נאנט צי גאט צי גיטס איז נישט דא שיעור במילא זעכער קען איך פארכטען מער און טוען מער פון וואס איך טועה יעצט

ענטפער: מען באגעגנט טעגליך ל"ע די רוצחי דזשערזי סיטי!! י"ג כסלו התש"פ 23:41 #262878

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
holychaim געשריבן on י"ג כסלו התש"פ 20:04:

איך האב צו דיר 2 שאלות
1 וועליכע חלק פון די קראנקהייט מאכט דיר זיך מקבל זיין?
2 די פירסט אויס די קבלות?


ווען עס געשעהט א טראגעדיע הייבט אן ארויף צו קומען אלע שולד געפילן, אז איך בין שולדיג אז עס איז דא אלע געפערליכע צרות דא אויף די וועלט, ווייל איך בין דאך די ערגסטע מענטש אין די וועלט, און איך האב עובר געווען אויף די ערגסטע עבירות, און עס העלפט נישט קיין תשובה אויף דעם.
ממילא כדי צו פארדעקן די שולד געפילן וועל איך מיר מקבל זיין קבלות טובות, אזוי וועל איך כאטש פון יעצט און ווייטער מער נישט ברענגען קיין טראגעדיעס אויף די וועלט.
אבער אויב איז מיין אדיקשאן א פשוטע קרענק וואס איך דארף מיר היילן אויף דעם, קומט נישט אריין קיין שום שולד געפיל, און קיין שום קבלה טובה אין דעי ענינים, ווייל עס איז געשעהן א טראגעדיע, נאר אזוי ווי ווען איך האב א סטרעפט גיי איך צום דאקטאר נעמען מעדעצין, ווייל איך וויל זיין געזונט און נישט ווייל עס איז געשעהן א טראגעדיע. דארף איך דא אויך גיין זיך היילן, ווייל איך וויל זיין א געזונטער נארמאלער מענטש, און נישט ווייל עס איז געשעהן א טראגעדיע.

און צו איך האלט איין מיינע קבלות, דאס איז נאך א נושא, עס ווענט זיך וואס ווען און ווי

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: מען באגעגנט טעגליך ל"ע די רוצחי דזשערזי סיטי!! י"ג כסלו התש"פ 23:42 #262880

  • כוויל זיין א צדיק
  • איצטיגע שטרעקע: 130 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 351 מאל
  • קאָרמא: 7
Heiligertzadik געשריבן on י"ג כסלו התש"פ 19:42:

אויב מען מעג שרייבן זאכן וואס קען זיין אז מען וועט זיין ברוגז אויף, וויל איך פרעגן א שאלה.
ווער זאגט אז מען דארף זיך עפעס מקבל זיין ? איך פיל ביי מיר אז ווען איך בין זיך מקבל עפעס לכבוד א טראגעדיע קומט עס פון מיין קראנקייט, און נישט פון א קלארע און אויפריכטיגע שכל


אסאך מאל קומט אין מיך א .ישיבה בשעת א טראגעדיע, נע, כזאל נישט יעצט נעמען א קבלה ס'קומט פון עצבות, אדער יעצט כאפּ איך גרויסע מדריגות און איך רעד מיך איין כ'וועל קענען טין מיין קבלה. אבער נאך אפאר טעג וועל איך נישט קענען אויספירן, סא וועל איך מתחילה נישט אינטערנעמען.

אבער כ'האב געהערט אמאל אז באבובער רב ז''ל ביי די קריק ווען ער איז געווען אין א עת צרה, האט ער זיך אינטער נעמען אז ווען ער וועט ווערן געראטעוועט ווערן וועט ער זיךזיך אינ נעמען א קבלה. ווייל יעצט קען ער זזיך נישט מצמצם זיין וואס פאר א סארט זאך ער וועט קענען אנהאלטן. (און שפעטער מיין איך האט ער זיך אונטערגענמען אז ער וועט עסן מ''מ)

צו די מעשה איז אמת אדער נישט וועט מען לאזן ווערן באשטעטיקט דורך די באבובער חברים דא. אבער די געדאנק, זיך האלטן, נישט גלייך כאפן עפעס א קבלה. נאר זיך דורך טראכטן וואס מהאלט מ'וועט קענען אויספירן

באשעפער האסט מיך ליב, און נאר מיט דיין הילף בין איך דא, און כ'גיי ווייטער

ענטפער: מען באגעגנט טעגליך ל"ע די רוצחי דזשערזי סיטי!! י"ג כסלו התש"פ 23:44 #262881

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
כוויל זיין א צדיק געשריבן on י"ג כסלו התש"פ 23:42:


צו די מעשה איז אמת אדער נישט וועט מען לאזן ווערן באשטעטיקט דורך די באבובער חברים דא. אבער די געדאנק, זיך האלטן, נישט גלייך כאפן עפעס א קבלה. נאר זיך דורך טראכטן וואס מהאלט מ'וועט קענען אויספירן


איך האב זייער הנאה פון די געדאנק

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ד כסלו התש"פ 00:10 #262887

  • פריילעכער
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מתוך שלה לשמה בא לשמה
  • מעלדונגען: 76
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 177 מאל
  • קאָרמא: 5

לויט ווי איך פארשטיי איז דא א חילוק צווישען א פאבליק טראגעדיע און א פערזענליכע טראגעדיע 
ביי א פאבליק איז די קבלה א זאך וואס האט צו טוהן בין אדם לחברו 
און ביי א פערזענליכע לייק קדושה ענינים דארף מען זיך מקבל זיין בין אדם למקום זאכן
די חורבן בית המקדש איז געווען וועגן בין אדם לחברו זאכן
און וועגן דעים זענען די 24 טויזענט תלמידים געשטארבן 
דעיס איז וועגן וואס דיין קראנקייט שפילט נישט דא קיין שום ראלע דעיס איז בין אדם למקום 
אבער דא מיינט מען די חבירים 
בקיצור מיר מיינען נאר דיין כבוד...................

תמיד בשמחה

די בעסטע עקסערסייז זאגט מען נאך פון די גרויסע דאקטוירים איז צו שמייכלען סאיז סיי פארן גייסטישן חלק און נאכמער פארן פיזיקל חלק

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ד כסלו התש"פ 10:49 #262895

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 210
  • האט שוין געלייקט: 442 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
  • קאָרמא: 6

יישר כוח אחכה פארן טון צי די זאך אין עפענען א טרעד. יעדער איז פארנומען מיט אלע נייעס א חוץ טראכטן תשובה ומעשים טובים. עס איז א ווינק פון הימל מען דארף אויפשטיין. צי תשובה אויפן עבר אדער קבלה אויף להבא נישט קיין נ''מ. ווייטער שטיין גלייכגילטיג זעכער נישט

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ד כסלו התש"פ 23:16 #262905

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19
................................
וואס זאל איך זוך אינטער נעמען ? 

אקעי די דריטער ברכה פון שמונה עשרה אינזינען האבן  [ביז חנוכה]בל"נ

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: י"ד כסלו התש"פ 23:17 דורך יחיאל.

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י ט"ו כסלו התש"פ 04:18 #262913

  • כוויל זיין א צדיק
  • איצטיגע שטרעקע: 130 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 351 מאל
  • קאָרמא: 7

אויף די ערשטע מינוט האט עס מיך געקאסט א שמייכל. אבער נאכדעם האב איך געטראכט, העי, האב איך דען אינזין דריי מאל א טאג יעדען די ברכות אין שמונה עשרה? יא ס'איז א פיינע קבלה לפענ"ד.

ואפשר לומר כוונה בדברי הקדוש ר' יחיאל. פארוואס עפעס פונקט די דריטע ברכה? די דריטע ברכה איז דאך קדושות השם. נא זאגט רש''י יכול כמוני תלמיד לומר כי קדוש אני. איז באקאנט די הייליגע ריזון'ער טייטשט. יכול, די קענסט זיין אזוי היילג ווי כביכול. ווי אזוי? תלמוד לומר, לערן דיך אויס צי זאגן, כי קדוש אני, יא! איך בין הייליג!  נאר בדרך אפשר. מי לנו צי פארשטיין 'הקדוש' יחיאל (שמייכעל)

באשעפער האסט מיך ליב, און נאר מיט דיין הילף בין איך דא, און כ'גיי ווייטער

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י ט"ו כסלו התש"פ 12:01 #262924

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 285 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
  • קאָרמא: 24

עס איז כדאי אפצושטויבן דעם אלטן טרעט

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י ט"ו כסלו התש"פ 12:12 #262925

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
יונה מצאה געשריבן on ט"ו כסלו התש"פ 12:01:

עס איז כדאי אפצושטויבן דעם אלטן טרעט


ייש"כ!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י ט"ז כסלו התש"פ 22:28 #262933

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 250 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 281
  • האט שוין געלייקט: 330 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל
  • קאָרמא: 25
שמעלקא טויב געשריבן on כ"ט שבט התשע"ד 19:15:
דעם ארטיקל האב איך געשריבן אויף אייוועלט, דא איז דער לינק,
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=21791
ס'איז כדי צו ליינען

בעזהשי"ת

אכזריות!!!

טייערע לעכטיגע ברודער, הייליגער אידן בכל מקומות מושבותיהם אתה ה' תשמרם לנצח,

ראשית דברי וועלעך מעתיק זיין לשון קדשו פון הייליגן רמב"ם אין ספר היד הלכות תעניות פרק א':

הלכה א)
מצות עשה מן התורה לזעוק ולהריע בחצוצרות על כל צרה שתבא על הצבור. שנאמר על הצר הצורר אתכם והרעותם בחצוצרות. כלומר כל דבר שייצר לכם כגון בצורת ודבר וארבה וכיוצא בהן זעקו עליהן והריעו

הלכה ב)
ודבר זה מדרכי התשובה הוא. שבזמן שתבוא צרה ויזעקו עליה ויריעו ידעו הכל שבגלל מעשיהם הרעים הורע להן ככתוב עונותיכם הטו וגו'. וזה הוא שיגרום להסיר הצרה מעליהם

הלכה ג)
אבל אם לא יזעקו ולא יריעו אלא יאמרו דבר זה ממנהג העולם אירע לנו וצרה זו נקרה נקרית. הרי זו דרך אכזריות וגורמת להם להדבק במעשיהם הרעים. ותוסיף הצרה צרות אחרות. הוא שכתוב בתורה והלכתם עמי בקרי והלכתי גם אני עמכם בחמת קרי. כלומר כשאביא עליכם צרה כדי שתשובו אם תאמרו שהיא קרי אוסיף לכם חמת אותו קרי

אין אידיש בקיצור: מיר זענען מצווה פון די הייליגע תורה אז ווען א צרה באטרעפט דעם כלל זאל מען שרייען און פארפירן – און דאס איז מדרכי תשובה אז אין די צייט פון א צרה וועט מ'שרייט וועט יעדער פארשטיין אז ס'קומט וועגן זיינע שלעכטע מעשים און דורך דעם וועט זיך די צרה אפטוען פונעם כלל – אבער אויב מ'וועט נישט שרייען און תשובה טוען נאר זאגן אז ס'איז ממנהגו של עולם איז דאס א וועג פון אכזריות און ס'ברענגט זיך צו באהעפטן אין די שלעכטע מעשים און ס'וועט קומען נאך צרות וכו'.

פירושים זענען איבריג!

די פארגאנגענע וואכן זענען מיר עדות צו צרות יגון ואנחה, כלל ישראל כאפט הייסע קלעפ, א פראסק נאך א פראסק, מ'הערט זיך אן מיט זאכן וואס נמס כל לב, ס'ציפט און ס'שטעכט צו הערן איין טראגעדיע נאכן צווייטן, אי אפשר לפורטם כי רבים הם, אבער פאר די התעוררות פון די זאך וועלעך פורבירן אויסצורעכענען:

דא הערט מען א אינגערמאן א שטיק גאלד האט נעבעך איבערגעלאזט א שטוב מיט יתומים און א פריעש אינגע אלמנה

א ניי געווארענע מאמע געזעגענט זיך פון איר קינד איידער זי קען עס אפי' זעהן איינמאל

אין די זעלבע משפחה, ממשפחה קדושה, פאסירט אפאר וואכן שפעטער שבר על גבי שבר, א אינגע מאמע ווערט אוועקגעריסן

אפאר טאג נאכן ברעכן טעלער צורייסט זיך די הארץ פון די עלטערן און פון די נייע מחותנים ווען א כלה גייט נעבעך פון די וועלט

א אינגערמאן א בעל חסד וואס האט געקלעטערט לטובת ביקור חולים לאזט אונז איבער נאך א שווערע מחלה

א פארפאלק בעלי תשובה ווערן טראגיש אוועקגעריסן פון אונז מיט זייער לעכטיג קינד שלא טעם חטא מימיו דורך א ביטערע פאסירונג, א גאנצע משפחה איבערגעשניטן

כל לבב דוי ווען א אינגערמאן ווערט פארכאפט און אויף אזא טראגישע אופן ווערט ער נרצח, ימים טרערן ווערט פארגאסן איבער דעם חלל חרב וואס לאזט איבער נאך זיך א חלל אין צדקה וחסד ומעשים טובים

א בחור'ל וואס איז עוסק אין גמ' תוס' לייגט זיך צום לעצטן מאל אריין אין בעט נאר צו געטראפן ווערן קאלט דורך זיינע עלטערן, א טאטע באגלייט זיין קינד, אוי ואובי

צוויי קליינע קינדער ענדיגן זייער לעבן אויף א טראגישע אופן ווען די אנדערע קינדער זענען נאך זקוק לרחמים, אוי טאטע האב רחמנות

ועוד ועוד ועוד צרות יגון וואס מ'קען אפי' נישט אויסרעכנען, מ'דארף שוין נישט ווארטן אויף סוף יאר צו מאכן א סך הכל, און הערן נאכאמאל וואס איז דער געשעענישט פון יאר, ליידער קען מען שוין מאכן אזאנס חודש'ליך, ליידער ליידער.

טייערע אידן:

וויאזוי איז אומגעקומען דער אינגערמאן?

וויאזוי איז דער בחור אוועקגעריסן געווארן?

וויאזוי זענען צוויי שעפעלעך טראגיש נישט דא?

ס'איז א מקרה?

דער עקסטערמינעיטאר?

הבל הבלים, ס'איז נאר איין זאך: דער הייליגער באשעפער האט אונז גערופן צו תשובה;

מיר האבן נישט געהערט ביי קלאר האט ער געשריגן דורך שטארק;

האבן מיר גערעדט פון די ניו יארק פאוסט וואס נאר א מנובל ומוכת שחין לייענט, האט ער גערעדט דורך כ"ץ;

הארכן מיר נאך אלץ נישט רעדט ער דורך אנדערע שוידערליכע טראגעדיעס!

שטייט אין ספה"ק, ר' אביגדור מילער ז"ל ברענגט עס ערגעץ, אז משחרב בית המקדש, ס'איז נישטא קיין אורים ותומים און קיין נביא, רעדט צו אונז הקב"ה דורך צרות רח"ל.

וואס נאך ברויכן מיר? נאך צרות ח"ו???

טייערע ברודער, מיר ווערן משוגע פארטעמט, מיר זענען געווארן אויסגעריסן פון יעדען זיק פון נארמאלקייט.

ווי קען א איד זעהן א קליפ ווי א צווייטער איד ווערט פארכאפט און נישט אראפגיין פון זינען?????????????

ווי מעג מען אזאנס האבן אויפ'ן טעלעפאון??????????????

דער גאנצער ענין פון סאושעל נעטווארק ימח שמו איז דאך עק וועלט, איין שטיק אכזריות, איין שטיק רציחה!!!

יא יא יא, דו חבר מיינער, אויב דו קוקסט דעם ארטיקל מיט דיין טעלעפאון, זיי מוחל און מאך עס צו, ס'איז א גרויל און עקל, פוי!

ווער רעדט פון די גרופע'ס, איין שטיק לצנות, ס'איז נישט בלויז לצנות, ס'איז נאר אויך דוחה נישט מאה תוכחות נאר מאה טראגעדיעס וואס פאסירט רח"ל, איז מען ביזי מיט אלע מקרה'ס וואס האט פאסירט, נאר נישט תשובה ומעש"ט, מ'ברענגט זיך אזוי רח"ל נאך און נאך צרות ווי דער רמב"ם שרייבט קלאר.

געוואלד געוואלד

דער רמב"ם פסק'ט הרי זו דרך אכזריות, ווי קען מען אזוי אנגיין, אכזרים דרייען זיך אין ביהמ"ד פראנק און פריי, רח"ל.

טייערע ברודער, באמת זענען דאך אידן אזוי וואויל, אזוי לעכטיגע און אזוי שיין, בעלי חסד עד להפליא, ווי איז נאך דא אזא פאלק, א עם קדוש, א עם הנבחר, פארוואס זאלן מיר זיך לאזן פונעם צר הצורר?

פארוואס זאלן מיר נישט זאגן למלאך המשחית הרף, גיי פון אונז אוועק.

א באקאנטער מיינער א ערליכער איד א ת"ח ויר"ש ליגט יעצט אין שפיטאל און ער דארף א גרויסע ישועה, כ'שרייב דעם ארטיקל ס'זאל זיין צו זיין רפואה, און כ'בעט אייך, נעמט אייך פאר אז כאטש ווען איר קומט אריין אין ביהמ"ד און ווען איר קומט אריין אין שטוב, רירט נישט צו דארט צו זאכן וואס גרעניצן זיך אדער זענען מלא אכזריות!

כ'בעט אייך, האט רחמנות!

הכותב בדמע ובמהירות,

שמעלקא טויב

====

אויך האבעך צוגעשריבן:

חברים ידידים,

ישר כח פאר אייערע הערות און טייערע ווערטער, בעיקר פאר ידידינו היקר שמאטע ועל כולם פארן העלד פון כלל ישראל ידידינו היקר הפרוש "והנה און און" וואס האט זיך פורש געווען פון הבלי עולם הזה, ער האט אוועקגעווארפן דעם עבודה זרה פון וואטסאפ, אשריך ואשרי חלקך.

שוועמל, האסט גערעדט וועגן די רבנים וועלעך דיר זאגן מיין קליינע מיינונג דערוועגן:

וויפיל האבן רבנים גערעדט אין די לעצטערע יארן וועגן דעם פראבלעם???? א געוואלד!!!

רבנים האלטן אין איין שרייען און וויינען, ליידער הערט מען זיי נישט אויס. כ'וואלט געזאגט אז דער חורבן איז אז מ'הערט נישט אויס קיין רבנים היינטיגע צייטן, אבער כ'ווייס אז דער עולם וועט עס נישט געהעריג אויפנעמען ליידער ליידער.

ס'וואלט שוין געדארפט זיין אז רבנים זאלן האלטן דרשות ווי וויכטיג ס'איז צו פאלגן די רבנים, אבער ליידער וועט יעדער זאגן אז "לכבוד עצמו הוא דורש", ווי דער הייליגער רבי ר' יונתן זאגט שוין אין יערות דבש אין א דרשה אז רבנים איז דא א גרעסערע יצה"ר נישט אויסצוהערן.

אחים לדעה, וואו זענען מיר? וואו זענען אונזערע געפילן? וואו זענען אונזערע דאגות פאר אונזערע דורות?

קיינער זאל נישט ווארטן אויף קיינעם, שטעלט אייך פאר אויב אברהם אבינו וואלט געווארט אז די רבנים זאלן אים מעורר זיין?????

דאס האב איך געהערט אויף א טעיפ פון הרב טויבער שליט"א פון מאנסי, דאכט זיך בשם המהר"ל, אז אונער דור איז דער דור יתום, א יתום מיינט דער וואס ס'האט נישט ווער ס'זאל זיך אומקוקן אויף אים, מיר קענען נישט ערווארטן אז יענער זאל אונז מעורר זיין, אויב איינער טוט נישט תשובה, אז איינער ווארפט נישט אוועק דעם עבודה זרה, און זיין אנטווארט איז ווייל די רבנים האבן אים נאכנישט געזאגט, איז ער אדער טויב, ווייל רבנים האבן שוין לאנגע גערעדט דערוועגן, נישט ווען ס'געשעהט דארף מען איבערזאגן און איבערזאגן און אויב נישט ווייסט מען נישט, אדער איז אזא איינער דער וואס זוכט תירוצים, יעצט איז עס רבנים מארגן איז עס אז די רבנים פארשטייען נישט וכו' וכו', ואין קץ לדברי רוח.
(ח"ו כ'מיין נישט ידידי ר' שוועמל, ער האט דאס נישט געמיינט, ער האט לויט ווי כ'פארשטיי געפרעגט פארוואס די רבנים רייסן נישט איין, ענטפער איך אז פאר די וואס רבנים האט נישט געהאלפן ביז יעצט וועט עס ווייטער נישט העלפן ליידער)

לכו ונשובה אל ה', אונז אלע יעדער פאר זיך זאל קומען צוריק צום רבוש"ע, דער טאטע אין הימל פרעגט נישט קיינעם: וועלעכע רב האט דיר מעוור געווען! ס'איז נישט קיין ענין פון פראצענט וואס ער דארף אראפגעבן און אויב וועסט נישט גיין דורך א רב וועט עפעס פעלן!

לאמיר אלע מקבל זיין יעצט: איך גיי אראפ פון אלע גרופעס, אלע אלע גרופעס, אחוץ אויב א דיין וואס ענטפערט מיר הלכות כריתות וועט מיר געבן א היתר לצורך פרנסה וועלעך בלייבן דערויף, אנדערש נישט!

און איך בין זיך מקבל פון היינט יום ו' עש"ק לס' משפטים קיינמאל נישט ארויפצוגיין אויף קיין שום גרופע, און זיך נישט קויפן קיין סמארטפאון בשו"א, טראץ ס'דרוקט מיר אסאך פארוואס כ'האב עס נישט, און מיינע ידידים אין ביזנעס בעטן עס וועלעך אוועקשטיין דערפון ווי פון חזיר, בעזר הבורא יתברך שמו וואס וועט מיר זיכער געבן כח עומד צו זיין אויף דעם נסיון!

א גוט שבת,

===

און אויך:

ווייזט מיר היינט א אינגערמאן אז אויף א גרופע וואס נאך זעכציג אינגעלייט זענע אויפגעסיינט דערויף, אינגעלייט פון איין יארגאנג, איז ארויף א דזשאוק געמישט מיט נבלות אויפ'ן חשבון פונעם רבי'ן צו וועם די אינגעלייט באלאנגן אפיציעל, זייער א נארישע עקלדיגע דזשאוק וואס איז אפי' נישט גוט אויף די רבי פון די אנדערע זייט פון וועם דו האלסט נישט, זיכער נישט אויף א אייגן רבי'ן.

פרעג איך אים: האט איינער מוחה געווען, אדער כאטש ערקלערט אז ער לאזט איבער די גרופע נאך אזא עקלדיגע זאך? עה!

כ'האב שיעור געבראכן דערפון, א גרויל אין עקיל.

א אנדערע חברה-מאן האט מיר געוויזן א דזשאוק וואס איינער האט געקאפי פעיסט פון א צוווייטן, א דזשאוק אויפ'ן חשבון פון משה רבינו און קבלת התורה רח"ל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

מ'דארף זיך קריעה רייסן דערויף, להיכן הגענו? רח"ל ווי מ'זעהמיר אויס.

ס'גייט אן א גרופע פון לצים און מנובלים און א גרויסער עולם לאכט מיט זיי.

ווי שעמט זיך נישט א אינגערמאן צו שטיין אין ביהמ"ד ווי ער גייט אט אט בעטן אלע גוטע זאכן פון קוב"ה און האבן אין טאש אזא הסתה, אזא קעגנער צו קדושה? ס'איז א שרעקליכע ווייטאג.

רבותי, לאמיר נעמען די זאך אין די האנט און זיך נישט לאזן פארפירן, יא, מ'קען פארפירן און מ'דארף פארפירן, מ'טאר נישט זאגן אז מ'קען שוין נישט טוען גארנישט, דאס איז ארגער פון אלעם.

כ'האב געהערט פון א בעל דרשן אפאר יאר צוריק אז דער תירוץ וואס אידן האבן געניצט פאר הונדערט יאר צוריק אין אמעריקא אז מ'ארבייט שבת וועגן פרנסה איז אסאך מער אמת געווען ווי דער תירוץ היינט פון א אינגערמאן אז ער דארף זיין סעלפאון מיט די גרופעס דערויף וועגן פרנסה, ס'איז ליידער זייער אמת און ליידער זענען די אידן מיט די גוטע תירוצים זייער נישט גוט אנגעקומען!

לאמיר זיך כאפן באצייטנס, מיר גייען נישט אויף קיין גרופעס, נאו וועי!


איך לייג עס אהער איך האב עס איך האלט עס איז כדי צו ליינען

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ז כסלו התש"פ 13:31 #262952

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19
יחיאל געשריבן on י"ד כסלו התש"פ 23:16:
................................
וואס זאל איך זוך אינטער נעמען ? 

אקעי די דריטער ברכה פון שמונה עשרה אינזינען האבן  [ביז חנוכה]בל"נ

געוויסע האבן זוך געווינדערט אויף די קבלה

איז אזוי איך האב געטראכט פון א קבלה וואס איז נישט צו שווער.
אזוי זאל אין קענען שטיין דערביי בס"ד.
האב איך געטראכט פון אינזינען האבן איין שטיקל פון דאוונען.
די ערשטע צוויי איז אביסל גרעסער. איך האב געזוכט א קליינע
האט עס אויסגעקומען די דריטער ברכה
[דערנאך האב איך געכאפט אז די ברכה איז מען אייביג מתפלל אפילו שבת\מוסף]

שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ז כסלו התש"פ 15:27 #262960

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1623
  • האט שוין געלייקט: 949 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2937 מאל
  • קאָרמא: 59

איך טראכט פון א איידיע צו מאכן דא אויפן סייט א מצב פון אינזינען האבן איין ברכה ביי שמונה עשרה יעדער נעמט איין ברכה לע"נ הקדושים

וואס האלט דער עולם?

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ז כסלו התש"פ 15:33 #262961

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 470 טעג
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 517
  • האט שוין געלייקט: 957 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1024 מאל
  • קאָרמא: 20
יש בורא עולם געשריבן on ט"ז כסלו התש"פ 22:28:

שמעלקא טויב געשריבן on כ"ט שבט התשע"ד 19:15:
דעם ארטיקל האב איך געשריבן אויף אייוועלט, דא איז דער לינק,
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=21791
ס'איז כדי צו ליינען

בעזהשי"ת

אכזריות!!!

טייערע לעכטיגע ברודער, הייליגער אידן בכל מקומות מושבותיהם אתה ה' תשמרם לנצח,

ראשית דברי וועלעך מעתיק זיין לשון קדשו פון הייליגן רמב"ם אין ספר היד הלכות תעניות פרק א':

הלכה א)
מצות עשה מן התורה לזעוק ולהריע בחצוצרות על כל צרה שתבא על הצבור. שנאמר על הצר הצורר אתכם והרעותם בחצוצרות. כלומר כל דבר שייצר לכם כגון בצורת ודבר וארבה וכיוצא בהן זעקו עליהן והריעו

הלכה ב)
ודבר זה מדרכי התשובה הוא. שבזמן שתבוא צרה ויזעקו עליה ויריעו ידעו הכל שבגלל מעשיהם הרעים הורע להן ככתוב עונותיכם הטו וגו'. וזה הוא שיגרום להסיר הצרה מעליהם

הלכה ג)
אבל אם לא יזעקו ולא יריעו אלא יאמרו דבר זה ממנהג העולם אירע לנו וצרה זו נקרה נקרית. הרי זו דרך אכזריות וגורמת להם להדבק במעשיהם הרעים. ותוסיף הצרה צרות אחרות. הוא שכתוב בתורה והלכתם עמי בקרי והלכתי גם אני עמכם בחמת קרי. כלומר כשאביא עליכם צרה כדי שתשובו אם תאמרו שהיא קרי אוסיף לכם חמת אותו קרי

אין אידיש בקיצור: מיר זענען מצווה פון די הייליגע תורה אז ווען א צרה באטרעפט דעם כלל זאל מען שרייען און פארפירן – און דאס איז מדרכי תשובה אז אין די צייט פון א צרה וועט מ'שרייט וועט יעדער פארשטיין אז ס'קומט וועגן זיינע שלעכטע מעשים און דורך דעם וועט זיך די צרה אפטוען פונעם כלל – אבער אויב מ'וועט נישט שרייען און תשובה טוען נאר זאגן אז ס'איז ממנהגו של עולם איז דאס א וועג פון אכזריות און ס'ברענגט זיך צו באהעפטן אין די שלעכטע מעשים און ס'וועט קומען נאך צרות וכו'.

פירושים זענען איבריג!

די פארגאנגענע וואכן זענען מיר עדות צו צרות יגון ואנחה, כלל ישראל כאפט הייסע קלעפ, א פראסק נאך א פראסק, מ'הערט זיך אן מיט זאכן וואס נמס כל לב, ס'ציפט און ס'שטעכט צו הערן איין טראגעדיע נאכן צווייטן, אי אפשר לפורטם כי רבים הם, אבער פאר די התעוררות פון די זאך וועלעך פורבירן אויסצורעכענען:

דא הערט מען א אינגערמאן א שטיק גאלד האט נעבעך איבערגעלאזט א שטוב מיט יתומים און א פריעש אינגע אלמנה

א ניי געווארענע מאמע געזעגענט זיך פון איר קינד איידער זי קען עס אפי' זעהן איינמאל

אין די זעלבע משפחה, ממשפחה קדושה, פאסירט אפאר וואכן שפעטער שבר על גבי שבר, א אינגע מאמע ווערט אוועקגעריסן

אפאר טאג נאכן ברעכן טעלער צורייסט זיך די הארץ פון די עלטערן און פון די נייע מחותנים ווען א כלה גייט נעבעך פון די וועלט

א אינגערמאן א בעל חסד וואס האט געקלעטערט לטובת ביקור חולים לאזט אונז איבער נאך א שווערע מחלה

א פארפאלק בעלי תשובה ווערן טראגיש אוועקגעריסן פון אונז מיט זייער לעכטיג קינד שלא טעם חטא מימיו דורך א ביטערע פאסירונג, א גאנצע משפחה איבערגעשניטן

כל לבב דוי ווען א אינגערמאן ווערט פארכאפט און אויף אזא טראגישע אופן ווערט ער נרצח, ימים טרערן ווערט פארגאסן איבער דעם חלל חרב וואס לאזט איבער נאך זיך א חלל אין צדקה וחסד ומעשים טובים

א בחור'ל וואס איז עוסק אין גמ' תוס' לייגט זיך צום לעצטן מאל אריין אין בעט נאר צו געטראפן ווערן קאלט דורך זיינע עלטערן, א טאטע באגלייט זיין קינד, אוי ואובי

צוויי קליינע קינדער ענדיגן זייער לעבן אויף א טראגישע אופן ווען די אנדערע קינדער זענען נאך זקוק לרחמים, אוי טאטע האב רחמנות

ועוד ועוד ועוד צרות יגון וואס מ'קען אפי' נישט אויסרעכנען, מ'דארף שוין נישט ווארטן אויף סוף יאר צו מאכן א סך הכל, און הערן נאכאמאל וואס איז דער געשעענישט פון יאר, ליידער קען מען שוין מאכן אזאנס חודש'ליך, ליידער ליידער.

טייערע אידן:

וויאזוי איז אומגעקומען דער אינגערמאן?

וויאזוי איז דער בחור אוועקגעריסן געווארן?

וויאזוי זענען צוויי שעפעלעך טראגיש נישט דא?

ס'איז א מקרה?

דער עקסטערמינעיטאר?

הבל הבלים, ס'איז נאר איין זאך: דער הייליגער באשעפער האט אונז גערופן צו תשובה;

מיר האבן נישט געהערט ביי קלאר האט ער געשריגן דורך שטארק;

האבן מיר גערעדט פון די ניו יארק פאוסט וואס נאר א מנובל ומוכת שחין לייענט, האט ער גערעדט דורך כ"ץ;

הארכן מיר נאך אלץ נישט רעדט ער דורך אנדערע שוידערליכע טראגעדיעס!

שטייט אין ספה"ק, ר' אביגדור מילער ז"ל ברענגט עס ערגעץ, אז משחרב בית המקדש, ס'איז נישטא קיין אורים ותומים און קיין נביא, רעדט צו אונז הקב"ה דורך צרות רח"ל.

וואס נאך ברויכן מיר? נאך צרות ח"ו???

טייערע ברודער, מיר ווערן משוגע פארטעמט, מיר זענען געווארן אויסגעריסן פון יעדען זיק פון נארמאלקייט.

ווי קען א איד זעהן א קליפ ווי א צווייטער איד ווערט פארכאפט און נישט אראפגיין פון זינען?????????????

ווי מעג מען אזאנס האבן אויפ'ן טעלעפאון??????????????

דער גאנצער ענין פון סאושעל נעטווארק ימח שמו איז דאך עק וועלט, איין שטיק אכזריות, איין שטיק רציחה!!!

יא יא יא, דו חבר מיינער, אויב דו קוקסט דעם ארטיקל מיט דיין טעלעפאון, זיי מוחל און מאך עס צו, ס'איז א גרויל און עקל, פוי!

ווער רעדט פון די גרופע'ס, איין שטיק לצנות, ס'איז נישט בלויז לצנות, ס'איז נאר אויך דוחה נישט מאה תוכחות נאר מאה טראגעדיעס וואס פאסירט רח"ל, איז מען ביזי מיט אלע מקרה'ס וואס האט פאסירט, נאר נישט תשובה ומעש"ט, מ'ברענגט זיך אזוי רח"ל נאך און נאך צרות ווי דער רמב"ם שרייבט קלאר.

געוואלד געוואלד

דער רמב"ם פסק'ט הרי זו דרך אכזריות, ווי קען מען אזוי אנגיין, אכזרים דרייען זיך אין ביהמ"ד פראנק און פריי, רח"ל.

טייערע ברודער, באמת זענען דאך אידן אזוי וואויל, אזוי לעכטיגע און אזוי שיין, בעלי חסד עד להפליא, ווי איז נאך דא אזא פאלק, א עם קדוש, א עם הנבחר, פארוואס זאלן מיר זיך לאזן פונעם צר הצורר?

פארוואס זאלן מיר נישט זאגן למלאך המשחית הרף, גיי פון אונז אוועק.

א באקאנטער מיינער א ערליכער איד א ת"ח ויר"ש ליגט יעצט אין שפיטאל און ער דארף א גרויסע ישועה, כ'שרייב דעם ארטיקל ס'זאל זיין צו זיין רפואה, און כ'בעט אייך, נעמט אייך פאר אז כאטש ווען איר קומט אריין אין ביהמ"ד און ווען איר קומט אריין אין שטוב, רירט נישט צו דארט צו זאכן וואס גרעניצן זיך אדער זענען מלא אכזריות!

כ'בעט אייך, האט רחמנות!

הכותב בדמע ובמהירות,

שמעלקא טויב

====

אויך האבעך צוגעשריבן:

חברים ידידים,

ישר כח פאר אייערע הערות און טייערע ווערטער, בעיקר פאר ידידינו היקר שמאטע ועל כולם פארן העלד פון כלל ישראל ידידינו היקר הפרוש "והנה און און" וואס האט זיך פורש געווען פון הבלי עולם הזה, ער האט אוועקגעווארפן דעם עבודה זרה פון וואטסאפ, אשריך ואשרי חלקך.

שוועמל, האסט גערעדט וועגן די רבנים וועלעך דיר זאגן מיין קליינע מיינונג דערוועגן:

וויפיל האבן רבנים גערעדט אין די לעצטערע יארן וועגן דעם פראבלעם???? א געוואלד!!!

רבנים האלטן אין איין שרייען און וויינען, ליידער הערט מען זיי נישט אויס. כ'וואלט געזאגט אז דער חורבן איז אז מ'הערט נישט אויס קיין רבנים היינטיגע צייטן, אבער כ'ווייס אז דער עולם וועט עס נישט געהעריג אויפנעמען ליידער ליידער.

ס'וואלט שוין געדארפט זיין אז רבנים זאלן האלטן דרשות ווי וויכטיג ס'איז צו פאלגן די רבנים, אבער ליידער וועט יעדער זאגן אז "לכבוד עצמו הוא דורש", ווי דער הייליגער רבי ר' יונתן זאגט שוין אין יערות דבש אין א דרשה אז רבנים איז דא א גרעסערע יצה"ר נישט אויסצוהערן.

אחים לדעה, וואו זענען מיר? וואו זענען אונזערע געפילן? וואו זענען אונזערע דאגות פאר אונזערע דורות?

קיינער זאל נישט ווארטן אויף קיינעם, שטעלט אייך פאר אויב אברהם אבינו וואלט געווארט אז די רבנים זאלן אים מעורר זיין?????

דאס האב איך געהערט אויף א טעיפ פון הרב טויבער שליט"א פון מאנסי, דאכט זיך בשם המהר"ל, אז אונער דור איז דער דור יתום, א יתום מיינט דער וואס ס'האט נישט ווער ס'זאל זיך אומקוקן אויף אים, מיר קענען נישט ערווארטן אז יענער זאל אונז מעורר זיין, אויב איינער טוט נישט תשובה, אז איינער ווארפט נישט אוועק דעם עבודה זרה, און זיין אנטווארט איז ווייל די רבנים האבן אים נאכנישט געזאגט, איז ער אדער טויב, ווייל רבנים האבן שוין לאנגע גערעדט דערוועגן, נישט ווען ס'געשעהט דארף מען איבערזאגן און איבערזאגן און אויב נישט ווייסט מען נישט, אדער איז אזא איינער דער וואס זוכט תירוצים, יעצט איז עס רבנים מארגן איז עס אז די רבנים פארשטייען נישט וכו' וכו', ואין קץ לדברי רוח.
(ח"ו כ'מיין נישט ידידי ר' שוועמל, ער האט דאס נישט געמיינט, ער האט לויט ווי כ'פארשטיי געפרעגט פארוואס די רבנים רייסן נישט איין, ענטפער איך אז פאר די וואס רבנים האט נישט געהאלפן ביז יעצט וועט עס ווייטער נישט העלפן ליידער)

לכו ונשובה אל ה', אונז אלע יעדער פאר זיך זאל קומען צוריק צום רבוש"ע, דער טאטע אין הימל פרעגט נישט קיינעם: וועלעכע רב האט דיר מעוור געווען! ס'איז נישט קיין ענין פון פראצענט וואס ער דארף אראפגעבן און אויב וועסט נישט גיין דורך א רב וועט עפעס פעלן!

לאמיר אלע מקבל זיין יעצט: איך גיי אראפ פון אלע גרופעס, אלע אלע גרופעס, אחוץ אויב א דיין וואס ענטפערט מיר הלכות כריתות וועט מיר געבן א היתר לצורך פרנסה וועלעך בלייבן דערויף, אנדערש נישט!

און איך בין זיך מקבל פון היינט יום ו' עש"ק לס' משפטים קיינמאל נישט ארויפצוגיין אויף קיין שום גרופע, און זיך נישט קויפן קיין סמארטפאון בשו"א, טראץ ס'דרוקט מיר אסאך פארוואס כ'האב עס נישט, און מיינע ידידים אין ביזנעס בעטן עס וועלעך אוועקשטיין דערפון ווי פון חזיר, בעזר הבורא יתברך שמו וואס וועט מיר זיכער געבן כח עומד צו זיין אויף דעם נסיון!

א גוט שבת,

===

און אויך:

ווייזט מיר היינט א אינגערמאן אז אויף א גרופע וואס נאך זעכציג אינגעלייט זענע אויפגעסיינט דערויף, אינגעלייט פון איין יארגאנג, איז ארויף א דזשאוק געמישט מיט נבלות אויפ'ן חשבון פונעם רבי'ן צו וועם די אינגעלייט באלאנגן אפיציעל, זייער א נארישע עקלדיגע דזשאוק וואס איז אפי' נישט גוט אויף די רבי פון די אנדערע זייט פון וועם דו האלסט נישט, זיכער נישט אויף א אייגן רבי'ן.

פרעג איך אים: האט איינער מוחה געווען, אדער כאטש ערקלערט אז ער לאזט איבער די גרופע נאך אזא עקלדיגע זאך? עה!

כ'האב שיעור געבראכן דערפון, א גרויל אין עקיל.

א אנדערע חברה-מאן האט מיר געוויזן א דזשאוק וואס איינער האט געקאפי פעיסט פון א צוווייטן, א דזשאוק אויפ'ן חשבון פון משה רבינו און קבלת התורה רח"ל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

מ'דארף זיך קריעה רייסן דערויף, להיכן הגענו? רח"ל ווי מ'זעהמיר אויס.

ס'גייט אן א גרופע פון לצים און מנובלים און א גרויסער עולם לאכט מיט זיי.

ווי שעמט זיך נישט א אינגערמאן צו שטיין אין ביהמ"ד ווי ער גייט אט אט בעטן אלע גוטע זאכן פון קוב"ה און האבן אין טאש אזא הסתה, אזא קעגנער צו קדושה? ס'איז א שרעקליכע ווייטאג.

רבותי, לאמיר נעמען די זאך אין די האנט און זיך נישט לאזן פארפירן, יא, מ'קען פארפירן און מ'דארף פארפירן, מ'טאר נישט זאגן אז מ'קען שוין נישט טוען גארנישט, דאס איז ארגער פון אלעם.

כ'האב געהערט פון א בעל דרשן אפאר יאר צוריק אז דער תירוץ וואס אידן האבן געניצט פאר הונדערט יאר צוריק אין אמעריקא אז מ'ארבייט שבת וועגן פרנסה איז אסאך מער אמת געווען ווי דער תירוץ היינט פון א אינגערמאן אז ער דארף זיין סעלפאון מיט די גרופעס דערויף וועגן פרנסה, ס'איז ליידער זייער אמת און ליידער זענען די אידן מיט די גוטע תירוצים זייער נישט גוט אנגעקומען!

לאמיר זיך כאפן באצייטנס, מיר גייען נישט אויף קיין גרופעס, נאו וועי!


איך לייג עס אהער איך האב עס איך האלט עס איז כדי צו ליינען

האב איך עס יעצט אריינגעשיקט צו שמעלקא זאל ער זיך דערמאנען זיין קבלה....
נישט אז איך ווייס צו ער איז אויף גרופעס אדער נישט אבער קודם א דערמאנונג אויב ער האט אין פלאן

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ז כסלו התש"פ 15:56 #262962

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19
כרעמזל געשריבן on י"ז כסלו התש"פ 15:27:

איך טראכט פון א איידיע צו מאכן דא אויפן סייט א מצב פון אינזינען האבן איין ברכה ביי שמונה עשרה יעדער נעמט איין ברכה לע"נ הקדושים

וואס האלט דער עולם?


מיין ברכה האב איך שוין איך לאז עס נישט אוועק נעמען

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ז כסלו התש"פ 16:35 #262968

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל
  • קאָרמא: 18
יחיאל געשריבן on י"ז כסלו התש"פ 15:56:

כרעמזל געשריבן on י"ז כסלו התש"פ 15:27:

איך טראכט פון א איידיע צו מאכן דא אויפן סייט א מצב פון אינזינען האבן איין ברכה ביי שמונה עשרה יעדער נעמט איין ברכה לע"נ הקדושים

וואס האלט דער עולם?


מיין ברכה האב איך שוין איך לאז עס נישט אוועק נעמען


עס דערמאנט מיר דער באקאנטער וויץ ווי איינער האט געפרעגט א צוויטען דירעקשאנס זאגט ער אים "נעם נישט די ברידזש"
"פארוואס" פרעגט דער צוויטער. "ווייל איינער האט עס שוין גענומען"
מיר אלע קענען אינזין האבן די זעכלבע ברכה

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ז כסלו התש"פ 17:09 #262969

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל
  • קאָרמא: 18

איך בין אביסל שפעט אבער איך שפיר אז עס איז מוראדיג וויכטיג צו שרייבן אט די קומענדיגע שורות.

עס איז ליידער געווארן א מצב אז נאך יעדע טראגעדיע הייבט זיך אן די סטראשערייען ווי מען זאגט אז עס איז געקומען פאר דאס אדער פאר  יענץ און אויב מען גייט זיך נישט פארבעסערן גייט קומען נאך א גרעסערע צרה ח"ו,

און לעניות דעתי איז עס זייער א גרויסע טעות! 
לאמיר נאר מאכן א הקדמה צו פארשטיין מיינע ווערטער, די שפיץ און ציל פון אונזער עבודה דא אויף דער וועלט איז צו ווערן נתקרב להקב"ה מיט אהבה און יראה עילאה און זיין דבק אין אים בכל נפשינו, ווי עס שטייט אין רמב"ם כאדם החולה בחולת האהבה, אז אונזער אהבה צום אייבערשטן דארף זיין אזויווי ווען איינער האט ליידער א שרעקליכע צוציאונג צו א געוויסע מענטש, און וואס ער טוט ליגט זיין מחשבה אין אט דער פרוי, אט אזוי דארף זיין אונזער אהבה צום אייבערשטן, און אין יעדע זאך וואס א מענטש טוט דארף ער זען אויב עס ברענגט אים נענטער צום אייבערטשן אדער ח"ו פארקערט.

עס שטייט און תפארת שלמה פר' חיי שרה, אז מען זעט אין פסוק ויבא אברהם לספוד לשרה ולבכותה, אבער עס שטייט נישט אז ער האט איר מספיד געווען, שמועסט דארט אויס דער הייליגער ראדאמסקער רבי זי"ע אז מען אסאך מאל קומט אויף א מענטש א צער און דער יצר הרע הייבט גלייך אן מיט טענות אויפן בורא כל עולמים פארוואס מיר קומט אזויפיל ווייטאג בשעת וואס מיין חבר וואס איז שוואכער ווי מיר גייט גרינג, דאס איז מחשבת היצר און א מענטש טאר אזאנס נישט טראכטן, זאגט דער הייליגער תפארת שלמה ווען אונזער פאטער אברהם איז געקומען מספיד זיין שרה האט דער יצר תיכף אנגעהויבן מיט זיין עבודה פרעגענדיג ווי קען זיין אז אזא צדיקת זאל אוועק גיין פון די וועלט פונקט ווען איר זון איז געגאנגען זיך שעכטן פארן אייבערשטן וכד' ווען אברהם אבינו האט דאס געזען איז גלייך ויקם אברהם מעל פני מיתו און ער איז געגאנגען טוען עפעס אנדערעש אבי נישט צו האבן ווייטאג ח"ו אויפן אייבערשטן!

אויב א מענטש גייט צו צו א טראגעדיע מיט די מחשבה איך מוז זיך מקבל זיין עפעס כדי דער אייבערשטער זאל נישט ממשיך זיין ח"ו עפ"ל ווערט ער פון אונטערן באוואוסטזיין דערווייטערט פונעם אייבערשטן, ווייל די מח באקומט די מעסעדזש אז דער באשעפער איז א שרעקעדיגע זאך און אויב גייסטו אים נישט צופרידן שטעלן קען ער מאכן א שיסעריי, און די גאנצע קבלה איז מיטן צוגאנג אז עס שטייט דא א מאנסטער און מען מוז אים באיזה אופן בארואיגן ער זאל נישט הארגענען נאך מענטשען, נא וואס וויל ער? אפשר מער דאווענען, אפשר לערנען בין אדם לחבירו, אדער בין אדם למקום.

אבער די גאנצע אויבנדערמאנטע איז א ליגענט און א טעות מיסודו! דער אייבערשטער איז דער מקור הטוב און די מעשה וואס האט פאסירט די פאריגע וואך איז דער גרעסטער טובה וואס האט נאר געקענט זיין סיי פאר די נפטרים, סיי פאר די משפחות און אויך פאר אלע אידן!! און דאס מוז מען חזרן הונדרעטער מאל!!! עס מעג און עס דארף ווייטוען אבער מען מוז נאכאלץ געדענקען די אמת!

איי וועסטו פרעגן אויב עס איז א טובה פאר אונז דעמאלטס וואס איז פשט אז די צדיקים האבן אונז געלערנט אז מען דארף מאכן א חשבון הנפש נאך אזא מעשה? דער תירוץ איז אז היות מיר גלייבן אז אלעס וואס פאסירט קומט פונעם בורא, און למעשה טוט מיר עס וויי, מיינט עס אז דער בורא רופט מיר און זאגט מיין טייערער קינד קום צוריק צו מיר,און איך דארף זען וואס קען איך טוען צו ווערן נענטער צום בורא, ווי קען איך מער טוען זיין רצון, און דעמאלטס קומט עס נישט מיט ווייטאג אויפן א בורא נאר מתוך אהבה. 

דער עיקר דארף מען געדענקען עס איז נישט די נקודה פון די קבלה עס איז די נקודה פון ווערן נענטער צום אייבערשטן און אויב א מענטש שפירט אז די זאך ברענגט אים נענטער צום אייבערשטן זאל ער זיך אין דעם שטארקען!!

שכח פארן ליינען מיינע ווערטער! און אויך א שכח פון פאראויס פאר אלע וואסוועלן זיך חולק זיין אויף מיר

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ז כסלו התש"פ 17:22 #262971

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 470 טעג
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 517
  • האט שוין געלייקט: 957 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1024 מאל
  • קאָרמא: 20

ב"ה אז איך בין געווען ביי איינע פון די לוויות אין סאיז געווען די ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך האב געקענט שטיין אין אזא מצב אין נישט טראכטן אפי' פאר איין רגע אז עס קומט פון מיינע עבירות, פארקערט איך האב געדענקט אז איך בין ליידער זייער א קראנקע מענטש אין איך האב געבעטן די הייליגע באשעפער אז איך זאל מיר קענען אינגאנצן איבערגעבן פאר אים אפי' אין מצבים וואס איך פארשטיי נישט זיינע דרכים

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ז כסלו התש"פ 18:49 #262976

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47
אין שום יאוש געשריבן on י"ז כסלו התש"פ 15:33:

האב איך עס יעצט אריינגעשיקט צו שמעלקא זאל ער זיך דערמאנען זיין קבלה....
נישט אז איך ווייס צו ער איז אויף גרופעס אדער נישט אבער קודם א דערמאנונג אויב ער האט אין פלאן


געב אכט, עס קען דיר קאסטן א שטארקע סטעפ 9!!!

אלץ זייטיגע נאטיץ, שמעלקא איז באמת א חשובע אינגערמאן, און ער האט נישט אין זיין באזיץ א סמארטפאון ווי ווייט איך ווייס.

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ז כסלו התש"פ 18:56 #262977

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
יונגערמאן געשריבן on י"ז כסלו התש"פ 17:09:

דער עיקר דארף מען געדענקען עס איז נישט די נקודה פון די קבלה עס איז די נקודה פון ווערן נענטער צום אייבערשטן און אויב א מענטש שפירט אז די זאך ברענגט אים נענטער צום אייבערשטן זאל ער זיך אין דעם שטארקען!!


 ייש"כ פארן עס אזוי קלאר ארויסברענגען.

זאל דער באשעפער העלפן אז מיר זאלן טאקע אלע קענען קומען נענטער צו אים, און זעהן פון היינט מאל אן נאר רחמים וחסידם, "אפענע חסדים", און מיר זאלן שוין בקרוב הערן דער שופר של משיח בבא".
איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ז כסלו התש"פ 19:58 #262980

  • נישט שלעכט
  • איצטיגע שטרעקע: 289 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 30
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
  • קאָרמא: 2

איך נעם זיך פאר מיטן באשעפערס הילף צו לערנען חוק יעדע טאג פאר די נעקסטע חודש. 
זאל דאס זיין א כפרה אויך אויף מיין נשמה

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ז כסלו התש"פ 20:03 #262982

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 470 טעג
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 517
  • האט שוין געלייקט: 957 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1024 מאל
  • קאָרמא: 20
עד כאן געשריבן on י"ז כסלו התש"פ 18:49:

אין שום יאוש געשריבן on י"ז כסלו התש"פ 15:33:

האב איך עס יעצט אריינגעשיקט צו שמעלקא זאל ער זיך דערמאנען זיין קבלה....
נישט אז איך ווייס צו ער איז אויף גרופעס אדער נישט אבער קודם א דערמאנונג אויב ער האט אין פלאן


געב אכט, עס קען דיר קאסטן א שטארקע סטעפ 9!!!

אלץ זייטיגע נאטיץ, שמעלקא איז באמת א חשובע אינגערמאן, און ער האט נישט אין זיין באזיץ א סמארטפאון ווי ווייט איך ווייס.


אמת שמעלקא האט נישט קיין סמארטפון... ער האט מיר צוריקגעשיקט אז יעצט בשעתן טעראר אטאקע האט ער זיך דערמאנט פון וואס ער האט געשריבן בימים ההם

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י י"ז כסלו התש"פ 21:12 #262985

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 250 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 281
  • האט שוין געלייקט: 330 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל
  • קאָרמא: 25

יונגערמאן די זאגסט גוט איך האב הנאה פון דיר א ריכטיגע בליק אויף די זאך

ענטפער: מען באגעגנט טעגליך ל"ע די רוצחי דזשערזי סיטי!! ב' טבת התש"פ 16:11 #263424

  • קאוונע
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 39 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
  • קאָרמא: 2
קאוונע געשריבן on י"ג כסלו התש"פ 14:24:
עס האט יעדן אויפגעציטערט די נעכטיגע טראגעדיע אין דזשערזי סיטי ווי פילע אידן זענען ל"ע געווען אויסגעשטעלט פנים אל פנים צו ווערן אטאקירט דורך שוידערליכע רוצחים און זיך געראנגעלט מיט זיי פאר זייער לעבן
2 קדושים זענען ל"ע אומגעקומען, און עטליכע האבן בדרך נס באוויזן זיך ארויסצודרייען פון זייערע פינסטערע הענט,
ווען מיר זענען זיך מתבונן אביסל טיפער אין אינזער היינטיגן לעבנס שטייגער, וועלן מיר באמערקן ווי  אידישע קינדער די בכל אתר ואתר זענען נעבעך אויסגעשטעלט זיך צו אנטרעפן כסדר מיט אזעלכע מערדערליכע רוצחים, דא נישט ווייט פין אינזער זייטל ממש עטליכע אינטשעס ארויפציר אויפן געוועב געפינען זיך שוידערליכע ערטער פון צוזאמקנופטן פון די מאסן מערדער און שלעפן אריין כסדר פרישע קרבנות אין זייער פינסטערן נעץ אשר תוצאותיו מי ישורנה

אין אזא צייט ווען יעדעס אידיש הארץ כאפט א טרייסל און איז שאקירט אויפן שרעקליכן מצב, לאמיר זיך פארנעמען שטערקערע גדרים וסייגים אז אונז און אונזערע דורות זאלן זיך שטערקער פארפאנצערן נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אין די שרעקליכן פינסטערע נעץ פון די גרעסטע גרויזאמע אינטערנעץ מערדערס.
לאמיר אויפשטעלן ווי אימער ריזיגע סעקיוריטי בודקעס צו אכט געבן און שטיין על המשמר אז די גרויזאמע מאסן מערדערס פון יארע 2020 זאלן נישט האבן א טריט אריין ביי אונז.

זאלן די אלע גדרים וסייגים פון אידישע קינדער צו היטן אינזער מחנה, זיין אן עליי' און טובה פאר די נשמות הקדושים הי"ד.

מיר דארפן זיך ווייטער ערוועקן, מען מאנט פון הימל שוין ווידער זענען די רוצחים אין אינזערע בתי מדרשים
לאמיר ארויסשליידערן די אלע וואס רמח'ענען אינזערע נפשות ברוחניות ממחנינו, ולא ישמע עוד בשורות איומות כאלו.

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י ג' טבת התש"פ 00:18 #263451

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13

שרעקדיגע מעשה און פארשעי בית מדרש 

וואס דארף מען זיך אינדער נעמען פארדעם?

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י ג' טבת התש"פ 15:08 #263464

  • קאוונע
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 39 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
  • קאָרמא: 2
friend געשריבן on ג' טבת התש"פ 00:18:

שרעקדיגע מעשה און פארשעי בית מדרש 

וואס דארף מען זיך אינדער נעמען פארדעם?


צו שטיין ווייט און זיך דעפענדן פינעם משחית וואס דרייט זיך ארום מיט א לאנגע ריזיגע שפיז און וויל אונז אויסשטעכן די אויגן/הארץ און מח צו ווערן חלילה פאלנע גויים טמאים ושפלים.

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י ט"ו טבת התש"פ 00:36 #263746

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
קאוונע געשריבן on ג' טבת התש"פ 15:08:

friend געשריבן on ג' טבת התש"פ 00:18:

שרעקדיגע מעשה און פארשעי בית מדרש 

וואס דארף מען זיך אינדער נעמען פארדעם?


צו שטיין ווייט און זיך דעפענדן פינעם משחית וואס דרייט זיך ארום מיט א לאנגע ריזיגע שפיז און וויל אונז אויסשטעכן די אויגן/הארץ און מח צו ווערן חלילה פאלנע גויים טמאים ושפלים.


אבער עס איז שווער 
די באשפער האט אונז באשאנקען מיט שכחה, און איך פארגעס פון מאל צו מאל

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: אין ליכט פון די שוידערליכע טראגעדיע ה"י כ"ד ניסן התש"פ 23:55 #266188

  • נישט שלעכט
  • איצטיגע שטרעקע: 289 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 30
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
  • קאָרמא: 2
friend געשריבן on ט"ו טבת התש"פ 00:36:

קאוונע געשריבן on ג' טבת התש"פ 15:08:

friend געשריבן on ג' טבת התש"פ 00:18:

שרעקדיגע מעשה און פארשעי בית מדרש 

וואס דארף מען זיך אינדער נעמען פארדעם?


צו שטיין ווייט און זיך דעפענדן פינעם משחית וואס דרייט זיך ארום מיט א לאנגע ריזיגע שפיז און וויל אונז אויסשטעכן די אויגן/הארץ און מח צו ווערן חלילה פאלנע גויים טמאים ושפלים.


אבער עס איז שווער 
די באשפער האט אונז באשאנקען מיט שכחה, און איך פארגעס פון מאל צו מאל


פארדעם זענען מיר דאך דא אויף די וועלט זיך צו פארבעסערן און זיך מתגבר זיין אויף אונזער נסיונות.

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 3.03 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא