ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: אמאל און היינט! 360 באזוכער

אמאל און היינט! ח' טבת התש"פ 13:44 #263567

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

לכבוד האי יומא דקגרים, ווען איך טרעט מיטן אויבערשטענ'ס הילף אריין אין מיין 300'סטע טאג, וויל איך פאראייביגן מיינע געדאנקן אין אט דער גרויסער צייט, און עס ארויסברענגן אויף א אופן פון "אמאל און היינט", וויאזוי זאכן האבן ביי מיר אויסגעזעהן אמאל, און וויאזוי זאכן זעהן ב"ה אויס היינט ביי מיר, זייט איך בין א "הדא איד".

*

אמאל ווען איך האב געוויסט פון איינעם וואס מוטשעט זיך מיט די ענינים, האב איך אים אראפגעקוקט.

    היינט ווען איך ווייס אז איינער מוטשעט זיך מיט די ענינים, פארשטיי איך אז ס'איז א קרענק אזוי ווי סיי וועלכע אנדער פיזישע קרענק, און איך קוק אים ארויף אויף דעם וואס ער קומט זוכן הילף.

אמאל פלעג איך ווייניג טראכטן, און ווען שוין יא געטראכט איז עס נישט אלעמאל געווען פון אזאלכע גוטע זאכן.

    היינט, נישט נאר איך טראכט, נאר איך טראכט כסדר וויאזוי צו ווערן נענטער צו גאט, און וויאזוי צו מאכן א שטעקערע קשר מיט אים.

אמאל האב איך געלעבט איינזאם מיט מיין פראבלעם, נישט געהאט מיט וועם צו רעדן, און פון וועם צו נעמען חיזוק.

    היינט בין איך ב"ה טייל פון די קהילה, ווי איך האב מיך איינגעהאנדעלט אסאך טייערע לעכטיגע חבירים וואס זענען אלעמאל גרייט פאר מיר, און מ'האלפט זיך כסדר ארויס איינער מיטן צווייטן מיט אזא ברודערליכקייט.

אמאל האב איך קוים געקענט זיך האלטן ריין פאר אפאר וואכן.

    היינט בין איך שוין בחסדי ה' ריין פאר עטליכע מאל 90 טעג אין א ציה.

אמאל בין איך נעבעך זייער קראנק געווען, און איך בין געווען געבינדן אין קייטן.
    היינט בין איך ב"ה אויפן וועג צו מיין פולער ריקאווערי בס"ד.

אמאל האב איך מיר אזוי געשעמט צו רעדן צו א נברא אין די וועלט וועגן די ענינים.

    היינט האלט איך שוין ב"ה נאכן עס דורכרעדן מיט מיין טעראפיסט.

אמאל האב איך ליידער געהאט נאר א "אנגעשטעלטע" לעבן, ס'איז אבער געווען פאלטש.

    היינט לעב איך ב"ה א עכטע און א נארמאלער לעבן.

אמאל האב איך געלעבט א "דאבעל לייוו".

    היינט לעב איך איין לעבן, און א ריכטיגע לעבן.

אמאל ווען מ'איז געזעסן משפחה אינאיינעם, איז מיין קאפ געווען פארנומען נאר מיט לאסט, און מיט מיינע שוועגערינס.

    היינט האב איך הנאה פון דער אטמאספער אויף א ריינעם וועג, און איך בין מער נישט one track minded

אמאל האב איך געמיינט אז יעדעס מאל וואס איך טראכט פון עפעס לאסט, מוז עסק ומען לידי מעשה צו עקטן אוט.

    היינט ווייס איך אז דער באשעפער האט מיר געגעבן די כוחות זיך צו שטארקן, און עס בארואיגן אויף א געזונטע אויף, און בלייבן ריין.

אמאל איז מיין תורה און תפלה ליידער נישט געווען בקדושה ובטהרה, און ס'איז שווער צו טראכטן ווי שטארק דער רבוש"ע האט געהאט א נחת רוח דערפון.

    היינט דינט מען דעם באשעפער מיט א הייליגקייט באהבה וברצון בקדושה ובטהרה, און מ'זוכט כסדר צו שטייגן דערין למעלה למעלה.

אמאל האב איך נישט געהאט אזויפיל נערווען צו מיינע אומשולדיגע קינדערלעך.

    היינט האב איך די וועלטס נערווען און געדולט צו זיי.

אמאל האב איך געקענט פארוואסערן גאנצעטע טעג פון די ארבעט פאר הבלים און פאר שמוץ.

    היינט ב"ה געשעהט מער נישט אזא זאך, און לכבוד דעם איז מיין ביזנעס ארויף צו העכערע שטאפלען.

אמאל איז יעדע פראבלעם וואס האט זיך געמאכט, געווארן געסאלווט מיט עקטן אוט.

    היינט ווערט יעדער פראבלעם קעירגענומען, און מען טוט בעז"ה די ריכטיגע השתדלות זיך ארויסצוזעהן פונעם פראבלעם.

אמאל האט יעדע דורכפאל וואס האט זיך געמאכט ביי מיר, געענדיגט מיט עקטן אוט.

    היינט ווערט יעדער דורכפאל אויפגענומען מיט דער ריכטיגער צוגאנג, מ'שטעלט זיך אויף און מ'גייט ווייטער.

אמאל האב איך געמיינט אז די וועג זיך צו טוישן איז דורך אינטערנעמען גרעסערע צילן.

    היינט ווייס איך אז דער וועג מצליח צו זיין אין סיי וואס איז צו מאכן קליינע סטעפס, און ארבעטן מיט איין טאג אויפאמאל.

אמאל האב איך זיך כמעט נישט גערירט פארויס אין מיין לעבן, ווייל איך בין כסדר געווארן ערגעצוואו אינמיטן פארפלאנטערט מיט שמוץ.

    היינט רוקט מען זייך שטענדיג פארויס אין פארשידענע הינזיכטן אינעם לעבן ברחניות ובגשמיות מיט גרויס סייעתא דשמיא.

אמאל האט מיין דאווענען אויסגעזעהן אויף א אופן וואס ס'בעסער אז מ'רעדט נישט דערפון.

    היינט איז עס א דירעקטע מיטל וויאזוי נאנט צו ווערן מיט אונזער באליבטער טאטע אין הימל.

אמאל איז כמעט יעדע זאך וואס איך האב געזעהן געווען רילעיטיט צו ס*** במישרים אדער בעקיפין.

    היינט זעה איך ב"ה זאכן מיט א קלארע סויבערע מח.

אמאל האב איך געמיינט אז ווי מ ער ס*** איך וועל האבן, אלץ מער לייכטער וועלן מיינע פראבלעמען ווערן.

    היינט ווייס איך אז דאס איז א בלויזע איינרעדעניש, או און א פראמינענטער חלק פונעם פראבלעם.

אמאל האב איך געמיינט אז א גוטע שלום בית מיינט האבן ווי מער ס*** מיט די ב"ב.

    היינט ווייס איז אז א גוטע שלום בית מיינט האבן ווי מער און ווי א שטערקערע "עמאשענאל רילעישאן-שיפ".

אמאל האב איך געמיינט אז ווען מ'איז אפן מיט די ב"ב מיט די ענינים שבינו לבינה איז עס א נישט ריכטיגע זאך.

    היינט ווייס איך א דאס איז זייער א געווינטשענע און ריכטיגע זאך (ווען מ'ווייסט וויאזוי).

אמאל האב איך מיך געשעמט צו האבן אפן "הדא" אויף מיין סקרין ווען אנדערע האבן געזעהן.

    היינט איז עס ביי מיר ב"ה נישט מער קיין שום בושה, און איך קען עס האלטן אפן אפי' ווען אנדערע זעהן, (באופן וואס זיי זעהן נישט מיין ניק כמובן).

אמאל בין איך געווען א פשוטע איד.

    היינט בין איך א "הדא איד"!.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: ח' טבת התש"פ 19:00 דורך אחכה לו.

ענטפער: אמאל און היינט! ח' טבת התש"פ 23:22 #263580

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

ווי זאגט אחכה אויף אזא פאל?
"שוין ארויסגעפרינט צו ליינען אין א רואיגע מינוט"

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אמאל און היינט! ח' טבת התש"פ 23:50 #263584

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 210
  • האט שוין געלייקט: 442 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
  • קאָרמא: 6
איך רילעט זייער צי דיין אמאל.
איך האף בקרוב אויך צי דיין היינט.

ענטפער: אמאל און היינט! ט' טבת התש"פ 00:17 #263585

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 250 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 281
  • האט שוין געלייקט: 330 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל
  • קאָרמא: 25

יישר כח אחכה אזוי קלאר ארויס געברענט די גאנצע זאך 
אחכה איך האף לו צי גאט ב"ה אז איך זאל האבן אזא לעבען אזוי אחכה לו 

ענטפער: אמאל און היינט! ט"ו טבת התש"פ 00:49 #263750

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
אשרי זקנותינו געשריבן on ח' טבת התש"פ 23:50:
איך רילעט זייער צי דיין אמאל.
איך האף בקרוב אויך צי דיין היינט.

הלוואי אויף מיר

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: אמאל און היינט! ט"ו טבת התש"פ 12:21 #263766

  • איין טאג אויף א מאל
  • איצטיגע שטרעקע: 383 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
  • קאָרמא: 7
דאס זענען די הבטחת פון די גרויסע ביך וואס איז מקיום געווארן ביי דיר און דאס זענען

הבטחה 1: מיר וועלן וויסן פון א נייע פרייהייט און פרידן

הבטחה 2

מיר וועלן נישט באַדויערן די פאַרגאַנגענהייט און נישט וועלן צו פאַרמאַכן די טיר אויף דעם

הבטחה 3 
מיר וועלן פארשטיין די וואָרט ריעגקייט

הבטחה 4
מיר וועלן וויסן שלום

הבטחה 5
 נישט קיין חילוק ווי טיף אונז זענען געגאנגען וועלן מיר זעין ווי אזוי אינזער ערפארהונג קען זיין בייהולפיג פאר אנדערד

הבטחה 6
די געפילען פון ווערטלאזקייט און זעלבסט רחמנות 
וועט ווערן פארשווינדען
הבטחה 7
מיר וועלן פאַרלירן אינטערעסע אין עגאָיסטישע זאכן און באַקומען אינטערעסע אין אונדזערע מענטשען
הבטחה 8
זעלבסט זוכען וועט זיך אוועקגליטשען
הבטחה 9
אונדזער גאנצע שטעלונג און קוק אויפן לעבן וועט זיך טוישן
הבטחה 10
מורא פון מענטשן און עקאָנאָמישע אימזיכערהייט וועט אונדז אפלאזען
הבטחה 11
מיר וועלן וויסן מיט א קלארקייט ווי אזוי צו האנדלען סיטצאטסיעס וואס באפאלען אונז
הבטחה 12
מיר וועלן פּלוצלינג פאַרשטיין אַז גאָט קען טאן פאר אונדז וואָס מיר קען נישט טאָן פאר זיך.

ענטפער: אמאל און היינט! ט"ו טבת התש"פ 21:13 #263788

  • סובל בתקוה
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • הפנטזיה משקרת, עוד אחת ואני נגמרת...
  • מעלדונגען: 6
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
  • קאָרמא: 2

ווי זאגן אבער די אולד טיימערס, נישט יעדער זעט גלייך די וואונדערליכע הבטחות, אסאך מאל דארף מען ווארטן און ווארטן און ווארטן און.......ווארטן
יא! אבער ווי לאנג עס איז דא אויף וואס, און פולע מעטשן זענען שוין עדות אויף דעם איז עס טאקע א הבטחה.
ישר כח פאר אזוי קלאר טרענסלעיטן

I"m only speaking for my self, what works for me, . you may have a different experience, it's okay

ענטפער: אמאל און היינט! ג' שבט התש"פ 17:38 #264424

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
WOW
איך בין "זייער" שפעט, אבער איך האב עס הערשט יעצט אפגעליינט.
אחכה! דו ביסט גוט! קיפ איט אפ!
(איך געדענק נישט צו זעהן נאך א פאוסט דא אויף הדא מיט אזויפיל לייקס, ס'איז אפשר דא, אבער איך געדענק נישט)

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אמאל און היינט! כ"ז אייר התש"פ 00:34 #266802

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

אמאל איז יעדע טשעלענדזש געווען: "אוי, שוין ווידער א נסיון... שוין נאכאמאל שטיי איך ביים טיר פון תהום... שוין ווייטער אזוי שווער..."

       היינט איז יעדע טשעלענדזש: "אה, נאך א געלעגענהייט צו ארבעטן אויף ריקאווערי, צו ארבעטן די סטעפס, צו ווערן נעטער צום הייליגן באשעפער!".

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: כ"ז אייר התש"פ 00:35 דורך אחכה לו.

ענטפער: אמאל און היינט! כ"ז אייר התש"פ 08:42 #266807

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
אחכה לו געשריבן on כ"ז אייר התש"פ 00:34:

אמאל איז יעדע טשעלענדזש געווען: "אוי, שוין ווידער א נסיון... שוין נאכאמאל שטיי איך ביים טיר פון תהום... שוין ווייטער אזוי שווער..."

       היינט איז יעדע טשעלענדזש: "אה, נאך א געלעגענהייט צו ארבעטן אויף ריקאווערי, צו ארבעטן די סטעפס, צו ווערן נעטער צום הייליגן באשעפער!".


כמו שאמר הבעל התניא, אז דער מענטש איז נאר באשאפן געווארן, כדי זיך צו שלאגן מיט זיינע נסיונות, ווייל דעמולט'ס איז ער מגלה כבוד שמים אין די וועלט.
אבער ווי לאנג מען געבט אים נישט די כח זיך צו שטארקן איבער די נסיונות, געבט מען אים נישט קיין נסיונות, אבער ווען א מענטש קומט אונטער צו א נסיון דארף ער זיך פרייען, אז מען האט אים געגעבן די סייעתא דשמיא אז ער זאל זיך קענען שטארקן איבער זיי, און מגלה זיין דעם כבוד פון אויבערשטן  

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: אמאל און היינט! כ"ז אייר התש"פ 11:33 #266815

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
אחכה לו געשריבן on כ"ז אייר התש"פ 00:34:

אמאל איז יעדע טשעלענדזש געווען: "אוי, שוין ווידער א נסיון... שוין נאכאמאל שטיי איך ביים טיר פון תהום... שוין ווייטער אזוי שווער..."

       היינט איז יעדע טשעלענדזש: "אה, נאך א געלעגענהייט צו ארבעטן אויף ריקאווערי, צו ארבעטן די סטעפס, צו ווערן נעטער צום הייליגן באשעפער!".


גוט געזאגט!
נעכטן האב איך מיך געטראפן אין דעם מצב, איך בין געווען זייער צובראכן פון נסיונות וואס זענען מיר אונטערגעקומען ביים גיין אויפן גאס.
אין מיין צובראכנקייט האב איך גערופן דעם אלעמען באליבטן "שלום גאנץ" און ער האט מיך ארויסגעהאלפן צו פארשטיידן אז יעדע נסיון איז א געלעגהייט!
שכח אחכה, שכח שלום!
נ.ב. די ערשטע "אמאל און היינט" פאוסט געוואונט די רעקארד פאר די פאוסט מיט די מערסטע לייקס אויף הדא. איך זאג פלעין.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

לעצט פארראכטן: כ"ז אייר התש"פ 11:34 דורך ich vil zan ehrlich.
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 1.68 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא