ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: קאראנא - קאראנא - קאראנא 311 באזוכער

קאראנא - קאראנא - קאראנא כ"א אדר התש"פ 23:19 #265784

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

ווי מען גייט און ווי מען שטייט הערט מען איין ווארט קאראנא, אלע נייעסן פון די גאנצע וועלט איז נאר ארום די קאראנא, די געווענטליכע נייעס איז אראפ פון טיש, קיינער רעדט נישט פון דעם, עס געשעהן נישט קיין עקסידענטס, עס ברעכן נישט אויס קיין פייער'ס, אפילו די העפטיגע פאליטישע דיבעיטס פון די פריימעריס זענען געגאנגען שלאפן, און די איינצוגסטע זאך וואס מען רעדט איז קאראנא.

וואס האט דאס מיט מיר ? איינער וועט זאגן איך מוז מיר אזוילירן כדי איך זאל נישט ווערן אנגעשטעקט, און כדי איך זאל נישט ווערן א קעריער פון די קאראנא וויירוס פאר אנדערע עלטערע מענטשן, וואס פאר זיי קען עס ר"ל זיין א סכנה, אבער ביי מיר אין הארץ פלאטערט א אנדערע שווערע פחד פון די קאראנא וויירוס, און איך וויל עס אויסשמועסן דא ברבים.

היינט האט דער הויכגעשעצטער פרעזידענט טראמפ געהאט א לאנגע שמועס מיט אלע רבנים, און פארלאנגט בכל תוקף מען מוז צושפארן אלע מוסדות התורה, אלע בתי מדרשים, אלע געשעפטן, וכו' וכו', און יעדער איינער זאל בלייבן זיצן אין שטוב, צוזאמען מיט די משפחה, און מען טאר נישט ארויסגיין אינדרויסן. און לאמיר מאכן א פשוטע חשבון פון די אנגעצויגנקייט וואס עס גייט ארום נעמען דעם גאנצן עולם.

און די פחד איז גרויס, וויאזוי געבט מען זיך א עצה אז דאס זאל נישט צוברענגען, אז מען זאל אנטלויפן צו.......

איך בעהט אז ווער עס קען זאל אריינקומען מיט קלארע אנווייזונגען, וויאזוי גייט מען אדורך אזעלכע זמנים, ויהא חלקינו ממזכי הרבים אשר אין חטא בא על ידם

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: קאראנא - קאראנא - קאראנא כ"ב אדר התש"פ 14:03 #265801

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

אוי נאר אמונה נאר אמונה אין בורא כל העולמים..... אוי נאר אמונה....
טייערע אידן... הייליגע ברודער האטס אמונה האטס אמונה אין בורא כל עומים.....

עצה נומ. 1 אמונה, חזר'ן און געדענקן אז אלעס איז פון ה' כי הוא לבדו עשה ועושה ויעשה.

2. אין א שווערע מינוט רופן א חבר / ספאנסער, אויסשמועסן, אויסרעדן וואס מ'שפירט, און נעמען / געבן חיזוק איינס פונעם אנדערן.

3. דורכגיין דעם האנט בוך אין זעהן וואס קען אין "יעצט" טון, צו בלייבן ריין פאר "היינט".

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: קאראנא - קאראנא - קאראנא כ"ב אדר התש"פ 22:42 #265819

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

יעצט ווען יעדער איינער זיצט זיך איינגעשפארט אינדערהיים, און מען פאלגט אויס די געבעהט פון די אינסטאנצן, און עס איז זייער שווער אויף מאנכע פון אונז, וויל איך זיך אביסל אויסשמועסן, פון א מעשה וואס איז געווען מיט יארן צוריק, און פרובירן זעהן וויאזוי מיר קענען לעבן מיט דעם אין די היינטיג צייט. 

געווען איז די מעשה בשנת ב' אלפים תמ"ח אידן זענען געווען אין זייער א שווערע מצב, זיי האבן זיך געפונען אין טומאת וערות מצרים, און עס זענען אוועק געפאלן שטיקער פון אידן, דורך די נסיונות ופגעי הזמן, מען רעדט פון א גאולה, דער אויבערשטער טיילט אויס שווערע מכות פאר די מצריים, און מען ערווארט אז די אידן זאלן זיך כאפן, און פארשטיין אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "או הנסה אלהים לבוא לקחת לו גוי מקרב גוי במסת באתת ובמופתים ובמלחמה וביד חזקה ובזרוע נטויה ובמוראים גדלים ככל אשר עשה לכם יהוה אלהיכם במצרים לעיניך - אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו" אז אלע ניסים וואס דער אויבערשטער האט געמאכט אין מצרים, איז געווען אז דער איד זאל זעהן מיט די אויגן, כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו.

א גרויסע חלק פון אידן אבער מאכן זיך נישט וויסענדיג, און זיי גלייבן נישט אז מען גייט זיי יעצט אויסלייזן, זיי זאגן אונז זענען שוין דא 210 יאר, די פריערדיגע דורות זענען געווען ערליכער פון אונז, און זיי זענען נישט אויסגעלייזט געווארן, וואס איז יעצט געשעהן אז מען זאל אונז אויסלייזן, עס איז זיכער פאלטשע שמועות, און אפילו מען זעהט ווי דער אויבערשטער דרייט איבער די גאנצע וועלט, מוזן זיי אויך מודה זיין אז דער אויבערשטער טוט דא עפעס אבער זיי קענען נישט אנעמען דעם פאקט אז דער אויבערשטער גייט זיי אויסלייזן. א טייל אידן אבער כאפן זיך יא אן אין דעם האפענונג, און קוקן ארויס אויף דעם טאג ווען מען גייט ארויסגיין פון מצרים, און מען פרובירט זיך צו נעמען אין די הענט אריין, אבער וויפיל זיי פרובירן זיך נעמען זיך אין די הענט אריין, פאלט מען נידריגער און נידריגער, זיי גייען אראפ מדרגה לדרגה, און זיי קענען זיך נישט אויפהייבן, מיט גרויס ווייטאג פאלן זיי אראפ אין אלע מ"ט שערי טומאה.

אינמיטן איז אנגעקומען גאר א שווערע צייט פאר אידן, געווען איז עס אינמיטן די מכה פון חשך, האט אויסגעבראכן, א שרעקליכע עפידעמיע, עס זענען אויסגעשטארבן רוב רובם פון כלל ישראל, לויט איין דעה אין מדרש, איז געשטארבן 4 פון יעדע 5, דא מיינט אז 80 פראצענט פון כלל ישראל איז געשטארבן, און לויט א אנדערע שיטה איז געשטארבן 49 פון יעדע 50, דאס מיינט אז 98 פראצענט פון כלל ישראל איז געשטארבן, און לויט איין שיטה איז געשטארבן 499 פון יעדע 500, דאס מיינט אז וויניגער פון איין פראצענט איז געבליבן לעבן, און די מצב איז געווען גאר גאר שווער, אבער די אידן האבן זיך פרובירט צו האלטן און גלייבן אז דער אויבערשטער גייט זיי ארויסנעמען פון גלות מצרים.

פלוצלונג קומט אן משה רבינו און ער זאגט אונז אן מען דארף שחטן א קרבן פסח, זיצן פסח ביינאכט אין שטוב, איינגעשפארט מיט די משפחה, ווייל אינדרויסן גייט זיין גאר א שווערע צייט, דער מלאך המשחית גייט זיך ארום דרייען פראנק און פריי, און ער גייט נישט מאכן קיין חילוק צווישן גוטע און שלעכטע, ווייל כיון שניתן רשות למשחית אינו מחלק בין רעים לטובים, און כדי עס זאל זיין א שמירה זאל מען אנשמירן בלוט אויף די שוועלן פון די טירן פון הויז, די אידן פאלגן אויס די הוראות וואס מען האט זיי געהייסן, קיינער גייט נישט אין ביהמ"ד לערנען, קיינער גייט נישט דאווענען מעריב אין שוהל, נאר יעדער איינער קומט זיך צוזאמען מיט א קליינע גרופע, ביי זיך אינדערהיים, און דארטן איז מען זיך מחזק איינער דעם צווייטן, אז אט אט גייט מען שוין ארויסגיין פון גלות.

פלוצלונג הייבט מען צו הערן ביטערע געשרייען פון אינדרויסן, אזועלכע קולות וואס איז קיינמאל נישט געהערט געווארן, יעדע גוי זיצט ביי זיך אינדערהיים און וויינט ביטערליך, עס זענען אים געשטארבן עטליכע חברה אין שטוב, די עלצטע פון די טאטע'ס זייט, דו עלצטע פון יעדע מאמע, דו עלצטע פון די הויז, און זיי ווייסן זיך נישט ווי אהין צו טוהן, עס הערשט א פחד ביי אלע אידן פון דעם וואס גייט פאר אינדרויסן, אבער די אידן שטארקן זיך משה רבינו האט אונז געזאגט אז אויב אונז וועלן בלייבן אינדערהיים וועט עס אונז נישט שאטן, און אונז וועלן זוכה זיין צו ארויסגיין פון גלות.

אינמיטן רופט זיך אן איינע פון די קינדער, טאטי אבער וויאזוי קען זיין אז דער אויבערשטער וועט אונז אויסלייזן, מיר זענען דאך נישט ווי עס דארף צו זיין, איך שפיר ממש ווי איך זינק איין כמעט אין די 50סטע שער פון טומאה, און איך האב מורא אז איך וועל שוין נישט האבן א וועג צוריק, בארואיגט אים זיין טאטע, זארג זיך נישט דער אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר יעקב אבינו, אנכי ארד עמך מצרימה, ואנכי אעלך גם עלה, זארג זיך נישט דער אויבערשטער וועט אונז ארויסנעמען פון דא, און ער וועט אונז ארויסנעמען פון די אלע שערי טומאה אויך, לאמיר זיך מחזק זיין צוזאמען און זינגען פארן אויבערשטן לעשות רצונך אלקי חפצתי, און אזוי זענען זיי זיך מחזק איינער דעם אנדערן א גאנצע נאכט ביז אינדערפרי.

מען שטייט אויף אינדערפרי, און עס איז אנגעקומען די צייט פון די גאולה, און מען איז ארויס פון מצרים אנשים נשים וטף, מיט די איינגעבאקענע אמונה וואס מען האט אריינגענומען אין זיך במשך פון די גאנצע נאכט, און אזוי איז מען געגאנגען ביז מען איז אנגעקומען צום ים סוף, ווי די אידן זענען אנגעקומען צו ראתה שפחה על הים מה שלא ראה יחזקאל בן בוזי.

איך מיין אז די נמשל איז איבעריג צו זאגן, מיר גייען יעצט אדורך א שווערע מצב, אינדרויסן בוזשעווען שווערע ווינטן, עס פארן ארום קארן און רופן אויס "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם" בלייבטס אינדערהיים, ואתם לא תצאו איש מפתח ביתו עד בוקר, ביז עס וועט ווערן ליכטיג, און דער גאנצע מגפה וועט אריבער גיין, מען האט געהערט די קולות פון טשיינע ווי די גוים האבן געוויינט אין די גאסן, און עס הערשט א גרויסע שרעק אין אידישע הערצער, וואס גייט דא זיין, אבער מיר פאלגן אויס די הוראות פון די רבנים, מען זיצט אינדערהיים, מיט די שמירה (מזוזה) אויפן טיר, און מען רעדט צו די קינדער, מען איז זיך מחזק מיט אמונה אין אויבערשטן, אז דער אויבערשטער האט אונז צוגעזאגט "כל המחלה אשר שמתי לא אשים עליך כי אני ה' רופאך" דער אויבערשטער האט אונז צוגעזאגט אז ער וועט נישט ברענגען קיין מחלות אויף אונז, און אויב וועט עס יא אנקומען, וועט ער אונז אויסהיילן.

און מיר פרעגן מיט שרעק, טאטי זענען מיר דען ווערד צו געראטעוועט ווערן, מיר ווייסן זייער גוט וויאזוי מיר קוקן אויס, און וויפיל מיר פאלן אריין טיפער און טיפער בעמקי שאול, און אפשר איז עס געקומען צוליב מיינע חטאים, דא קומט דער אויבערשטער און ער זאגט אונז האב נישט קיין מורא, איך בין דא צוזאמען מיט דיר און איךי זעה ווי דו שטייסט, און איך לאז דיר נאך אלץ נישט איבער, ווייל איך זעה די צער וואס דו גייסט אדורך, און וויפיל דו שטרענגסט זיך אן צו זיין ערליך און גוט, און איך וועל דיר באגלייטן אין דיין וועג אזוי ווי עס שטייט אין רבינו בחיי אויפן פסוק והדוה בנדתה, אז די מדרש תנחומא זאגט "המשיל הכתוב טומאתן של ישראל לטומאת הנדה", דער אויבערשטער האט צוגעגליכן די טומאה פון די אידן, צו טומאת נדה, און נישט צו טומאת מת, איז דער רבינו בחיי מסביר די חילוק צווישן די צוויי טומאות, אז א מת וואס איז אין א הויז טאר א כהן נישט אריין קומען אינעווייניג, ווייל ער וועט ווערן טמא, אבער א ווען איינער איז א נדה קען א כהן יא אריין קומען אין די זעלבע הויז, און זיצן צוזאמען מיט די נדה אויפן זעלבן באנק, און ער ווערט נישט טמא. זאגט אונז דער אויבערשטער אפילו דו ביסט טמא וועל איך אריינקומען און זיצן צוזאמען מיט דיר, ביז איך וועל דיר אויסלייזן, און דעמולט'ס וועל איך דיר אפוואשן פון דיין טומאה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם מכל טומאותיכם ומכל גלוליכם אטהר אתכם.

און ווי דער אוה"ח הקדוש שרייבט אויפן פסוק "והסיר ה' ממך כל חלי וכל מדוי מצרים הרעים אשר ידעת לא ישימם בך ונתנם בכל שנאיך" אז דער אויבערשטער זאגט אונז צו אז אפילו ווען ער וועט ברענגען א מחלה וואס איז קאנטעידזשעס, וועט ער עס ברענגען נאר אויף די גוים, און עוועט אפהיטן כלל ישראל פון דעם אמן כן יהי רצון

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
לעצט פארראכטן: כ"ג אדר התש"פ 00:08 דורך Heiligertzadik.

ענטפער: קאראנא - קאראנא - קאראנא כ"ד אדר התש"פ 17:06 #265852

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

פון הייליגן שינאווער רב זי"ע שטייט אז מען רופט שבת, דעם הייליגן שבת, ווייל שבת האט א כח צו היילן, זאל דער שבת אונז אלע ברענגען די ריכטיגע רפואה, און די ריכטיגע ישועה, אין אלע ענינים

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: קאראנא - קאראנא - קאראנא כ"ו אדר התש"פ 13:30 #265861

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 84 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 54
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל
  • קאָרמא: 6

בנוגע אונזערע שוועריקייטן אין די יעצטיגע קאראנא מצב... 

וויל איך מיר אויסשמועסן, געווען איז עס פאריגע מיטוואך ויקה"פ ווען כ'האב צום ערשטן מאל אינעם יעצטיגן מצב, געדארפט נעמען בהכרח די תשעה קבין שואער, ציטערנדיג אויס מורא פון די עבר וואס אזעלכע שואערס אינדערהיים - נישט ברבים - פלעגט מיר צוברענגען. די מערסטע צוברענגען צו עקטען-אוט וד"ל...

למעשה האט מיר די בורא עולם חונן דעת געווען, און כ'האב זיך קאנצענטרירט אויף עפעס אנדערש, דאס איז די צייט ווי לאנג מ'דארף זיין ע"פ פסק הרבנים אונטער די שטראם און געציילט די סעקונדעס  סעקונדע נאך סעקונדע ביז 4 מינוט, אזוי ארום פארמיטן געווארן די פראבלעם. 
הודו להשם כי טוב! 

נ. ב.
זאל דאס זיין א תיקון פאר מיין עבר וואס כ'האב גענוצט ט קבין - ברצון - אינמיטן טאג (נאך מעסטערבעיטן) אנשטאט מקוה, אויס בושה פון די צוקוקער פארוואס כ' גיי יעצט אין מיטן העלן נאכמיטאג טאג אין מקוה... 
#כ'לייד נישט אויף ss אין מקוה. 

לעצט פארראכטן: כ"ו אדר התש"פ 13:50 דורך איין קוק ווינציגער.

ענטפער: קאראנא - קאראנא - קאראנא כ"ו אדר התש"פ 13:53 #265863

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1623
  • האט שוין געלייקט: 949 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2937 מאל
  • קאָרמא: 59
WOW
בכל מצב ומצב אתה מתחזק במאוד מאוד!!!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: קאראנא - קאראנא - קאראנא א' ניסן התש"פ 11:37 #265956

  • קאוונע
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 39 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
  • קאָרמא: 2

געלויבט השי"ת מיר קומט עס אהן אביסל לייכטער יעצט וען מען איז פארנומען צו קעירנעמען שטארק פון די קינדער
ביינאכט פאלט מען שוין צוזאם נאך א שווערע טאג מיט די קינדער.

ענטפער: קאראנא - קאראנא - קאראנא א' ניסן התש"פ 14:33 #265968

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1623
  • האט שוין געלייקט: 949 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2937 מאל
  • קאָרמא: 59
#גוטס אין יעדע זאך!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: קאראנא - קאראנא - קאראנא ח' ניסן התש"פ 22:51 #266058

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

שוין 2 וואכן וואס מען זיצט איינגעשפארט אינדערהיים, איינער גייט יא ארויס דאווענען מיט מנין, איינער גייט נישט ארויס דאווענען מיט מנין, איינער גייט יא ארבעטן אפאר שעה א טאג, און איינער גייט נישט ארויס ארבעטן, יעדער איינער לויט וויאזוי זיינע רבנים האבן אים געזאגט, און אלו ואלו דברי אלקים חיים, אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוונו ליבם לאביהם שבשמים.

אבער איך וויל ארויס ברענגען א געוויסע נקודה וואס איך שפיר אז איך נעם שטארק ארויס אין די יעצטיגע טעג, און קען זיין אז אנדערע קענען אויך האבן א ניצן דערפון. איך דארף איבערגעבן מיין לעבן פארן אויבערשטן, און איך דארף לאזן דעם אויבערשטן פירן מיין לעבן אויף דעם וועג וואס ער וויל, ווייל איך ווייס אז די מינוט וואס איך וויל פירן מיין לעבן אויף דעם וועג וואס איך וויל, וועל איך ווערן אנגעווייטאגט אויף יעדע זאך וואס גייט אנדערש פון דעם וועג וואס איך וויל, און עפ"י רוב וועלן זאכן אין לעבן נישט גיין אזוי ווי דער מענטש וויל, ווייל די וועלט פירט זיך וויאזוי דער אויבערשטער וויל, און נישט וויאזוי דער מענטש וויל, און איך ווייס אז ווען איך ווער אנגעווייטאגט, וועט אטאמאטיש אנהייבן מיין אדיקשאן צו ארבעטן, און מיר פרובירן העלפן טרעפן א וועג צו פארגעסן פון מיין ווייטאג, און דער וועג וועט מיר ברענגען אז איך זאל מיר אליין באגראבן לעבעדיגערהייט ר"ל.

אבער אין א געווענטליכער טאג, וואס דער סדר היום פארט עס מער ווייניגער נארמאל, איז זייער נארמאל פאר דעם מענטש זיך איינצורעדן אז ער געבט זיך איבער צום אויבערשטן, און ער איז באמת גרייט אז דער אויבערשטער זאל פירן זיין לעבן, ווייל אפילו ער שטויסט זיך אן דא און דארטן אין זאכן וואס גייען נישט אזוי ווי ער וויל, אבער מער ווייניגער איז זיין טאג מסודר, און ער איז פארנומען מיט דעם געווענטליכן סדר היום, וואס איז גורם אז ער זאל אפילו נישט האבן קיין צייט צו טראכטן געהעריג, און ממילא וועט ער גרינגערהייט זאגן אינדערפרי, איך געב מיר איבער פאר דיר, אז דו זאלסט טוהן מיט מיר און בויען מיט מיר וואס דו ווילסט, און אויך א גאנצן טאג וועט זיין גרינגער צו אננעמען וואס עס גייט נישט אזוי פונקטליך וויאזוי ער וויל, ווייל ער איז פארנומען און ער האט אפילו נישט קיין סאך צייט זיך אריין צו לאזן און די שוועריגקייטן.

אבער אין די יעצטיגע מצב, ווען מען זיצט אסאך אין שטוב, און די מצב איז אנגעשטרענגט, מען האט נישט געהעריג וואס צו טוהן, די קינדער האבן נישט וואס צו טוהן, און מען דארף אויסרוימען די חמץ און אריינברענגען דעם פסח, און די אנגעצויגנקייט פון די גאס דרינגט אריין אין די שטובער, מיט שרעקעדיגע באזארגענדע בשורות יעדע פאר שעה פון פריש, ווערט דער מענטש כסדר צורודערט, טאמער האט ער אינדערפרי געמאכט א פלאן וואס ער וויל אויפטוהן אין דעם קומענדיגן טאג, וועלן אלע זיינע פלענער גיין פייפן, און ער קען נישט מאכן א פלאן פון איין מינוט אויפן צווייטן, און אלע זיינע פערסאנעל דיפעקט'ס קומען דעמולט'ס ארויס מיט איר גאנצע גלאנץ, און יעצט קומט דער מענטש צו אויף דעם פלאץ ווי ער קען זיך באמת איבער געבן פארן אויבערשטן, און זיך באמת בוחן זיין ווי האלט איך מיט זיך איבער געבן פארן אויבערשטן, און פון די אנדערע זייט ארבעטן אז מיר זאלן זיך באמת קענען איבערגעבן צום אויבערשטן.

ווייל די אמת'דיגע זיך איבערגעבן איז נישט א זאך וואס איז געזאגט געווארן ווען דער אויבערשטער פירט אונזער לעבן אויף דעם וועג וואס מיר ווילן, נאר מיר לאזן דעם אויבערשטן פירן אונזער לעבן אויף דעם וועג וויאזוי ער וויל, און דאס איז די ארבעט אין די יעצטיגע צייט, ווען די מענטש זעהט איין אז דער טאג גייט אינגאנצן נישט אזוי ווי ער וויל, נאר ער איז אינגאנצן אנגעוואנדן אין די וועגן וויאזוי דער אויבערשטער וועט עס פירן, און ווי לאנג ער וועט האבן א פלאן וויאזוי ער וויל זיין טאג זאל זיך פירן וועט עס אים אנקומען זייער שווער, ער וועט פילן אז ער טוט נישט גארנישט אויף, אבער אויב וועט ער זיך איינחז'ן אז ער איז נאר דא צו טוהן דעם אויבערשטנ'ס ווילן, און צו אויספירן דעם אויבערשטנ'ס פלאן, און דער אויבערשטער איז דער וואס פירט זיין טאג, וועט ער זיך שפירן באקוועם מיט זיין טאג, און ער וועט קענען אויפטוהן וואס ער דארף אויפטוהן אין דעם היינטיגן טאג מיט א שמחה

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: קאראנא - קאראנא - קאראנא כ"ו ניסן התש"פ 02:19 #266231

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

איך וויל ארויסברענגען א נקודה למחשבה וואס מען זעהט פון די יעצטיגע מצב, ווען געוויסע מענטשן זיצן אין שטוב איינגעשפארט שוין פאר 6 וואכן אין שטוב, עס איז נישט דא קיין ארבעט, לכבוד די ווירוס האט זיך זיין ביזנעס צוגעמאכט, און די בתי מדרשים האבן זיך פארמאכט, און ער זיצט אין שטוב מיט זיינע קינדער, ביז פסח און די זעלבע במשך די טעג פון דעם יום טוב איז ער געווען פארנומען מיטן יום טוב, און ער האט נישט געכאפט וואס גייט פאר, אבער יעצט נאך יום טוב הייבט ער אן צו כאפן וואס עס איז געשעהן מיט אים.

אין נארמאלע אומשטענדן שטייט ער אויף אינדערפרי, און ער ווייסט איך גיי אין ביהמ"ד ווי איך וועל טרעפן מיינע חברים, און איך וועל פארברענגען אביסל, איך דארף גיין צו די ארבעט, ווי מען ווארט אויף מיר אז איך זאל טוהן מיין דזשאב, איך האב פארוואס אויפצושטיין, איך האב פארוואס צו גיין שלאפן ביינאכט, כדי איך זאל האבן כח מיט וואס אנצוגיין דעם קומענדיגן טאג.

אבער יעצט שטייט ער אויף אינדערפרי און ער זאגט מודה אני לפניך, און ער פרעגט זיך אליין פארוואס בין איך אויפגעשטאנען היינט, וואס גיי איך טוהן מיטן טאג, קיינער ווארט נישט אויף מיר, קיין שום זאך ווארט נישט אויף מיר, איך דארף נישט גארנישט ארלעדיגן, צוביסלאך הייבט ער אן צו זעהן אז ער שלאפט אסאך שעות פון טאג, נישט ווייל ער איז מיד, נאר פשוט ווייל ער האט נישט וואס צו טוהן מיטן טאג, און פון גיין ליידיג קומט ער אן אין בעט נאכאמאל און נאכאמאל, און ער שלאפט ווידער אמאל און ווידער אמאל.

און דא קומט מען אן צו פארשטיין וואס גייט פאר אין די מחשבה פון איינער וואס מוטשעט זיך מיט אונזערע נסיונות, ער פילט זיך דער אויסגעשפילטער פון די גאנצע וועלט, נישט ער האט א קאפ צו דאווענען, נישט ער האט א קאפ צו לערנען, נישט ער האט א קאפ צו ארבעטן, זיין קאפ לויפט צווישן זיינע שווערע תאוות וואס גייען אריבער אויף אים, צו זיינע שווערע מחשבות אז ער איז גארנישט ווערד, און אנשטאט צו זאגן אינדערפרי מודה אני לפניך שהחזרת בי נשמתי, זאגט ער ראה עניי ועמלי אז איך דארף אריבערגיין נאך א טאג אין מיין לעבן אויף דער וועלט, זיין ווייטאג איז איום ונורא, און וויאזוי קען זיך א מענטש שטארקן אין אזא זמן ?

און דא קומט אן דער מענטש צו דער איינערקענונג, רבוש"ע דו מאכסט דאך נישט קיין טעות אויף דער וועלט, אז דו האסט מיר צוריק געגעבן מיין נשמה אויף אזא אופן, איז טייטש אז דו האסט הנאה פון מיר אין דעם פלאץ וואס איך געפון מיר, ווייל דו ווילסט זעהן ווי איך טוה אנטפלעקן דיי כבוד אין דעם פלאץ ווי איך בין, און איך בין נישט דא צו זיין דער מוצלח, דער תלמיד חכם דער דיין דער געלונגענער מגי"ש, נאר דיין רצון איז אז איך זאל מיר מוטשענען אויף א פלאץ, וואס מיין פלאץ וועט זיין אפגעפרעגט אין די גאנצע בריאה, איך זאל נישט האבן קיין שום פלאץ אין די וועלט, אבער ביי דיר בין איך נישט אפגעפרעגט, ווייל דו ווילסט מיר האבן דא ווי איך בין, "ורצית שבח ממעוטי עמים. נשויי טובה. שבעי רגז. עגומי נפש. והיא כבודך ורצית שבח משוקדי דלתות. שופכי שיח. תובעי סליחה. תאבי כפרה. והיא כבודך"

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: קאראנא - קאראנא - קאראנא כ"ט ניסן התש"פ 11:08 #266290

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

איך וויל נישט אריינגיין און געבן א מיינונג אין די ענינים, איך טוה ריספעקן יעדעם איינעם, און יעדער איינער זאל פרעגן זיין רב וויאזוי ער זאל טוהן, און ביטע נישט נעמען מיינע ווערטער אלץ א מיינונג אויף וויאזוי מען דארף זיך פירן, איך וויל נאר ארויסברענגען די פינטל לגבי אונזערע נסיונות.

איך האב היינט געליינט א באשרייבונג פון די פארזעצונג מעשה פון די אידישע ליכט פרשת נח שנת תתע"א, איז געשטאנען דארטן א באשרייבונג, אז פאר 91 יאר צוריק איז געווען א שרעקליכע קאטאסטראפע אין די וועלט, עס איז געווען א שטאט וואס האט געהייסן וואהאן אין דעם לאנד וואס האט געהייסן טשיינע, וואס דארטן איז געווארן א עפידעמיע, און עס איז צושפרייט געווארן אין די גאנצע וועלט, איך וויל נישט איבערשרייבן די גאנצע באשרייבונג, וואס נעמט אויף גאנצע וואכן בערך 2 יאר פון פארזעצונגען, איך וויל נאר רעדן פון דעם וואס ער באשרייבט דארטן אין פרשת נח, ווי ער רעדט ארום פון די עפידעמיע האט צושטערט דאס רוחניות'דיגע לעבן פון דעם אידנטהום.

שרייבט ער דארט אז עס זענען ארויסגעקומען בריוון פון אסאך רבנים און ער ברענגט דארטן בילדער פון די בריוון פון די רבנים ארויסגענומען פון די ארכיוון, אז מען זאל דאווענען אינדערהיים, אנדערע האבן געשריבן אז מען זאל מאכן קליינע מנינים פון 10-12 מענטשן, אנדערע האבן געשריבן אז מען זאל דאווענען אויפן גאס, און שטיין אפגעריקט איינע פון די אנדערע 6 פיס, אנדערע האבן געשריבן אז מען זאל דיסאינפעקטן די פלאץ ווי מען דאווענט נאך יעדע תפילה, און עס זאל זיין איינער וואס איז אחראי דערויף, און אנדערע האבן געשריבן און אזוי האט זיך כלל ישראל געמוטשעט מיטן דאווענען.

וועגן גיין אין מקוה, ברענגט ער אויך בריוון פון רבנים וואס האבן געשריבן אז מען זאל נישט גיין אין מקוה, און אנדערע האבן געשריבן אז מען זאל זיך טובל'ן אין די מי הדעת פון די תורה, אנדערע האבן געשריבן אז מען זאל גיין אין שויער, און לאזן רינען תשעה קבין, אינטרעסאנט ווי זיי האבן דארט א בילד פון א בריוו פון רבנים וואס האבן פונקטליך צולייגט וויאזוי די נושא פון תשעה קבין דארף ווערן געמאכט, עס איז כדי צו ליינען, אויב עס וועט פאר איינעם אויספעלן לעת הצורך, אנדערע האבן געשריבן אז מען זאל זיך וואשן מיט די ככנות וואס דער בעש"ט זי"ע האט געשריבן, אנדערע האבן געשריבן אז מען זאל אינזינען האבן די כוונות האר"י פון מקוה, און מיט דעם וועט מען יוצא זיין, און אנדערע האבן זיך געקויפט פארטעבל מקוואות אין שטוב (בבחינת דזשאן טא גא), וכו'.

און נאכדעם ברענגט ער ארויס אז עס זענען געווען אידן וואס האבן געהאלטן אז מען דארף זיך מוסר נפש זיין, און גיין אין ביהמ"ד און גיין אין מקוה, און זיי זענען געגאנגען אין ביהמ"ד זיך געשלאגן מיט די פאליציי, און ווען די פאליציי האבן פארשפארט דעם ביהמ"ד, האבן זיי אויפגעבראכן די פענסטערס, און פון דארט אריינגעקראכן, איין דוגמה ברענגט ער די אלטע ביהמ"ד פון סאטמאר אויף רחוב יואל אין ירושלים, וואס איז אין יענע צייטן געווען א פראכטפולע נייע ביהמ"ד, וואס האט געהאט די גרעסטע אוצר הספרים אין גאנץ ארץ ישראל, וכו' גאר גאר א אינטרעסאנטע באשרייבונג מיט אלע פרטי פרטים.

אבער אינמיטן ברענגט ער ארויס ווערטער וואס האט מיר גאר שטארק געכאפט, ער שרייבט אז די חידוש איז, אויב זענען געווען רבנים וואס האבן געהאלטן, אז מען דארף זיך נישט צוהערן צו די הוראות פון די דאקטורים, פארוואס טרעפט מען נישט קיין בריוון פון רבנים וואס שרייבן, אז מען דארף נישט פאלגן, עפעס שרייבט ער האבן די מחקרים געטראפן שמועסן איבער א בריוו וואס איז דא פון דעם דעמולטס'דיגן גדול הדור ר' חיים קנייבסקי, אבער ווי עס זעהט אויס איז די בריוו נישט ארויס געקומען ברבים, עכ"פ שרייבט ער דארטן, עס קען זיין אז די רבנים האבן נישט געוואלט ארויסקומען ברבים כדי נישט צו קומען אונטערן דרוק פון דעם ציבור, אבער רוב אידן האבן געהאלטן אויב די רבנים שרייבן נישט קיין בריוו אז מען דארף גיין אין ביהמ"ד, אפילו אויב זיי אליין דאווענען מיט מנין אינדערהיים, מיינט דאס אז גיין אין ביהמ"ד איז א ספק סכנות נפשות, און ממילא זענען זיי געבליבן דאווענען אינדערהיים, און ווען זיי האבן יא געמוזט ארויסגיין איינקויפן עפעס עסן, איז מען ארויס מיט א מאסק און הענטשיך, און געשטאנען אפגעריקט 6 פיס פון אנדערע מענטשן, און גלייך דערנאך צוריק אהיים געגאנגען. און די חידוש איז נאכמער דו האסט דאך געזעהן יעדן טאג ווי מענטשן שטארבן, פארוואס האסטו נישט געטראכט אז דו לייגסט אריין אנדערע מענטשנ'ס לעבן אין א סכנה, נאכמער איינער וואס איז אליין געווען כמעט אויף יענע וועלט איז מיט מסירות נפש געגאנגען אין מקוה, פארוואס האסטו נישט געטראכט פון די סכנה וואס דו ברענגסט פאר דיר און פאר אנדערע.

איך וויל נישט איבער זעצן די גאנצע שמועס און וואס ער ענטפערט דארט, יעדער קען עס גיין אליין ליינען, נאר ווען איך האב דאס געזעהן האט דאס מיר גאר שטארק געכאפט, אלע רבנים שרייבן גיין אין גאס און זיך נישט היטן די אויגן, וועט דיר ברענגען נסיונות, זיצן ליידיג און גארנישט טוהן וועט דיר ברענגען נסיונות, זיצן ביי אפענע אינטערנעט אן א פילטער, גייט דיר אראפטראגן אין שאול תחתית, זוכן נייעס אויפן וועב זייטל מיטן תירוץ אז איך מיין נישט קיין שלעכט'ס, וועט דיר צוברענגען צו זוכן אנדערע זאכן. עס איז נאכנישט געווען קיינער וואס איז ארויסגעקומען מיט א בריוו, אז מען קען טוהן די אלע זאכן און עס וועט נישט שאטן פאר דעם מענטש.

און נאכמער איך וואס האב שוין אליין געליטן אויף דעם פראבלעם, און געזעהן מיט די אייגענע אויגן ווי איך לייד פון דעם יעדן טאג, ווי מיין גאנצע לעבן איז אפקטירט געווארן פון דעם, און אויך פון אנדערע מענטשן וואס פאלן ליידער אוועק פון דעם יעדן טאג, און יעדן טאג קומען אן פרישע מחשבות וואס זאגן מיר האב נישט קיין מורא, דאסמאל וועט עס דיר נישט שאטן, דו ביסט שוין אין קאנטראל, דו קענסט שוין זיך איינהאלטן, וכו' יעדע מאל מיט א פרישע אויסרייד.

אבער דו באשרייבונג האט מיר געגעבן דעם וויסנשאפט, ביז ווי לאנג איך בין דא אויף די וועלט איז עס נישט פאריבער, און איך דארף זיך אכטונג געבן, און ארבעטן אויף מיין ריקאווערי כדי צו קענען בלייבן ריין.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: קאראנא - קאראנא - קאראנא כ"ט ניסן התש"פ 12:37 #266292

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 87 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 117
  • האט שוין געלייקט: 75 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל
  • קאָרמא: 12
wow wow wow!!
Heiligertzadik
 קומט אריין קלאר וואו אייביג!

פארלירן דאס געדולד,
איז פארלירן די מלחמה!

ענטפער: קאראנא - קאראנא - קאראנא ב' אייר התש"פ 11:52 #266329

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

הייליגער, קענסט מיר שיקן א קאפי פון די באשרייבונג?

ענטפער: קאראנא - קאראנא - קאראנא ט' אייר התש"פ 17:27 #266431

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
שלום אהליך געשריבן on ב' אייר התש"פ 11:52:

הייליגער, קענסט מיר שיקן א קאפי פון די באשרייבונג?


מיר אויכט ביטע?

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: קאראנא - קאראנא - קאראנא י"ג אייר התש"פ 03:37 #266524

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

שוין 2 חדשים וואס מען איז איינגעשפארט אינדערהיים, און היינט האב איך גערעדט מיט איינע פון די גרעסטע שטאטישע עסקנים דא אין מיין שטאט, האב איך געפרעגט עד מתי ??? זאגט ער מיר איך קען דיר אזויפיל זאגן, אז איינער וואס ענטפערט דיר אויף די שאלה ווייסט נישט וואס ער רעדט, ווייל קייינער ווייסט נישט, ווייל מען קען נישט וויסן.

אבער איך וויל איבער שמועסן א נושא וואס מען קען זיך עפעס ארויסלערנען, מען האט זיך אנגעהערט אין לעצטע 2 חדשים גאר אסאך ביטערע בשורות, יעדער איינער האט געקענט עטליכע מענטשן וואס זענען טראגיש אוועק געריסן געווארן פון אונז, אבער אין די זעלבע צייט זעהט זיך שטארק ארויס דעם מי כעמך ישראל, מיט איר גאנצע שיינקייט, פאר יעדע משפחה ווערט אוועק געשטעלט א קרן יתומים, מען לאזט זיי נישט אויפן וואסער, מען האט שוין צוזאמען געבליבן קרוב צו 20 מיליון דולר, וואס מען ווייסט, און וואס מען ווייסט נישט איז עס אסאך מער.

דאס איז א טרייסט כי לא אלמן ישראל, אידישע קינדער זענען נישט אליין, מיר זענען איין פאלק, און מיר וועלן נישט לאזן איינער דעם אנדערן פאלן, נאר מיר וועלן שטיין צו הילף צו יעדעם איינעם, און ארויס העלפן מיט וואס מען קען נאר.

לענינינו, די צוויי חדשים זיצן אינדערהיים, נישט האבנדיג קיין געהעריגע שוהל צו גיין דאווענען, קיין געהעריגע ארבעט צו גיין ארבעטן, קיין געהעריגע פלאץ צו פארברענגען מיט חברים, נאר איינגעשפארט אין שטוב מיט אלע קינדער, האט געברענגט אסאך סטרעס, און אסאך פון אונזערע חברים זענען געפאלן א קרבן, דער ייצר הרע האט פארגאסן די בלוט פון אסאך פון אונזערע חברים, אבער דא קומט ארויס דעם מי כעמך ישראל, יעדער האט זיך צוריק גענומען אין די הענט, מען האט קיינעם נישט געלאזט פאלן, נאר יעדער איינער פון די חברים איז דא ארויס צו העלפן איינער דעם אנדערן מיט וואס מען קען, מי כעמך ישראל.

ויה״ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו שנשמע ונתבשר השורות טובות ישועות ונחמות

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 1.62 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא