ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: פרויען אין די נייעס 249 באזוכער

פרויען אין די נייעס י"ט ניסן התש"פ 17:07 #266134

  • גפן
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
  • קאָרמא: 2

א גוט מועד! איך האב מורידיג הנאה פין קיקין קליפס פין נייעס וכדומה אבער דעיס ברענגט מיט אסאך טריגערס ווי פרויען אין די מידיע ,איך מיטשע מיך זיך אפ צירייסען אבער עס גייט נישט אפשר אויב איינער קען מיך העלפן?

כוויס נישט פארוואס גפן. אבער ס'זאל זיך גיסען געזינט פרנסה נחת!

לעצט פארראכטן: י"ט ניסן התש"פ 17:08 דורך גפן.

ענטפער: פרויען אין די נייעס י"ט ניסן התש"פ 17:12 #266136

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

איך פלעיג אויכעט שטארק האבן די פראבלעים
איך פלעיג אסאך קוקען היימישע [size=2]איז עס היימיש ?[/size]] פלעצער .אין מען האט דארט געזעין געהעריג פרוין ליידער
האב איך אפ געמאכט בס"ד נישט צו קוקן דארט אין נאר קוקן וואס אי וועלט ברענג אראפ אדער א בליק jdn וכו' וואס זענען באמת אויסגעהאלטן
[size=2][עס איז נישט אזוי גרינג געוועיזען אבער ב"ה עס ווערט גרינגער מיט די צייט[/size]
עניוועי זאל דיר השם ווייזען דיין וועיג

שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: פרויען אין די נייעס י"ט ניסן התש"פ 20:29 #266142

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
גפן געשריבן on י"ט ניסן התש"פ 17:07:

א גוט מועד! איך האב מורידיג הנאה פין קיקין קליפס פין נייעס וכדומה אבער דעיס ברענגט מיט אסאך טריגערס ווי פרויען אין די מידיע ,איך מיטשע מיך זיך אפ צירייסען אבער עס גייט נישט אפשר אויב איינער קען מיך העלפן?


קודם געב איך דיר אפ א מזל טוב פארן עפענען א טרעד, און איך מוז דיך גראטולירן פארן אויסשטרעקן א האנט פאר הילף. (איך האב דיר ארויפגערוקט א קארמא לכבוד דעם).
איך וויל שעירן וועגן מיין עקספעריענס איבער דעם, אבער איך מוז פליען דאווענען מנחה. סאו איך וועל ממשיך'ן א צווייט מאל.
(קודם האב איך געשריבן, אזוי וועט מיך איינער אפשר דערמאנען אויב וועל איך פארגעסן)

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: פרויען אין די נייעס כ' ניסן התש"פ 00:48 #266143

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

מזל טוב און שלום עליכם!

צו םערשט ייש"כ פארן מיטיילן, זיי וויסןם אז דו ביסט נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם, מיר קומען אלע פון דארט, און ב"ה אז אני הק' ציילט היינט 400 ריינע טעג בס"ד.

בנוגע דיין שאלה איז מיר עטוואס שווער צו ענטפערן, היות איך זעה אז דו ביסט דא ניי, ווייס איך נישט גענוי אין וועלכע סטעידזש דו שטייסט, וויפיל ריינע טעג דו האסט שוין? א.א.וו.

עס איז זיכער אז פאר איינער וואס איז אנגעהאקט אינעם פראגראם פון די 90 טעג שטארט א.א.וו. ווערן זאכן גרינגער מיט די צייט, אשר על כן, אויב דו ביסט נאך אינאנהויב, וואלט איך דיר זייער געראטן אנצוהויבן מיטן דאונלאודן די הענט בוך, און נאכגיין דאס וואס עס שטייט דארט.

זאל השי"ת זיין מיט דיר אין אלע דיינע וועגן.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: פרויען אין די נייעס כ' ניסן התש"פ 01:20 #266147

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 169
  • האט שוין געלייקט: 452 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל
  • קאָרמא: 10

דאס איז זייער א שטארקע שאלה
אין מיין early stages פון זיין א מיטגליד דא האב איך אויך געהאט דעם זעלבן אין שאלה כאטש וואס טיף אין הארץ האב איך געוויסט אז ארום וואנדערן אין די נייעס וועט מיר סוכ"ס ברענגען צו עפעס וואס וועט מיר טריגערען בין איך אנגעגאנגען ווייטער מיט דעם מיטן אויסרייד אז דאס איז דאך נישט קיין שמוץ
נאכן זיך לערנען דא אסאך פון די חברים האב איך פארשטאנען אז כדי זיך צו קענען האלטן דארף מען זיין א שטיקל חכם און אנערקענען אז גדרים וסייגים זענען קריטיש וויכטיג האב איך באשלאסן אז איך גיי מער נישט ארויף אויף קיין נייעס בשום אופן.
נאכן מאכן דעם באשלוס האב איך ציביסלעך געטראפן אנדערע נייַעס קוועלער היינט אינטרעסירט מיר ניטאמאל נישט יודישע נייַעס

איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא

ענטפער: פרויען אין די נייעס כ' ניסן התש"פ 01:23 #266148

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

מזל טוב גפן צו דיין נייע טרעד וואס דו האסט אנגעהויבן, עס איז א שטארקייט פון דיין זייט צו טוהן צו די זאך, ארויסצוקומען אפען און בעהטן הילף, איך בין זיכער אז דיין אפענקייט וועט דיר אסאך העלפן צו קענען שטייגן, און קען דיר וואונטשן מיין ברכת הדיוט, אז דער אויבערשטער זאל זיין מיט דיר און דיר צופירן צו די ריכטיגע וועג וואס וועט דיר העלפן ארויסקריכן פון דיינע שוועריגקייטן, און שפירן די נאנטקייט וואס מיר האבן צו אים.

בנוגע דיין שאלה האב איך נישט וואס צו צולייגן אויף אחכה'ס ענטפער, איך קען דיר נאר מחזק זיין אז דו זאלסט אנהייבן ציילן ריינע טעג, און אדורך ליינען די האנט בוך, און בעהטן דעם אויבערשטן אז ער זאל דיר צו ווייזן וואס עס וועט ארבעטן פאר דיר.

אחי חזק ואחוז עצמך כי ה' עמך גיבור החיל

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: פרויען אין די נייעס כ' ניסן התש"פ 09:21 #266155

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1226 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 4364 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל
  • קאָרמא: 13

א גוט מועד! איך האב מורידיג הנאה פין קיקין קליפס פין נייעס וכדומה אבער דעיס ברענגט מיט אסאך טריגערס ווי פרויען אין די מידיע ,איך מיטשע מיך זיך אפ צירייסען אבער עס גייט נישט אפשר אויב איינער קען מיך העלפן?



א גוטן מועד. 



יישר כוח פאר מיטטיילן. 

איך קעקען רילעיטן צו דעם. 



איךאיך הערהער אויס ראדיאו צו ווערן געטריגערט פון די קול אשה, און פון געוויסע נייעס. איך האב געזעהן אז איך קען זיך נישט שלאגן מיט דעם, עס איז סאך שטערקער פון מיר. האב איך אויפגעגעבן! היינו, איך צינד נישט אהן קיין ראדיאו, איין טאג אויף אמאהל. זייט ו' אדר תשע"ה האב איך נישט געהערט קיין ראדיאו, אפילו נאר פאר די טרעפיק. פארוואס? ווייל איך קען מעהר נישט. אויב איך הער וועל איך ווערן געטריגערט. 



יישר כוח פאר מיר לאזן מיטטיילן. 



א געזונטע פרייליכן ריינע יום טוב 

ענטפער: פרויען אין די נייעס כ' ניסן התש"פ 09:52 #266157

  • גפן
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
  • קאָרמא: 2

איך בין ממש ווערטער לאז! איך שרייב דא די ערשטע מאל אין די עולם ענטפערט מיך אזוי שיין אין פיל מיט חיזוק!

כוויס נישט פארוואס גפן. אבער ס'זאל זיך גיסען געזינט פרנסה נחת!

ענטפער: פרויען אין די נייעס כ' ניסן התש"פ 13:02 #266158

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
גפן געשריבן on כ' ניסן התש"פ 09:52:

איך בין ממש ווערטער לאז! איך שרייב דא די ערשטע מאל אין די עולם ענטפערט מיך אזוי שיין אין פיל מיט חיזוק!


יא, דער עולם איז דא פאר דיר, אונז זעמיר איין משפחה, כולנו בני איש אחד נחנו, מיר קוקן אלע ארויס פאר דיין הצלחה און ריינקייט.

מזל טוב צו דיין ערשטע ריינע טאג, און צו דיין שיינעם פראפייל בילד! ס'דאך עניני דיומא יעצט אום פסח.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: פרויען אין די נייעס כ' ניסן התש"פ 18:21 #266164

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 87 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 117
  • האט שוין געלייקט: 75 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל
  • קאָרמא: 12
טשולענט געשריבן on כ' ניסן התש"פ 01:20:

דאס איז זייער א שטארקע שאלה
אין מיין early stages פון זיין א מיטגליד דא האב איך אויך געהאט דעם זעלבן אין שאלה כאטש וואס טיף אין הארץ האב איך געוויסט אז ארום וואנדערן אין די נייעס וועט מיר סוכ"ס ברענגען צו עפעס וואס וועט מיר טריגערען בין איך אנגעגאנגען ווייטער מיט דעם מיטן אויסרייד אז דאס איז דאך נישט קיין שמוץ
נאכן זיך לערנען דא אסאך פון די חברים האב איך פארשטאנען אז כדי זיך צו קענען האלטן דארף מען זיין א שטיקל חכם און אנערקענען אז גדרים וסייגים זענען קריטיש וויכטיג האב איך באשלאסן אז איך גיי מער נישט ארויף אויף קיין נייעס בשום אופן.
נאכן מאכן דעם באשלוס האב איך ציביסלעך געטראפן אנדערע נייַעס קוועלער היינט אינטרעסירט מיר ניטאמאל נישט יודישע נייַעס


@טשולענט, האסט זייער גוט געשריבן, און האסט מיר פיין אויסגעקלארט וואס איך האב צו טוהן...
וויל איך דיר וואונטשן א ברכה אז דו זאלסט ווייטער קענען העלפן אנדערע, און אליין זיין געהאלפן מיט אאאאלעעעס גוט'ס!

פארלירן דאס געדולד,
איז פארלירן די מלחמה!

ענטפער: פרויען אין די נייעס כ"ד ניסן התש"פ 23:35 #266183

  • גפן
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
  • קאָרמא: 2

יישר כוח אלע חבירם וואס האבן גענפערט! איך וויל פרעגן נאך א פרט, די חלק אז א חבר ריפט זיך אן איך האב געזען די אין די קליפ אין איך קען נחשט קיקען אויף דעם ווייל איך ווייס אז עס איז דא פרויען דארט אין עס גייט מיך טריגערין איז ממש גהינם פאר מיך! אויב איינער האט אפשר וואס צו זאגען וועגן דעם.

כוויס נישט פארוואס גפן. אבער ס'זאל זיך גיסען געזינט פרנסה נחת!

ענטפער: פרויען אין די נייעס כ"ד ניסן התש"פ 23:42 #266184

  • נישט שלעכט
  • איצטיגע שטרעקע: 289 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 30
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
  • קאָרמא: 2

וואס איך וואלט ווען געזאגט איז די ריינע אמת אז עס איז אסור צו קוקן אויף פרויען אפילו זיי זענען אנגעטון צדיעותדיג.

איך בין דערווייל אין דער זעלבע פעקל ווי דיר.

איך הער זיך אפשר ווי זייער א פרומער אבער כהאלט אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון. 

ענטפער: פרויען אין די נייעס כ"ז ניסן התש"פ 02:35 #266249

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

אוז״ע׳לע איך וויל דיר דערמאנען אז מיר ווארטן נאך אויף דיר, איך האף אז דו האסט שוין גענדיגט מנחה.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: פרויען אין די נייעס ל' ניסן התש"פ 13:34 #266315

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 566 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל
  • קאָרמא: 19
גפן געשריבן on כ"ד ניסן התש"פ 23:35:

יישר כוח אלע חבירם וואס האבן גענפערט! איך וויל פרעגן נאך א פרט, די חלק אז א חבר ריפט זיך אן איך האב געזען די אין די קליפ אין איך קען נחשט קיקען אויף דעם ווייל איך ווייס אז עס איז דא פרויען דארט אין עס גייט מיך טריגערין איז ממש גהינם פאר מיך! אויב איינער האט אפשר וואס צו זאגען וועגן דעם.




ביי מיר קען העלפן 3 זאכן, קוק אויב עפעס קען אויך העלפן פאר דיר

1) עס שערן מיט א חבר דהיינו ארויפקומען אויפן פארום אדער שרייבן/קאלן א מעמבער פון הד"א און אים זאגן אז איך האב יעצט א נסיון און עס ציט מיר געפערליך, אז מגעט ארויס די נסיון ווערט עס גרינגער

2) עס איבערגעבן פארן אייבערשטען (פאר די וואס זענען אויף די 12 סטעפ פראגרעם הייסט עס א סטעפ 3) דהיינו רעדן צום אייבערשטען און אים בעטן אז ער זאל אוועקנעמן די נסיון פון אונז ווייל אונז קענען זיך נישט שלאגן דערמיט

3) האב איך געהערט פון ר' בערל טויבער, סדא א באקאנטע מעשה אז איינמאל שבת ביי א סעמינאר אנגעפירט דורך ר' עזריאל טויבער (אזוי ליגט מיר און קאפ) האט איינער גערייכערט און ר' עזריאל האט אים געזאגט אז שטעל דיר פאר אז דו האסט נאר די ציגרעטאל און דער אייבערשטער בעט דיר געב מיר די ציגרעטאל וואלסטו אים עס געגעבן אפילו עס איז דיין לעצטע ציגרעטאל? האט יענער גענטפערט אוואדאי אז דער באשעפער דארף מיין ציגרעטאל וועל איך אים עס גערן געבן, זאגט ער אים נו דאס בעט יעצט דער אייבערשטער פון דיר געב מיר דיין ציגרעטאל און רייכער נישט, און יענער האט טאקע נישט גערייכערט יענע שבת די נקודה פון די מעשה איז אז די עיקר שוועריקייט איז אז איך קען יעצט האבן א הנאה און איך חלש עס צו האבן אבער דער אייבערשטער לאזט נישט אבער עכט וויל איך פאנגט זיך אן א גאנצע מלחמה און די סוף איז נישט אייביג בא'טעמ'ט, אבער אויב בשעת סקומט אונטער א נסיון טראכט אמת איך קען יעצט הנאה האבן אבער איך געב אוועק די הנאה פארן אייבערשטען ווערט די גאנצע מלחמה גרינגער ווייל סנישט אז איך קען נישט טון וואס איך וויל, נאר איך וויל נישט יעצט נעמן די הנאה ווייל איך וויל עס געבן פארן אייבערשטען   
אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 1.35 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא