ברוכים הבאים, גאסט

מיט טרערן אין די אויגן, צו ענק מיינע טייערע קינדער
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1

טעמע: מיט טרערן אין די אויגן, צו ענק מיינע טייערע קינדער 133 באזוכער

מיט טרערן אין די אויגן, צו ענק מיינע טייערע קינדער כ' ניסן התש"פ 01:07 #266146

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
די מצב איז ליידער ביטער, מען הערט בשורות איוב מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, עס איז אלעס חסדים פון אויבערשטן, אבער ס'איז זייער באהאלטן, זייער טונקל, און עס טוט אזוי וויי.

הגם פערזענליך האב איך נישט פארלוירן קיין משפחה מיטגלידער, זענען אבער געגאנגען עטליכע נאנטע שכינים פון מיין געגענט וועמען מ'האט יעדן טאג געגריסט און זיך געטראפן, און אצינד האב איך געהערט פון נאך א עלטערע (נישט אזוי אלט) שכינה פון מיין גאס, אן אלמנה, וועמען מען האט ליידער דיאגנאזירט מיט די ביטערע מחלה עטליכע וואכן צוריק (נאך פאר קאראנא), און לאור המצב איז זי געווען אליינס אין שפיטאל און מען האט קיינעם נישט צוגעלאזט, און דייקא דארט האט זי געכאפט קאראנא, (ע"י אופן שאיכ"מ להאריך, אבל מה' יצא הדבר), וואס האט אנגערופן אירע קינדער די ערשטע נאכט פסח נאכן סדר זיך געזעגענען פון זיי, זי האט זיי באדאנקט פאר זייער געטריישאפט, געבעטן מען זאל זיך חלילה נישט קריגן, גיין און גוטע און ערליכע וועגן, און טון פאר איר נשמה וואס מען קען, ווייל מען לייגט איר אצינד ארויף אויף א רעספארעיטאר ל"ע ה"י, און מיט א קול געשטיקט פון טרערן האט זיך אראפגעלייגט דעם טרייבל, (לאמיר האפן אז זי וועט עס נאך יא דורכמאכן, דער באשעפער איז א כל יכול!).

אבער דאס האט מיך שוין בארירט, וואס שטארבן? פעיסן דעם פאקט אז מען גייט מיר יעצט לייגן אויף א רעספארעיטאר, און לויט די דרך הטבע וועל איך מער נישט אראפקומען פון דעם... ס'איז א פחד צו טראכטן, און דאס האט מיך געברענגט צו שרייבן די קומענדיגע שורות.

איך פיל פאר מיר אז עס מיין חובת השעה זיך צו שטארקן מיט "אמונה", ווייל נאר אזוי קען מען הערן אזאלכע זאכן און ניש/ט בארירט ווערן, און נאר אזוי קען מען עס אליינס דורכטראגן אויף זיך אליינס היל"ת (אויף קיין שום איד געזאגט).

צווייטענס, איז א חובת השעה, וואס איך שפיר פאר מיר, אז איך דארף מיך שטארקן מיט "תפלה", צו בעטן דעם אויבערשטן אז איך זאל קיינמאל נישט אנקומען צו אזא מצב, און ווען עס וועט קומען מיין צייט צו גיין פון דער וועלט לאחר אריכת ימי ושנותי, זאל עס זיין מיט מיינע קינדער ארומגענומען, און איך זאל קענען זאגן ווידוי בדעה צלולה און בענטשן אלע מיינע קינדער.

דריטענס, "הודאה", דאנקן השי"ת אז איך האב זיך ב"ה ארויסגעדרייעט דערפון. ר' אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט צו זאגן אז ווען א מענטש קומט ארויס פון שפיטאל נאכן באזוכן א חולה, ליגט אויף אים א חיוב הודאה, ער דארף דאנקן השי"ת אז ער איז ב"ה געזונט, און ער איז נישט אויף דעם מצב פונעם חולה.

דעריבער וויל איך אצינד קלאר מאכן פאר מיר אליינס, דער ערשטער אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים! איך גלייב דערין מיט א שטארקייט און קלארקייט, און איך וועל בעז"ה ארבעטן צו פארשטערקערן מיין אמונה נאך מער.

גלייכצייטיג דאנק איך בשער בת רבים השי"ת, פאר כל החסד אשר עשה עמדי מעודי ועד היום הזה, און איך בין מתפלל א תפלה קצרה מעומק לבבי, שאל תטשינו ה' אלקינו לנצח! איך זאל זיין געזונט לאורך ימים ושנים טובים וארוכים, בבריות גופא ונהורא מעליא, און איך זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו הילף פון אנדערע, נישט פון מענטשן, און זיכער נישט פון א רעספארעיטאר ה"י, איך מיין ב"ב, מיינע קינדערלעך, און גאנץ כלל ישראל.

(אוודאי ב"ה האב איך אויך שוין אינשורענס מיט ערבים, וואס איך האלט אז עס איז א חוב פאר יעדן איד צו האבן, פוק חזי וויפיל קרנות מען שטעלט יעצט אוועק ליידער).

און אצינד צו ענק מיינע טייערע קינדערלעך שיחי', איך ווייס נישט צו ענק וועלן אמאל ליינען דאס וואס איך שרייב דא יעצט, אבער אויב יא, ענק וועלן זיך אמאל דערוויסן אז ענקער טאטע האט געהאט א ניק "אחכה לו" אויף הדא, און ענק וועלן עס ליינען, וועלן ענק געוויס טרעפן אויך דאס וואס איך שרייב יעצט דא פאר ענק וואס ענק זענען די נענטסטע צו מיין הארץ:

"איך האב זיך מוסר נפש געווען צו זיין א ערליכע איד בקדושה ובטהרה, איך האב אסאך תפלה געטאן דערפאר, און אסאך פעולות אנגעוואנדן, און תלי"ת אצינד ווען איך שרייב די שורות צייל איך 400 ריינע טעג בסייעתא דשמיא, ובחמלת ה' עלי. אזוי אויך האב איך אסאך צייט פרובירט אוועקגעבן פאר אנדערע אידן זיי צו העלפן אין די ענינים.

"איך שרייב דאס נישט זיך צו גרויסן חלילה, נאר ווייל איך וויל ענק בעטן מיינע טייערע קינדער און דורות, בני חביבי, גייטס אויך אין די ערליכע דרכים, זייטס הייליג און ערליך, און פירטס ענק אויף ווי עטץ דארפסט צו זיין, און אז ענק פילן אז ס'איז שווער און אוממעגליך, זייט וויסן אז עס איז דא הילף, און טוט'ס מה שבידכם צו אנקומען צו א ריינעם לעבן. 


"איך האב ענק נאך זייער אסאך צו שרייבן און זאגן, אבער קודם זענען דאס די ווערטער וואס מיין הארץ האט מיך יעצט געבעטן צו שרייבן פאר ענק.

ועזבאעה"ח יום ג' דחוהמ"פ תש"פ לפ"ק.

ענקער טאטע וואס שרייבט צו ענק מיט טרערן אין די אויגן, און מיט תפילות אין הארץ, פול מיט ליבאשפאט:​

טאטי, (אחכה לו)
איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: כ' ניסן התש"פ 01:09 דורך אחכה לו.

ענטפער: מיט טרערן אין די אויגן, צו ענק מיינע טייערע קינדער כ' ניסן התש"פ 02:15 #266152

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

טייערע אחכה 
די טרערן רינען פון מיינע אויגן פון דיינע הארציגע ווערטער, ארום גענומען מיט אמונה, תפילה, און תודה והודאה להשי"ת, און בעיקר פון די ווארעמע ווערטער צו דיינע לעכטיגע קינדערלעך.

איך וויל דיר צולייגן א ווארט וואס מען זעהט פסח ביינאכט, מען צוברעכט די מיטעלסטע מצה, איין האלב באהאלט מען, און די אנדערע האלב בלייבט אויפן טיש, וואס אויף דעם דערציילט מען די הגדה פאר די קינדער, און מען באקט אריין אין זיי ווערטער פון אמונה בה', תודה והודאה לה', קירבת ה', דביקות בה', אבער למעשה וועלכע חלק מצה נעמען די קינדער ?
זיי זוכן אויף דעם באהאלטענעם אפיקומן און דא נעמען זיי אוועק פאר זיך, און די אנדערע שטיקל מצה לאזן זיי ליגן ביים טאטן.

דאס קומט אונז צו ווייזן, יעדער איינער פון אונז האט זאכן וואס ליגן טיף באהאלטן אין אים, און ער זאגט דאס קיינמאל נישט פאר זיינע קינדער, צו וויל ער וויל נישט, אדער ווייל ער קען נישט, ער ווייסט נישט וויאזוי עס צו זאגן, ער האט נישט די ריכטיגע ווערטער עס ארויס צו ברענגען אז עס זאל ווערן ריכטיג אויפגענומען, אדער האט ער מורא עס צו זאגן וכו'.
דארף מען וויסן די הארץ פון די קינדער שפירן וואס טוט זיך אין דעם הארץ פון דעם טאטן, און אלעס גייט אריבער צו זיי אן קיין ווערטער, דיינע קינדער וועלן שפירן דיין מסירות נפש פאר קדושה וטהרה, און דיין איבערגעגעבנקייט פאר אנדערע אידן, און זיי וועלן נאכגיין אין דיינע פיסטריט, זיך אינגאנצן אוועק צו געבן פארן אויבערשטן און זיין אפגעהיטן פון די גאס, די ווערטער אחכה לו וועט זיי ליגן אויפן שפיץ צונג נאטורליך, אנדעם וואס זיי זאלן דארפן ארויפקומען דא עס ליינען, ווייל דיין הארץ וועט דאס שוין מודיע זיין פאר זייערע אינגע הערצער.

און איך האב אינגאנצן פארגעסן דיר צו וואנטשן מזל טוב צו דיינע 400 טעג, כה יתן ה' וכה יוסיף, זיסע ריינע לעכטיגע טעג ביז די הונדערט און צוואנציג יאר, אן קיין שום לאסט צו תאוות, נאר עס זאל אלעס ווערן איבערגעדרייט צו די גליסטעניש פון די אמת'דיגע זיווג פון אויבערשטן מיטן איד אכי"ר

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
לעצט פארראכטן: כ' ניסן התש"פ 02:19 דורך Heiligertzadik.

ענטפער: מיט טרערן אין די אויגן, צו ענק מיינע טייערע קינדער כ' ניסן התש"פ 08:41 #266153

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1226 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 4364 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל
  • קאָרמא: 13
 יישר כוח פאר דיינע ווערטער. מזל טוב אויף די 400 ריינע טעג. יהי רצון אז זאלסט האבן נאך א ריינע טאג און נאך א ריינע טאג טאג עד מאה ועשרים. 
אא געזונטע פרייליכן ריינע יום טוב 

ענטפער: מיט טרערן אין די אויגן, צו ענק מיינע טייערע קינדער כ' ניסן התש"פ 13:07 #266160

  • העלף א איד
  • איצטיגע שטרעקע: 189 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 11
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 3

עס האט זיך ארויס געגליטשט אפאר טרערעלעך ליינענדיג דיינע הארציגע ווערטער . די זכות פון ארויסהעלפן כסדר די חברים דא צו בלייבן ערליך און ריין וועט דיר זיכער ביישטיין אז די און דיין משפחה זאלן בלייבן געזונט און שטארק לאורך ימים ושנים זאלסט זוכה זיין צו זעהן אסאך ערליכע אידיש נחת פון דיינע קינדער און אייניקלעך ביז די 120 און זאלסט ווייטער קענען ארויסהעלפן אנדערע אידן געזונטערהייט !
האב א פרלייכע יום טוב !

ענטפער: מיט טרערן אין די אויגן, צו ענק מיינע טייערע קינדער כ' ניסן התש"פ 13:41 #266162

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

איך בין זייער איבערגענומען פון דעם בריוו. דו קומסט אריין משונה'דיג קלאר.
מזל טוב פאר דיינע 400 ריינע טעג!
קיפ איט אפ!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: מיט טרערן אין די אויגן, צו ענק מיינע טייערע קינדער כ' ניסן התש"פ 13:42 #266163

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
Heiligertzadik געשריבן on כ' ניסן התש"פ 02:15:

טייערע אחכה 
די טרערן רינען פון מיינע אויגן פון דיינע הארציגע ווערטער, ארום גענומען מיט אמונה, תפילה, און תודה והודאה להשי"ת, און בעיקר פון די ווארעמע ווערטער צו דיינע לעכטיגע קינדערלעך.

איך וויל דיר צולייגן א ווארט וואס מען זעהט פסח ביינאכט, מען צוברעכט די מיטעלסטע מצה, איין האלב באהאלט מען, און די אנדערע האלב בלייבט אויפן טיש, וואס אויף דעם דערציילט מען די הגדה פאר די קינדער, און מען באקט אריין אין זיי ווערטער פון אמונה בה', תודה והודאה לה', קירבת ה', דביקות בה', אבער למעשה וועלכע חלק מצה נעמען די קינדער ?
זיי זוכן אויף דעם באהאלטענעם אפיקומן און דא נעמען זיי אוועק פאר זיך, און די אנדערע שטיקל מצה לאזן זיי ליגן ביים טאטן.

דאס קומט אונז צו ווייזן, יעדער איינער פון אונז האט זאכן וואס ליגן טיף באהאלטן אין אים, און ער זאגט דאס קיינמאל נישט פאר זיינע קינדער, צו וויל ער וויל נישט, אדער ווייל ער קען נישט, ער ווייסט נישט וויאזוי עס צו זאגן, ער האט נישט די ריכטיגע ווערטער עס ארויס צו ברענגען אז עס זאל ווערן ריכטיג אויפגענומען, אדער האט ער מורא עס צו זאגן וכו'.
דארף מען וויסן די הארץ פון די קינדער שפירן וואס טוט זיך אין דעם הארץ פון דעם טאטן, און אלעס גייט אריבער צו זיי אן קיין ווערטער, דיינע קינדער וועלן שפירן דיין מסירות נפש פאר קדושה וטהרה, און דיין איבערגעגעבנקייט פאר אנדערע אידן, און זיי וועלן נאכגיין אין דיינע פיסטריט, זיך אינגאנצן אוועק צו געבן פארן אויבערשטן און זיין אפגעהיטן פון די גאס, די ווערטער אחכה לו וועט זיי ליגן אויפן שפיץ צונג נאטורליך, אנדעם וואס זיי זאלן דארפן ארויפקומען דא עס ליינען, ווייל דיין הארץ וועט דאס שוין מודיע זיין פאר זייערע אינגע הערצער.

און איך האב אינגאנצן פארגעסן דיר צו וואנטשן מזל טוב צו דיינע 400 טעג, כה יתן ה' וכה יוסיף, זיסע ריינע לעכטיגע טעג ביז די הונדערט און צוואנציג יאר, אן קיין שום לאסט צו תאוות, נאר עס זאל אלעס ווערן איבערגעדרייט צו די גליסטעניש פון די אמת'דיגע זיווג פון אויבערשטן מיטן איד אכי"ר


שטארק!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: מיט טרערן אין די אויגן, צו ענק מיינע טייערע קינדער כ"ד ניסן התש"פ 23:47 #266186

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

אהההא
דאס איז טאטשי.
אין וואס הייליגע צדיק האט ארויסגעברענג .איז זייער אמת'דיג אין קלאר ארויס געברענגט 

מזל טוב פאר דיין 405 טעג
שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: מיט טרערן אין די אויגן, צו ענק מיינע טייערע קינדער כ"ה ניסן התש"פ 00:10 #266192

  • נישט שלעכט
  • איצטיגע שטרעקע: 289 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 30
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
  • קאָרמא: 2

האסט מיר באמת בארירט ביזן טיפן הארצן. דיינע קינדער האבן באמת מיט וואס זיך צו האלטן שטאלץ האבענדיג א טאטע וואס שלאגט זיך מיטן יצר הרע מיט זיינע שטארקסטע כוחות אין אונדזער שוואכע דור. 
זאל דיר דער באשעפער העלפן אז דו זאלסט זעהן נחת פון דיינע קינדער און נחת פון דיר אליינס. 
זאל אלע אידן האבן אלעס וואס זיי דארפן. 

ענטפער: מיט טרערן אין די אויגן, צו ענק מיינע טייערע קינדער כ"ה ניסן התש"פ 00:14 #266194

  • שטיג העכער
  • איצטיגע שטרעקע: 206 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 57
  • האט שוין געלייקט: 87 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
  • קאָרמא: 4
זייער, זייער, זייער, שטארק אחכה!
אין מזל טוב צו דיין 400 טעג..
(איך האב נישט יעצט מער צייט האף מיר צו שרייבן מער און א צווייטע געלעגנהייט אבער פטור בלא כלום אי אפשר)

פון טיפן הארץ דיין חבר שטיג!
לעצט פארראכטן: כ"ה ניסן התש"פ 00:16 דורך שטיג העכער.
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 1.19 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא