ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: וויאזוי געב איך מיר א עצה ? 139 באזוכער

וויאזוי געב איך מיר א עצה ? כ"ז ניסן התש"פ 08:24 #266254

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

גוט מארגן טייערע חברים, געווענטליך שרייב איך אלעס אין מיין אייגענע טרעיד, אבער שלא ברצוני איז אויסגעקומען אז מיין אייגענע טרעיד איז געווארן געבויעט אויף א אופן, ווי איך שרייב וואס עס איז אריבער אויף מיר, און וויאזוי איך האב מיר מחזק געווען אין די היינטיגע מינוטן, וואס האט מיר יעצט געהאלפן, וועלכע געדאנקען איך האב מיר געקאכט כדי צו אויפבויען מער מיין ריקאווערי, און אפשר וועט איינער קענען עפעס ארויסנעמען דערפון, אבער יעצט וויל איך ארויף ברענגען א זאך וואס איך שפיר אז איך דארף הילף אין דעם נושא, ממילא לייג איך עס נישט דארט, נאר איך עפן אויף א נייע טרעד.

איך וויל פרעגן בנוגע א נושא וואס קומט מיר אן שווער, און אפילו איך קען אליין שרייבן וועגן דעם אן א שיעור, אבער מחמת איזה סיבה עס העלפט מיר נישט, צו וועגן אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים, צו וועגן אסאך מאל דארף מען הערן פון א צווייטן, אז עס זאל זיך גוט אריינזעצן אין הארץ אריין, אדער עס קען פשוט זיין א שוועריגקייט פון אויספירן מיינע ידיעות אויף למעשה, איך ווייס אליין נישט, אבער אחרי ככלות הכל איז דאס א נושא וואס מוטשעט מיר, און איך וויל עס ארויפברענגען, און ווער עס קען ארויפקומען און צולייגן זיין עקספיריענס אדער ידיעות וואס וועט מיר אפשר העלפן, וויל איך פערזענדליך בעהטן עס צו טוהן, און איך באדאנק מיר שוין פון פאראויס פאר יעדעם איינעם וואס וועט קומען מיט א ענטפער.

און די שאלה איז אזוי, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, איך האלט היינט ביי 137 טעג ריין, איך קען זאגן מיטן פילן מויל אז דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיין ארימע נשמה, און ער העלפט מיר אז איך זאל בלייבן ריין, אן אים וואלט איך נישט געקענט, אבער איין זאך איז דא וואס קומט מיר כסדר ארויף, מער יעצט אין די צייט פון די קאראנא וויירוס, א סארט גליסטעניש צו גיין אויסעקטן, אן קיין שום מחשבות פון פריער, אן קיין שום גליסטעניש צו גיין קוקן עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן, נאר פשוט א גליסטעניש פון גיין אויסעקטן, אפשר קומט עס פון געוואוינהייט, אדער פון נישט האבן קיין געהעריגע סדר היום יעצט ווען מען זיצט אינדערהיים, אדער פון נישט האבן געהעריג וואס צו טוהן מיטן טאג, אדער פון נישט עסן ריכטיג, וכו' וכו' וכו', אין די יעצטיגע תקופה.

ברוך השם איך מאך מיר נישט וויסענדיג דערפון דערווייל מיטן אויבערשטנ'ס הילף, נאר איך גיי מיר ווייטער כאילו לא היה, אבער עס איז מיר שווער, און איך ווייס נישט מה יולד יום, און איך ווייס נישט צו עס איז כדי עס צו באהאנדלען, אדער עס פשוט לאזן לויפן, צו עס איז דא עפעס וואס מען קען בכלל טוהן דערוועגן אדער נישט.

ממילא וויל איך פרעגן אויב איז דא איינער וואס האט געהאט די זעלבע עקספיריענס, אדער איינער וואס האט עפעס צו זאגן דערוועגן, און נאכאמאל ייש"כ פון פאראויס.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: וויאזוי געב איך מיר א עצה ? כ"ז ניסן התש"פ 09:42 #266255

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

איך האב אויך אן ענליכע עקספיריענס, ס'איז זייער שווער, עס קומט לכאורה פון די נישט געהעריגע סדר היום, אבער עס איז אונזער פראבלעם, מיר זענען קראנק.

איך פרוביר צו רעדן אין די טעג מער צו חבירים פון דא, וואס דאס העלפט מיר שטארק.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: וויאזוי געב איך מיר א עצה ? כ"ז ניסן התש"פ 09:42 #266256

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 285 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
  • קאָרמא: 24

די שאלה איז זייער פארשטענדליך. און מאכט זיך ביי אסאך מענטשן (לאו דוקא עדיקס) אז עס קומט ארויף א ארדש (urge) צו וועלן זיך אויסגעבן און מזריע זיין.
איך האב געטראכט צו שרייבן א לענגערע אנאליז איבער די טעמע, וואס און פארוואס דאס געשעהט און פארשידענע עצות דערצו בעזרת השם.

אבער בעפאר. לאמיר פרובירן דאס: זעץ זיך אראפ ביי א רואיגע שטילע פלאץ און פרעג אין דיין מח פאר מר. גלוסטעניש וואס ער זאגט. וואס וויל ער? פארוואס איז ער דא? לאמיר הערן וואס ער ענפערט דיר.

יונה׳לע

ענטפער: וויאזוי געב איך מיר א עצה ? כ"ז ניסן התש"פ 16:37 #266265

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

יש"כ אחכה און יונה'לע פארן אריינקומען און זיך וויסענדיג מאכן, און ייש"כ פאר ענקער הילף.

איך פרוביר טאקע צו רעדן מער מיט חברים, און ארבעטן מער מיין פראגרעם, און עס העלפט מיר ב"ה.

און צו יונה'לע איך ווייס נישט וויאזוי מען שמועסט זיך אויס מיטן מר. גליסטעניש, ער איז קלוגער פון מיר, א גרעסערע חברה'מאן פון מיר, און ער איז באמת בכלל נישט דא אויף צו שמועסן, ער האט דאס בכלל נישט ליב, ער איז דא אויף למעשה, און נאכדעם לאזט ער מיר הענגען, ממילא איך מיין אז דאס איז נישט אקטועל אין די יעצטיגע מאמענט

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: וויאזוי געב איך מיר א עצה ? כ"ז ניסן התש"פ 16:40 #266266

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 285 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
  • קאָרמא: 24

איז דאס וואס ״דו״ טראכסט. אדער איז דאס וואס מר. גלוסטעניש האט דיר געענפערט?

ענטפער: וויאזוי געב איך מיר א עצה ? כ"ח ניסן התש"פ 08:42 #266271

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 272 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 27

יא, אין די טעג קומט ארויף אביסל מער שלעכטע זכרונות, וכדו', נאך א סייד עפעקט פון די קאראנע.

מיר זענען אלע אינאיינעם דער אין, אין מיר וועלן דאס בעזר ה' אדורך מאכן. 

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: וויאזוי געב איך מיר א עצה ? כ"ח ניסן התש"פ 10:22 #266272

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 829 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
  • קאָרמא: 15

הייליגע צדיק, דו פרעגסט זייער גוט, און איך מיין אז די תירוץ איז טאקע אזוי ווי דו האסט געשריבן, אז מהאט נישט קיין געהעריגע סדר היום, זאכן זענען צופארן. אבער מדארף געדענקן אז דאס איז יעצט די רצון השם, און אונז דארפן אים דינען אין יעדע מצב.

זאל די רבוש"ע געבן כח און מח פאר אונז אלע זיך צו קענען האלטן בקדושה וטהרה, וטהר לבנו לעבדך "באמת"

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.82 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא