ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: ראטעוועט!!!!!! 152 באזוכער

ראטעוועט!!!!!! כ"ח ניסן התש"פ 20:51 #266278

  • פינסטערניש
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 1
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
  • קאָרמא: 0

א גיטן חבירים 
זייט די קאראנע עפאכע איז מיר ביטער ביטער שווער איך זיץ אין א חשכות אין זע מיך נישט ארויס, ירידה נאך ירידה, 

וואס טו איך דא?? 
ווי אזוי זעט מען זיך ארויס?????

ענטפער: ראטעוועט!!!!!! כ"ח ניסן התש"פ 21:02 #266279

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

קודם האסטו שוין גענומען די ריכטיגע שריט ארויסצוקומען ברבים

זאל השם די באגלייטן 
שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: כ"ט ניסן התש"פ 09:46 דורך יחיאל.

ענטפער: ראטעוועט!!!!!! כ"ח ניסן התש"פ 21:12 #266280

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
פינסטערניש געשריבן on כ"ח ניסן התש"פ 20:51:

א גיטן חבירים 
זייט די קאראנע עפאכע איז מיר ביטער ביטער שווער איך זיץ אין א חשכות אין זע מיך נישט ארויס, ירידה נאך ירידה, 

וואס טו איך דא?? 
ווי אזוי זעט מען זיך ארויס?????


שלום עליכם הרב "ליכטיקייט", (מעגליך אז יעצט איז נאך פינסטער, אבער בעז"ה גאר אינגיכן וועט עס נתהפך ווערן צו לעכטיקייט, מאפילה לאור גדול).

און מזל טוב צו דיין ערשטע ריינע טאג.

היות איך האב נישט אויף די רגע די צייט פאר מער ווי דעם, וועל איך פאר יעצט בלייבן דא, און אי"ה מארגן האף איך צו האבן אביסל מער צייט צו שרייבן מער.

דערווייל בלייב געזונט און ריין, הצלחה.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: ראטעוועט!!!!!! כ"ח ניסן התש"פ 22:39 #266281

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

שלום עליכם 
קודם כל האסטו געטוהן די ריכטיגע זאך מיט ארויפקומען דא, ווי אונז זענען מיר אלע אחים לישועה, מיר אלע פארן אין דעם זעלבן שיפל זה בכה וזה בכה, און יעדער איינער טיילט מיט זיינע עקספיריענס וואס האבן אים געהאלפן, און יעדער זיכט וואס ער קען העלפן א צווייטן, הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד.

אויך האסטו זייער גוט געטוהן וואס דו האסט זיך נישט געשעהמט נאר גלייך אויפגעפנט דיין אייגענע טרעד ווי דו קענסט ארויפקומען און דערציילן איבער וואס עס גייט אריבער אויף דיר, און ווי אנדערע וועלן קענען ארויפקומען און שערן וואס האט זיי געהאלפן.

און בנוגע דיין שאלה איבער די קאראנא מצב איז זייער שווער פאר מיר צו ענטפערן, ווייל מיר איז אויך שווערער, איך פרוביר זיך צו האלטן פארנומען וויפיל איך קען, און ארבעטן מער מיין פראגרעם, און אויך רעד איך מער מיט חברים אין די יעצטיגע צייט, און ב"ה דערווייל האלט עס מיר ריין.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: ראטעוועט!!!!!! כ"ט ניסן התש"פ 00:18 #266282

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 169
  • האט שוין געלייקט: 452 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל
  • קאָרמא: 10

יעדער איינער איז אנדערש מיט קאראונא בײ איינעם איז עס אז מען קען נישט גיין אין ביהמ"ד א צווייטער דארף ארבעטן אינדערהיים אין בײ א דריטן איז עס די פחד אין ענקזייעטי וכו' אין מען דארף משתדל זיין זיין אנצופילן דעם חלל וויפיל מען קען אין אדרבה עס איז א געלעגנהייט ווי מען קען אסאך אויפטוהן פאר חינוך פון די קינדער ווי קיינמאל בעפאר 

אויך האט טשולענט זיך קובע  געווען א פעסטע שיעור אין גמרא אין זינט דאן האט זיך אלעס פארבעסערט בעזר השם 

איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא

ענטפער: ראטעוועט!!!!!! כ"ט ניסן התש"פ 12:53 #266294

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
פינסטערניש געשריבן on כ"ח ניסן התש"פ 20:51:

א גיטן חבירים 
זייט די קאראנע עפאכע איז מיר ביטער ביטער שווער איך זיץ אין א חשכות אין זע מיך נישט ארויס, ירידה נאך ירידה, 

וואס טו איך דא?? 
ווי אזוי זעט מען זיך ארויס?????


שלום עליכם הרב "פינסטערנישט" (עפעס איז Wראנג מיט מיר אז איך וואלט בעסער ליב געהאט א צווייטע נאמען?).
מזל טוב פאר דיין ערשטע פאוסט, און איך באגריס דיין שטארקייט ארויסצוקומען בעטן הילף.
דו געסט זייער ווייניג אינפא איבער דיין מוטשעניש (דיינע נסיונות האבן זיך אנגעהויבן נאך קאראנע? ס'איז יעצט נאר געווארן ערגער? וכו' וכו'), און דעיס מאכט זייער שווער צו אנטאפן די זאך.
איין זאך איז אבער דא וואס קען העלפן אין יעדע מצב, דעיס איז זיך מאכן א קאנעקשן מיטן טאטן אין הימל. יעדער טוט עס אויף זיין אייגנארטיגן וועג, דער ברסלב'ר וועט עס רופן "התבודדות", דער עובד וועט עס רופן "עבודת התפילה", דער עס עי'ער וועט עס רופן "Talking to God as I know him", און אסאך אידן רופן עס "רעדן צום אייבערשטן".
נישט קיין חילוק אויף וואספארא אופן מען מאכט עס איז עס א הילף פאר יעדעם.
ה' זאל זיין מיט דיר.
איך קוק ארויס אויף דיין הצלחה.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: ראטעוועט!!!!!! כ"ט ניסן התש"פ 14:24 #266297

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 285 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
  • קאָרמא: 24

מזל טוב פאר דיין נייע טרעד.

לית נהורא אלא דנפיק מגו חשוכא. דארף מיר אויך עפעס ״פינסטערניש״.... כדי אריינצוברענגן ליכטיגקייט.

הצלחה אין דיין רייזע
יונה׳לע

ענטפער: ראטעוועט!!!!!! ל' ניסן התש"פ 09:38 #266306

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1623
  • האט שוין געלייקט: 949 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2937 מאל
  • קאָרמא: 59

איך וואלט צוגעלייגט א ספעיס צווישן פינסטער און ניש....

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.91 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא