ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: טאטי העלף מיר 325 באזוכער

טאטי העלף מיר ו' אייר התש"פ 12:44 #266401

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
שלום וברכה מיינע נייע הייליגע חבירים אין משפחת הדא!

איך בין שטארק צופרידן און איך דאנק דעם אויבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו טרעפן דעם סייט, וואס עס זעהט מיר אויס צו זיין פאר מיר ווי א שטראל פון האפענונג פאר מיינע פראבלעמען מיט וואס איך מוטשע מיך.

איך וועל מיטיילן אין קורצן מיין עבר, אלס יונגער בחור האב איך מיך געקיצלט מיט איינעם די זעלבע יארגאנג אין דעמאלטס איז ארויס געקימען עפעס וואס איך האב נישט געוויסט וואס דאס איז (אז עס איז מוז"ל) איך האב נישט פארציילט פאר קיינעם אבער פון דא אין ווייטער האט מען שוין געהאט די הרגשה אין זיך געשפילט מיט מיר אליין אמאל מער אמאל ווייניגער, אבער ב"ה זיך נישט געשפילט מיט א צווייטען אין די ענינים. 

איך געדענק אלעס חתן בין איך געווען אין ארץ ישראל האב איך מיר יא ערלויבט צי פרעגען עפעס א משפיע (וויבאלד איך קען אים נישט אין איך גיי מיר סייווי נישט טרעפען מיט אים) וואס איך קען טון. 

היינט צוטאגס בין איך ב"ה חתונה געהאט, און איך האב עטליכע לעכטיגע קינדערלעך ב"ה.

ב"ה איך טריי מיר צי היטען פין קוקען אויף אינטערנעט אבער אסאך מאל פאלט מען דורך עס גייט אז איך וויל זען ביי images ווי אזוי עס קיקט אויס א זאך וואס איך זיך אין מען סקראט אראפ אין מען טרעפט עפעס וואס ציט אין מען געט א קליק אויף עס קימט ארויף נאך ענדליך צי עס אין אזוי ווייטער ביז מען פילט אז עס קען געשען מוז"ל געט מען שנעל א סטאפ אין מען האט חרטה אויפן העכסטע פארנעם מען נעמט זיך פאר מער טי איך עס נישט  גייט דורך א שטיק צייט אין אודך כי עניתני.

און פאר דעם בין איך דא, איך האב זיך מורא'דיג געפרייעט צו טרעפן דער סייט, און איך שפיר ווי דאס וועט מיר אסאך צוגעבן, און מיך העלפן זיין פולקאם ריין בעז"ה.

טאטע העלף מיר!
לעצט פארראכטן: ו' אייר התש"פ 13:23 דורך טאטע העלף מיר.

ענטפער: טאטי העלף מיר ו' אייר התש"פ 14:12 #266402

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

אוי טאטע העלף מיר שוין .העלף מיר שוין .העלף מיר שוין
האסט געטוהן א ריכטיגע שריט מיט ארויף קומען אויפן סייט אין אויף מאכען אא טרעד

זאל השם העלפען אז די זאלסט אייביג נאר דערציילען גוטס מיט א שמייכל

[מזל טוב פאר דיין 3 ריינע טעג]
שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: טאטי העלף מיר ו' אייר התש"פ 14:44 #266404

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

שלום עליכם הרב טאטע העלף מיר, און מזל טוב צו דיינע 3 ריינע טעג!

מיט ברייטע ארעמעס זענען מיר דיך מקבל פנים דא צו אונזער משפחה'לע, כולנו בני איש אחד נחנו, מיר קומען בערך אלע פונעם זעלבן עבר, און מיר פאקעסירן אויפן זעלבן גליקליכן ריינעם עתיד.

ווי יחיאל האט שוין ערווענט, אז יא, דו ביסט בעז"ה אויפן ריכטיגן פלאץ, און מיר זענען אלע דא פאר דיר צו העלפן, איין גרויסע און גוטע טאהט האסטו שוין געטון מיטן זיך אויפסיינען אויפן 90 טעג טשארד, כה לחי, מחיל אל חיל.

כ'בין זיכער אז דו האסט שוין דאונלאודעט די האנטבוך, און אנגעהויבן אדורכליינען, אויב נישט וואלט איך דיר שטארק געראטן אזוי צו טון.

אלץ איינער וואס האט שוין פריוואט קאמיוניקירט מיט אונזער טייערע נייע חבר החבורה, קען איך מעיד זיין אז מען רעדט פון איינער וואס איז תוכנ'דיג און געשמאק, און האט א אייזענע ציל צו אנקומען און שטייגן.

בלייבט נאר איבער צו ווינטשן, אז חפץ ה' בידך יצליח.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: טאטי העלף מיר ו' אייר התש"פ 17:25 #266405

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
יעצט כמעט ג'סירטשט א ווארט וואס וואלט זיכער ארויף געברענגט טמא'נע בילדער אבער זיך דערמאנט פין מיינע הייליגע חבירים, מה יאמרו משפחת הדא נאך 3 טעג שוין אויפגעגבן,  איך האלט זיך צוריק מיט אייזענע כוחות, אויף געבן קען יעדער ניין?.
לעצט פארראכטן: ז' אייר התש"פ 13:56 דורך טאטע העלף מיר.

ענטפער: טאטי העלף מיר ו' אייר התש"פ 17:55 #266407

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

מזל טוב צו דיין ארויף קומען אויך הד"א, יא דו האסט געטוהן די ריכטיגע שריט.
מזל טוב צו דיין עפענען דיין אייגענע טרעד, און שרייבן וועגן דיר, דאס וועט דיר אי"ה באגלייטן אויף דיין וועג צו ריינקייט.
ואחרון חביב מזל טוב צו דיינע 4 ריינע טעג, דער אויבערשטער זאל דיר העלפן כן ירבו.

עס איז אונז א כבוד דיר צו האבן דא, נאך א איד א חלק אלקי ממעל, וואס איז דא מגלה צו זיין דעם כבוד פון אויבערשטן דא אין דעם וועלט, כדי צו אויספירן דעם רצון פון אויבערשטן אויף די וועלט, שיהיה לו דירה בתחתונים.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: טאטי העלף מיר ו' אייר התש"פ 18:11 #266408

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 87 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 117
  • האט שוין געלייקט: 75 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל
  • קאָרמא: 12

אה שלום עליכם טייערע טאטע העלף מיר שליט"א, וואס מאכסטו?! איך פריי מיר אזוי שטארק אז דו ביסט דא געקומען! ביסט טאקע אנגעקומען צו די ריכטיגע קרעטשמע, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועסטו האבן דא שטארקע הצלחה! And I'm also very very happy about the pure 4 day
איך זעה מיר גאר שטארק אין דיין פראבלעם, איך וועל מיר פרייען צו זעהן ווייטער דיין הצלחה!
זיי געזונט
חנוכה

פארלירן דאס געדולד,
איז פארלירן די מלחמה!

ענטפער: טאטי העלף מיר ז' אייר התש"פ 12:43 #266415

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3

א גיטן מיינע הייליגע חבירים 

ווען איך פלעג ווילן עפעס א ישועה פלעג איך מאכן א בייט מיטן ריבנו של עולם, איך וועל נישט טון אדער קיקען קיין שלעכטע זאכן אין ער זאל מיר געבן וואס איך דארף. 

זייט איך האב מיר אנגעטראפען מיט ענק לויפט עטס מיר נאך די יארן, יעדע זאך וואס איך טו דארף איך טראכטען צו קים איך נאך די גיידליינס פון די סייט צו בלייבן ריין.

וואס וועט דא זיין ???

אוי טאטי העלף מיר

לעצט פארראכטן: ז' אייר התש"פ 12:44 דורך טאטע העלף מיר.

ענטפער: טאטי העלף מיר ז' אייר התש"פ 12:56 #266416

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
טאטע העלף מיר געשריבן on ז' אייר התש"פ 12:43:

א גיטן מיינע הייליגע חבירים 

ווען איך פלעג ווילן עפעס א ישועה פלעג איך מאכן א בייט מיטן ריבנו של עולם, איך וועל נישט טון אדער קיקען קיין שלעכטע זאכן אין ער זאל מיר געבן וואס איך דארף. 

זייט איך האב מיר אנגעטראפען מיט ענק לויפט עטס מיר נאך די יארן, יעדע זאך וואס איך טו דארף איך טראכטען צו קים איך נאך די גיידליינס פון די סייט צו בלייבן ריין.

וואס וועט דא זיין ???

אוי טאטי העלף מיר


טייערע ברודער
אויב איך מעג זאגן פון מיין טונקעלע עבר, איך האף אז עס איז נאר א עבר, איך פלעג אויך מאכן זייער אסאך ביזנעס מיטן אויבערשטן, ביז איך האב געכאפט אז עס איז אזוי ווי איך גיי אריין אין גראסעריי, און איך זאג פארן בעה"ב, אויב געבסטו מיר וויפיל ברויט איך דארף וועל איך קויפן ביי דיר מילך, אבער אויב געבסטו מיר נישט קיין ברויט, קויף איך נישט ביי דיר קיין מילך, יעדער איינער פארשטייט ווי לאכעדיג דאס איז, אבער ממש אזוי האט אויסגעשעהן מיינע ביזנעס מיטן אויבערשטן.

איך דארף פרנסה זאג איך אים רבוש"ע לאמיר מאכן א בייט, איך געב דיר מיינע אויגן, איך וועל מיך אפהיטן די אויגן, און די געב מיר פרנסה, ענטפערט מיר דער אויבערשטער וועמענ'ס אויגן איז דאס, דיינע אויגן אדער מיינע אויגן, איך האב דיר געגעבן אויגן, אז עס זאל דיר העלפן אין דיין לעבן ברוחניות ובגשמיות, און דו ניצט עס צו באגראבן סיי דיין רוחניות און סיי דיין גשמיות, און יעצט זאגסטו מיר אז דו ווילסט מיר טוהן א טובה און עס מיר אוועק געבן ?

איך האב אנגעהויבן כאפן, היטן מיינע אויגן איז נאך אזוי וויכטיג פאר מיר, פאר מיין גשמיות און פאר מיין רוחניות, אזוי ווי פרנסה, שלום בית, קינדער, געזונט, וכו' וכו', דער אויבערשטער ברוב רחמנותו האט מיר אויסגעזאגט דעם סוד, איך געב דיר אויגן ווילסט האבן א גוטע לעבן, דאן היט עס אפ ווי א טייערע אוצר, לאז נישט עס זאל זיך וואלגערן אין די גאסן, אדער קוילערן אין די שמוציגע פלעצער.

אחי חזק ואמץ דו ביסט א גוטער מענטש, פרוביר נישט נאכצוקומען די גיידליינס וואס די סייט שטעלט אוועק, נאר פרוביר צו אוועקשטעלן דיין לעבן צו א זיסע גליקליכע ריינע לעבן.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: טאטי העלף מיר י' אייר התש"פ 10:59 #266439

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3

עליכם שלום הייליגע צדיק 
ישר כח האסט עס זייער גוט ארויס געברענגט, אבער מען דארף אסאך ארבעטען אנצוקימען צי דעם.
איך האב שוין אסאך מאל געהאט איך האב געווארט אויף א ישועה אין איך האב מיר פארגענומען אפצוהיטן די אויגן אין געזען גרויסע זאכן. 

נ.ב. ווען איך זעה א גיטע תגובה דארף איך נאר דאבל טשעקן צי סאיז טאקע די אזוי ווי איך האב געטראכט.

ענטפער: טאטי העלף מיר י' אייר התש"פ 11:46 #266440

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
טאטע העלף מיר געשריבן on י' אייר התש"פ 10:59:

עליכם שלום הייליגע צדיק 
ישר כח האסט עס זייער גוט ארויס געברענגט, אבער מען דארף אסאך ארבעטען אנצוקימען צי דעם.
איך האב שוין אסאך מאל געהאט איך האב געווארט אויף א ישועה אין איך האב מיר פארגענומען אפצוהיטן די אויגן אין געזען גרויסע זאכן. 

נ.ב. ווען איך זעה א גיטע תגובה דארף איך נאר דאבל טשעקן צי סאיז טאקע די אזוי ווי איך האב געטראכט.


ייש"כ פאר די קאמפלעמענט
אמת אז דאס איז א עבודה אז מען זאל אנקומען צו דעם, אבער עס איז נישט דא קיין בעסער געפיל אין לעבן ווי דעם, און וועל מיר אביסל מסביר זיין, ווען איינער דרייווט א קאר, איז ער פארנומען א גאנצע צייט טראכטן ווי ער דארף פארן כדי אנצוקומען צו ווי ער וויל, און די גאנצע צייט דארף ער אכטונג געבן צו דרייען דעם קאר לויט וויאזוי די גאס דרייט זיך, און פארן שנעלער לויט די ספיד לימיט, און שטייטער אויב פארט איינער פארנט פון אים אביסל שטייט, און ער דארף אכטונג געבן נישט צו אריינפארן אין קיין ביימער אין די זייט פון די גאס, וכו' וכו'.

משא"כ ווען איינער זעצט זיך אריין אין א טעקסי, זעצט ער זיך אריין פון אונטן, און ער קען רואיגערהייט אויסהערן אביסל שיעורי תורה, רעדן אויפן טעלעפון, ארלעדיגן זאכן, עסן פרישטיג מיט א רואיגקייט, און ער טראגט נישט קיין שום דאגות, ווייל ער ווייסט אז עס איז דא איינער וואס זיצט פון פארנט און ער טראגט אים צו די ריכטיגע פלאץ ווי ער דארף אנקומען, און ער איז מסדר אלע פראבלעמען פון די וועג, און ער געבט אכטונג פון אלע שטרויכלונגען וואס עס קענען זיך מאכן אויפן וועג.

די זעלבע איז צווישן אונז מיטן אויבערשטן, איינער וואס פארשטייט איך בין געבוירן געווארן צו טוהן דעם רצון ה', און ער שפירט אז דער אויבערשטער פירט דער וועלט, און יעדן טאג וועט ער אים פירן לויט וויאזוי ער וויל אז איך זאל אים דינען אין דעם היינטיגן טאג, שפירט ער גאר א שטארקע שלוות הנפש און רואיגקייט אין לעבן, ער שפירט ממש אזוי ווי ער געפונט זיך אין די ענני הכבוד וואס דער אויבערשטער האט אונז ארום גענומען אין די מדבר, און דער אויבערשטער טראגט אונז, און ער מאכט גראד אלע בערג און טאלן, עס ליגט נישט אויף מיר צו ארויף קריכן אויף די הויכע בערג, און אראפגיין אין די נידריגע טאלן, נאר דער אויבערשטער טראגט מיר ווי ער וויל, און די אלע נחשים ועקרבים וואס געפונען זיך אויפן וועג וועט דער אויבערשטער מסדר זיין, און איך דארף זיך נישט שלאגן מיט זיי.

און לגבי די נושא וואס דו שרייבסט אז די האסט שוין אסאך מאל געמאכט ביזנעס מיטן אויבערשטן, און די ביזנעס האט מצליח געווען, יא עס איז אמת, מען קען מאכן מיטן אויבערשטן גוטע ביזנעס, דער אויבערשטער האט דאס אויך זייער ליב אסאך מאל, און ער באצאלט גוט, אבער די בעסטע ביזנעס מיטן אויבערשטן קומט נישט צו, צו די גוטע זיסע לעכטיגע געפיל וואס מען שפירט ווען מען לעבט מיטן אויבערשטן, עס לוינט זיך די הארעוואניע

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: טאטי העלף מיר י' אייר התש"פ 16:18 #266446

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
הייליגע צדיק 
זייער גוט זייער שיין,
ביסט אריין געפארן אין די ענין פין אמונה אין בטחון איך ליין דיינע טייערע ווערטער איבער אין איבער ביז עס וועט אריינגיין אין מיר 
ישר כח.

ענטפער: טאטי העלף מיר י' אייר התש"פ 16:28 #266447

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
עליכם שלום מיינע הייליגע חבירים 

הייליגע חנוכה
הייליגע אחכה לו 
הייליגע יחיאל
הייליגע Heiligertzadik


געמיינט איך וועל שטילערהייט אריין קימען זיך באקוועם מאכן אויף מיין פלאץ נישט געוויסט אז די טיר גריטזשעט ווען מען עפענט עס 

עניהע ישר כח פארן מיר באגריסען אזוי שיין

לעצט פארראכטן: י' אייר התש"פ 16:36 דורך טאטע העלף מיר.

ענטפער: טאטי העלף מיר י' אייר התש"פ 17:14 #266448

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
א גיטן מיינע הייליגע חבירים


ר' אביגדור מיללער ז''ל פלעגט זאגן אז זיין גרעסטע מיסור ספר איז ווען ער גייט אריין אין שפיטאל אין זעהט וואס א מענטש קען אלס מיטמאכן ה''י האט ער געדאנקט דעם אייבערשטן אז ער איז יא געזונט ב''ה 

במה דברים אמורים איך דריי מיר דא ארום אין זעה וואס פאר א נסיונות א מענטש קען אלס האבן אין דאך קימט מען ארויס א זיגער ווער איך מחיזוק דערפון איך הייב אן דאנקען דעם אייבערשטן מיט מיין חלק אין בעט אז איך זאל שוין אויך האבען די כח אין ארויס קימען א זיגער 

איך בעט טאטע פין הימל העלף מיר

לעצט פארראכטן: י' אייר התש"פ 17:18 דורך טאטע העלף מיר.

ענטפער: טאטי העלף מיר י' אייר התש"פ 18:49 #266452

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

די ביסט זייער שטארק
איך האב ליב דיין געשרייבאכט'ס

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: טאטי העלף מיר י' אייר התש"פ 22:17 #266456

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
טאטע העלף מיר געשריבן on י' אייר התש"פ 16:28:
עליכם שלום מיינע הייליגע חבירים 

הייליגע חנוכה
הייליגע אחכה לו 
הייליגע יחיאל
הייליגע Heiligertzadik


געמיינט איך וועל שטילערהייט אריין קימען זיך באקוועם מאכן אויף מיין פלאץ נישט געוויסט אז די טיר גריטזשעט ווען מען עפענט עס 

עניהע ישר כח פארן מיר באגריסען אזוי שיין


נא נא נא, דא שלייכט זיך קיינער נישט אריין אומבאמערקט! די קהילה שטייט זייער שטרענג אויף דעם!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: טאטי העלף מיר י' אייר התש"פ 22:19 #266457

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
טאטע העלף מיר געשריבן on י' אייר התש"פ 17:14:
א גיטן מיינע הייליגע חבירים


ר' אביגדור מיללער ז''ל פלעגט זאגן אז זיין גרעסטע מיסור ספר איז ווען ער גייט אריין אין שפיטאל אין זעהט וואס א מענטש קען אלס מיטמאכן ה''י האט ער געדאנקט דעם אייבערשטן אז ער איז יא געזונט ב''ה 

במה דברים אמורים איך דריי מיר דא ארום אין זעה וואס פאר א נסיונות א מענטש קען אלס האבן אין דאך קימט מען ארויס א זיגער ווער איך מחיזוק דערפון איך הייב אן דאנקען דעם אייבערשטן מיט מיין חלק אין בעט אז איך זאל שוין אויך האבען די כח אין ארויס קימען א זיגער 

איך בעט טאטע פין הימל העלף מיר


זייער שיין.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: טאטי העלף מיר י"א אייר התש"פ 15:13 #266472

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3

9 ריינע טעג ב''ה 

איך האב שוין מן הסתם געהאט מער ריינע טעג אויף אמאל אין מיין לעבן ווי דעם אבער ווען מען ציילט עס האט עס מער חשובות 

דער טאטע העלפט ב''ה

ענטפער: טאטי העלף מיר י"א אייר התש"פ 16:58 #266478

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
א גיטן מיינע הייליגע חבירים

איך האב געוואלט פרעגן איך קען במחשבה ארויף ברענגען זאכן וואס איך האב אמאל געזען ווי כאילו איך זעה עס יעצט, אין פילן אין  ווערן אנגעהיצט וכו' 

איינער מיט ערפארינג איבער דעם עני הילף ?

ענטפער: טאטי העלף מיר י"א אייר התש"פ 18:06 #266483

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

לדעתי
איז דא צוויי מינע מחשבות . עס איז דא וואס קומט פון זוך אליין אין עס איז דא וואס מען ברענגט ארויף.
א מחשבה וואס קומט פון זוך אליין . קען מען נישט פייטען. ער וועט צוריק קומען. מען דארף עס לאזען לויפען . אין נישט אריין קריכען מער דערין
אין וואו הייליגע צדיק האט שוין געשריבן . איך בין א געזונטע מענטש. נאך דערצו ווען איך פלעיג אסאך ליגען דערין. איז נערמאל אז עס זאל ארויף קומען מחשבות
די מחשבות וואס מען ברענגט ארויף בידים. דאס טאר מען דאך נישט.. איז די עצה ברענג עס נישט ארויף
שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: טאטי העלף מיר י"א אייר התש"פ 19:17 #266490

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
טאטע העלף מיר געשריבן on י"א אייר התש"פ 16:58:
א גיטן מיינע הייליגע חבירים

איך האב געוואלט פרעגן איך קען במחשבה ארויף ברענגען זאכן וואס איך האב אמאל געזען ווי כאילו איך זעה עס יעצט, אין פילן אין  ווערן אנגעהיצט וכו' 

איינער מיט ערפארינג איבער דעם עני הילף ?

איך האב זייער אסאך געליטן דערפון במשך פון מיינע יארן, איך האב נישט קיין עקספיריענס וואס איך קען זאגן אז עס האט מיר געהאלפן, ווייל הלוואי וואלט נאר דאס געווען מיין פראבלעם, אבער דער אויבערשטער האט געוואלט אז מיינע פראבלעמען זאלן זיין אסאך שטארקער פון דעם, און איך בין זייער פרייליך צו קענען טוהן דעם אויבערשטנ'ס רצון אויף די וועג וואס ער וויל.

אבער איך קען דיר יא זאגן וואס עס שטייט אין ספרים וואס קען דיר העלפן, און איך וועל מקדים זיין וואס שטייט אין מלבי"ם אויף משלי אויפן פסוק "באין תחבולות יפול עם ותשועה ברוב יועץ" בקיצור אז ווען עס איז דא א מלחמה איז נישט גענוג מיט איין עצה, ווייל מען דארף האבן אסאך עצות אז אויף וועלכע וועג דער ייצה"ר וועט נאר אריינקומען זאל זיין אנגעגרייט א עצה, וואס מען גייט טוהן אויב דער שונא וועט קומען אויף אזא וועג. און ממילא איז זייער שווער צו זאגן איין עצה, נאר מען דארף זיך אנגרייטן מיט כל מיני עצות קעגן די ייצה"ר וואס פירט מיט אונז א שווערע מלחמה.

און איך וויל אויך מקדים זיין מיט א מעשה וואס שטייט אין דברי יחזקאל, אז מען האט אמאל געפרעגט דעם בעש"ט אויב מען זאל גיין צו א געוויסע ערליכע איד, האט ער געזאגט אז מען זאל גיין און אים פרעגן אויב ער האט א עצה קעגן מחשבות זרות, און אויב געבט ער א עצה, זאל מען וויסן אז עס איז נישט גארנישט דא אין אים, ווייל עס איז נישט דא קיין עצה א קעגן מחשבות זרות, נאר דאס איז א מלחמה דאס גאנצע לעבן פון דעם מענטש, און נאר דער אויבערשטער קען העלפן מיט דעם.
און יעצט וועל איך אנהייבן אראפ ברענגען אביסל וואס שטייט אין ספרים:


  1. תפילה. א מענטש זאל דאווענען צום אויבערשטן, אז דער אויבערשטער זאל אים אפהיטן פון אלע מחשבות זרות, און ער זאל שרייען הצילנו מטיט ואל אטבעה, לב טהור ברא לי אלקים.
  2. אויפבויען דעם ליבשאפט צום אויבערשטן. די סיבה פארוואס עס קומט אריין צום מענטש מחשבות איז, ווייל ער האט נישט גענוג איינגעפלאנצט אין זיין הארץ די ליבשאפט צום אויבערשטן, ווייל ווען א מענטש שפירט אמת'דיג דער ואהבת את ה' אלקיך, וועגט עס איבער אלע אנדערע אהבות, אזוי ווי דוד המלך האט געזאגט אויף זיך "נפלאתי אהבתך לי יותר מאהבת נשים", ער זאגט נישט אז ער האט נישט ליב פרויען, נאר ער זאגט אז זיין ליבשאפט צום אויבערשטן איז אזוי גרויס, אז עס וועגט איבער יעדע אנדערע ליבשאפט.
  3. תיקונים. די אלע אלטע מחשבות וואס קומען ארויף פארן מענטש, זענען ניצוצות וואז זענען אראפ געפאלן לעמקי הקליפות דורך דעם מענטש, און ווען זיי קומען ארויף, און דער מענטש האלט זיך נאך אלץ בקדושה, איז ער זיי מיט דעם מתקן. ממילא ווען עס קומען ארויף די מחשבות זאל דער מענטש טראכטן, איך האב יעצט די ברירה צו פארעכטן וואס איך האב פאריגע מאל שאדן געמאכט, און דאס וועט אים גרינגער מאכן זיך נישט וויסענדיג מאכן.
  4. פארשטיי דעם אור ה' וואס איז באהאלטן אינטער דעם. ווען עס קומט אונטער פאר א מענטש א מחשבה זרה, זאל ער טראכטן אז באמת איז געקומען צו אים א שטארקע לעכטיגקייט פון אויבערשטן, און דער ייצה"ר וויל עס צונעמען פון אים, און ממילא ברענגט ער אים אריין מחשבות זרות, אבער אויב ער וועט דאס אדורך ברעכן וועט ער אנקומען צו די לכטיגקייט.
  5.  מאך דיר נישט וויסענדיג, אויב עס קומט אריין א מחשבה פאר דעם מענטש זאל ער זיך נישט וויסענדיג מאכן, נאר ווייטער טוהן וואס ער האלט אינמיטן טוהן און עס וועט אוועק גיין פון זיך אליין.
  6. טראכט ווי חשוב דו ביסט. דאס אז עס קומען מחשבות זרות צו א מענטש ווייזט ווי חשוב ער איז ביים אויבערשטן, אז מען פרובירט אים צוריק צו האלטן, און ממילא דארף ער ווערן פרייליך אז עס איז אים אונטער געקומען א מחשבה זרה, און דאס וועט דיר געבן די כח זיך צו שטארקן.
  7. לימוד התורה בכח ובשמחה.
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: טאטי העלף מיר י"ב אייר התש"פ 13:02 #266504

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3

שכח Heiligertzadik

מורא'דיג געוואלדיג יעצט ברויכט מען עס אריין נעמען אין די ביינער 

נישט געוויסט אז מען קען דוירך דעם מתקן זיין די אלטע וואס מען האט פאריגע מאל שאדן געמאכט

ענטפער: טאטי העלף מיר י"ב אייר התש"פ 13:43 #266506

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
טאטע העלף מיר געשריבן on י"ב אייר התש"פ 13:02:

שכח Heiligertzadik

מורא'דיג געוואלדיג יעצט ברויכט מען עס אריין נעמען אין די ביינער 

נישט געוויסט אז מען קען דוירך דעם מתקן זיין די אלטע וואס מען האט פאריגע מאל שאדן געמאכט


שטייט אין ספר ליקוטים יקרים, אז אמאל איז א איד געגאנגען אויפן וועג, אינמיטן איז אדורך געפארן א וואגן פון רויבער'ס לעבן אים, און זיי האבן זיך אפגעשטעלט, און געזאגט אז זיי האבן געפאנגען א קינד, אויב ער וויל אים אויסלייזן.

ווען ער האט אריינגקוקט אין וואגן האט ער דארט געטראפן זיין אייגענען זוהן וואס איז געלעגן דארטן געבינדן אין קייטן געפאנגענערהייט, ווי נאר דער זוהן האט אים באמערקט האט ער געשריגן, טאטי די האסט דאך געלט לייז מיר אויס.

די זעלבע זאך די רויבער'ס די סטרא אחרא דרייען זיך ארום מיט אלע מחשבות און מעשים וואס מיר האבן געטוהן וואס מען טאר נישט, און די אלע זאכן קומען אונז ארויף אויפן קאפ נאכאמאל, און דאס איז יענע אלטע מעשה וואס שטייט און שרייט, טייערע איד איך בין דיינער דו האסט מיר באשאפן, איך בעהט דיר לייז מיר אויס פון דא.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: טאטי העלף מיר י"ב אייר התש"פ 13:52 #266507

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
א גיטן מיינע הייליגע חבירים

איך זעה ווי אסאך הייליגע חבירים נעמען די שטארקייט  מען האלט זיך פריש מען גייט יעצט אן הייבען פין אלף נאכאמאל ציילען עס איז געוואלדיג חשוב.

אבער מען  דארף אויך געבן חיזוק פאר די וואס האלטן שוין טיף אימיטען ציילען. 
(עס איז נישט געמאכט פאר איינער וואס הייבט יעצט אן נאכמאל ציילען נאר א חיזוק פאר די וואס האלטען אימיטען)

עס איז דא א ווארט אסאך מאל זעט מען א מענטש פין 50 יאר פירט זיך ווי א בעבי זאגט מען ער איז 5 מאל 10 איך מיין צוזאגען האלטס ענק שטארק האלטס אן מיינט נישט מען וועט נאכדעם אנהייבען נאכמאל עס איז נישט די זעלבע.

הצלחה פאר יעדעם

לעצט פארראכטן: י"ב אייר התש"פ 13:55 דורך טאטע העלף מיר.

ענטפער: טאטי העלף מיר י"ב אייר התש"פ 13:57 #266509

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
Heiligertzadik געשריבן on י"ב אייר התש"פ 13:43:

טאטע העלף מיר געשריבן on י"ב אייר התש"פ 13:02:

שכח Heiligertzadik

מורא'דיג געוואלדיג יעצט ברויכט מען עס אריין נעמען אין די ביינער 

נישט געוויסט אז מען קען דוירך דעם מתקן זיין די אלטע וואס מען האט פאריגע מאל שאדן געמאכט


שטייט אין ספר ליקוטים יקרים, אז אמאל איז א איד געגאנגען אויפן וועג, אינמיטן איז אדורך געפארן א וואגן פון רויבער'ס לעבן אים, און זיי האבן זיך אפגעשטעלט, און געזאגט אז זיי האבן געפאנגען א קינד, אויב ער וויל אים אויסלייזן.

ווען ער האט אריינגקוקט אין וואגן האט ער דארט געטראפן זיין אייגענען זוהן וואס איז געלעגן דארטן געבינדן אין קייטן געפאנגענערהייט, ווי נאר דער זוהן האט אים באמערקט האט ער געשריגן, טאטי די האסט דאך געלט לייז מיר אויס.

די זעלבע זאך די רויבער'ס די סטרא אחרא דרייען זיך ארום מיט אלע מחשבות און מעשים וואס מיר האבן געטוהן וואס מען טאר נישט, און די אלע זאכן קומען אונז ארויף אויפן קאפ נאכאמאל, און דאס איז יענע אלטע מעשה וואס שטייט און שרייט, טייערע איד איך בין דיינער דו האסט מיר באשאפן, איך בעהט דיר לייז מיר אויס פון דא.


זייער גוט יעצט בעסער פארשטאנען

ענטפער: טאטי העלף מיר י"ב אייר התש"פ 18:00 #266512

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3

איך בין נעכטען געווען ביי א סטאר אין באמערקט עפעס וואס אמאל וואלט איך געגעבן א בליק אויף עס אין נאכדעם נאך א בליק אין נאכדעם just נאך א קוק אין זיכער מאכן אז איך האב גיט געזען,
אבער נעכטען האב איך גלייך אוועגקיקט עס איז געווען זייער שווער אבער עס איז מיר שווערער אוועק צי לייגען 10 ריינע טעג אין די ארכיוון אין אנהייבען נאכאמאל ציילן.

ענטפער: טאטי העלף מיר י"ב אייר התש"פ 18:09 #266513

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
ich vil zan ehrlich געשריבן on י' אייר התש"פ 22:17:

טאטע העלף מיר געשריבן on י' אייר התש"פ 16:28:
עליכם שלום מיינע הייליגע חבירים 

הייליגע חנוכה
הייליגע אחכה לו 
הייליגע יחיאל
הייליגע Heiligertzadik


געמיינט איך וועל שטילערהייט אריין קימען זיך באקוועם מאכן אויף מיין פלאץ נישט געוויסט אז די טיר גריטזשעט ווען מען עפענט עס 

עניהע ישר כח פארן מיר באגריסען אזוי שיין


נא נא נא, דא שלייכט זיך קיינער נישט אריין אומבאמערקט! די קהילה שטייט זייער שטרענג אויף דעם!


ריכטיג, ריכטיג, דא נעמט מען יעדעם אויף מיט ברייטע און הארציגע ארעמעס!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: טאטי העלף מיר י"ב אייר התש"פ 18:10 #266514

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
טאטע העלף מיר געשריבן on י"ב אייר התש"פ 18:00:

איך בין נעכטען געווען ביי א סטאר אין באמערקט עפעס וואס אמאל וואלט איך געגעבן א בליק אויף עס אין נאכדעם נאך א בליק אין נאכדעם just נאך א קוק אין זיכער מאכן אז איך האב גיט געזען,
אבער נעכטען האב איך גלייך אוועגקיקט עס איז געווען זייער שווער אבער עס איז מיר שווערער אוועק צי לייגען 10 ריינע טעג אין די ארכיוון אין אנהייבען נאכאמאל ציילן.


אז מען מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אויבערשטער.

יש"כ פארן מיטיילן די מעשה, ס'איז א חיזוק פאר אונז אלע, כה לחי!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: טאטי העלף מיר י"ב אייר התש"פ 18:16 #266515

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
Heiligertzadik געשריבן on י"א אייר התש"פ 19:17:

  1. תפילה. א מענטש זאל דאווענען צום אויבערשטן, אז דער אויבערשטער זאל אים אפהיטן פון אלע מחשבות זרות, און ער זאל שרייען הצילנו מטיט ואל אטבעה, לב טהור ברא לי אלקים.
  2. אויפבויען דעם ליבשאפט צום אויבערשטן. די סיבה פארוואס עס קומט אריין צום מענטש מחשבות איז, ווייל ער האט נישט גענוג איינגעפלאנצט אין זיין הארץ די ליבשאפט צום אויבערשטן, ווייל ווען א מענטש שפירט אמת'דיג דער ואהבת את ה' אלקיך, וועגט עס איבער אלע אנדערע אהבות, אזוי ווי דוד המלך האט געזאגט אויף זיך "נפלאתי אהבתך לי יותר מאהבת נשים", ער זאגט נישט אז ער האט נישט ליב פרויען, נאר ער זאגט אז זיין ליבשאפט צום אויבערשטן איז אזוי גרויס, אז עס וועגט איבער יעדע אנדערע ליבשאפט.
  3. תיקונים. די אלע אלטע מחשבות וואס קומען ארויף פארן מענטש, זענען ניצוצות וואז זענען אראפ געפאלן לעמקי הקליפות דורך דעם מענטש, און ווען זיי קומען ארויף, און דער מענטש האלט זיך נאך אלץ בקדושה, איז ער זיי מיט דעם מתקן. ממילא ווען עס קומען ארויף די מחשבות זאל דער מענטש טראכטן, איך האב יעצט די ברירה צו פארעכטן וואס איך האב פאריגע מאל שאדן געמאכט, און דאס וועט אים גרינגער מאכן זיך נישט וויסענדיג מאכן.
  4. פארשטיי דעם אור ה' וואס איז באהאלטן אינטער דעם. ווען עס קומט אונטער פאר א מענטש א מחשבה זרה, זאל ער טראכטן אז באמת איז געקומען צו אים א שטארקע לעכטיגקייט פון אויבערשטן, און דער ייצה"ר וויל עס צונעמען פון אים, און ממילא ברענגט ער אים אריין מחשבות זרות, אבער אויב ער וועט דאס אדורך ברעכן וועט ער אנקומען צו די לכטיגקייט.
  5.  מאך דיר נישט וויסענדיג, אויב עס קומט אריין א מחשבה פאר דעם מענטש זאל ער זיך נישט וויסענדיג מאכן, נאר ווייטער טוהן וואס ער האלט אינמיטן טוהן און עס וועט אוועק גיין פון זיך אליין.
  6. טראכט ווי חשוב דו ביסט. דאס אז עס קומען מחשבות זרות צו א מענטש ווייזט ווי חשוב ער איז ביים אויבערשטן, אז מען פרובירט אים צוריק צו האלטן, און ממילא דארף ער ווערן פרייליך אז עס איז אים אונטער געקומען א מחשבה זרה, און דאס וועט דיר געבן די כח זיך צו שטארקן.
  7. לימוד התורה בכח ובשמחה.


הייליגער דו ביסט נתפעל צו ווערן וואס עס ליגט אלץ צוזאמגעווארפן אין איין תגובה מלא תוכן, אויף הלכה למעשה.

איך וויל נאר צולייגן, אז צומאל איז דא אויך פעלער וואס מען קען זיך נאכאלץ ביטערליך מוטשענען אפי' מיט די אלע עצות אינאיינעם, טראץ דעם וואס עס איז מעגליך גרינגער געווארן, קען מען נאכאלץ זיין זייער אויסגעשטעלט צו די נסיונת, און צומאל איז דער תירוץ אז דער מענטש דארף אנערקענען און אננעמען אז ער איז "קראנק", יא, ער האט א קרענק, און ער איז זייער אדיקטעט צו די זאכן, און ער דארף ארבעטן מיט די 12 סטעפס זיך צו היילן, וואס אגב, די אלע עצות וואס דו האסט ערווענט, מיין איך אז עס ליגט אין די סטעפס, תפלה, אור ה', אהבת ה', א.א.וו.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: טאטי העלף מיר י"ג אייר התש"פ 16:48 #266543

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19
טאטע העלף מיר געשריבן on י"ב אייר התש"פ 18:00:

איך בין נעכטען געווען ביי א סטאר אין באמערקט עפעס וואס אמאל וואלט איך געגעבן א בליק אויף עס אין נאכדעם נאך א בליק אין נאכדעם just נאך א קוק אין זיכער מאכן אז איך האב גיט געזען,
אבער נעכטען האב איך גלייך אוועגקיקט עס איז געווען זייער שווער אבער עס איז מיר שווערער אוועק צי לייגען 10 ריינע טעג אין די ארכיוון אין אנהייבען נאכאמאל ציילן.


חזק חזק
איך האב זוך פון וואס צו לערנען פון דיר

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 2.41 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא