ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: און צום צווייטן מאל 256 באזוכער

און צום צווייטן מאל י"א אייר התש"פ 10:20 #266463

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 829 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
  • קאָרמא: 15

יא איך האב מיך גע'נערט! איך האב געמיינט אז איך קען אליינס, איך האב געמיינט אז איך בין שוין מסודר, איך האב שוין געהאלטן 240 טעג ריין און.... כהאב מיך אויסגעגליטשט, כהאב מיך גלייך צורוק אויפגעהויבן, איך? איך קען דאך! איך בין געגאנגן מיט די קאפ אויפגעהויבן, איך האב מיך געגעבן א שאקל אפ און געגאנגן. איך קען דאך אליין!

איך האב אבער איינגעזעהן, ניין! איך קען נישט אליין! רבוש"ע אן דיין הילף קען איך נישט גיין אפילו איין טריט! מה אני ומה חיי, הרי אני לפניך ככלי מלא בושה וכלימה. רבוש"ע עמוד על ימיני וסומכני, העלף מיר איך זאל מיך קענען האלן ריין, ריין במחשבה, ריין בדיבור, ריין במעשה. איך קען גארנישט אליין!

איך קום דא ארויס ברבים, ווייל איך זעה אז איך קען נישט אליין, אפשר אין זכות פון די אלע טייערע חבירים וואס איך האב אזויפיל נהנה געווען ביז יעצט, האף איך איך ווען קענען שעפן חיזוק אויף ווייטער. "טובים השניים, מן האחד כי אם ייפולו האחד יקים את חברו ואילו  האחד שייפול ואין שני להקימו"

און די עיקר איז "איין טאג אויף אמאל"

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: און צום צווייטן מאל י"א אייר התש"פ 10:40 #266465

  • טאטע העלף מיר
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3

wow מיט אזא פרישקייט.

''אין צום צווייטען מאל'' גלייב איך זאגט זיך נישט אזוי גרינג ווי די ערשטע מאל נאך 240 ריינע טעג. דער באשעפער זאל דיר געבען כוח אנצוהאלטען.

ענטפער: און צום צווייטן מאל י"א אייר התש"פ 11:23 #266467

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

טייערע ברודער, עס זאגט זיך אסאך גרינגער ווי עס טוט זיך, יא איך קען דיר אויך זאגן הייב זיך אויף און הייב אן פון דאסניי, אבער איך ווייס ווי טיף די שניטן זענען, און ווי שטארק דער אפענעם אומפארהיילטן טוט וויי, איז איך וויל דיר ארויסברענגען א מחשבה אויף אביסל זיך צו שטארקן.

מיר גלייבן אלע אין קדושת ספר תורה, יעדע מאהל וואס מען נעמט ארויס א ספר תורה פון ארון הקודש, שטעלן מיר זיך אויף מיט כבוד, מיר גייען צו מיט הכנעה און מיר געבן עס א קיש מיט גרויס ליבשאפט, און מיר זענען מתפלל בשעת מעשה רבוש"ע העלף מיר אז איך זאל קענען מקיים זיין וואס שטייט דא אינעווייניג.

אבער לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט און געבן א טראכט, עס האט זיך ארום געדרייט א מגושם'דיגע בהמה אין גאס, געגעסן גראז געטרינקען וואסער, נישט געהאט קיין שום שייכות מיט עפעס העכער, ויהי היום עס איז געקומען זיין צייט, מען האט אים געשחט'ן פארקויפט זיין פלייש, און אידן זענען זיך מחיה מיט דעם.

אבער זיין הויט האט מען אפגעשינדט, מען האט עס גענומען אריינגעווארפן אין קאלך, עס ווייקט זיך דארט, עס געבט ארויס א שלעכטע שמעק, מען נעמט אים ארויס מען הענקט אים אויף צו טריקענען, קיינער וויל נישט שטיין דארטן לעבן אים וועגן די שלעכטע שמעק וואס ער געבט ארויס, ווען ער ווערט אויסגעטריקנט הייבט זיך אן די הארעוואניע, ווי מען קראצט עס און רייבט עס, און מען ארבעט עס אויס, ביז עס איז געווארן א ריין ציכטיגע שטיקל פארמעט, נאכדעם קומט דער סופר און ער שרייבט ארויף אויף דעם די אותיות התורה, און ווען ער ווערט פארענדיגט איז ער א הייליגע כשרע ספר תורה.

לענינינו, מיר זענען אלע לעבעדיגע ספר תורה'ס, מיר גייען ארום מען וויקט אונז אין זאכן וואס האבן א שלעכטע שמעק, אבער צוביסליך ווערן מיר אויסגעארבעט, דער אויבערשטער רייניגט אונז גוט אויס, אזוי ווי ר' עקיבא זאגט אונז, אף הקב"ה מטהר את ישראל, שנאמר מקוה ישראל ה', ווען מיר וועלן ארויפקומען אויף יענע וועלט, וועט דער אויבערשטער צו קומען צו אונז און אונז געבן א קיש ווייל מיר וועלן זיין א הייליגע ריינע אויסגעלייטערטע ספר תורה

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: און צום צווייטן מאל י"א אייר התש"פ 14:43 #266471

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

ס'איז שווער פאר מיך צוצוזעהן אזא מעמבער ווי דיר פאלן, נאכדערצו נאך אזא לאנגע צייט. איך האף אז דו וועסט זיך שנעל צוריקכאפן.
ה' זאל זיין מיט דיר.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: און צום צווייטן מאל י"א אייר התש"פ 16:49 #266476

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל
  • קאָרמא: 5

טייערע חיים חייקל!
קודם זאלסטו וויסן און געדענקן ביי דיר אז די ביסט נישט געפאלן, אפשר אראפגעפאלן אבער געפאלן ביסטו נישט, און די דארפסט בלייבן פעסט און שטארק פונקט ווי נעכטן ווען די ביסט געווען א 240 העלד,

יעצט צום ענין, 
פארשטייט זיך מיט א שטיקל משל,
די קעניג שטעלט ארויס אז קומענדיגע וואך ווער עס וועט זיין ביים קעניגס אוצר וועט קענען נעמען וואס ער וויל נאר, פארשטייט זיך אז דער גאנצער שטאט איז זיך צוזאמגעלאפן און ווער דארף דען נישט פון די טייערע אוצרות, און טאקע שוין עטליכע מייל אוועק איז געווען א שטארקע טרעפיק פונעם גאנצן עולם וואס שטראמט צום אוצרות המלך, אבער ווי נענטער מען איז געקומען האט מען אנגעהויבן צו זעהן ווי א שטיקל עולם הייבט זיך אן צוריק צודרייען, און מען זעהט טאקע ווי זיי לאכן אפ: נעהה לאזט ענק נישט פון די איינרעדעניש צוויי גאסן ארויף שטייט שוין סיינס אז עס איז נישט אמת סתם ארויסגעלאזט א שמועה און עס איז בלויז שטותים, און טאקע א חלק עולם האט זיך גלייך אויסגעדרייט פאר וואס זאל איז דארפן זיצן די פאר שעה אין טרעפיק און דערנאך געוואר ווערן אז נעכטן איז דער מענטש טאקע גערעכט געווען, א חלק עולם איז געווען אביסל קלוגער און געטראכט נע עס איז זיכער אינטערגעשטעלט און באמת איז נישטא די שילדן, און זיי זענען טאקע געזיצן פרישע שעות ארוכות אין טרעפיק און געהאפט אנצוקומען אין צייט צו די אוצרות המלך, און טאקע נאך די פילע שעות פון פארן און זיצן און ווארטן אנצוקומען זענען זיי אנגעקומען נענטער צו די גאסן ארום פון די אוצרות המלך האבן זיי מיט גרויס צער טאקע געזעהן די טאוולען אז עס איז נאר א שמועה, און מיט בושה און צער האבן זיי זיך אויסגעדרייט און צוריקגעפארן אהיים,
אבער! עס איז געווען קלוגערע פון דעם עולם און ]ארשטאנען אז די אוצרות קען נישט אריינעמען אזויפיל חברה פון די גאנצע לאנד סא דאס איז נאר א שפיצל אז דער עולם זאל זיך צוגיין אבער באמת אז מען וועט פארן ווייטער ווארט אפ פאר אונז דעם אוצר אליין, און טאקע די וועגן ווייטער זענען שוין געווען לייכטער צו פארן, טאקע אויך פיל אבער לייכטער, און מען האט זיך שוין אנגעהויבן צו דערנענטער צום הויעכפונקט, 
און טאקע דארט איז געשטאנען גרויסע פלעקאטען אז "איר זענט אנגעקומען צום אצר המלך פון אלע ערליי עסן און טרינקן און פארברענגען מיט מוזיק און טענץ פאר אומזיסט, און טאקע דארט איז געווען צוגעשטעלט ווי עס פאסט זיך טאקע כיד המלך, פון אלע מיני סארטען הנאות וואס א מענטש קען זיך נאר פארשטעלן צו באקומען איז דארט געווען צוגעשטעלט מיט א הרחבהאון עס האט זיך דארט געגאסן פון כל טוב וטוב, און טאקע איבעראל איז געווען אזוי מרומז אז געניסט דא פון די אוצרות המלך, פיהל אן אייער מאגן מיט די בעסטע עסן און טרינקן פון די אוצרות המלך וכדומה איז געווען אלעס אויף א ריכטיגע מעכטיגע קעניגליכע אטמארספערע, און טאקע דער עולם וואס איז געווען דארט פארזאמעלט האבן אפגעלאכט פון די נערנים וואס האבן זיך נעבעך צוריקגעדרייט און זיי האבן נעבעך נישט די זכי' צו געניסן פון די אוצרות המלך,
אבער דארט איז געווען נאך קלוגערע! 
זיי זענען טאקע געווען איבעראשט פון די רייכקייט און שיינקייט וואס מען קען דארט גענוסן, אבער זיי האבן געוויסט אז דאס איז נישט די ריכטיגע אמת דאס איז נישט די ריכטיגע אצרות המלך, ערגעץ דארף צו ליגן די באהאלטענע ריכטיגע סחורה,
ווי זיי האבן זיך נאר ארומגעדרייט האט מען פראבירט צו פארדרייען דעם ציבור מיט מעטנים און מעדנים און עס איז טאקע געלונגען היפש פון די קלוגערע צו פארדרייען דעם קאפ נישט צו גיין ווייטער, אבער דאך איז געווען קלוגערע וואס האבן זיך נישט געלאזט און ווייטער פראבירט צו גיין נענטער צו די היכל המלך אליין, אבער דארט איז שוין געשטאנען פאליציי וואס האבן בלאקירט צו גיין ווייטער און אנגעשריגן אז דא איז נישט ערלויבט צו גיין און מען קען שווער באשטראפט ווערן פארן גיין נאנט צום קעניגליכען פאלאץ,
עס איז טאקע געווען וואס האבן דארט אויפגעגעבן און זיך אויסגעדרייט, ווי געזאגט אז איך האב פראבירט מיינס און פון דא און ווייטער בין איך פטור, און לאמיר כאטש הנאה האבן פון די דרויסן און עפעס אריינכאפן נישט צו פארשפילן די מיט גארנישט,
אבער נאך קלוגערע זענען אויך געווען, און זיי האבן זיך נישט דערשראקן און מיט א שטארקייט זיך ווייטער דערנענטערט צום פאלאץ אליין, און דארט איז שוין געווען ערגער עס האט אפגעווארט שרעקעדיגע בעי חיים און גערויש ווי עס איז געווען א פחד נאר צו טראכו וויאזוי מען קען אדורך, און טאקע דא איז די מספר פון קלוגע עקשנים אויך געפאלן און די ליסטע צו גיין ווייטער און ווייטער איז ווי ביז אהער געפאלן, דא איז די געציילטע אויך געבליבן און פארמאכט די אויגן און אדורך געלאפן די שרעקעדיגע חלק און טאקע דארנאך האט מען שוין געזעהן אן אומשאצבארע ליכטיגקייט וואס ווארט אפ און ווי נענטער און נענטער מען איז געגאנגען איז די ריח געווארן בעסער און די פלאץ שענער און שענער, 
מער האט זיי נישט אויסגעפעהלט זיי האבן שוין געוויסט אז יא זיי זענען די גליקליכע וואס וועלן האבן די זכי' צו געניסן פון די ריכטיגע אוצרות המלך און זיי זענען אנגעקומען צום ריכטיגען ארט וואס די אלע הנאות און שטערינגען ביז אהער איז נאר א חלום קענען די רייכקייט און שיינקייט וואס זיי וועלן האבן די געלעגנהייט צו גענוסן,
דא האט זיי אבער אפגעווארט א זייער אומבאקוועמליכע זאך!
גייענדיג מיט זייער זיכערע טריט צום פאלאץ און ווערענדיג נענטער און נענטער צום ריכטיגן ארט וואס זיי האבן אוועקגעגעבן זייער גאנצע רואיגקייט און באקוועמקייט און פון אלעס פארקוקט נאר כדי דא אנצוקומען , און זיי האבן שוין טאקע געזעהן ווי נאך א שטיקל מהלך וועלן זיי שוין אנקומען צום עיקר ציל פון די ריכטיגע סחורה און דערמיט וועט שוין זיין אויסגעצאלט זייער פילע הארעוואניע וואס זיי האבן דא אריינגעלייגט אנצוקומען , איז זיי אקעגנגעקומען א מיליטערישע טרעקל מיט סאלדאטן און זיי אריינגעווארפן אינעם אינטערשטן חלק און גענומען צו פארן מיט א שנעלקייט און ביז אפאר מינוט האט מען זיי ארויסגעווארפן ווי זיי האבן זיך צוריק געטראפן צו ערשטען פלאץ פון ווי זיי זענען ארויסגעפארן נאך פאר אלע שוועריקייטן וואס זיי זענען דורך,
שווער אטעמענדיג פון די שווערע דורכגאנג וואס עס איז זיי יעצט אדורך ווי מען האט שוין די זכי' געהאט צו שטיין נאנט צו די אויסדערוועלטע פלאץ און שוין זעענדיג וואס עס ווארט דא אפ שטייט מען אויפן ערשטען פלאץ ווי מען זעהט נישט קיין שום זכר פון קיין הנאה און מען קען ניטאמאל חלום'ען וואס מען קען גענוסן ביי די לאנגע שטרעקע אראפ נאך די פילע גוטע און שלעכטע חלקים וואס פארשטערן די וועג,
איז דען איין הו"א אז יעצט וועלן זיי אויפגעבן???? 
טראכט דען איינער אז יעצט וועלן זיי שרייען אז עס איז גוט מיר האבן פראבירט מיט אלע אונזערע כוחות, אבער אז עס איז נישט באשערט צו האבן וועלן מיר דא בלייבן????
אוודאי אז מיט זייער לעצטע פארבליבענע כוחות וועלן זיי זיך נעמען לויפן אן קיין שום אפשטעל ביז צו פלאץ פון ווי מען האט זיי יעצט געברעגט!!!
מען וועט זיך נישט אפשטעלן נישט צו גוטסקייט נישט צו קיין שיינקייט נישט צו קיין שום הנאה ווייל זיי וועלן וויסן אז עס איז אלעס נאר הבל הבלים און עס איז דא דארט טאקע דארט פיל בעסער און שענער זאכן וואס זיי האבן שוין געזעהן און אביסל געשפירט!

טייערע חיים חייקל!
נאכדעם וואס די האסט שוין די זכי' געהאט צו ציילן "צוויי הונדערט און פערציג טעג" פון ריינקייט פון זיין הייליג און נענטער צום הייליגן באשעפער!
ווייסטו שוין פיהל בעסער פון די וואס האבן נאכנישט געהאט די זכי' אז דארט ליגט טאקע די אמת'ע גוטס און הנאה!
איי די ביסט אראפגעפאלן, איייי מען האט דיר אוועקגעשלעפט,
דאס מיינט נישט גארנישט, פארקערט דאס ווייסט נאך מער אז טאקע דאס איז די ריכטיגע פלאץ און זאך צו ווי און וואס מען דארף אנקומען,
חיים חייקל! מיט דיינע דערהויבענע טעג בלייבסטו, און די טעג גייט ווערן גערעכנט ביי דיר און ביים רבוש"ע ווי דערהויבענע טייערע טעג, 
נאר וואס דען די דארפט טאקע נאכאמאל אנהייבן צו ארבעטן צו ציילן, אבער די ווייסט שוין דעם וועג ווי די פלאץ איז און טאקע אזוי וועסטו קענען גרינגער און בעסער אנקומען אהין און טאקע זוכה זיין צו די אלע גוטס וואס ווארט אפ, ברוחניות ובגשמיות,
חיים חייקל חזק ואמץ,
איך שרייב די אלע ווערטער פאר דיר אבער באמת מיין איך מיך און אלע אויך אלע אנדערע וואס זענען ליידער באטראפן געווארן פון די וויירוס קאנצוקווענסן, אבער ברוך השם מיר אלע ציילן זיך צווישן די גאר קלוגע וואס ווערן נישט דערשראקן פון די אלע קאפ פארדרייענישן,
טאקע מען האט אונז פראבירט מיט די לעצטע כוחות אונז צו פארווארפן און מאכן אויפגעבן,
אבער ניין! מיר זענען קלוגער און שטערקער און טאקע יעצט ווען מיר האלטן שוין נאך ריינע טעג און מיר ווייסן שוין יא ווי גוט עס איז פאר אונז און אונזערע ארומיגע וועלן מיר נישט יעצט אויפגעבן נאר אדרבה מיר וועלן זיך נישט נאכאמאל לאזן און מיט אונזער עקספיריעטס אנקומען גאר ווייט, און צו די ריכטיגע הנאה מיט אונזער ארבעט און השי"ת כח,
הצלחה רבה
דיין חבר גדלי' 

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: און צום צווייטן מאל י"א אייר התש"פ 18:18 #266486

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

חיים חייקל איך ווייס דיר נישט וואס צו שרייבן...
נאכן זוך שטארקען 240 טעג.
אין ווי מ'האט מיט געהאלטן אביסל .
האסטו זיך אפאר מאל ממש געריסען מיט ייצר

זאל השם דיר געבען כח' אין מוח ווייטער אים צו דינען פינקט ווי פריער
אין גאר נישט ווערען געפאלן ביי זוך

שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: און צום צווייטן מאל י"א אייר התש"פ 23:27 #266494

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

לעצטענס איז ווייניגער אויסגעקומען זיך צו דרייען דא, און נאך ווייניגער צו קאמענטירן און שרייבן, אבער איך זעה אז דער עולם גייט אן מיט א פעסטקייט, און מען געבט נישט אויף, וואס דאס איז דער עיקר, און אז מען מיינט עס ערענסט העלפט דער אויבערשטער.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: און צום צווייטן מאל כ"א אייר התש"פ 09:51 #266681

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 829 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
  • קאָרמא: 15
א גוטן טייערע אידן.

איך זיץ מיר נעכטן אזוי, און סהייבט מיר אן אדורוך לויפן אין קאפ מיין לעצטע דרייסיג יאר, די זמנים פון אלץ קליין קינד, און אלץ עלטערע קינד, די זמנים פון אלץ יונגע בחור מיט יענע נסיונות, און אלץ עלטערע בחור מיט יענע נסיונות, און די תקופה פון שנה ראשונה, נאכדעם די תקופה פון די כולל יארן, און נאכדעם ווען איך בין ארויס צו די ארבעט, אוי סכאפט א פחד ווי אזוי כהאב אמאל אויסגעזעהן, כהאב מיר דערמאנט פון די זמנים וואס מיין ווייב פלעגט זיך אויסוויינען צו מיר, קוק וואס גייט פאר מיט דיר, נישט קיין שום טעם אין שבת, נישט קיין יו"ט, דיין אידישקייט איז אויסגעטריקנט, ליידיג! פיסט! אן קיין שום לחלוחית! אוי איך פלעג איר דעמאלטס אנקוקן מיט אזעלעכע רחמנותדיגע בליקן, אוי ווען דו וואלסט ווען געוויסט..... אוי און די זמנים וואס איך האב געפילט אז איך האלט שיוין ביי די מצב פון כל באיה לא ישובין. און נאכדען וואס די רבוש"ע ברוב רחמיו וחסדיו האט מיר צוביסלעך אויסגעשלעפט דערפון, און ער האט מיך אהערגעברענגט צו זיין מיט אזעלעכע טייערע לעכטיגע אידן.

פלוצלינג האב איך געפילט ווי מיין אויגן איז פיל מיט טרערן, אז ב"ה איך האב זוכה געווען אדורוך צו גיין א האלבע יאר ריין! ריין במחשבה! ריין בדיבור! ריין במעשה! ווס אין די פאגאנגנהייט האט מיין קאפ נישט געקענט טראכטן פון עפעס אנדערש חוץ פון שמוץ. סהאט זיך מיר אויסגעשריגן פון מיין מויל די ווערטער "על נסיך שבכל יום עמנו, ועל נפלאותיך, וטובותיך שבכל עת, ערב ובקר וצהרים. הטוב כי לא כלו רחמיך והמרחם כי לא תמו חסדיך כי מעולם קוינו לך.

און כהאב מיך געגעבן א שטעל אויף און זיך גענומען טאנצן מיט מיינע קינדער, הטוב הטוב הטוב, כי לא כלו רחמיך.....‎

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: כ"א אייר התש"פ 09:53 דורך חיים חייקל.

ענטפער: און צום צווייטן מאל כ"א אייר התש"פ 10:14 #266682

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

חייקל מיר האבן מיטגעוויינט אין די ערשטע האלב פאוסט.

און מיטגעטאנצן אין די צווייטע האלב.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: און צום צווייטן מאל כ"א אייר התש"פ 11:48 #266683

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
Wow wow wow
יא דאס איז די ווערטער וואס איך קען זאגן אויף דיין פאוסט.
און דער אויבערשטער זאל זיין מיט דיר, און דיר ווייטער העלפן.
אויב דו שפירסט זיך באקוועם קענסטו שרייבן וואס עס האט דיר געהאלפן, כדי אנדערע זאלן זיך קענען אפלערנען.
חזק ואמץ
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: און צום צווייטן מאל כ"א אייר התש"פ 12:56 #266684

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל
  • קאָרמא: 5

חיים חייקל מיר שטעלן זיך יעצט אויף מיטאנצן מיט דיר,
ב"ה אז מיר קענען זיך מטפרייען אויף שמחות

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: און צום צווייטן מאל כ"ד אייר התש"פ 12:42 #266709

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

זיץ איך מיר אזוי און איך ליין דיין פאוסט, איך לעב מיט די זמנים מיט דיר צוזאמען.
פלוצלינג פיל איך ווי מיינע אויגן ווערן פיל מיט טרערן, אזוי רחמנות'דיג.
צוביסלעך דערמאן איך מיך אבער וואו חייקל שטייט היינט אויף די וועלט, ארבעט אויף זיין ריינקייט און זיין רעקאווערי, און האלט ב"ה ביי צוויי ריינע וואכן.
און איך האב מיך געגעבן א שטעל אויף און גענומען טאנצן מיט חייקל אינאיינעם!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: און צום צווייטן מאל כ"ד אייר התש"פ 13:07 #266713

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 143
  • האט שוין געלייקט: 829 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
  • קאָרמא: 15

שכוח אוז"ע פאר דיין כסדרדיגע חיזוק, איך בין דיר באמת מכיר טובה, איך קוק זייער ארויף אויף דיר. זאל דיר די רבוש"ע געבן אסאך כח און סיעתא דישמיא אויף ווייטער.

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: און צום צווייטן מאל כ"ו אייר התש"פ 22:46 #266791

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

מזל טוב חייקל צו דיינע נייע 2 ריינע וואכן
איך פארשטיי אז עס איז מעט בכמות 
אבער יעדע מינוט איז א טייערע ווערדפולע שטיינדעלע
וואס כל חפציך לא ישוו בה

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: און צום צווייטן מאל כ"ז אייר התש"פ 11:41 #266816

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
Heiligertzadik געשריבן on כ"ו אייר התש"פ 22:46:

מזל טוב חייקל צו דיינע נייע 2 ריינע וואכן
איך פארשטיי אז עס איז מעט בכמות 
אבער יעדע מינוט איז א טייערע ווערדפולע שטיינדעלע
וואס כל חפציך לא ישוו בה


איך מעג מיך קריגן מיט דיר?
צוויי וואכן איז בכלל נישט מעט בכמות!
חייקל האט צוויי ריינע וואכן רב בכמות ורב באיכות!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: און צום צווייטן מאל כ"ז אייר התש"פ 11:59 #266820

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
ich vil zan ehrlich געשריבן on כ"ז אייר התש"פ 11:41:

Heiligertzadik געשריבן on כ"ו אייר התש"פ 22:46:

מזל טוב חייקל צו דיינע נייע 2 ריינע וואכן
איך פארשטיי אז עס איז מעט בכמות 
אבער יעדע מינוט איז א טייערע ווערדפולע שטיינדעלע
וואס כל חפציך לא ישוו בה


איך מעג מיך קריגן מיט דיר?
צוויי וואכן איז בכלל נישט מעט בכמות!
חייקל האט צוויי ריינע וואכן רב בכמות ורב באיכות!


איך האב ח"ו נישט געמיינט עס אוועק צו מאכן, נאר איך האב געמיינט א קעגן די ריינע טעג וואס ער האט געהאט פון פריער. אבער ייש"כ פאר מיר אויסקלארן

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 1.62 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא