ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: אוי ס'בושות...! 163 באזוכער

אוי ס'בושות...! כ' אייר התש"פ 06:04 #266643

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

ער האט געוואוסט אז עס איז נישט נארמאל. די פארגאנגענע פאר יאר, האט ער א גאנצע צייט פרובירט אריינצודרינגען אין די טיפענישן פונעם ברייטן געוועב, אבער אלע זיינע פרובען האבן זיך אויסגעלאזט פרוכטלאז.

"נאך א מזל" פלעגט ער קלערן צו זיך, ווען ער איז געווען א אינגע ישיבה בחור, דרוקענדיג די קיעבאורד קנעפלעך אין א שכיינות'דיגען קיאסק, "איך בין למעשה צופרידן אז זייער פילטער איז שטערקער פון מיר".

"ברוך ה', ס'איז פארשלאסן שטארק", האט ער געטראכט דורכאויס דעם ערשטן זמן אוועק פונדערהיים, ער האט געקליקט דעם מייזל צוועקלאז, בשעת דער פילטער איז ארויף געקומען אנשטאט זיין סיערטש ריזאלט.

"שכויח אויבישטער פארן מיך אפהיטען פון מיר אליין" האט ער געמורמעלט אלץ פרישע כולל אינגערמאן, קלאפענדיג אויפן קאמפיוטער אויפן דעסק אינעם כולל אפיס.

ווען ער האט אנגענומען זיין ערשטן דזשאב אין דער 'ריעל וואורלד' האט בערי נישט געקענט זיך צוריק האלטן פון פרובירן נאך איין מאל. ער האט באקומען אן ארבעט אין דער אדמיניסטראטאר אפיס פון א גרויסע קהילה. דער קאמפיוטער אויף וואס ער האט געארבעט האט נאר געהאט עקסעס צו אימעיל, און דאס איבעריגע פארשפארט, אבער אין די זייט איז געשטאנען א לעפטאפ אויף א קליין טישל, ס'איז אייביג געווען אנגעצינדען, כאטש ס'איז קיינמאל נישט באנוצט געווארן, און קיינער האט קיינמאל געקוקט אויף זיין זייט.

"פארוואס ליגט דער לעפטאפ דא סתם אויפצונעמען פלאץ אהן קיין שום סיבה" האט בערי איין טאג געפרעגט דעם אדמיניסטראטאר, מיט א קול וואס ער האט געהאפט הערט זיך אומאינטערעסירט, "די גאנצע וואס עס טוט אז ס'פלעשט די טעגליכע זמנים, ס'פגע'ט שוין אביסל".

דער אדמיניסטראטאר, מיטן טעלעפאון אויף זיין אויער, האט געגעבן א מאך מיט זיין האנט, בשעת ער טענה'ט זיך מיט א פאר'עקשן'טע חבר הקהילה איבער מעמבערשיפ. בערי האט נישט געדרוקט נאר אויסגעווארט דעם ריכטיגען מינוט.

איין פארנומענע דאנערשטאג אווענט האט זיך בערי'ס געדולד אויסגעצאלט. דער אפיס איז געווען ליידיג, זיינע קאלעגעס זענען אלע געווען אונטן אין ביהמ"ד און אויסגעהערט א דרשה פון א באקאנטע בעל דרשן.

"קומסט בערי?" האט משה געפרעגט שטייענדיג ביים טיר, "גארנישט וועט געשען אויב דו נעמסט א האלבע שעה ריסעס, דו ווילסט נישט פארפאסן אזא דרשה!"

אבער בערי האט נאר צוגעשאקעלט מיטן קאפ, אונטער מורמעלנדיג עפעס איבער צוריק געשטאנען מיט זיין ארבערט און דעדליינס וואס דארף נאך פארטיג זיין בעפאר שבת. ער האט פארשלאסן דער טיר, הערנדיג א בארואיגענדע קליק און צוגעלאפן צו דער לעפטאפ.

בערי האט זיך גענומען אינסטינקטיוו טייפען און קליקען וואו אימער, אבער ער האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, ער איז געווען ביידע, דערשראקן אבער פאר'עקשן'ט מיט וואס ער האט געטוען.

"בערי" האט איינער גערופן פון די אנדערע זייט טיר, "בערי עפן אויף".

משה האט זיך געהערט נערוועז און סטרעסד, אבער בערי האט נישט גענומען די מי איהם צו ענטפערן, ער איז געווען צו פארנומען.

"וואס טוסטו?" האט משה געשריגן שאקעלענדיג און דרייענדיג דעם טיר הענטל האסטיג, "בערי עפן די טיר".

אבער בערי איז נישט אנגעגאנגען, 'משה וועט ווארטן' האט ער געקלערט, ווען זיינע אויגן איז צוגעשמידט צום טאנצענדיגע סקרין.

"סטאפ!" ס'האט זיך געהערט ווי משה גייט וויינען, ער האט געזעצט אויפן טיר מיט ביידע פויסטן, "בערי, סטאפ וואס דו טוסט, און עפן אויף, וואס אין דער וועלט למען השם גייט פאר דארט?"

זיינע שרעקליכע געשרייען און שטויסן אויף די טיר האט ענדליך אויפגעטוען, און בערי האט געגעבן א דריי זיין אפיס בענקל צום טיר און אויפגעפראלט.

"זאלסט בעסער האבן א גוטע תירוץ", האט ער געווארנט משה.

משה האט נישט גענטפערט. ער איז צוגעלאפן צו דער לעפטאפ, און געגעבן א קלאפ אויפן פאוער באטאן, דער סקרין איז געווארן שווארץ. בערי  האט געקוקט אויף דעם בלאסן משה מיט ברייט צועפנטע אויגן, זיין הארץ איז געשפרינגען, און זיין מוח האט אנגעהויבן צוזאם שטעלן שטיקלעך.

"די סקרין" האט משה זיך געשטיקט, "אין ביהמ"ד".

בערי האט אנגעהויבן שווינדלען, "ד..דו.. מ..מיי..מיינסט צו זאגן די זמנים? די סקרין וואס ווייזט די טעגליכע זמנים איז לינקד... צ..צו ד..דע..דעם לעפטאפ?"

משה האט איהם נישט געקענט קוקן בערי אין פנים. ער איז ארויס פון אפיס, מורמעלענדיג, "איך מוז צוריק זיין אין ביהמ"ד, דער גאנצע פלאץ איז אין טאטאל כאאס, אלעס וואס דו האסט געקוקט איז געווארן לייוו געבראוקעסט אויפן זמנים סקרין פונקט הונטערן רעדנער"

אן אויפשוידערנדע געשעעניש וואס האט קיינמאל פאסירט... דערווייל.

אבער לאחר מאה ועשרים וועט עס געשעהן. נישט נאר צו בערי נאר צו יעדער איינער פון אונז.

יעדע זאך וואס מיר זאגן, טוען, טראכטן און זעהן וועט ווערן 'לייוו בראודקעסטעט', יעצט קען מען נאך אויפסעטן דעם פראגראם.

וכל מעשיך בספר נכתבים.

ענטפער: אוי ס'בושות...! כ' אייר התש"פ 13:11 #266659

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: אוי ס'בושות...! כ"א אייר התש"פ 13:59 #266687

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל
  • קאָרמא: 5

פיין איז דאס א גוטע מעשה!
איך האב געדארפט ארויסנעמען מיין של ראש שפיגל, און געבן א בליק אריין דערין אויף בערי,
און געגעבן א פרעג בערי?! וואלסט עס נאכאמאל געטון???

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: אוי ס'בושות...! כ"א אייר התש"פ 15:26 #266689

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 87 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 117
  • האט שוין געלייקט: 75 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל
  • קאָרמא: 12

זייער שיין און גוט געשריבן שלום!
גוט אראפ-געלייגט מציאות הדברים!

פארלירן דאס געדולד,
איז פארלירן די מלחמה!

ענטפער: אוי ס'בושות...! כ"ג אייר התש"פ 08:46 #266693

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12
Friend, ייש"כ פארן צוווייזען.

איך האב עס נישט געזעהן בעפאר, ווען יא וואלט איך עס לכאו' נישט געפאוסט אבער דאפעלט איז שטערקער.
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.64 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא