ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: דעילי ריפלעקשן אין אידיש 280 באזוכער

דעילי ריפלעקשן אין אידיש כ"ו אייר התש"פ 09:49 #266754

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 292 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
  • קאָרמא: 13

טייערע חברים, 
איינע פין די זאכן וואס איך פראביר צו ליינען אין מיין ריקאווערי איז די ביכל דעילי ריפלעקשן.
עס איז געשריבן געווארן דורך סתם מענטשן אין עי עי פאר אלקאהאליקס אין עס איז אויסגעשטעלט אויף יעדן טאג פינעם יאר.
איך וועל פראבירן איבערצוטייטשן ווען איך האב א געלענגענהייט. קיין גרויסע שרייבער בינעך נישט אבער איך וועל פראבירן וואס איך קען, אין די באשעפער זאל זיין מיט מיר.

איך בין נישט קיין סאושעל ווארקער אדער א רב, איך בין א סעקס עדיקט וואס איך קען שעירן מיין אייגענע עקספיריענס. 

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש כ"ו אייר התש"פ 09:53 #266755

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 292 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
  • קאָרמא: 13

מאי 20
איין טאג אויף אמאל. 

מער ווי אלעס, נעם איין טאג אויף אמאל.

פארוואס נער איך מיר אז איך מוז אוועק שטיין פין נעמען א טרינק פאר נאר איין טאג, ווען איך ווייס זייער גוט אז איך טאר דאס קיינמאל טוען ווי לאנג איך לעב?

איך נער מיך נישט, וויבאלד איין טאג אויף אמאל איז לכאורה די איינציגסטע וועג אז איך זאל דעגרייכן א לאנגע צייט סוברייעטי. אויב איך בין מחליט אז איך וועל קיינמאל נישט טרינקן ווי לאנג איך לעב, שטעל איך מיר אוועק פאר א פאל.

וויאזוי ווייס איך אז איך וועל קיינמאל טרינקן ווען איך ווייס נישט וואס די עתיד וועט ברענגן? מיט די איין-טאג-אויפאמאל מהלך בין איך פארזיכערט אז איך קען אוועק שטיין פין א טרינק פאר איין טאג, אזוי שטעל איך מיר אוועק מיט פארזיכערונג.

ביי די ענדע פין די טאג האב איך די באלוינג פין דערגרייכונג, אין צו דעגרייכן פילט זייער גוט אין דאס מאכט מיר וועלן האבן מער.

איך בין נישט קיין סאושעל ווארקער אדער א רב, איך בין א סעקס עדיקט וואס איך קען שעירן מיין אייגענע עקספיריענס. 

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש כ"ו אייר התש"פ 10:09 #266758

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

ייש"כ, ס'איז א שטארקע געדאנק.
איך האב עס יעצט געדאונלאוד אין PDF, עס זעהט אויס זייער אינטערעסאנט.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש כ"ו אייר התש"פ 20:28 #266785

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 698 טעג
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 1341
  • האט שוין געלייקט: 2028 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1972 מאל
  • קאָרמא: 11
פראביר נאכאמאל געשריבן on כ"ו אייר התש"פ 09:53:

מאי 20
איין טאג אויף אמאל. 

מער ווי אלעס, נעם איין טאג אויף אמאל.

פארוואס נער איך מיר אז איך מוז אוועק שטיין פין נעמען א טרינק פאר נאר איין טאג, ווען איך ווייס זייער גוט אז איך טאר דאס קיינמאל טוען ווי לאנג איך לעב?

איך נער מיך נישט, וויבאלד איין טאג אויף אמאל איז לכאורה די איינציגסטע וועג אז איך זאל דעגרייכן א לאנגע צייט סוברייעטי. אויב איך בין מחליט אז איך וועל קיינמאל נישט טרינקן ווי לאנג איך לעב, שטעל איך מיר אוועק פאר א פאל.

וויאזוי ווייס איך אז איך וועל קיינמאל טרינקן ווען איך ווייס נישט וואס די עתיד וועט ברענגן? מיט די איין-טאג-אויפאמאל מהלך בין איך פארזיכערט אז איך קען אוועק שטיין פין א טרינק פאר איין טאג, אזוי שטעל איך מיר אוועק מיט פארזיכערונג.

ביי די ענדע פין די טאג האב איך די באלוינג פין דערגרייכונג, אין צו דעגרייכן פילט זייער גוט אין דאס מאכט מיר וועלן האבן מער.


שכח!
גוטע עצה דאס,

מיר ליינען עס כסדר ביי די מיטינגס אלץ א רידינג און ס׳איז זייער פאוערפול!

פון עס עי איז אויך דא א דעילי רידינג וואס הייסט רעפלעקשן אף האופ, מעגליך אז דאס קענסטו אויך איבער טייטשן?

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע
בעבר מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש כ"ז אייר התש"פ 09:01 #266808

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 292 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
  • קאָרמא: 13

מאי 21
א רשימה פין ברכות 

איין עקסערסייז וואס איך טוה כסדר איך פראביר צו אויסרעכענען אלע חסדים ורחמים.

אויף וואס האב איך צו זיין דאנקבאר פאר? איך מאך מיר שטיל אין רעכען אויס אלע חסדים וואס איך בין בכלל נישט אחראי אויף דעם, אנגעהויבן פין ווערן געבוירן מיט א קלארע מח מיט א גוף, איך בין אריבער 74 יאר פין לעבן ביז די יעצטיגע מינוט, די רשימה איז געווען צוויי בלעטער אין עס האט גענומען צוויי שעה צו ענדיגן, איך האב אריינגערעכנט געזונט, משפחה, פרנסה, עי עי, די גאנצע שפיל.

יעדן טאג אין מיינע תפילות בעט איך גאט, אז ער זאל מיר העלפן געדענקן מיין רשימה, אין צו זיין דאנקבאר פאר דעם במשך'ן טאג.

ווען איך געדענק מיין חסדים ליסט, איז זייער שווער צו גלייבן אז גאט טוט שלעכטס צו מיר

איך בין נישט קיין סאושעל ווארקער אדער א רב, איך בין א סעקס עדיקט וואס איך קען שעירן מיין אייגענע עקספיריענס. 

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש כ"ח אייר התש"פ 10:53 #266847

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 292 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
  • קאָרמא: 13

מאי 22
די ערשטע סטעפּ

מיר.  .  .  (דאס ערשטע ווארט פין די ערשטן סטעפּ)

ווען איך האב געטרונקען, אלץ וואס איך האב געקענט טראכטן איז וועגן "איך, איך, איך," אדער "מיך, מיך, מיך."  אזא ווייטאג'דיגע אבסעסיע פון זיך, אזא נפשיות'דיגע קרענק, אזא רוחניות עגאיזם האט מיר פארבונדן צו די פלעשל וויין פאר מער ווי האלב מיין לעבן.

די נסיעה צו געפינען גאט און צו טוען זיין ווילן -איין טאג אויף אמאל- האט זיך אנגעהויבן מיט דער ערשטער ווארט פון דער ערשטער סטעפּ… "מיר."  זיך כולל זיין מיט אנדערע, דארט ליגט די מאכט, דארט איז די שטארקייט, דארט איז די פארזיכערקייט, און פאר א אלקהאליק ווי מיר, דארט איז מיין לעבן,

אויב איך וואלט פראבירט צו ריקאווערן אליין וואלט איך מסתם געשטארבן. מיט גאט און אנדערע אלקאהאליקער האב איך היינט א געטליכן ציל אין מיין לעבן...

איך בין געווארן א צינור פאר גאט'ס היילונג מיט ליבשאפט

איך בין נישט קיין סאושעל ווארקער אדער א רב, איך בין א סעקס עדיקט וואס איך קען שעירן מיין אייגענע עקספיריענס. 

לעצט פארראכטן: כ"ח אייר התש"פ 10:57 דורך פראביר נאכאמאל.

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש כ"ח אייר התש"פ 11:02 #266849

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 566 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל
  • קאָרמא: 19

זייער שטארק!

שכח פראביר נאכאמאל פארן ברענגן די שטיקלעך יעדן טאג it's greatly appreciated 

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש כ"ח אייר התש"פ 11:03 #266850

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
שלום גאנץ געשריבן on כ"ח אייר התש"פ 11:02:

זייער שטארק!

שכח פראביר נאכאמאל פארן ברענגן די שטיקלעך יעדן טאג it's greatly appreciated


גא"מ, קיפ איט אפ.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש כ"ח אייר התש"פ 11:59 #266851

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל
  • קאָרמא: 5

א דאנק פראביר נאכאמאל,
עס איז ווי פרישע געז צו די שווערע לאסט אויטא

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש כ"ח אייר התש"פ 12:45 #266853

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

שכח פראביר נאכאמאל.
איך רילעיט אזוי שטארק צו די היינטיגע שטיקל, סיי די פארדעם ווען אלעס איז געווען "איך" און סיי די נאכדעם ווען איך בין שוין ב"ה able צו זעהן נאך זאכן אויסער "מיך", אלעס נאר דורכן זיך פארשטיין מיט אנדערע אין א common problem.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש כ"ט אייר התש"פ 23:32 #266861

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 292 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
  • קאָרמא: 13
מאי 23
רחניות געזינט


קודם דארפן מיר בייקומען די רחניות'דיגע קראנקייט אין דערנאך פארגלייכן מיר זיך פיזיש אין גייסטיש. 

עס איז זייער שווער פאר מיר משלים צו זיין מיט מיין רחניות'דיגע קרענק וועגן מיין גרויסע גאוה, וואס באהאלט זיך אונטער מיין גשמיות'דיגע הצלחות אין אינטערליגענטע חכמה, חכמה מיט ענוה גייען נישט צוזאמען, נאר בתנאי אז איך לייג ענוה קודם. 

צו זיכן איינדערקענונג אין רייכטום איז די מטרה פאר אסאך מענשטן אין די מאדערענע וועלט, אבער צו זיין אין אויסקוקן בעסער וואס איך בין עכט, איז א רחניות'דיגע קרענק. 

צו איינדערקענען אין מודה זיין אויף מיינע שוואכקייטן איז די אנהייב פין א גוטע רחניות'דיגע היילונג, עס איז א סימן אויף א רחניות'דיגע היילונג צו קענען בעטן גאט יעדן טאג ער זאל מיר לעכטיג מאכן, צו קענען איינדערקענען זיין רצון, אין צו האבן די כח עס צו אויספירן. 

מיין רחניות'דיגע היילונג איז אויסגעצייכענט ווען איך באמערק אז די בעסער איך ווער, די מער איינדערקען איך וויפיל הילף איך דארף פין אנדערע. 

איך בין נישט קיין סאושעל ווארקער אדער א רב, איך בין א סעקס עדיקט וואס איך קען שעירן מיין אייגענע עקספיריענס. 

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש א' סיון התש"פ 12:32 #266866

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

מאי 24 מה הוא אומר ???

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש א' סיון התש"פ 13:16 #266867

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 292 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
  • קאָרמא: 13

מאי 24
פרייליך, צופרידן אין באפרייט. 

מיר זענען זעכער אז גאט וויל מיר זאל זיין פרייליך, צופרידן אין באפרייט, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז די לעבן איז סך הכול א פלייץ פין טרערן, חאטש וואס גנוי דאס איז געווען פאר אסאך פין אונז, אבער עס איז קלאר אז מיר האבן אליין אנגעמאכט אונזערע צרות, גאט האט דאס נישט געטוען,

פאר יארן האב איך געגלייבט אין א גאט וואס שטראפט נאר, אין אים געבלעימט אין אלע מיינע צרות, איך האב זיך אויסגעלערנט אז איך מוז אראפ לייגן די "געווער" פין זיך, כדי צו קענען אויפהייבן די "כלים" פין די עי עי פראגראם, איך מוטשע מיך נישט מיט די פראגראם, וויבאלד עס איז א מתנה, איך האב מיר קיינמאל זיך געמוטשעט מיט א מתנה, עס איז נאר וויבאלד איך האלט נאך אן מיינע אלטע שיטות אין געדאנקן, אין… "די ריזאלטאטן זענען ניל"

איך בין נישט קיין סאושעל ווארקער אדער א רב, איך בין א סעקס עדיקט וואס איך קען שעירן מיין אייגענע עקספיריענס. 

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש א' סיון התש"פ 15:25 #266869

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 698 טעג
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 1341
  • האט שוין געלייקט: 2028 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1972 מאל
  • קאָרמא: 11
פראביר נאכאמאל געשריבן on א' סיון התש"פ 13:16:

מאי 24
פרייליך, צופרידן אין באפרייט. 

מיר זענען זעכער אז גאט וויל מיר זאל זיין פרייליך, צופרידן אין באפרייט, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז די לעבן איז סך הכול א פלייץ פין טרערן, חאטש וואס גנוי דאס איז געווען פאר אסאך פין אונז, אבער עס איז קלאר אז מיר האבן אליין אנגעמאכט אונזערע צרות, גאט האט דאס נישט געטוען,

פאר יארן האב איך געגלייבט אין א גאט וואס שטראפט נאר, אין אים געבלעימט אין אלע מיינע צרות, איך האב זיך אויסגעלערנט אז איך מוז אראפ לייגן די "געווער" פין זיך, כדי צו קענען אויפהייבן די "כלים" פין די עי עי פראגראם, איך מוטשע מיך נישט מיט די פראגראם, וויבאלד עס איז א מתנה, איך האב מיר קיינמאל זיך געמוטשעט מיט א מתנה, עס איז נאר וויבאלד איך האלט נאך אן מיינע אלטע שיטות אין געדאנקן, אין… "די ריזאלטאטן זענען ניל"


וואה!! זייער זייער פאורפול היינט. עס שרייבט ממש מיך אראפ אינגאנצן!

שכח דיר

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע
בעבר מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש ב' סיון התש"פ 12:11 #266883

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 292 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
  • קאָרמא: 13

מאי 25
דאנקבארקייט דארף גיין אויף פאראויס, ענדערש ווי אויף צוריק. 

איך בין זייער דאנקבאר אז מיין כח העליון האט מיר געגעבן א צווייטע טשאנס פאר א ווערדפולע לעבן, דורך עי עי בין איך צוריק געווארן נארמאל, די הבטחות ווערן מקיום אין מיין לעבן, איך בין דאנקבאר צו זיין פריי פין די קנעכטשאפט צו אלקהאל, איך בין דאנקבאר פאר די שלות הנפש אין די געלעגענהייט צו וואקסן, אבער מיין דאנקבארקייט מוז גיין פאראויס אין נישט אויף צוריק.

איך קען נישט בליין סאובער פין די נעכטיגע מיטונג, פין די פארגאנגענע 12 סטעפ קאלל, איך דארף לייגן מיינע דאנקבארקייט אויף למעשה היינט.

בילל ווילסאן האט געזאגט אז אונזער דאנקבארקייט קען די בעסטע ווערן אנגעוויזן דורך טראגן די מעסעטש ווייטער צו אנדערע.

אן טוען עפעס למעשה, איז מיין דאנקבארקייט נאר א געשמאקע פילינג. איך דארף עס אריינלייגן למעשה דורך ארבעטן די 12 סטעפס, דורך איבערגעבן די מעסעטש, אין חזר'ן די כללים אין אלע מיינע ענינים.

איך בין דאנקבאר צו האבן די געלעגענהייט צו קענען טראגן ווייטער די מעסעטש

איך בין נישט קיין סאושעל ווארקער אדער א רב, איך בין א סעקס עדיקט וואס איך קען שעירן מיין אייגענע עקספיריענס. 

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש ב' סיון התש"פ 12:41 #266886

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 566 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל
  • קאָרמא: 19

שכח!

איך הנאה פון יעדע שטיקל עקסטער

keep it up

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש ב' סיון התש"פ 13:03 #266888

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 292 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
  • קאָרמא: 13

פאר מיר איז די היינטיגע דעילי ריפלעקשן זייער זייער וויכטיג, יעדן טאג איז עס גוט אבער היינט ספעציעל. 
איך בין געווען כמעט פיר יאר אויף הד"א, איך האב מיר געשריבן פריוואט מיט מעמבערס, אבער עס האט גארנישט געטוען מיט מיר, געפאלן אין זיך מחזק געווען, וחוזר חלילה, אין די סיבה איז זייער פשוט, וויבאלט די חיזוק וואס איך האב דא באקומען איז געווען סך הכל א "געשמאקע פילינג "
איך האב אלעמאל געזיכט א שנעלע גוטע פילינג מיך ארויס צו זעהן מיט מיינע פראבלעמען, רוב מאל איז עס געווען לאסט, אין ווען לאסט האט מיר צובראכן בין איך ארויפגעקומען דא כאפן א שנעלע חיזוק געפיל. אין די באן איז געפארן ווייטער.
חיזוק מיט שיינע מאמרים אין משלים האט גארנישט געטוען מיט מיר, איך האב אפשר געקענט דא דארט אראפ לאזן א טרער, זיך קלומפערשט מחזק געווען, אבער א מכה בדופן, צוריק צום אלטן. 
זאכן האבן זיך אנגעהויבן צו טוישן, ווען איך האב אנגעהויבן טוען למעשה, גיין צו מיטונגס, ארבעטן סטעפס, דאמאלץ האב איך שוין נישט געדארפט קיין חיזוק, ס'האט שוין נישט אויסגעפעלט משלים ומליצים.
איך מוז כסדר געדענקן אז איך מוז יעדן טאג טוען עפעס למעשה צו בלייבן סואבער.

איך בין נישט קיין סאושעל ווארקער אדער א רב, איך בין א סעקס עדיקט וואס איך קען שעירן מיין אייגענע עקספיריענס. 

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש ב' סיון התש"פ 16:14 #266895

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 698 טעג
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 1341
  • האט שוין געלייקט: 2028 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1972 מאל
  • קאָרמא: 11
פראביר נאכאמאל געשריבן on ב' סיון התש"פ 13:03:

פאר מיר איז די היינטיגע דעילי ריפלעקשן זייער זייער וויכטיג, יעדן טאג איז עס גוט אבער היינט ספעציעל. 
איך בין געווען כמעט פיר יאר אויף הד"א, איך האב מיר געשריבן פריוואט מיט מעמבערס, אבער עס האט גארנישט געטוען מיט מיר, געפאלן אין זיך מחזק געווען, וחוזר חלילה, אין די סיבה איז זייער פשוט, וויבאלט די חיזוק וואס איך האב דא באקומען איז געווען סך הכל א "געשמאקע פילינג "
איך האב אלעמאל געזיכט א שנעלע גוטע פילינג מיך ארויס צו זעהן מיט מיינע פראבלעמען, רוב מאל איז עס געווען לאסט, אין ווען לאסט האט מיר צובראכן בין איך ארויפגעקומען דא כאפן א שנעלע חיזוק געפיל. אין די באן איז געפארן ווייטער.
חיזוק מיט שיינע מאמרים אין משלים האט גארנישט געטוען מיט מיר, איך האב אפשר געקענט דא דארט אראפ לאזן א טרער, זיך קלומפערשט מחזק געווען, אבער א מכה בדופן, צוריק צום אלטן. 
זאכן האבן זיך אנגעהויבן צו טוישן, ווען איך האב אנגעהויבן טוען למעשה, גיין צו מיטונגס, ארבעטן סטעפס, דאמאלץ האב איך שוין נישט געדארפט קיין חיזוק, ס'האט שוין נישט אויסגעפעלט משלים ומליצים.
איך מוז כסדר געדענקן אז איך מוז יעדן טאג טוען עפעס למעשה צו בלייבן סואבער.


אוי ווי שיין געזאגט!

מיין חיזוק איז ווען איך לייג מיך שלאפן באנאכט סאבער.

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע
בעבר מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש ג' סיון התש"פ 10:55 #266914

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 292 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
  • קאָרמא: 13

מאי 26
איבערדרייען נעגעטיוו צו פאזיטיוו 

אונזער רחניות אין עמאשענעל שטייגן אין עי עי ווענד זיך נישט אזוי שטארק אין סוקסעס, נאר אין דורכפעלער אין גליטשעס, אויב די וועסט דאס געדענקן מיין איך אז דיין דורכפאל וועט דיך געבן א שטויס אויף ארויף, אנשטאט אראפ.

בילל געט דא א קלארע מעסעטש, א רילעפס קען ברענגן א פאזיטיוו עקספיריענס צו זיך צוריקהאלטן אין א לעבן פין ריקאווערי.

א רילעפס ברענגט ארויס די אמת וואס מיר הערן כסדר ביי די מיטינגס, "נעם נישט די ערשטע טרינק", עס פארשטערקערט די גלייבונג אז מיר האבן א געזונהייט קרענק וואס ווערט נאר ערגער, אין עס ברענגט ארויס די נויט, אין די שיינקייט פין ענוה אין אונזער רחניות'דיגע פראגרעם.

פשוטע אמת קומט צו מיר דורך קאמפלעצירטע וועגן ווען איך ווער געטריבן דורך איגאו

איך בין נישט קיין סאושעל ווארקער אדער א רב, איך בין א סעקס עדיקט וואס איך קען שעירן מיין אייגענע עקספיריענס. 

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש ד' סיון התש"פ 09:12 #266945

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 292 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
  • קאָרמא: 13

מאי 27 
נישט קיין שולד 

טאג צו טאג פראבירן מיר זיך צו רוקן נענטער צו גאט'ס שלימות, אזוי דארפן מיר נישט זיין אנגעפילט מיט שולד אין גולט

ווען איך האב די ערשטע מאל באמערקט אז עס איז נישט דא קיין איין "טוה נישט" אין די 12 סטעפס פין עי עי, בין איך געווען צושטערט, וויבאלד דאס האט ברייט געעפענט א ריזן טויער, נאר דעמאלץ האב איך געקענט איינדערקענען וואס עי עי איז פאר מיר,

עי עי איז נישט א פראגרעם פין "לא תעשה" נאר פין "עשה"
עי עי איז נישט מארשעל געזעץ, נאר עס איז פרייהייט. 
עי עי איז נישט טרערן איבער חסרונות, נאר איבער שווייס זיי צו פארעכטען. 
עי עי איז נישט קיין שטראף, נאר א ישועה.
עי עי איז נישט "וויי צו מיר" אויף מיינע זינד, פין די פארגאנגענהייט אין פין יעצט,
עי עי איז "געלויבט גאט" פאר מיינע פארשריט וואס איך טוה היינט.

איך בין נישט קיין סאושעל ווארקער אדער א רב, איך בין א סעקס עדיקט וואס איך קען שעירן מיין אייגענע עקספיריענס. 

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש ד' סיון התש"פ 12:26 #266952

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 566 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל
  • קאָרמא: 19

זייער זייער שטארק

איז דא ערגעץ ווי מקען באקומען די בוך?

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש ד' סיון התש"פ 14:18 #266954

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
שלום גאנץ געשריבן on ד' סיון התש"פ 12:26:

זייער זייער שטארק

איז דא ערגעץ ווי מקען באקומען די בוך?

אטעטשמענטס:
איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש ד' סיון התש"פ 14:21 #266955

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 252
  • האט שוין געלייקט: 566 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל
  • קאָרמא: 19
אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  
לעצט פארראכטן: ד' סיון התש"פ 14:22 דורך שלום גאנץ.

ענטפער: דעילי ריפלעקשן אין אידיש ה' סיון התש"פ 12:22 #266965

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 292 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
  • קאָרמא: 13

מאי 28
גלייכע רעכטן 

עי עי געט מיר א גענצליכן פרייהייט אין מיר אנגענומען אין די חבורה פאר מיך אליין, מידגלידערשאפט איז נישט געוואנדן אין קלוגשאפט, געלט הצלחות, אדער חינוך, אין איך בין זייער דאנקבאר פאר דעם. איך פרעג מיר אפט אויב איך פארברייטער די זעלבע ישרות צו אנדערע אדער איך האלט זיי צוריק די פרייהייט צו זיין אנדערש.

היינט פראביר איך צו טוישן מיין מורא אין חוסר סבלנות מיט אמונה, געדולט, ליבשאפט אין אנעמענקייט.

איך קען ברענגן די שטארקייט צו מיין עי עי גרופ, מיין היים, אין מיין ארבעט פלאץ. איך שטרענג מיך אן צו ברענגן מיין פאזיטיווע צוגאנג אומעטום ווי איך גיי.

איך האב נישט די רעכט אדער די אחריות צו דן זיין אנדערע, געוואנדן אויף מיין צוגאנג קען איך זעהן נייע חברים אין עי עי, משפחה מיטגלידער, אין חברים אלץ שלעכטע מענטשן אדער אלץ מורה דרך'ס.

ווען איך טראכט צוריק פין א חלק פין מיין אמאליגע דן זיין, בין איך יעצט קלאר אז מיין אייגענע-גאוה האט גורם מיין רחניות'דיגע שאדן

איך בין נישט קיין סאושעל ווארקער אדער א רב, איך בין א סעקס עדיקט וואס איך קען שעירן מיין אייגענע עקספיריענס. 

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 1.99 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא