ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: מה שפגמתי בספירה.... יסוד שביסוד 146 באזוכער

מה שפגמתי בספירה.... יסוד שביסוד כ"ו אייר התש"פ 15:34 #266765

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 11 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 2
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 2

טייערע חברים. איך בין נאך היבש ניי דא און פרעמד צו אלע צענדליגע אפשענס. און פאר איך ברענג ארויף די ערשטע מאל א טעמע וואלט איך געוואלט קודם זיך אביסל מער אויסקענען מיט די גאנצע הלוך ילך אויף דעם הייליגען סייט, אבער דאך דעם היינטיגן טאג קען איך נישט דורך לאזן מיט גארנישט ע"כ זעמיר אריינגשפרינגען אין די זאך. ויה"ר שחפץ ה' בידינו יצליח.
אלזא היינט ציילן מיר אחד וארבעים יום לעומר. און מ'האמיר געזאגט נעכטן אין די תפילה נאך ספירה די מורא'דיגע ווערטעריתוקן מה שפגמתי בספירה יסוד שביסוד אוי מיט וויפיל ווייטאג און צובראכנקייט האט זיך געזאגט די ווערטער אין די פארגאנגענע יארן, מה שפגמתי פארשטיי איך ליידער אבער וואס טוט זיך מיטן יתוקן איז דאס סתם עפעס א לחש צו מיינט דאס טאקע נאר גרויסע צדיקים און ס'איז נישט געמאכט פאר מיר??
אבער הודו לה' כי טוב דאס באלאנגט שוין פאר די פארגאנגענהייט, הגם מ'שטייט ווייט ווייט פונעם "יתוקן" אבער אז מ'איז שוין אויף די רייט טרעק איז שוין גוט. און ווען איך וואלט מיך נישט געשעמט וואלט איך ארויס אין א טענצל נאך ספירה ציילן נעכטן נאכט.
אבער יעצט הערט א דבר פלא וואס האט מיך געמאכט ארויפקומען אפילו אן די ריכטיגע הכנה.
נעמט ארויס א קאלקאלעטאר אדער די צען פינגער און רעכנט,
יסוד שביסוד איז גימטריא 462, לייג צו די אחד וארבעים יום פון ספירה איז עס 503.
יעצט די אויפציעלע נאמען פון אונזער סייט - די דריי ווערטער "גארד יאר אייס" מיט די דריי ווערטער איז גימטריא 503 חושבנא דדין כחושבנא דדין.
רבותי דאס איז נישט קיין צופאל יש בורא עולם.
דאס איז פאר דערווייל ועוד חזון למועד.

ענטפער: מה שפגמתי בספירה.... יסוד שביסוד כ"ו אייר התש"פ 15:57 #266766

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 207
  • האט שוין געלייקט: 433 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 647 מאל
  • קאָרמא: 2

שלום עליכם און ברוך הבא, ואטהר ואתקדש, דער נאמען זאגט אסאך.

דער באגריף פון 'פרעמד' און 'אפשענס' לאז ביטע אינדרויסן, דאהי איז קיינער נישט 'פרעמד', און דא האבן מיר בלויז איין 'אפשען', להטהר ולהתקדש!

מאך זיך באקוועם, אדער בעסער געזאגט מאך זיך נישט באקוועם, נאר הייב אן האקן שטיקער, שארף אויס דעם בליי, און הייב אן שרייבן וואס ס'קומט דיר אויפן געוויסן, כ'זעה אז חשבון קענסטו גוט, סוי געדענק אז איין טאג מאל 90 איז 90 טעג, אבער בלויז איין טאג אויפאמאל.

די חשבון האב איך דערווייל נישט אויסגערעכנט, מיינע פינגערס זענען יעצט אין באנוץ אויפן קיבארד, אבער די געדאנק שטימט זיכער, סוי כ'וועל לאזן די אקוינטענטס צווישן אונז צו פארזיכערן אז די נומערן שטימען אויך.

אצינד ווארטן מיר אויפן עוד חזון למועד...
ידידך אברעמעל

ענטפער: מה שפגמתי בספירה.... יסוד שביסוד כ"ו אייר התש"פ 16:14 #266767

  • גפן
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
  • קאָרמא: 2

כהאב מורידיג הנאה האסט ארויף געברענגט די טעמע! איך דערמאן זיך די בחורישע יארן ווי די טאג האט געהאט ביי מיר אזא שטיקל עפעקט ווי די שובבים טעג. ווי איך האב תשובה געטון מיט מיין ״גאנצע״ הארץ. איך בין געווען אזוי צובראכען, אין צום סוף בין איך געפאלן אין די טאג אין שובבים איז געווען א דיזעסטיר. אבער ווי א יאר שפעטער ההאב איך ניטאמאל געשפירט א ווייטאג , אפשר אין די טיפעניש פין מיין הארץ בין איך געווען ציבראכן טבער די געפיל איז שוין געווען פארלאשן..                           אבער נעכטן נאכט איז געווען גאר אנדערש איך געהאלטן נאכן רעדן מיט א מעמברפין די חברי׳ אין ער האט מיך גיט מסביר געווען , וואס איך האב שוין געהערט אסאך , אבער דאס מאל איז עס אריין טיפער.  אז די עדיקשן איז א קרענק אין די ביסט נישט שילדוג , געב אויף , געב עס איבער פארן אויבישטער , וואס די אויבישטער וויל פין דיך איז אז זאלסט זיך אויסהיילן אין אזוי האב איך געציילט ספירה כהאב מיך גענימען זינגען ״טאטע איך געב פאר דיר מיין גאנצע האררץ״ אין ב״ה כהאב שוין לאנג נישט געהאט אזא ספירה!


שכח פארן אויסהערן אין זייטס מיר מוחל אויב די שרייבן איז נישט אזוי גיט!

כוויס נישט פארוואס גפן. אבער ס'זאל זיך גיסען געזינט פרנסה נחת!

ענטפער: מה שפגמתי בספירה.... יסוד שביסוד כ"ו אייר התש"פ 16:48 #266769

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

שלום עליכם און מזל טוב צו דיינע פיר ריינע טעג!

אחכה האט אלץ ליב צו זאגן ביי פיר ריינע טעג, דאס וואס צדיקים פלעגן זאגן "אז מען נעמט זיך 'פיר' [פאר] העלפט דער אויבערשטער!"

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: מה שפגמתי בספירה.... יסוד שביסוד כ"ו אייר התש"פ 17:20 #266775

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל
  • קאָרמא: 5

יאפ, ריכטיגע פגם,
אבערדי טעג האט די פגם אן אנדערע אפטייטש פאר אונז,
פאר אונז מיינט נישט אז אויב היינט, מדות יסוד שביסוד, וועל איך עס נישט טון בין איך שוין א צדיק, 
ווייס איך שוין אז דאס איז טאקע א ענין, אבער יעצט ארבעטן מיר שוין ב"ה צו קענען אנקומען און ערייכן שטענדיג צו זיין בבחינת יסוד שביסוד, מיטן הילף פון השם יתברך,

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: מה שפגמתי בספירה.... יסוד שביסוד כ"ו אייר התש"פ 20:16 #266784

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 210
  • האט שוין געלייקט: 442 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
  • קאָרמא: 6
גפן געשריבן on כ"ו אייר התש"פ 16:14:




שכח פארן אויסהערן אין זייטס מיר מוחל אויב די שרייבן איז נישט אזוי גיט!


דא שרייבט יעדער גוט שרייב נאר נאך אסאך.

ענטפער: מה שפגמתי בספירה.... יסוד שביסוד כ"ו אייר התש"פ 23:17 #266798

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

שלום עליכם ואטהר ואתקדש
דיין נאמען איז סיי פאסיג פאר אונזער עבודה וואס מיר ארבעטן, צו ווערן הייליגער און ריינער, און סיי די זמן פון יאר וואס מיר ציילן ספירת העומר, וואס מיר הייליגן זיך און רייניגן זיך צו קענען חתונה האבן מיט די תורה.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז עס זאל זיין א "ריינע" חתונה

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: מה שפגמתי בספירה.... יסוד שביסוד כ"ז אייר התש"פ 10:27 #266810

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
ואטהר ואתקדש געשריבן on כ"ו אייר התש"פ 15:34:

 און ווען איך וואלט מיך נישט געשעמט וואלט איך ארויס אין א טענצל נאך ספירה ציילן נעכטן נאכט.


איך וואלט נישט געווען סופרייזט אויב נאך אפאר אירע וואלטן זיך צוגעשטעלט צו דיין טענצל און מיטגעטאנצן....

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: מה שפגמתי בספירה.... יסוד שביסוד כ"ז אייר התש"פ 11:26 #266813

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

שלום עליכם "ואטהר ואתקדש".
א זיסע רמז וואס דו זאגסט. און נאך זיסער פון דעם זענען דיינע 5 ריינע טעג.
ה' זאל זיין מיט דיר אויף ווייטער אויך.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.99 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא