ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! 9937 באזוכער

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"א תמוז התשע"ט 10:25 #257332

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 596
  • האט שוין געלייקט: 943 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 756 מאל
  • קאָרמא: 14

אחכה לו, וועסט מיר מוזן מוחל זיין, אבער איך קען נישט בלייבן שטיל....
אזוי גוט און שטארק ארויסגעברענגט, אזש ס'האט מיר גאר שטארק איבערגענומען.
"ניין" איך קען נישט זאגן קיין גימטריאות, און איך קען (נאכ)"נישט" זיין ריין פאר אזא לאנגע צייט, אבער אזויווי דו שרייבסט, איז דא איין זאך וואס איך קען "יא" טון, און דאס איז "וועלן", ואין לך דבר העומד בפני הרצון !!!!!
א גרויסען יישר כח פאר די הארציגע דיבורים, דברים היוצאים מן הלב ונכנסים אל הלב !!!

נ.ב. הרב 'פרובירט' האט געשריבן אז מצה איז גימטריא 135, וועל איך זאגן מיין רמז אויף דעם, ס'ווערט שוין געברענגט אין די סםרים אז מצה איז ר"ת מ'כל צ'רה ה'צילנו וד"ל

הק' העלפמי

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"א תמוז התשע"ט 10:49 #257333

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 463 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 180
  • האט שוין געלייקט: 491 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 648 מאל
  • קאָרמא: 13
אחכה לו געשריבן on כ"א תמוז התשע"ט 06:00:

גוט מארגן מיינע טייערע חבירים כ"א בשמו הטוב יבורך.

היינט וועל איך אביסל משנה זיין מדרכי, נישט קיין גימטריאות, נישט קיין רמזים'לעך וכדומה, נאר אפאר הארציגע ווערטער ארויס פון מיין הארץ:

זיצט זיך אחכה און שטויענט... צו איז דאס טאקע ווירקליך אז איך צייל היינט 135 ריינע טעג - מיט די הילף פונעם גרויסען באשעפער...??? איז דאס א חלום? אדער געשעהט דאס טאקע אינעם מציאות...??? הזאת אחכה?

צו איז דאס טאקע דער זעלבער אחכה'לע וואס פאר עטליכע חדשים צוריק האט ער געקענט זיצן אראפגענאגעלט צום סקרין און זיך אנקוקען מיט כל דבר אסור אן קיין שום בושה...???

צו איז דאס טאקע דער זעלבער אחכה'לע וואס פאר עטליכע חדשים צוריק האט ער געקענט איינרעדן ביינאכט פאר זיין ווייב אז ער גייט יעצט עפעס ערלעידיגן וויכטיג פאר זיין ביזנעס, און דערווייל איז ער געזעצן און געוואוטשט די ערגסטע פון די ערגסטע ביז עקטן אוט...???

צו איז דאס טאקע דער זעלבער אחכה'לע וואס פאר עטליכע חדשים צוריק האט ער געקענט זיצן פרייטאג נאכמיטאג ביז צום זמן שבת קודש און עובר זיין אויף חמורות שבחמורות אין דער קאמפערט זאן פון זיין אייגענע אפיס...???

צו איז דאס טאקע דער זעלבער אחכה'לע וואס פאר עטליכע חדשים צוריק האט ער נישט געקענט אדורכלאזן קיין פאר טעג - אדער אין בעסטן פאל אפאר וואכן - אן צו מעסטערבעיטן און הוז"ל...???

צו איז דאס טאקע דער זעלבער אחכה'לע וואס פאר עטליכע חדשים צוריק האט ער זיך געקענט אראפזעצן צו א טאג ארבעט אינדערפרי, און זיך טרעפן ביים סוף טאג צו האבן אנגעברענגט א גאנצן טאג מיט כל דבר אסור און כמעט נישט געארבעט...???

צו איז דאס טאקע דער זעלבער אחכה'לע וואס אין בלויז עטליכע חדשים האט ער באוויזן צו מאכן אזא מהפיכה אין זיין לעבן...???

צו איז דאס טאקע דער זעלבער אחכה'לע וואס אין די לעצטע עטליכע חדשים האט ער באוויזן נישט צו וואוטשן פארן און הוז"ל אפי' קיין איין איינציגסטער מאל...???

צו איז דאס טאקע דער זעלבער אחכה'לע וואס ציילט היינט 135 טייערע הייליגע ריינע טעג...???

מיינע טייערע פריינט, די תירוץ אויף דעם אלעם איז א גרויסע "יא"! ס'איז דער זעלבער אחכה, און ס'געשעהט אין די ווירקליכקייט, מיט די הילף פון אונזער גרויסן טאטן אין הימל...!!!

ווייל "אין לך דבר העומד בפני הרצון" און אז מ'וויל, און מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער באשעפער הרוצה בטהרתן של ישראל, והבא לטהר מסייעין אותו מן השמים!


טייערע אחכה,

איך וויל דיר הערצליך באדאנקען פאר דיין הארציגע תגובה, ווייל דו האסט מיר פשוט אויס געכאפט, און ארויס גענומען די ווערטער פון מיין מויל און די געפילן פון מיין הארץ, און מיר פארשפארט ארבייט פון אליין שרייבן דעם פאוסט.

ווייל מיינע געפילן זענען פונקט אזוי. דו און איך זיצן אויפן זעלבן באן, איך זיץ פשוט מיט אפאר זיצן ארויף-צו-איר, איך האלט פונקטליך 60 טעג פאראויס פון דיר, מיר פארן אויפן זעלבן ריכטונג, און אויף די זעלבע שנעלקייט.

און די זעלבע תגובה וואס דו האסט געשריבן קען איך פשוט נעמען און טוישן די נעמען, און מיינע הרגשים זענען ארויס געברענגט על הכתב, ממילא וויל איך דיר אפגעבן א הארציגע יישר כח פאר ארויס ברענגען מיינע הרגשים. 

ווער עס וויל, קען איבער ליינען נאכאמאל אחכה'ס תגובה, און טוישן דעם אחכה לו פאר צדיק12, אפשר קען דאס ווערן פאר רעכנט פאר א קרי און א כתיב, און הרי הוא כאילו כתבתי.

ישר כח
צדיק12

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"א תמוז התשע"ט 11:38 #257335

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

א אפנהארציגע פאוסט. צום פינטל.
כה לחי!!!
יא! ס'איז דער זעלבער אחכה!
און אט דער זעלבער אחכה וועט נאך אנקומען צו סך סך סך סך מער פון דעם.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"א תמוז התשע"ט 16:22 #257362

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47

צהלי ורוני קהל הד''א אז אחכה האט דערגרייכט 135 ריינע טעג, און א צייט ווען דער פגע רע קומט כחום היום און לייגט אריין די מענטש אין א סכנה, אבער אויב אנערקענט מען אז אלוקים גדול, און ער איז שטערקער מכל אדם, און מען בעט אים אל דמי לך, געב מיר סמיכה, קומט מען אן צו ריינע טעג עד היום, זאל דער אייבערשטער דיר געבן חיים טובים, פרנסה לכלכלה, און אלעם גוטן.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"א תמוז התשע"ט 16:50 #257364

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1623
  • האט שוין געלייקט: 949 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2937 מאל
  • קאָרמא: 59

קיין ברעקל צייט אבער פטור בלא כלום אי אפשר סאו וויל איך דיר ווינטשן אלע מאה ברכות!!!!

גוט אראפגעלייגט הצלחה

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"א תמוז התשע"ט 16:53 #257365

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 188
  • האט שוין געלייקט: 393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל
  • קאָרמא: 1
יא דאס איז טאקע,
דערזעלבּער אחכּה,
ארויס איז ער אקעגן דעים יצר מיט א אטאקע,
איןאיינוועגס איז ער אנדערע יודן מזכּה.

עד מאה ועשרים!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"א תמוז התשע"ט 17:08 #257367

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

מזל טוב אין אסאך הצלחה אויף ווייטער
[האב נישט וואס צוצולייגען]

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: כ"א תמוז התשע"ט 17:09 דורך יחיאל.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ג תמוז התשע"ט 12:54 #257444

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

אלע וואס האבן מיר באגריסט, און אריינגעקומען מיט שטאקע חיזוק ווערטער.


א גרויסן ייש"כ אייך אלע, ענק זאלן אלע אויך קענען בלייבן ריין און סויבער לעלמי עד, דורכ'ן אנקומען דערצו מיטן ארבעטן אויף איין טאג אויפאמאל one day at a time

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ה תמוז התשע"ט 21:05 #257478

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

א טרערעלע גליטש זיך אראפ אויף אחכה'ס בעקעלע...... 

ניין, נישט א טרערעלע פון צער אדער צובראכענקייט. א טרערעלע פון איבעראשונג און פרייד... א טרערעלע פון הודאה לה', טרערעלע, טרערעלע, גליטש דיך זיס אראפ, האב נישט קיין מורא, דו ביסט א הארציגע און לעכטיגע, דו באגריסט אזא דערהויבענע מאמענט.

140 טעג, ווער וואלט זיך עס אמאל געגלייבט אז ס'וועט פאסירן אין דער ווירקליכקייט. און אז ס'וועט געשעהן אזוי שנעל, און מיט אזויפיל סייעתא דשמיא, וואס דאס האב איך זיכער נישט געגלייבט.

איך וועל אבער נישט פארגעסן, אז לב מלכים [140] ושרים ביד ה', דאס אז איך האב זוכה געווען אנצוקומען ביז אהער, און ווערן א מל"ך צו קעניגן איבער די פארגאנגענע 140 טעג, איז ביד ה', און טאקע נאר ביד ה', נאר מיטן הילף פון אונזער גרויסער טאטן אין הימל.


ווייל אליינס ווייס איך דאך זייער גוט אז אין לי הכוח [140], און מי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכו"ת דאס צו אנערקענען.

יישר כח אלע מיינע טייערע חבירים פאר ענקער שטענדיגע חיזוק און עידוד צו א יעדע צייט, ענק האבן אלע א גאר ספעציעלע צייט אין א טיעפע קעמערל אין אחכה'ס הערצעלע, מיין שמחה איז ענקערס, ואי"ה ביום שמחתיכם ישמח לבי גם אני.

ענקער חבר אחכה.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: כ"ה תמוז התשע"ט 21:09 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ה תמוז התשע"ט 22:14 #257481

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
WOW WOW

כן ירבו.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ו תמוז התשע"ט 10:05 #257486

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 432 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 754
  • האט שוין געלייקט: 1777 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 972 מאל
  • קאָרמא: 15

זאל עס ווייטער זיין בהצלחה

קענסט זאגן יעלה ויבוא

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview
לעצט פארראכטן: כ"ו תמוז התשע"ט 10:05 דורך פּרובירט.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ט תמוז התשע"ט 22:41 #257595

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

אוי וויי.... ס'שווער צו געדענקן... אבער זכרנו ימים מ"קדם".... ביטערע טונקעלע טעג, נעכט, און יארן.... זייער נישט גוט געווען... נישט געטויגט דער מצב.....

אבער געלויבט השי"ת אז ער האט מיר נישט פארלאזט, און איך שטיי היינט דא און איך רוף אויס: חדש ימינו כ"קדם", א ייש"כ צו דיר באשעפער פארן מחדש זיין מיינם 144 טעג מיט אזא התחדשות, טהרה, ריינקייט, נאנטקייט, קרבת ה', און איך בעט דיר אויף ווייטער.

*

אצינד א נקודה וואס ליגט מיר אויפן הארצן:

ליידער איז מיר די לעצטע טעג - בקרב בני ישראל - אויסגעקומען מיטצוהאלטן עטליכע שווערע טראגעדיעס וואס האט ליידער פאסירט ביי כלל ישראל, ווען עס זענען אוועקגעריסן געווארן שלא בעתם יונגע מענטשן זה בכה וזה בכה, איינער נאך א לענגגערע מחלה ל"ע, איינער פלוצים ר"ל, א קינד דערטראנקן און וואסער ה"י, צודרוקט געווארן אינטער א שאנק היל"ת, עקסידענטן רח"ל, א.א.וו.

ליידער ליידער איז דאס א ביטערע מציאות וואס פאטש אין פנים, און דאס הארץ גייט אויס פאר די אלע באטראפענדע משפחות יקרות, וועלעכע זענען אלע פון די שענסטע און בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט.

ס'איז זיכער אז ס'פאדערט א חשבון הנפש, אבער היות איך בין נישט קיין מוכיח, וועל איך דאס לאזן פאר יעדם פאר זיך צו מאכן א אייגענע חשבון הנפש, און נתעורר ווערן לתשובה ולתיקון המעשים.

אבער א נקודה למחשבה וואס איך וויל יא מיטיילן מיט ענק מיינע טייערע אחים לטהרה, איז אזוי: אין די זכרנו ימים מקדם צייטן, ווען איך האב ליידער ארומגעבלאנדזשעט כשה אובד, און איך פלעג הערן אזאלעכע בשורות איומות, פלעג איך מיר פילן ווי אזא רשע און רוצח, איך האב זייער גוט געוואוסט די חרון אף און מזיקים וואס די עוון פלילי ברענגט מיט זיך מיט, און איך פלעג שפירן ווי איך האב געהרגעט, דערטראנקן, דער מענטש וואס איז ליידער אומגעקומען אין א טראגעדיע, איך פלעגט קענען זיין ממש צוברעקעלט פאר א תקופה דערפון.... ביז.... יא, ביז, איך האב מיר בארואיגט.

היינט צוטאגס אין דער חדש ימינו כקדם תקופה, איז די מעשה אביסל אנדערש, איך האב מער נישט קיין "שולד" געפילן, און איך האב מער נישט קיין געפילן פון "גילט", איך האב אבער יא געפילן פון "רחמנות", און געפילן פון "מיטלייד" מיט די משפחות פון די באטראפענדע, א זאך וואס איך האב ליידער אמאל נישט געהעריג געהאט, והא ראיה אז איך האב געשפירט ווי דער גורם דערצו, און א צייט שפעטער האב איך עס ווייטער געטון.

זאל דער אב הרחמן זיך מרחם זיין אויפן כלל ישראל וואס מאכט אזויפיל מיט דא אין גלות, אזויפיל צער, אזויפיל יסורים, אזויפיל מחלות און פלאגענישן, סוף כל סוף איז דאס דאך אזא ווייטאג פאר דיר טאטע אין הימל, ווען א אידיש קינד האט צער וויינט דער שכינה הק' מיט קלני מראשי קלני מזרועי, עס זאל שוין זיין א סוץ וקץ לגלותינו, און א סוף וקץ לכל צרתינו, און מיר זאלן שוין אין די יעצטיגע טעג פון בין המצרים זוכה זיין צום ולירושלים עירך ברחמים תשוב מיט די גאולה שלימה בביאת בן דוד במהרה בימינו, אמן!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ג' אב התשע"ט 01:52 #257603

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

קמו בניה ויאשרוה בעלה ויהללה!

קמו אין די פארגאנגענע 146 טעג, בניה ויאשרוה, האבן מיינע קינדער באקומען א נייע טאטע, און זיי טוען מיר דעריבער לויבן דערפאר.

בעלה ויהללה, אזוי אויך האט מיין ב"ב באקומען א נייע מאן, און זי איז מיר מהלל ומשבח פאר דעם.


איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ה' אב התשע"ט 18:12 #257752

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

וואס זאל איך ענק זאגן.....??? ס'איז "ביטער שווער", אבער ענק ווייסן וואס...??? ס'איז "צוקער זיס...!!!"

און אז ס'איז צוקער זיס!, איז שוין נישט אזוי ביטער שווער... יא, דאס איז מיין צוקער'דיגע זיסטע מקח [148] וואס איך האב נאר אין מיין לעבן געמאכט, צו ווערן א טייל פון דער הייליגער חבורה "משפחת הדא"!

א גוטע נאכט מיינע ברודערלעך!



איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: ה' אב התשע"ט 18:12 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ה' אב התשע"ט 19:49 #257756

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 596
  • האט שוין געלייקט: 943 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 756 מאל
  • קאָרמא: 14

כי "מקח" טוב נתתי לכם......

הק' העלפמי

לעצט פארראכטן: ה' אב התשע"ט 19:50 דורך Helpmeasap.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ו' אב התשע"ט 08:17 #257772

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
Helpmeasap געשריבן on ה' אב התשע"ט 19:49:

כי "מקח" טוב נתתי לכם......


"קחם" נא אלי ואברכם.
זאלסטו זוכה זיין צו אלע גוטע ברכות

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ז' אב התשע"ט 10:43 #257816

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

איך בין אין א מורא'דיגע געלעגענהייט...!

אנטשולדיגט, אין א מורא'דיגע "פארלעגענהייט"...!

אייגענטליך, אין ביידע, א געלעגענהייט וואס האט מיך אריינגעברענגט אין א מורא'דיגע פארלעגענהייט....

איך וועל ענק שוין נישט אנציען.

די מעשה גייט אזוי:

איינער אין מיין אפיס ווי איך ארבעט האט באקומען נעכטן א נייע קאמפיוטער, פארשטייט זיך אז די פילטער איז די לעצטע זאך וואס דארף ווערן אינסטולירט, ווייל מיר ווייסן דאך אלע אז מ'טאר נישט טון זאכן אויף די אינטערנעט וואס ממעג נישט, אויב אזוי פעהלט באמת בכלל נישט אויס קיין פילטער..... נאר וואזשע דען... ליתר שאת.... ווייסטאך... די רבנים האבן געהייסן... ככל אשר יורוך... פיין מ'וועט לייגן א פילטער ביום מיט הימים.....

אבער דערווייל....?

דערווייל איז עס א מורא'דיגע "געלעגענהייט" פאר אונזער חבר אחכה!, וואס הייסט? זייער אסאך צייט פון טאג בין איך אליינס אין אפיס, און איך האב די פעסווארט פון יענע קאפיוטער.... און...... עה..... עמ...... כ'ווייס נישט וויאזוי עס צו זאגן ווייטער.....

אה, כ'ווייס יא! איך האב מיך געטראפן אין א מוראדיגע געלעגענהייט!

איך קען גיין! טון! זעהן! וואס איך וויל! (קען איך דען...?) WOW שוין לאנג נישט געהאט אזאנס......... ביי מיר אין אפיס..... עמי בבית....... אלעס יוטוב.... לייוו... אלעס........ אבער ממש אלעעעעעעעעעעעעעס.

און אט דער "געלעגענהייט" האט מיר אריינגעברענגט אין א מורא'דיגע "פארלעגענהיט".................

סא ס'מיינט אז איך גיי יעצט נאך 150 טעג דארפן אפדעיטן צו זילטש? צו נול? צו נומ. 0 ? אנהויבן? נאכאמאל? ביסט נארמאל? ביסט משוגע? אלעס איז בסדר מיט דיר.....?????????

כ'ווייס נישט....

די תאווה.... האט אנגעהוין פלאקערן ווי משוגע............. איך האב שוין געגעבן א לייג אריין עפעס "פשוט זיכער צו מאכן" אז איך פאפ מיך נישט, און אז אויב כ'וויל בין איך אפן צו אלעס............ און יא..... ס'איז טאקע אזוי, אין די האלבע סקונדע האב איך באמערקט אז איך פאפ מיר נישט.

כ'האב מיר גלייך צוגעזצט דא צו הדא, און קודם געליינט משה'לעס נייע ענטפער אין " מיין וועג צו ריינקייט" און דערנאך אריינגעקומען דא, און איך שער עס מיטן עולם...............................

אינמיטן שרייבן האב איך שוין אפי' געזאגט פאר דעם בעל הקאמפיוטער החדש אז ער "מוז" לייגן א פילטער ASAP נישט וויל כבין אים חושד, נאר ווייל............

דערווייל אפעליר איך צום עולם: העלפסט מיר בלייבן ריין, העלפסט מיר אז מיין גאנצע הארוואניע ביז יעצט זאל נישט גיין לאיבוד.

און אגב: 

מזל טוב צו מיינע 150 ריינע טעג!

און מזל טוב צו מיין מעלדונג נומבער 500!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: ז' אב התשע"ט 10:45 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ז' אב התשע"ט 10:52 #257817

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47

מזל טוב מזל טוב.
גאר שטארק!

אויב איך מעג פרעגן, פארוואס נישט לייגן א פייערוואל אויף די גאנצע נעטווארק? וועט זיין לכאורה ביליגער ווי יעדע אינדיווידואלע קאמפיוטער, בעט דיין נעטווארק פערזאן צו אויפשטעלן א געהעריגע פייערוואל אויף די גאנצע נעטווארק א שטייגער ווי סאניקוואל אדער דזשעי נעט, און ס'דא נאך אסאך, אבער די זענען פאפולער

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ז' אב התשע"ט 10:55 #257818

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

כ'גיי פרובירן.... כ'מיין איך ווייס אבער די סיבה פארוואס ער טוט עס נישט.

כ'גיי אבער דאך פרובירן אים צו בעטן.

ייש"כ משה'לע

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ז' אב התשע"ט 14:06 #257821

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1623
  • האט שוין געלייקט: 949 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2937 מאל
  • קאָרמא: 59

אויב קאנעקט מען נאכדעם די קאמפיוטער צו וויי פיי מיין איך אז עס האט נישט די פילטער

עניוועי שכח אחכה פארן שערן

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ז' אב התשע"ט 14:43 #257822

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19
wow זייער שטארק 
השם ווייסט אז די קענסט זוך איין האלטן
האט ער דיך געגעבן די נסיון 
איך וואלט זוך מנהסתם נישט געקענט איין האלטן

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ז' אב התשע"ט 15:25 #257826

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
I have renewed respect to you Achake

נ.ב. אנטשולדיגט פאר ווער ס'קען נישט קיין ענגליש. די סענטענס זאגט זיך שווער אין יודיש. (געב עס א גוגל אויף וועסטו זעהן די באדייט)

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ז' אב התשע"ט 16:24 #257834

  • יא איך קען!
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 119
  • האט שוין געלייקט: 111 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 11

אחכה לו, געדענק !
יא איך קען! מיטן אייבישטער'ס הילף, זיך איינהאלטן, חזר עס איין איינמאל און נאכאמאל.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ז' אב התשע"ט 17:01 #257837

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 596
  • האט שוין געלייקט: 943 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 756 מאל
  • קאָרמא: 14

איך האב נישט קיין ווערטער, האסט מיר פשוט איבערגענומען!
זאל השי"ת דיך געבן אסאך כח!!!!!!

הק' העלפמי

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' אב התשע"ט 00:09 #257847

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 169
  • האט שוין געלייקט: 452 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל
  • קאָרמא: 10
עד כאן געשריבן on ז' אב התשע"ט 10:52:

מזל טוב מזל טוב.
גאר שטארק!

אויב איך מעג פרעגן, פארוואס נישט לייגן א פייערוואל אויף די גאנצע נעטווארק? וועט זיין לכאורה ביליגער ווי יעדע אינדיווידואלע קאמפיוטער, בעט דיין נעטווארק פערזאן צו אויפשטעלן א געהעריגע פייערוואל אויף די גאנצע נעטווארק א שטייגער ווי סאניקוואל אדער דזשעי נעט, און ס'דא נאך אסאך, אבער די זענען פאפולער


וויאזוי ארבעט עס? לייגסט א פילטערס אויפן מאדעם אין עס ווערט געפילטערס אלע קאמפיוטערס?

איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' אב התשע"ט 06:26 #257851

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47
טשולענט געשריבן on ח' אב התשע"ט 00:09:

עד כאן געשריבן on ז' אב התשע"ט 10:52:

מזל טוב מזל טוב.
גאר שטארק!

אויב איך מעג פרעגן, פארוואס נישט לייגן א פייערוואל אויף די גאנצע נעטווארק? וועט זיין לכאורה ביליגער ווי יעדע אינדיווידואלע קאמפיוטער, בעט דיין נעטווארק פערזאן צו אויפשטעלן א געהעריגע פייערוואל אויף די גאנצע נעטווארק א שטייגער ווי סאניקוואל אדער דזשעי נעט, און ס'דא נאך אסאך, אבער די זענען פאפולער


וויאזוי ארבעט עס? לייגסט א פילטערס אויפן מאדעם אין עס ווערט געפילטערס אלע קאמפיוטערס?


מען לייגט א דיווייס פון סאניקוואל אדער פון דזשעי נעט, און פון די דיווייס געט מען נעטווארק פאר אלע קאמפיוטערס, ער איז א מיטל מענטש צווישן די מאדעם און די ראוטער, און יא אלעס די גאנצע נעטווארק ווערט געפילטערט, אפילו די ווייפיי קען מען פילטערן דורך אויסלעשן די ווייפיי פון די מאדעם און יס קאנטראלירן דורך סאניקוואל.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' אב התשע"ט 09:45 #257853

  • סאלדאט
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • I strive to become better
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 303 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 7

און אגב: 

מזל טוב צו מיינע 150 ריינע טעג!

און מזל טוב צו מיין מעלדונג נומבער 500!

צום ערשט, מזל טוב צו דיינע ריינע 150טעג! דער אויבערשטער זאל דיר שענקן כח און מח עס זאל ווערן 5000 ריינע טעג גרינגערהייט.

אויב דו מאכסט אן עוורעדש פון דיינע פאסט'ס, קומט אויס אז דו האסט געפאויסט לכה"פ 3 מאל א טאג, און נישט סתם געשריבן, עס איז מלא חן, קאלירן און גימטריאות, עס איז באמת א געשמאק צו ליינען וואס דו שרייבסט.

keep it coming!!!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' אב התשע"ט 10:03 #257856

  • מבצר
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 3
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 0

א גוט מארגן טייערע חבירים! איך האלט ברוך השם נאך 9 ריינע טעג. פאר מיך איז דעס א גרויסע שמחה השי''ת זאל מיך ווייטער העלפן איך וויל דא אביסל ארויסברענגען וואס איך מיין אז דאס האט מיך געהאלפען. די עיקר זאך וואס האט געלאסט די יצר גובר זיין איז געווען די שטילקייט אין די אנגעצויגענקייט פאר די פעילה למעשה האב איך אנגעהויבען א נייע מנהג יעדעס מאל די נסיון איז אנגעקימען האב איך אנגעהויבען ארויס רעדן די נסיון מיט באק ציינער.אין נאכדעם האב איך אנגעהויבען זינגען א ניגון,אבער א לעבידיגע ניגון אין אנגעהויבען קלאטשען מיט די הענט,אויב האב איך געדרייבט האב איך אנגעהויבן האקען אויפן רעדל. אין ב"ה כ'האב מיך ארויס געדרייט פין די נסיון. איך ווייס נישט אויב ס'קען אייבוג העלפען. אבער אסאך מאל איז די גורם די מרה שחורה אין די בילבול המחשבה., דעמאלסט האט דעס מיך געהאלפען. אין אויב ס'עט איינעם העלפן יהא זה שכרי. א גוט שבת

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' אב התשע"ט 12:36 #257865

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
סאלדאט געשריבן on ח' אב התשע"ט 09:45:
צום ערשט, מזל טוב צו דיינע ריינע 150טעג! דער אויבערשטער זאל דיר שענקן כח און מח עס זאל ווערן 5000 ריינע טעג גרינגערהייט.


 טייערע סאלדאט, דו ביסט באמת א "גענעראל" מיט דיינע גוטע ווערטער און חיזוק מיט וואס דו קומסט אריין גאר שטארק!

אפערזענליכע ייש"כ, איך האב הנאה געהאט פון דיי קאמפלימענט.

און איך האף אז דער נומבער פון 5000 איז נאר געווען א משל, וויל מיט השי"ת הילף האפט מען אנצוקומען צו דער מספר מיט נאך עטליכע זיראס... 

#אחכה_לו_בכל_יום_שיבוא
איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י' אב התשע"ט 23:55 #257880

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

באמת האב איך געקלערט צו עפענען א פרישער טרעד וואס זאל הייסן "וויאזוי איז געווען דיין ת"ב", אבער ס'איז געבליבן אז איך וועל שרייבן אין קורצן וויאזוי ס'איז געווען ביי מיר, און ווער ס'וויל קען צולייגן זיין ת"ב ערפארונג.

ביי אחכה איז עס געווען היבש פיינפול.

אמת ביי גאנץ כלל ישראל איז עס א טאג פון פיין און צער, פון יגון ואנחה, אומוטיגקייט, אבער ביי מיר איז עס אין מיין וועלטל געווען ספעציעל שווער.

ווען דער טאג פארט, רוטין גאלאפירט, שחרית, פרישטאג, ארבעט, נישטא צופיל צייט און פלאץ פאר עפעס אנדערש, גייט דער גאנצער זאך סאך געשמאקער, ס'פארט, מ'איז ביזי....

וואס געשעהט אבער תשעה באב ביי די קינות אויב מ'איז אין דער בחינה פון ולבו בל עמו.... מ'איז הונגעריג, אראפגעשלעפט אביסל.... די מחשבות לויפן....

ת"ב נאכמיטאג דארף מען הארגענן צייט.... ס'שווער געווען, באמת שווער....

אבער ב"ה דער באשעפער פארלאזט נישט אפי' אין דער גרעסטער הסתרה, אביסל האמיר געארבעט (מיט הפסקות צו געדענקן די אבלות), אביסל ארויסגענומען די חד גדיא, און ב"ה געבליבן סויבער.

ייש"כ פארן אויסהערן. און ס'וועט מיר זיין א כבוד צו הארכן וויאזוי עס איז פאריבער ביי דיר.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"א אב התשע"ט 02:04 #257882

  • משה_איטשע
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
  • קאָרמא: 3
אחכה לו געשריבן on י' אב התשע"ט 23:55:

באמת האב איך געקלערט צו עפענען א פרישער טרעד וואס זאל הייסן "וויאזוי איז געווען דיין ת"ב", אבער ס'איז געבליבן אז איך וועל שרייבן אין קורצן וויאזוי ס'איז געווען ביי מיר, און ווער ס'וויל קען צולייגן זיין ת"ב ערפארונג.

ביי אחכה איז עס געווען היבש פיינפול.

אמת ביי גאנץ כלל ישראל איז עס א טאג פון פיין און צער, פון יגון ואנחה, אומוטיגקייט, אבער ביי מיר איז עס אין מיין וועלטל געווען ספעציעל שווער.

ווען דער טאג פארט, רוטין גאלאפירט, שחרית, פרישטאג, ארבעט, נישטא צופיל צייט און פלאץ פאר עפעס אנדערש, גייט דער גאנצער זאך סאך געשמאקער, ס'פארט, מ'איז ביזי....

וואס געשעהט אבער תשעה באב ביי די קינות אויב מ'איז אין דער בחינה פון ולבו בל עמו.... מ'איז הונגעריג, אראפגעשלעפט אביסל.... די מחשבות לויפן....

ת"ב נאכמיטאג דארף מען הארגענן צייט.... ס'שווער געווען, באמת שווער....

אבער ב"ה דער באשעפער פארלאזט נישט אפי' אין דער גרעסטער הסתרה, אביסל האמיר געארבעט (מיט הפסקות צו געדענקן די אבלות), אביסל ארויסגענומען די חד גדיא, און ב"ה געבליבן סויבער.

ייש"כ פארן אויסהערן. און ס'וועט מיר זיין א כבוד צו הארכן וויאזוי עס איז פאריבער ביי דיר.


אינטערעסאנט וואס די שרייבסט דא 
ווייל ת"ב ביי מיר אלץ געווען א שטארקע טריגער 
איך האב עס נישט געהאט און פלאן צו עס שרייבן דא 
אבער אזוי ווי די זאגסט אז דיר איז דאס אויך שווער 
בין איך שוין נישט אליין 
וועל איך דיר פארציילן 

ת"ב ביי מיר אלץ געווען א טאג פון טריגיר עד לידי מעשה ר"ל 
אלץ געליטן ווי די ברענגסט מער ארויס פארוואס 
אבער די ת"ב 
כדי צו אויסמיידן די פראבלעמען האב איך 
נישט אריינגעטראטען און ביהמד אלע דריי תפילות (ווי דארט איז מיין עיקר טריגער)
איינצושפארן עגמת נפש 

און ברוך השם 
איך האב געווינען 
קרעדיט הדא

לעצט פארראכטן: י"א אב התשע"ט 02:12 דורך משה_איטשע.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"א אב התשע"ט 08:25 #257883

  • יוסי
  • איצטיגע שטרעקע: 41 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 76
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל
  • קאָרמא: 8

אינטערעסאנט צו הערן אז ת''ב איז א צייט וואס שלעפט אראפ,ביי מיר כמעט יעדע תענית פאל איך, די סיבה איז לכאורה פשוט אז מען איז שוואך און איך ליג אין בעט, הינגעריג בין איך, געט מען זיך אויס אויף א אנדערע אופן, אבער ב''ה די ת''ב האב איך מתגבר געווען, עס איז טאקע געווען א שווערע תענית, אבער א גוטע, און א גוטע ענדע.
א דאנק פארן בורא עולם.

זייט פריילעך אז מען קען טון די רצון פונעם בורא עולם!

אשרינו מה טוב חלקינו

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"א אב התשע"ט 09:34 #257887

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 470 טעג
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 517
  • האט שוין געלייקט: 957 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1024 מאל
  • קאָרמא: 20

די תשעה באב בין איך אנגעקומען צו 6 חדשים ריין געלויבט גאט ב"ה 

איך האב נישט געקענט זאגן קיין קינות... די מעשיות האט מיר זייער שטארק געטריגערט ביי איך האב געדארפט ארויסגיין אין מאכן עטליכע פאון קאולס 

איך האב נישט גענדיקט מיט פאסטן.......

איך דאנק גאט פאר אלעס וואס ער האט מיט מיר געטון.........

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"א אב התשע"ט 14:58 #257892

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

איך בין געוועיזן די זעלבע וואו אלע דא 
עס איז געוועין זייער שווער 
אבער ב''ה געבליבן ריין

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ב אב התשע"ט 18:04 #257924

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
יוסי געשריבן on י"א אב התשע"ט 08:25:

אינטערעסאנט צו הערן אז ת''ב איז א צייט וואס שלעפט אראפ,ביי מיר כמעט יעדע תענית פאל איך, די סיבה איז לכאורה פשוט אז מען איז שוואך און איך ליג אין בעט, הינגעריג בין איך, געט מען זיך אויס אויף א אנדערע אופן, אבער ב''ה די ת''ב האב איך מתגבר געווען, עס איז טאקע געווען א שווערע תענית, אבער א גוטע, און א גוטע ענדע.
א דאנק פארן בורא עולם.


כידוע איז HALT א שטארקע פאקטאר וואס קען ברענגען א דורכפאל.
די ר"ת פון דעם איז Hungry Angry Lonely Tired אין מאמע לשון מיינט דעיס: הונגעריג, אויפגערעגט, איינזאם און מיד.
די פיר זאכן זענען עפעס וואס קענען ברענגען צו א דורכפאל.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ג אב התשע"ט 21:51 #257973

  • משה_איטשע
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
  • קאָרמא: 3
ich vil zan ehrlich געשריבן on י"ב אב התשע"ט 18:04:

יוסי געשריבן on י"א אב התשע"ט 08:25:

אינטערעסאנט צו הערן אז ת''ב איז א צייט וואס שלעפט אראפ,ביי מיר כמעט יעדע תענית פאל איך, די סיבה איז לכאורה פשוט אז מען איז שוואך און איך ליג אין בעט, הינגעריג בין איך, געט מען זיך אויס אויף א אנדערע אופן, אבער ב''ה די ת''ב האב איך מתגבר געווען, עס איז טאקע געווען א שווערע תענית, אבער א גוטע, און א גוטע ענדע.
א דאנק פארן בורא עולם.


כידוע איז HALT א שטארקע פאקטאר וואס קען ברענגען א דורכפאל.
די ר"ת פון דעם איז Hungry Angry Lonely Tired אין מאמע לשון מיינט דעיס: הונגעריג, אויפגערעגט, איינזאם און מיד.
די פיר זאכן זענען עפעס וואס קענען ברענגען צו א דורכפאל.


יא
און ת''ב האסטו אלע

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ד אב התשע"ט 07:01 #257978

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 470 טעג
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 517
  • האט שוין געלייקט: 957 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1024 מאל
  • קאָרמא: 20
ich vil zan ehrlich געשריבן on י"ב אב התשע"ט 18:04:

יוסי געשריבן on י"א אב התשע"ט 08:25:

אינטערעסאנט צו הערן אז ת''ב איז א צייט וואס שלעפט אראפ,ביי מיר כמעט יעדע תענית פאל איך, די סיבה איז לכאורה פשוט אז מען איז שוואך און איך ליג אין בעט, הינגעריג בין איך, געט מען זיך אויס אויף א אנדערע אופן, אבער ב''ה די ת''ב האב איך מתגבר געווען, עס איז טאקע געווען א שווערע תענית, אבער א גוטע, און א גוטע ענדע.
א דאנק פארן בורא עולם.


כידוע איז HALT א שטארקע פאקטאר וואס קען ברענגען א דורכפאל.
די ר"ת פון דעם איז Hungry Angry Lonely Tired אין מאמע לשון מיינט דעיס: הונגעריג, אויפגערעגט, איינזאם און מיד.
די פיר זאכן זענען עפעס וואס קענען ברענגען צו א דורכפאל.


דאס איז די סיבה פארוואס איך האב אויסגעפאסט 

פארשטייט זיך נאכן פרעגן א דיין

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ד אב התשע"ט 08:33 #257981

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47
יוסי געשריבן on י"א אב התשע"ט 08:25:

אינטערעסאנט צו הערן אז ת''ב איז א צייט וואס שלעפט אראפ,ביי מיר כמעט יעדע תענית פאל איך, די סיבה איז לכאורה פשוט אז מען איז שוואך און איך ליג אין בעט, הינגעריג בין איך, געט מען זיך אויס אויף א אנדערע אופן, אבער ב''ה די ת''ב האב איך מתגבר געווען, עס איז טאקע געווען א שווערע תענית, אבער א גוטע, און א גוטע ענדע.
א דאנק פארן בורא עולם.


איך רילעיט צו יעדע איינציגע ווארט

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ד אב התשע"ט 10:44 #257987

  • יא איך קען!
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 119
  • האט שוין געלייקט: 111 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 11
עד כאן געשריבן on י"ד אב התשע"ט 08:33:

יוסי געשריבן on י"א אב התשע"ט 08:25:

אינטערעסאנט צו הערן אז ת''ב איז א צייט וואס שלעפט אראפ,ביי מיר כמעט יעדע תענית פאל איך, די סיבה איז לכאורה פשוט אז מען איז שוואך און איך ליג אין בעט, הינגעריג בין איך, געט מען זיך אויס אויף א אנדערע אופן, אבער ב''ה די ת''ב האב איך מתגבר געווען, עס איז טאקע געווען א שווערע תענית, אבער א גוטע, און א גוטע ענדע.
א דאנק פארן בורא עולם.


איך רילעיט צו יעדע איינציגע ווארט


אינטרעסאנט! ביי מיר איז פינקט פארקערט, א טאג וואס מען פאסט האב איך נישט קיין כח צו טראכטן פון די זאכן, און אוודאי נישט טוען.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ד אב התשע"ט 15:13 #257997

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

אינטערעסאנט צו הערן אז ת''ב איז א צייט וואס שלעפט אראפ,ביי מיר כמעט יעדע תענית פאל איך, די סיבה איז לכאורה פשוט אז מען איז שוואך און איך ליג אין בעט, הינגעריג בין איך, געט מען זיך אויס אויף א אנדערע אופן, אבער ב''ה די ת''ב האב איך מתגבר געווען, עס איז טאקע געווען א שווערע תענית, אבער א גוטע, און א גוטע ענדע.

א דאנק פארן בורא עולם.



איך רילעיט צו יעדע איינציגע ווארט



אינטרעסאנט! ביי מיר איז פינקט פארקערט, א טאג וואס מען פאסט האב איך נישט קיין כח צו טראכטן פון די זאכן, און אוודאי נישט טוען.



דאנק די באשעפר

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: י"ד אב התשע"ט 15:14 דורך יחיאל.
צייט צו מאכן א בלאט: 3.54 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא