ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! 9940 באזוכער

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ו' אלול התשע"ט 15:30 #259270

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 596
  • האט שוין געלייקט: 943 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 756 מאל
  • קאָרמא: 14

אחכה, מיר דאווענען פאר דיין הצלחה!!!

הק' העלפמי

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' אלול התשע"ט 15:42 #259306

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

צו אחכה: מזל טוב מזל טוב!!! איך וואונטש דיך פון טיפן הארצן אז זאלסט זוכה זיין אויף ווייטער אויך.

צו אלע חברים: איך האב מיך פאריגע וואך געטראפן מיט הרב אחכה. רבותי! מ'רעדט דא פון א חשוב'ע בא'טעמ'טע געלונגענע פאפולערע יונגערמאן, פון די סמעטענע וואס באשטייט ביי כלל ישראל. איך האלט עס פאר א זכיה אז אונז פארמאגן אים דא אויף הדא!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י' אלול התשע"ט 04:28 #259444

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
ber געשריבן on כ"ד אייר התשע"ט 21:28:

אחכה לו געשריבן on כ"ד אייר התשע"ט 20:55:
רבותי וואס שלאפט מען.... שוין באלט שנת תש"פ........ התעוררי התעוררי כי בא אורך......


ווער שלאפט.....??? דער עולם איז פעסט אויף......!!!!

ריכטיג

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ו אלול התשע"ט 01:21 #259671

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

ס'שוין טאקע נאך חצי הלילה [188], מ'האלט שוין נאך דער מים חמים לכבוד מוצאי שבת קודש, אבער במקום זיך צו גיין לייגן אצינד, האט אחכה באשלאסן אביסל אפצושטויבן זיין טרעד, און פאראייביגן זיינע איצטיגע געפילן פאר אייביג. (ולבקשת סאלדאט וועל איך דאס מאל שרייבן מיט אביסל גימטריאות למספר 188).

שוין אריבער ב"ה 188 טעג וואס איך האב מיט די הילף פון גאט געפראוועט ריין, אפשר טאקע נישט גענצליך גענצליך ריין פון שמירת עינים אויפן גאס וכו', אבער יא גענצליך ריין פון צו קוקן פארן ר"ל, און פון צו מעסטערבעיטן.

די אלע טעג וואס איך האב זוכה געווען צו מנצח זיין דעם יצר און עומד זיין בניסיון איז קלאר נישט מיין "קרעדיט", אבער קלאר יא מיין "החלטה".

ווען איך האב מחליט געווען אז איך וויל אפלאזן די אלע אלטע זאכן, און איך וויל ווערן אויס בעל מום, בין איך מיט די דעת וואס השי"ת האט מיר באשאנקן, געווען א פקח צו פארשטיין אז איך וועל עס אליינס נישט קענען באווייזן, נאר איך האב מיך אינגאנצן ארויפגעווארן אויפן טאטן אין הימל, און אויסגעריפן "טאטי העלף מיר", והיינו דאהני לי צו סעלעבראטירן דעם היינטיגן טאג.

בלייבט נאר איבער א תפלה אויף להבא, אז דער באשפער זאל ווייטער מצמיח ישועה זיין, און מיר העלפן בלייבן ריין, ביז מיר וועלן שוין בקרוב זוכה זיין צו הערן דעם קול אליהו אויף וואס מיר ווארטן שוין אזוי אחכה לו בכל יום שיבוא, און ס'זאל זיין נאך היי יאר דער שנת גאולה וישועה אמן ואמן!

ביי דער געלעגענהייט האב איך אויך געאפדעיט מיין חתימה מיט א מעסעדזש וואס איך קען באשטיין ס'זאל ווערן געזעהן אינטער יעדע תגובה וואס איך שרייב דא אויף הדא!
(די ווערטער "אחכה לו בכל יום שיבוא" איז געלינק צו א ניגון - פאר ווער ס'האט נאכנישט געכאפט.)

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: ט"ו אלול התשע"ט 03:13 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ו אלול התשע"ט 10:52 #259681

  • סאלדאט
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • I strive to become better
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 303 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 7
Finally צוריק מיט די קאלירן, און ראשי תיבות:joy:

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ז אלול התשע"ט 23:31 #259766

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 596
  • האט שוין געלייקט: 943 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 756 מאל
  • קאָרמא: 14

אחכה, ס'איז מיר א מורא'דיגע פארגענוגען צו זיצן דא קרוב לחצות הלילה און רעכענען צו אלעס שטימט, און "יא" ס'שטימט אלעס !!!
א יישר כח פאר אלעם בכלל און פאר די גימטריאות בכלל !!!

הק' העלפמי

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ז אלול התשע"ט 09:52 #259776

  • קליין
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 29
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
  • קאָרמא: 3

גא"מ 
א גרויסן יישר כח
געוואלדיגע טאלאנט און חיזוק

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ח אלול התשע"ט 23:03 #259884

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

נאך א טאג... נאך א טאג.... נאך א טאג...... 189.... 190.... 191..... 192...... הלוך ונסוע [192] הנגבה.... ברוך השם אשר הנחני בדרך הדא.....

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט אלול התשע"ט 16:17 #259927

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
אחכה לו געשריבן on י"ח אלול התשע"ט 23:03:

נאך א טאג... נאך א טאג.... נאך א טאג...... 189.... 190.... 191..... 192...... הלוך ונסוע [192] הנגבה.... ברוך השם אשר הנחני בדרך הדא.....


העי! ער בלייבט נישט שטיין.... ער רוקט זיך ווייטער...
קיפ אפ יור גוד ווארק!!!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ב אלול התשע"ט 08:37 #259986

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

א חבר האט מיר לעצטענס געפרעגט פריוואט וואס איך קען אים אנדייטן אויף מיין הצלחה וואס דער באשעפער האט מיר געהאלפן אנקוצען צו ווי איך שטיי אצינד.

איך האב אים געענטפערט דאס וואס איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן דא, אז איך האב אסאך געארבעט מחשיב צו זיין און אפרישיעיטן "יעדע ריינע טאג!", איין טאג איז מיר געווען ווערט אזוי ווי 100 טעג והייתי בעיני כמוצא שלל רב.

בענין זה האב איך לעצטענס געזעהן א הייליג לשון פונעם שפתי צדיק, וואס ער שרייבט בזה הלשון: "זהו עיקר חלישות בעבודתינו", - "דאס איז די עיקר שוואכקייט וואס מיר האבן אין עבודת השם יתברך", "שהיצר מכניס עניוות פסולה ללב" - "די יצר הרע ברענגט אריין אין הארץ א פסול'ע און פאלשע עניוות", "שאיני כדאי לשרת לפניו יתברך שמו, ולא ממנו וערכו תתקבל שרות ברצון" - "ווער בין איך דען, צו זיין ווערט צו באדינען דעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער נעמט נישט אן מיין עבודה, מיין דאווענען און מיין לערנען, ווייל איך בין דאס נישט ווערט".

און דער שפתי צדיק פירט אויס: "וזהו שקר, שמכל איש מתקבל" - "און דאס איז א פאלשע מחשבה, ווייל דער אויבערשטער נעמט אן פון יעדן איינעם", "רק שיהי זכיה רבה בלבו שזוכה לשרתו" אבער דער מענטש דארף שפירן די גרויסע זכיה אין זיין הארץ, אז ער איז זוכה צו דינען דעם אויבערשטן, "ומעט עבודה שעובד יהיה יקר בעיניו מכל חיותו" - "און דאס ביסל וואס ער טוט פארן אויבערשטן, זאל זיין ווערט אין זיינע אויגן, מער ווי זיין גאנצע לעבן!".

דער שפתי צדיק פירט אויס מיט א גאר געוואלדיגע חידוש, אז ווי מער א מענטש איז ליידער דערווייטערט פונעם אויבערשטן, וואס מער ער איז פארזינקען אין לופטיגע נארישקייטן, אלס מער דארף זיין גרעסער און דערהויבענער זיין שמחה און פרייד מיט זיין עבודת השם. "כפי קטנות האיש, צריך להיות יותר מלא שמחה שזוכה מעט שירות" - "לויט ווי קליין די מענטש איז, אלס מער דארף ער זיך פרייען מיט דאס ביסל וואס ער פארמאגט יא".

דער הייליגער יסוד העבודה דריקט זיך אויס אין א בריוו מיט אן אינטערעסאנטע לשון, ווי פאלגענד: "המפתח הקטן, והוא הגדול ביותר" - "די קלענסטע שליסל צוצוקומען צו עבודת השם, וואס דאס איז אויך די גרעסטע און וויכטיגסטע שליסל", "שיהיה יקר בעיניו עבודת ה'" - "אז די עבודת השם וואס ער איז זוכה צו טוהן פארן אויבערשטן, זאל זיין טייער און חשוב אין זיינע אויגן.

בלייבסט מיר אלע ריין, און א כתיבה וחתימה טובה!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ב אלול התשע"ט 16:34 #260004

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

שכח
נהנתי

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ו אלול התשע"ט 01:30 #260094

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

צו איך גלייב עס יא צו נישט צייגט דער טשארד אז היינט בין איך ריין פאר 199 טעג, א זאך וואס גלייבט זיך שווער, אבער דאס איז דער פאקט וואס שלאגט אצינד אין פנים אריין מיט א ליבליכע פריינדשאפט.

לך ה' הצדקה [199] נאר מיט דיין הילף באשעפער בין איך אנגעקומען ביז אהער, ווייל ולנו בושת הפנים אליינס וואלט איך נישט געקענט, נאר געבליבן פארשעמט.

מיטן הילף פונעם בעשעפער גרייט איך מיר די פאלאזן די 100'טער נומערן אינטער מיר ריין, און אריינשפרייזן אין די 200 נומערן מוסיף והולך צו זיין מיטן הילף פונעם מלך קל חי וקים.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ז אלול התשע"ט 00:45 #260119

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

ברוך אתה ה"א מלך העולם שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!

צוליב מאנגל אין צייט

וועל איך אצינד לייגן אין א זייט

וואס איך האב געוואלט אהערשטעלן מיט פלאג

לכבוד מיין היינטיגע 200'סטע ריינע טאג 

נאר איך וועל מיטן באקאנטן כלל גיין

"א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער" אזוי שיין

און אי"ה אינעם קומענדיגן געלעגענהייט 

וועל איך משלים זיין מיינע אומגעשריבענע רייד


speedometer-needle-displaying-200-450w-124708354.jpg

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: כ"ז אלול התשע"ט 00:46 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ז אלול התשע"ט 08:14 #260120

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

צוליב מאנגל אין צייט
וועל איך שטעלן אין א זייט
די פאסיגע וועג פון באגריסן
אזא מעלדונג אזא זיסן.
נאר מיטן באקאנטן כלל זיך פירן
די וועלט זאגט "הערצער שפירן"
ווען מען האט א זמן א פאריאגטע
וועט א גוטע פריינד פארשטיין דאס אומגעזאגטע!
הצלחה!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ז אלול התשע"ט 08:55 #260122

  • מיושב
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 40
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 9
לכבוד הרב אחכה
מזל טוב ! מזלטוב!
געוואלדיג געוואלדיג!!!!!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ז אלול התשע"ט 09:24 #260124

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 432 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 754
  • האט שוין געלייקט: 1777 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 972 מאל
  • קאָרמא: 15

מזל טוב פאר דיין 

download_2019-09-27.jpg

עפעס א גמטרי'
ומזל טוב ומזל טוב
זאל שוין קומען א ריינע יאר פאר גאנץ כלל ישראל

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ז אלול התשע"ט 10:08 #260127

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47

מזל טוב!!!!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ז אלול התשע"ט 11:24 #260131

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 470 טעג
  • OFFLINE
  • מנהל
  • מעלדונגען: 517
  • האט שוין געלייקט: 957 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1024 מאל
  • קאָרמא: 20
Wow wow wow wow 

מזל טוב

אחכה די אייבישטער זאל דיר געבן אלע דיינע יארן ביז די 120 

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ז אלול התשע"ט 11:54 #260133

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 596
  • האט שוין געלייקט: 943 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 756 מאל
  • קאָרמא: 14

מזל טוב מעומק לבבי 
כן יעזור ה' להלאה בלי שום הפסק

הק' העלפמי

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ז אלול התשע"ט 14:07 #260136

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

מזל טוב

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ט אלול התשע"ט 11:31 #260140

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 250 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 281
  • האט שוין געלייקט: 330 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל
  • קאָרמא: 25
wow מזל טוב 

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ט אלול התשע"ט 12:14 #260141

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

אה... אזאלעכע הייליגע טייערע לעכטיגע טעג וואס ס'לויפט יעצט, עס שיינט און בליטשקעט ארויס דאס פנימיות און הייליגקייט פון א יעדעס אידיש נפש.

געלויבט השי"ת אז אריינטרעטענדיג אינעם יומא דינא רבא וועל איך פראווענען אינאיינעם מיט די 204'סטע טאג וואס דער באשעפער האלט מיך ריין אזוי וואונדערליך.

און אינעם צווייטאג טאג ראש השנה, וועט זיין יום 205 בחסדי השם.

זאל עס רעדן פארן בורא עולם, זאל מיר עס זיין א מליץ יושר אז איך זאל קען ווייטער בלייבן ריין און זיך האלטן ערליך.

אין דער געלעגענהייט ווינטש איך הארציג אן בברכת השנה פאר אלע טייערע הייליגע חברי הדא, א כתיבה וחתימה טובה, א זיס לעכטיג ריינעם פרייליך יאר מיט כל משאלות לבבינו לטובה ולברכה, וימלא ה' כל משאלות לבנו לטובה, און די תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון. אמן.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: כ"ט אלול התשע"ט 12:19 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' תשרי התש"פ 19:57 #260249

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

אריינטרעטענדיג אינעם הייליגסטן טאג פון יאר, וועל איך בעז"ה אפצייכענען 212 ריינע טעג, ומה אשיב לך והכל שלך.

בעהט איך ביים רבוש"ע: קולי שמע וראה דמע עיני ריב ריבי שעה ניבי והשיבני סלחתי!

א גמר חתימה טובה פאר אלע מיינע טייערע הייליגע ידידים.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"א תשרי התש"פ 00:28 #260263

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
"אחכה!, וויאזוי וואלסטו באטיטול'ט א יו"ט געפיליש...???" האט מיר מיין קליינע 12 יעריגער ברודער געפרעגט פאריגע וואך.

ער איז טאקע נאר 12, אבער ער רעדט און טראכט מיט א מח וואס איז לכה"פ 10 יאר עלטער ווי אים.

"וואס הייסט?" פרעג איך אים צוריק.

"זייער פשוט" קומט זיין אנטווארט, "דו וואלסט אנגערופן א יו"ט 'דערהויבן', 'שיין', 'לעכטיג', 'ווארעם, צו עפעס אנדערש?".

"מסתמא וועט זיך עס ווענדן אין עטליכע זאכן" האט מיין ענטפער נישט געשפעטיגט צו קומען, "אזוי אויך וועט עס מעגליך זיין אויך געוונדן אין נאך ארומיגע זאכן, און געוויס אויך וועלעכע יו"ט".

"בעת ווען נאך סוכות וועל איך זאגן אז ס'איז געווען א 'שיינע' יו"ט, קען זיין אז נאך פסח וועל איך זאגן אז ס'איז געווען 'דערהויבן', און נאך שבועות אז ס'איז געווען 'ווארעם',"

און אזוי איז די שמועס געפארן ווייטער.

*

נו, לאמיך ענק פרעגן: וויאזוי וואלטן ענק אנגערופן דעם פארלאפענעם הייליגן יו"ט פון יום הקדוש???

כ'בין זיכער אז צווישן די תירוצים וועט זיין די פאלגענדע: "הייליג", "ווארעם", "דערהויבן", "ריין", א.א.וו., און דער אמת איז אז אלעס איז ריכטיג.

אבער פארט בין איך דאס יאר געקומען צו א נייע הכרה: איך בא'טיטול דעם יו"ט אלץ א "עכטע יו"ט", יא, ס'איז אזוי "עכט", אזוי "אמת'דיג", אזוי "אקוראט", און אזוי "אויפריכטיג".

ווי איז א איד נאך אזוי "עכט" ווי יום הקדוש אין ביהמ"ד? דאס איז דאך דער אמת'ע אמת ווי א איד וויל זיין, און ווי א איד וויל זיך געפינען.

ווען מ'זאל פרעגן א מענטש וואס האלט ביי גסיסה ה"י, ווי ער וואלט מער געוואלט פארברענגן דורכאויס זיין לעבן?, אויב איז ער א אידיש קינד - מעג ער זיין אפי' די שוואכסטע איד - וועט ער ענטפערן "אין ביהמ"ד", ווייל דאס איז ער עכט.

דער הייליגער מהר"ל איז מסביר אז וועגן דעם איז דער כהן גדול אריין לפני ולפנים מיט בגדי "לבן", ווייל דאס איז דער איינציגסטע "עכטע" און "אמת'ע" קאליר, ווייל אלע אנדערע קאלירן דארף מען פעינטן רויט, גרין, בלוי, אז ס'זאל ווערן יענע קאליר, אבער אנדערש איז ווייס, וואס דאס איז עכט!, פון זיך אליינס, און דאס קומט ווייזן דאס עכטע רצון פון א אידישע נשמה איז זיך צו געפינען "לפני ולפנים".

*

אט דאס זענען געווען מיינע געפילן דעם יום הקדוש.

טראץ דעם וואס איז געדענק נישט א יוה"ק אין וואס איך האב אריינגעטראסקעט אזוי ווי דאס יאר, איך האב מיך ממש גארנישט געגרייט, ליידער, צוליב דעם וואס איך בין געווען זעלטן פארנומען אין ארבעט ב"ה, אבער מיט דעם אלעם געדענק איך נישט איך זאל סערווייוון אזא "עכטע" יום הקדוש.

די ערשטע מאל וואס איך האב מיך געשפירט האבן עפעס שייכות מיט דער "עכטער" קאליר "ווייס" פון מיין קיטל. איך האב קאנעקטעט דערצו, איך האב ב"ה זוכה געווען צו טועם זיין אין מיינע לעצטע 212 טעג א געפיל פון "ריינקייט", און א געפיל פון "אמת".

אויב דאס איז נישט גענוג, האט מיר דער באשעפער צוגעשיקט צו טרעפן מיין טייערע ידיד - וידיד כל בית הדא - אוזע'לע, כל נדרי ביינאכט, אויפן וועג אהיים פון ביהמ"ד, וואס דאס האט טאקע געמאכט מיין יוה"ק פאר "עכט", מיט אזאלעכע ווארעמע ברכות וואס איך האב פון אים באקומען.

בלייבט נאר איבער צו ווינטשן פאר אלעמען א "עכטע ריינע" זיסע געזונטע יאר, מ'זאל האבן געפועלט אלעס גוטס, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו דער גרויסע ישועה.
איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ב תשרי התש"פ 09:51 #260285

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

אחכה'ס טאג בוך - בפרוס חג הסוכות תש"פ לפ"ק

איך האב געגעבן דעם לעצטן זעץ מיטן האמער אויפן נאגל,
און דאס איז געווען די מכה בפטיש וואס האט פארענדיגט מיין שווערע הארוואניע פון צו בויען מיין קליינע סוכה'לע ווי איך און מיין פאמיליע וועלן אין די נאנטע טעג זיך אריינזעצן דערין מקיים צו זיין די היילגע מצוה פון "בסוכות תשבו שבעת ימים" און זיך פרייען מיט'ן לעכטיגן יום טוב פון "זמן שמחתינו" בשבת אחים גם יחד.

איך געב זיך א גראד אויס מיין איינגעבויגענעם רוקן, וויש שנעל אפ די שווייס פון מיין שטערן וואס טריפעט אומאויפהערליך אויף מיין פארשוויצטן פנים, און ווי פון זיך אליין פאל איך אנידער אינעם דערנעבענדיגן בענקל, אריינציענדיג א טיפען אטעם מיט אן עטוואס פארלייכטערטע געמיט, ווען א אוממערקבארער שמייכל ציעט זיך אויס אויפן ווינקל פון מיין געזיכט צוקוקענדיג זיך ווי מיין שווערע הארוואניע פון די לעצטע פאר טאג איז געקרוינט געווארן מיט ערפאלגרייך, און ב"ה שוין כמעט געקומען צו אן ענדע.

צו מיין פרייד איז קיין גרעניץ נישט דא, מיינע מחשבות רעכענען שנעל אויס אז לויטן פארבליבענעם חשבון פון די טעג אינעם קאלענדער וועט ער די סכך שוין ווארשיינליך לאזן פאר ערב שבת, די נוי סוכה וועלן שוין ווערן ארויפגעלייגט מיט פראכט דורך די חשובע עקרת  הבית צוזאמען מיט די קינדערוואס זיי קוקען שוין אייגענטליך ארויס א גאנץ יאר אויף דעם מאמענט, האפענטליך וועט עס נאר דורך גיין רואיגערהייט אן קיין קריגערייען צווין די קינדער, ווייל ס'איז פשוט נישט דא קיין צייט צו זיין נאכדעם אז די ראש בית א"ב דין וואס זאל מפשר זיין די סכסוכים. דערוויייל לויף איך שנעל צום דיין מיט מיין אתרוג, זיכער צו מאכן אז מיין הדר'ל איז טאקע דאס אויף וואס איך האט מתפלל געווען אינעם פארגאנגענעם חמשה עשר בשבט, און אט איז די פרייליכע יום טוב סוכות שוין דא מיט אירע פילפארביגע קאלירן.

אזוי שוועבענדיג אין מיינע געדאנקען אין באטראכטענדיג די האלצענע ירושה סוכה ברעטער - וואס איך האב גע'ירשנט פון איר פאריגן בעל הבית - וועלכע הייבן זיך שוין אן צו שיילן פון ארום און ארום נאך אזויפיל יארן פון איר באנוץ, זינגט זיך אחכה ווי פון זיך אליין אינטער מיט געשמאק - באגלייט מיט זיסע זכרונות פון מיינע קינדער יארן: "א סוכה'לע א קליינע מיט ברעטער'ליך געמיינע, האב איך מיר א סוכה'לע געמאכט..." יא, יא, אצינד האט די ניגון גאנץ אנדערע באדייט מיט א גאר א הייסע און ממשות'דיגע משמעות.

אבער איין מינוט - שוועבט איך ווייטער אין מיינע געדאנקען -  יא, פון גאנץ פשוטע און געמיינע ברעטער האב איך מיט אביסעלע ארבעט געקענט אהערשטעלן א הייליגע סוכה, א הייליגע פיר ווענט וואס וועט דינען פאר א פלאץ ווי די שכינה הקדושה מיט די ז' רועים וועלן דא אריינקומען און שעפן א נחת רוח פון אונז זייערע טייערע צאן קדשים, די אלע שמות הקדושים וואס אונזערע צדיקים האבן געזען אויף די סוכה ווענט, ווען טאקע רוען אויך דא אויף די פשוטע געוועזענע ברעטער וואס איז שוין היינט - נאך די שווער אריינגעלייגטע מי און הארוואניע פארוואנדלט געווארן אין א גאנץ אנדערע מציאות, אין א צוזאמשטעל פון א הייליגע סוכה.

*

כי האדם עץ השדה, יעדעס אידיש קינד איז צוגעגליכענט צו אן "עץ השדה", א האלץ פון פעלד, יא א פשוטע האלץ, וואס אמאל קען אפי' זיין דרויסענדיגע אויסזען פארשטעלן א אויסשטעל פון  גאנץ א פשוטע ברעט, און צומאל אפי' א געמיינע ברעט, אבער לאמיר נישט פארגעסן אז מיט בלויז אביסעלע הארוואניע וואס מ'וועט אריינלייגן, און מיט אביסעלע עבודת המדות וואס מ'וועט ארבעטן אויף זיך, און מיט יעדע מינוט וואס מען האלט זיך ריין אפי' ס'קומט אן אזוי שווער, וועט פון די פשוטע ברעט ארויסגעהאקט ווערן אינגאנצן א צווייטער מציאות, און א בריה חדשה ממש, וואס וועט קענען אנקומען צו גאר הויעכע מדריגות און גאר ווערן א פלאץ אין ווי די שכינה הקדושה זאל וועלן קומען רוען אין איר, און לאזן קומען צום אויסדרוק די פסוק פון "ושכנתי בתוכם" און ווי די באקאנטע ווערטער פונעם הייליגן אלשיך הק' "בתוך כל אחד ואחד" מיטן מאכן רוען זיין כבוד אין דעם איד וואס האט אויף זיך געארבעט אנצוקומען צו דעם, יא, ער וועט ווערן א מרכבה פאר כביכול די שכינה הקדושה אליין, אין צוזאמען מיט די הייליגע אבות די "אישפיזין עילאין" וועט דער בורא זיך בארימען מיט דעם אידל אין אלע עולמות אין מיט אים שטאלצירן, "ישראל אשר בך אתפאר".

די זיבן טעג פון סוכות איז מרומז אויף די זיבעציג יאר פון א מענטש, ווי ס'איז מבואר אין די ספרי חסידות, אזוי אויך די שאטן אין דער "צל" הסוכה איז מרומז אויף די לעבן פון א מענטש וואס איז ימינו כצ"ל עובר, א גאנץ לעבן האבן מיר א הייליגע אויפגאבע פון כסדר ארבעטן אויף זיך אין אריינהאקן נאך א שרויפל און נאך א שבירת התאווה אין די ברעטער פון אונזער פערזענליכער "עץ השדה", און שטייגן אלץ העכער און העכער אין ראנג פון עבודת המדות אויסצופארעמען פון זיך צו ווערן אן אדם השלם.

יעדעס מאל ווען מיר אפדעיטן אונזער טשארט צו נאך א טאג ריין, האקן מיר אריין נאך א שרויף און אונזער סוכה, און אונזער אדם עץ השדה. יעדע מינוט וואס מיר האלטן זיך צוריק פון צו קוקן ערגעץ ווי מיר מעגן נישט, האקן מיר ווידעראמאל אריין א נאגל אין אונזערע חומריות'דיגע ברעטער, ביז צוביסלעך ווערן מיר מער און מער ריין טייער הייליג און לויטער.

גלייכצייטיג ווען מיר בויען זיך אויף דא בעולם הזה אונזער פערזענליכע סוכה'לע, בויעט כביכול די באשעפער אין די זעלבע צייט א שיינע סוכה פאר אונז דארט אין הימל לעולם הבא, צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אין איר צו זיצן לאחר אריכת ימים ושנים טובים אין גן עדן העליון יעדער איינער לויט זיינע מעשים טובים, ווי דארט וועלן מיר הנאה האבן אין באקומען שכר פאר אלע אונזערע מצוות און מעשים טובים לעלמי עד ולנצח נצחים, ולפומיה דעבידתא עבידן מטללתא.

היי יאר ווען מיר וועלן האבן די זכיה זיך נאכאמאל אריינצוזעצן אין די סוכה וועלן מיר זיך מתבונן זיין און אריינקלערן אין אט די נקודה, און מיר וועלן הערן – און נישט נאר הערן נאר טאקע "דערהערן" - די מוסר השכל וואס די ברעטער פון די סוכה לערנען אונז, און דאס וועט אונז אויפוועקן און דערמאנען די אויפבוי פון אונזער פיזישע סוכה, און מיט א הייסע קבלה וועלן מיר זיך מקבל זיין צו טוען וואס מעגליך צו פארזיכערן אז שלא נבוש ולא נכלם לעולם ועד אז מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען מיט מיט אונזער סוכה פון לעתיד לבא, און מיר וועלן זיך ווייטער שלאגן במסירות נפש צו בלייבן ערליך ריין און אפגעהיטן.

בלייבט נאר איבער צו ענדיגן מיט א בקשה: "הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת".

האטס מיר אלע א פרייליכן יו"ט!

ענקער פריינד אחכה.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: י"ב תשרי התש"פ 09:52 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ג תשרי התש"פ 20:57 #260292

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

שטארקע ווערטער.
שכח.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ג תשרי התש"פ 22:37 #260315

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

א גוטע וואך און א געזונטן ווינטער אלע מיינע טייערע הדא פריינט!

געהאט ב"ה גאר א שיינעם און דערהויבענעם יו"ט, מיט א תפלה צום באשעפער אז "והשיאינו ה"א את ברכת מועדיך לחיים ולשלום" פאר א גאנץ יאר.

איך האב היינט בעצם יום שמחת תורה געהאט גאר א מערקווירדיגער און אינטערעסאנטער זאך:

מען האט מיך מכבד געווען מיט כבוד התורה אין דעם ביהמ"ד ווי איך דאווען, און פונקט דאן האט מען אנגעהויבן דעם ניגון פון "וטהר לבנו לעבדך באמת"... איך האב מיר גלייך געשפירט "קאנעקטעט" צו דעם ניגון, יא, דאס איז דאך אצינד מיין גאנצער באגער און בקשה, צו מקיים זיין די הייליגע תורה בקדושה ובטהרה. אזש, עס האט זיך ממש געשפירט ווי מען זינגט "אחכה לו... בכל יום שיבוא..."

עס ענדיגט זיך אבער נישט דא, כ'מיין אז דערוילם געדענקט נאך אז אחכה'ס נשמה גלייכט זייער גימטריאות, האט איך גלייך אויסגערעכענט אז "וטהר לבנו", איז בגי' אקוראט 224 (עם כולל האותיות), גענוי דער מספר פון ריינע טעג וואס איך האב בו ביום זוכה געווען צו ציילן, האלטענדיג אינמיטן מיין צוויי הונדרעט און פינעף און צוואנציגסטער טאג!

ס'איז מיר געווען א געוואלדיגער חיזוק, איך האב געשפירט אזא דירעקטע מעסעדזש גראד פונעם אויבערשטן ווי ער זאגט: "מיין טייער קינד, איך זעה דיין מוטשעניש, און איך האב זייער הנאה פון דיין עבודה אויף טהרה".

בלייבט נאר איבער צו ווינטשן, אז מיר זאלן אלע אינאיינעם זוכה זיין צו פראווענען א "לעכטיגע ריינע" יאר, וואס דאס וועט אונז געוויס צוברענגן אז דאס זאל זיין א "זיסע און געשמאקע" יאר!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: כ"ג תשרי התש"פ 22:39 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ח תשרי התש"פ 14:39 #260476

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

אין מיין היינטיגער טאג זאג איך: ראה אנכי נותן לפניכם [230] היום ברכה.

און איך אנערקען אז אלעס חוץ דער באשעפער איז הבל הבלים, און ווען נישט דער געטליכער חיות וואס ליגט אין יעדער זאך, וואלט דאס נישט געהאט קיין שום האפט, לבד הנשמה הטהורה שהוא עתידה ליתן דין וחשבון.

קיינמאל נישט געגלייבט אז דער באשעפער וועט מיר העלפן אנקומען ביז אהער, מיין געבעהט אצינד איז: ואל תטשינו ה"א לנצח!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ל' תשרי התש"פ 00:54 #260580

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

היינט געהאט די זכיה ב"ה אנטייל צו נעמען ביי א שמחה בבית פון איינע פון די חברי הדא, מיינע געפילן בשעת ווען איך בין געזעסן ביי דער שמחה איז געווען אנדערש ווי אלעמענס געפילן. איך האב געפילט און געטראכט פון אונזערע נסיונות, און אונזערע דערגרייכונגען וואס דער באשעפער האט אונז געגעבן, און דערמיט געהאלפן אנצוקומען צו אזא שיינע לעכטיגע אידישע שמחה.

זאל דער באשעפער העלפן אז ביי אונז אלע אויף שמחות, מיט תענוג ונחת דקדושה, ענטפערט'ס אלע: אמן!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' חשון התש"פ 00:31 #261071

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

אמאל און היינט...

אמאל, איז ליידער אחכה'ס נשמה געווען אין א מצב פון מ"ר, ביטער ווי א זית....

היינט, מיטן הילף פונעם באשעפער וואס היט מיר, איז מיין נשמה אין א מצב פון ר"ם, דערהויבן!

אין די זעלבע צייט וואס איך פריי זיך מיט מיינע 240 טעג בחסדי ה', וויל איך אויסדרוקן מיינע הערצליכע ווינטשן פאר חבירי וידידי היקר, וידיד כל חברי הדא ה"ה צדיק12 פארן אנקומען צו 300 ריינע טעג, זעה דא.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' חשון התש"פ 00:45 #261072

  • Dac2813
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 76
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
  • קאָרמא: 22

מר איז אויך איינע פון די בשמים פון די קטורת, וואס ווערט אנגערופן מר דרור,
דער רמב"ן זאגט אז דאס איז א בשמים וואס איז בלוט איינגעזאמלט און א געוויסע חיה ממשפחת הצבי, און ווען ער גייט צווישן די שטעכעדיגע גראזן, רינט עס ארויס, און מען קלויבט עס צוזאמען.
לענינינו, מיט בלוט און מיט שווייס האט מען געהארעוועט, פון אנהייב האט מען עס אנגערופן זייער ביטער, און עס שטעכט ווען מען גייט עס אריבער, אבער נאכדעם וואס עס קומט ארויס, איז עס גאר א גוטע בשמים, וואס מען איז מקריב פון דעם קטורת פארן אויבערשטן
חזק ואמץ

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' חשון התש"פ 00:53 #261074

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 272 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל
  • קאָרמא: 27

ליבער אחכה, מזל טוב פאר דיין סימן ר"מ, ר"מ איז דאך דער סימן אין שו"ע פון קדושה.

איך פריי זיך אזוי שטארק מיט מיט דיין שמחה, אז דו קענסט זיך נישט פארשטעלן, דער אייבישטער זאל דיר תמיד העלפן.

דו ביזט איינע פון מיינע מאדעלן וואס איך וויל דיר נאכמאכן, 240 טעג, 250, 500, 1000, און אזוי ווייטער.

סא דו ביזט א חלק פון מיין סוקסעס, ווייל ווען מזעט א מאדעל איז גרינגער נאכצומאכן.

אלזא בעט איך דיר, אל תאמין בעצמך, הרחק מן הכיעור ומן הדומה לו, היט דיך און בלייב ריין, דו האסט איצט אן אחריות ווייל אידן הענגען זיך אן אין דיר.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י' חשון התש"פ 14:48 #261236

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
דראפעט געשריבן on ח' חשון התש"פ 00:53:

אלזא בעט איך דיר, אל תאמין בעצמך, הרחק מן הכיעור ומן הדומה לו, היט דיך און בלייב ריין, דו האסט איצט אן אחריות ווייל אידן הענגען זיך אן אין דיר.


זייער שטארק געזאגט דראפעט, האסט מיר מיט די ווערטער געגעבן געוואלדיגע חיזוק אויף ווייטער. נמצא אז דו ביסט א חלק פון מיין סוקסעס, (ס'איז מיינס???? ניין... ס'איז דעם באשעפער'ס!).

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י' חשון התש"פ 14:59 #261237

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

אלה מסעי בני ישראל.... [242]

בלב מלא רגש טוה איך אצינד פארצייכענען מיינע געפילן צו מיין היינטיגער טאג.

מ'פארט און מ'פארט, בחסדי ה' אנגעקומען ביז אהער, אדורך פארשידענע מסעות, און אט האלט מען שוין ביי די מספר נישט פון 42 (ווי די מספר מסעות פון כלל ישראל אין מדבר), נאר מיטן הילף פונעם גרויסן באשעפער שטייט מען היינט ביי סטאנציע נומ. 242.

מיט מיין קולמוס [242] הלב, וויל אצינד תפלה טאן אויף ווייטער, און בעטן ביים בורא עולם אז איך זאל ווייטער קענען מצליח זיין אינעם מלחמה לה' בעמלק [242], בדעה צלולה [242] מיט א ריינעם הארץ און מח לאורך ימים.

אין די זעלבע צייט וויל איך אויך געבן א תודה לבורא עולם [800] פארן מיר געבן דער זכיה אנצוקומען צום מספר פון 800 מעלדונגען דא אויף הדא כמנין והיית אך שמח!, און דערמיט מחזק זיין און העלפן אנדערע מצליח צו זיין אין זייער ריינקייט, והיה זה חלקי מכל עמלי.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: י' חשון התש"פ 15:00 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ג חשון התש"פ 11:30 #261977

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

היינט באקומען פון א חשובע חבר החבורה אין פריוואט מעסעדזש, ס'האט מיר געגעבן חיזוק, און איך טייל עס מיט עולם, אפשר וועלן אנדערע אויך הנאה האבן:



וואס זאל איך זאגן, איך פריי זיך אז כבין דא, כבין אויף א פלאץ ווי סאיז מעגליך מיט גאטס הילף אז כוועל זיך סעטעלען.

אבער ליידער די לעצטערע יארן בין איך שוין געווען אביסל קאלט צו מיין פראבלעם, די סייט וואלט איך געדארפט האבן קריטיש פאר 20 יאר צוריק, אפילו פאר 10 יאר צוריק, נישט צום באגרייפן וואס איך בין א דורך.

כגעדענק ווי מיין ראש הישיבה האט אמאל געזאגט פאר מיין טאטע, "כגעדענק נישט כזאל אמאל האבן אזא חשוב בחור אין ישיבה" די טראסק פון נאכדעם איז ממש נישט געווען צום אריבער טראגן.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ד חשון התש"פ 04:00 #262042

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

איך האב באמת פון דער תגובה געעפענט א באזונדער טרעד דא אבער היות איך וויל ס'זאל פאראייביגט ווערן אין מיין טרעד, לייג אין עס אויך דא, אבער קאמענטירן זאל מען ביטע דארט.

*

תתחדש צו מיין נייע........ פילטער!

היינט איז עס געווען, ווען כ'האב מיר איינגעהאנדעלט א נייע כלי מפואר.... א שיינע נייע קאמפיוטער צו פארגרינגערן און פארשנעלערן די ארבעט בעז"ה.

אבער איין מינוט.... איך מיין אז אלע ווייסן – עכ"פ ווער ס'האט שוין אמאל געקויפט א נייע כלי - אז א נייע קאמפיוטער קומט מיט א פילטער...... יא מיט א.... ניין, כ'מיין אן א פילטער.... וואאף, דאס א געלעגענהייט.... (אויך מיר א געלעגענהייט...), וואס הייסט? אפן צו אלעס..... יא, בוכשטעבליך, צו א-ל-ע-ס... אויך צו.... און אויך צו.... און אפי' צו.... (יו פיל אין די בלענקס).

דאס אלעס איז - אין קורצן - וואס ס'וואלט זיך אפגעשפילט אין מיין מח פאר 256 טעג צוריק, און פון דארט ביז לאחר המעשה וואלט גענומען זייער א קורצע צייט... ליידער....

*

אבער היינט איז די געשיכטע געווען א צווייטע מציאות אינגאנצן.

צו מאכן א לאנגע מעשה נאך לענגער.... מיין אלטע קאמפיוטער האט נאך געארבעט, האב איך דערווייל ווייטער געארבעט דארטן, ווען איך האב געענדיגט וואס איך האב געהאלטן אינמיטן, האב איך גלייך גערופן דער פילטער קאמפעני וואס איך האב געוואלט איסטעלירן, און זיי גלייך געבעטן צו ליגן א פילטער אויף מיין נייע קאפיוטער, למעשה האט מען מאיזה סיבה עס נישט געקענט ארויפלייגן ביז עטליכע שעה שפעטער, ווען איך בין דעער גאנצע צייט געזיצן נעבן דעם כלי, און עס "ניטאמאל אנגערירט".

צו זיין אמת'דיג: ס'האט מיר ניטאמאל אינטערעסירט....

"איך קום שוין פון דארט".... איז אצינד נישט נאר געווען א טערמין, נאר א טרוקענע מציאות, איך האלט שוין נאכדעם ב"ה (ב"ה איז אויף די נאכדעם... הלואי ווען ס'וואלט קיינמאל נישט געווען א פארדעם און א נאכדעם..), און איך ווייס זייער גוט ווי מ'קומט אן, און די פעין פון נאכדעם (און בשעת מעשה..), און האב מיר עס פשוט נישט געקענט עפארדן...

איך האב פלוצלונג געטראכט מיט א קלארע און ניכטערע מח, "טייערע אחכה, דו ווייסט זייער גוט דער אמת, און דו ווייסט אז ס'גייט דיר גארנישט ברענגען חוץ יגון ואנחה, און מעגליך אויך צו פארלירן דיינע אלע ריינע טעג ביז היינט אויף וואס דו האסט אזוי שווער דערויף געארבעט".

איך האב געטראכט צו מיר: אמאל וואלט אזאנס געקענט פאסירן???

קלאר אז נישט!

נאך עטליכע שעה האבן זיי מיר צוריקגערופן, און ב"ה ארויפגעלייגט דעם פילטער, בעת ווען איך בין בחסדי השם דורכגעשווימען דעם נסיון אויפן שענסטן אופן, און ניטאמאל געעפענט דעם בראוזער.

ווער ס'דארף פראוו אויף עכ"פ א חלק פון די מעשה, קען פרעגן אונזער טייערע מנהל און אחראי  GYE וואס האט מיר אריינגערופן ווען מ'האט געהאלטן דאן אינמיטן אינסטאלירן דעם פילטער.

וואס זאל איך ענק זאגן.... אפי' כ'זאל ווען וועלן וועל איך ענק נישט קענען מסביר זיין דער גוטער געפיל וואס איך האב געהאט נאכדעם, אוי, ס'איז דאס אזוי לעכטיג געווען.

*

אצינד ווען איך טוה מיר געזעגענען פון מיין אלטע קאמפיוטער אויף אייביג, וויל איך אים איבערלאזן די פאלגענדע דברי פרידה:

מיין טייערע געהילף.

צום אלעם ערשט דאנק איך דעם בורא עולם אז ער האט דיר צוגעשיקט פאר מיר ביז היינט, מיר ארויסצוהעלפן, און עטוואס גרינגער צו מאכן דער קללה פון בזיעת אפך תאכל לחם.

פון די אנדערע זייט געזעגען איך מיר פון דיר מיט אביסל נישט אזאלעכע געשמאקע זכרונות... יא, דורך דיינע קארידארן בין איך ליידער אין דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט געשווימען און זיך געדרייט צווישן אזאלכע אומבא'טעמ'טע מקומות וואס איך וויל אפי' נישט פורט בשמם זיין... דו ווייסט אבער זייער גוט וואס איך מיין, און נאך ווי, ווער דען אויב נישט דו ווייסט ווי און צו וואס מ'קען אלץ אנקומען דורך דיר.

ווידער שווימט מיר ארויף אין געדאנק דער פרייליכער ענדע, וויאזוי איך האב אין דיר בחסדי ה' געטראפן דער הייליגער און אזוי וויכטיגע טייערע סייט הדא און וואס די ווערטער וואס איך שרייב אצינד צו דיר ווערן אצינד פאראייביגט.

דא פארענט פון דיין פנים בין איך געזעסן און געטון מעשים אשר לא יעשו... ווען איך האב דאס שפעטער פארכטן מיטן זיין אן אקטיווער מעמבער אין הדא! אין א בחינה פון באותו מקום ובאותו זמן....

אצינד ווען איך לייג דיר אוועק, בעט איך דיר, אויב דו וועסט אמאל אנקומען צו די הענט פון א אידיש קינד וואס וועט זיך לאזן איינרעדן צו מאכן די זעלבע טעות וואס איך האב געמאכט. זאלסטו אים גלייך אויסשפייען "הדא", און אים שיינערהייט מסביר זיין אז ער זאל נישט באגיין אזא טעות, ולא ימות כדרך שמת פלוני.

*

און אצינד צו דיר מיין נייע קאפיוטער.

צו דיר וועל איך רעדן אביסל א אנדערער שפראך:

פון איין זייט בין איך פריילעך און צופרידן אז איך האב דיך איינגעהאנדעלט, אין א געוויסן זין ביסטו ביי מיר זייער באליבט, איך האב דורך דיר נאכנישט געטון קיין שום שעדליכע זאכן, אפי' אין די פאר שעה וואס איך האב געהאט די בחירה...

פון דער אנדערע זייט וויל איך צו דיר רעדן זייער קלאר און שארף:

אהובי ידידי, איך גיי טאקע פון היינט פארברענגן אויף דיר מערערע שעות איבערן טאג. וויסן זאלסטו אבער, אז דאס איז נישט ווייל איך וויל, אדער פאר שוואויל טאג, וכדומה, מצידי וואלט מיר זייער גוט געווען צו ארבעטן און דער זעלבער "ניטינג" קאמפעני ווי מיינע זיידעס האבן געארבעט דא ווען זיי זעענען געקומען קיין אמעריקא, זיי זענען יעדע סוף וואך אהיימגעקומען מיט זייער געהאלט, און פון דעם געלעבט אין חתונה געמאכט די קינדעלעך.

די פראבלעם איז אבער אז דער ניטינג קאמפעני איז שוין געשלאסן געווארן... היינט מאכט מען אלעס אין כינע, און דער וועלט האט זיך געטוישט, און די היינטיגע וועג פון ברענגען פרנסה איז א גרויס חלק דורך דיינע מיטלען, און אז דער באשפער האט עס אזוי אויסגעשטעלט וועלן מיר זיך צו דעם צושטעלן.

אבער געדענק:

איך בין נישט דא, נישט פאר קיין שאפינג, און נישט פאר שוואויל-טאג, און זיכער נישט פאר קיין ערגערס פון דעם. איך בעט דיר זייער, לאמיר אנהאלטן אונזער גוטער רילעשאנשיפ, און נישט ווערן קיין בלוטיגע שונאים פאר אייביג. פארפיר מיך נישט מיט קיין נארישקייטן, און זיכער נישט מיט קיינע עבירות.

*

עפילאג:

מיין זיידעס "ניטינג" קאמפעני איז שוין טאקע פארשלאסן.
אבער זיין אייניקל'ס הערצעלע איז נאך ברייט אפן, און ער וויל נאך בלייבן אן ערליכער איד!

מיין זיידעס "ניטינג" קאמפעני איז שוין טאקע פארשלאסן.
אבער זיין איינקל'ס רצון איז נאך נישט, ער גארט און ער וויל בלייבן ריין און אפגעהיטן.

מיין זיידעס "ניטינג" קאמפעני איז שוין טאקע פארשלאסן.
אבער אצינד טוט זיין אייניקל אנפירן מיט א צווייטער "ניט"ינג קאמפעני....

יעדעס מאל וואס דער בחור קומט צום גיין מיט זיין פארמאסקירטער פאלשער שמייכל,
זאג איך אים: 'איך וויל "ניט" הערן אפי' וואס דו האסט צו זאגן'... "ניט", "ניט", "ניט"!
און אזוי ווי יוסף הצדיק האט אים שוין געזאגט דעם "געדרייעטן" "וימאן", "ניט", "ניט", "ניט".

און מיט דעם וועלן מיר פארשטיין דעם מאמר חז"ל (מדרש רבא שה"ש ה'), ווי דער רבוש"ע בעהט זיך צו אונז: 'פתחו לי פתח כחודו של "מחט", עפענטס מיר אויף מיט א נאדעלע, נעם דער זעלבער "נאדל" מיט וואס דיין זיידע איז געווען געבויגן איבערן "ניטינג", און אריינגעשטאכן און די סחורה. נעם דער זעלבער "נאדל" וואס וועט זיין א גירא בעיניה דשיטנא, און "שטעך" עס אריין אין זיינע פארדארבענע "סחורה", און שריי אויס: "ניט", "ניט", "ניט", איך וויל פון דיר ניט הערן, טראג זיך אפ פון מיר!

*

און צום שלוס:

א תפלה צום הייליגן באשפער, אז ער זאל מיר טאקעע העלפן אויף ווייטער... און דער וואס האט געהאלפן ביז אהער ביז אהער... (ווער געדענקט נאך די ניגון...) דער זאל מיר העלפן ווייטער מער און מער, הוא יגמלינו לעד לעד לחן... אז איך זאל טאקע קענען בלייבן ריין מיט זיינע חסדים מעתה ועד עולם אמן!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: כ"ד חשון התש"פ 11:21 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ח' כסלו התש"פ 14:56 #262700

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

היבש לאנג געדארפט ארבעטן אבצושטויבן מיין טרעד, נאכדעם וואס איך האב שוין לאנג נישט געשריבן דא.

בחסדי  ה' האב איך אינעם הייטיגן טאג מרוויח געווען און געאפדעיט מיין טשארד צו 270 טעג ב"ה, וואס דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן אינעם פארגאנגענעם חודש אדר תשע"ט ווען דער באשעפער האט מיט משדך געווען מיט הדא, און אצינד האלט מען ביי ענבי הגפן [270] דבר נאה ומתקבל!

*

לעת כזאת וויל איך אויך לאזן וויסן פאר מיינע טייערע חבירים אז אזוי ווי איך גיי יעצט דורך א סטרעטש אין מיין ביזנעס, און אזוי אויך האב איך יעצט אנדערע געוויסע ענינים אין וואס איך דארף אינוועסטירן אסאך צייט, וועל איך נישט קענען זיין אזוי אקטיוו אין דער קומענדיגער תקופה, אבער פריוואט וועל איך אי"ה יא ווייטער פרובירן צו קענען העלפן מיט וואס ס'וועט מיר נאר מעגליך זיין.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: ח' כסלו התש"פ 14:57 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט' כסלו התש"פ 20:26 #262705

  • שטיג העכער
  • איצטיגע שטרעקע: 206 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 57
  • האט שוין געלייקט: 87 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
  • קאָרמא: 4
אחכה לו געשריבן on ח' כסלו התש"פ 14:56:

היבש לאנג געדארפט ארבעטן אבצושטויבן מיין טרעד, נאכדעם וואס איך האב שוין לאנג נישט געשריבן דא.

בחסדי  ה' האב איך אינעם הייטיגן טאג מרוויח געווען און געאפדעיט מיין טשארד צו 270 טעג ב"ה, וואס דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן אינעם פארגאנגענעם חודש אדר תשע"ט ווען דער באשעפער האט מיט משדך געווען מיט הדא, און אצינד האלט מען ביי ענבי הגפן [270] דבר נאה ומתקבל!

*

לעת כזאת וויל איך אויך לאזן וויסן פאר מיינע טייערע חבירים אז אזוי ווי איך גיי יעצט דורך א סטרעטש אין מיין ביזנעס, און אזוי אויך האב איך יעצט אנדערע געוויסע ענינים אין וואס איך דארף אינוועסטירן אסאך צייט, וועל איך נישט קענען זיין אזוי אקטיוו אין דער קומענדיגער תקופה, אבער פריוואט וועל איך אי"ה יא ווייטער פרובירן צו קענען העלפן מיט וואס ס'וועט מיר נאר מעגליך זיין.


שכח אחכה פארן אפשטויבן..  מיר ווארטן אין קוקן ארויס אויף נאך!

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י' כסלו התש"פ 02:49 #262715

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 250 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 281
  • האט שוין געלייקט: 330 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל
  • קאָרמא: 25

קודם יישר כח אחכה פאר אפשויבן דיין טרעד האב איך געזעהן גיטע סחורה  דארט 

געליינט וואס די שרייבסט וועגן די אלט און נייע קאמיטער 
און די נטן קאמפני 
זענען מיינע אנגהובן ווערן נאס און מיינע געפילן צו שפילן איך זיצט נאך מיט די זעלבע קאמחוטער אימעל טיש און בענקל און טיך טארכט ווי בין איך געווען אמאל און אזא צייט אזוי שפעט ...... ליידער נעביך אויף מיר אליין ווי בי איך געווען אזוי שלעכט צו מיר אליין ווער ליידט פון דעם נאר איך אליין 
אבער ב"ה יעצט דא אויך הד"א א נייע מענטש ב"ה 79 ריינע טעג 
בלייבט מיר איבער צו בעטן ביים גאט אליין עד הנה עזרנו רחמיך ולא עזבנו חחסדיך יא די האסט רחחמנות געהאט אויף מיר און אויף געוועקט  איך בעט דיר האב רחמנות לאז מיר נישט אליין ווייל איך קען גארנישט ואל תשענו לנצח

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ' כסלו התש"פ 01:11 #263082

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 169
  • האט שוין געלייקט: 452 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל
  • קאָרמא: 10
אחכה לו געשריבן on ח' כסלו התש"פ 14:56:

היבש לאנג געדארפט ארבעטן אבצושטויבן מיין טרעד, נאכדעם וואס איך האב שוין לאנג נישט געשריבן דא.

בחסדי  ה' האב איך אינעם הייטיגן טאג מרוויח געווען און געאפדעיט מיין טשארד צו 270 טעג ב"ה, וואס דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן אינעם פארגאנגענעם חודש אדר תשע"ט ווען דער באשעפער האט מיט משדך געווען מיט הדא, און אצינד האלט מען ביי ענבי הגפן [270] דבר נאה ומתקבל!

*

לעת כזאת וויל איך אויך לאזן וויסן פאר מיינע טייערע חבירים אז אזוי ווי איך גיי יעצט דורך א סטרעטש אין מיין ביזנעס, און אזוי אויך האב איך יעצט אנדערע געוויסע ענינים אין וואס איך דארף אינוועסטירן אסאך צייט, וועל איך נישט קענען זיין אזוי אקטיוו אין דער קומענדיגער תקופה, אבער פריוואט וועל איך אי"ה יא ווייטער פרובירן צו קענען העלפן מיט וואס ס'וועט מיר נאר מעגליך זיין.


ווייסעך נישט וואס א סטרעטש מיינט אבער איך ווינטש דיר אסאך הצלחה זאלסט מאכן אסאך געלט אין די מעשר קענסטו געבן פאר אינזער קהילה

איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא
לעצט פארראכטן: כ' כסלו התש"פ 01:45 דורך טשולענט.
צייט צו מאכן א בלאט: 3.93 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא