ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! 9932 באזוכער

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט ניסן התש"פ 15:54 #266126

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
אחכה לו געשריבן on י"ח ניסן התש"פ 23:18:
399 .... ווער וואלט זיך געגלייבט.......???

מזל טוב אחכה!
ווער ס'וואלט זיך געגלייבט? איך וואלט עס געגלייבט! קענענדיג דיך און דיין פערזענליכקייט, דיין ישוב הדעת און קלארע צוגאנג צו זאכן גלייב איך אויף דיר סאך מער ווי דו מיינסט! דו וועסט נאך אסאך אנקומען בעז"ה!
קיפ איט אפ!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! י"ט ניסן התש"פ 17:07 #266135

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19
אחכה לו געשריבן on י"ח ניסן התש"פ 23:18:
399 .... ווער וואלט זיך געגלייבט.......???

השם יתברך .
מזל טוב זאל בשם העלפען אז די אמונה זאל זיין אויף א גאנץ יאר ווי די הייליגע בית אהרן זאגט אז עס איז א סדר  פאר א גאנץ יאר [קרעדיט אחכה]

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ד ניסן התש"פ 23:25 #266180

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
צו פאראייביגן אין מיין טרעד:

די מצב איז ליידער ביטער, מען הערט בשורות איוב מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, עס איז אלעס חסדים פון אויבערשטן, אבער ס'איז זייער באהאלטן, זייער טונקל, און עס טוט אזוי וויי.

הגם פערזענליך האב איך נישט פארלוירן קיין משפחה מיטגלידער, זענען אבער געגאנגען עטליכע נאנטע שכינים פון מיין געגענט וועמען מ'האט יעדן טאג געגריסט און זיך געטראפן, און אצינד האב איך געהערט פון נאך א עלטערע (נישט אזוי אלט) שכינה פון מיין גאס, אן אלמנה, וועמען מען האט ליידער דיאגנאזירט מיט די ביטערע מחלה עטליכע וואכן צוריק (נאך פאר קאראנא), און לאור המצב איז זי געווען אליינס אין שפיטאל און מען האט קיינעם נישט צוגעלאזט, און דייקא דארט האט זי געכאפט קאראנא, (ע"י אופן שאיכ"מ להאריך, אבל מה' יצא הדבר), וואס האט אנגערופן אירע קינדער די ערשטע נאכט פסח נאכן סדר זיך געזעגענען פון זיי, זי האט זיי באדאנקט פאר זייער געטריישאפט, געבעטן מען זאל זיך חלילה נישט קריגן, גיין און גוטע און ערליכע וועגן, און טון פאר איר נשמה וואס מען קען, ווייל מען לייגט איר אצינד ארויף אויף א רעספארעיטאר ל"ע ה"י, און מיט א קול געשטיקט פון טרערן האט זיך אראפגעלייגט דעם טרייבל, (לאמיר האפן אז זי וועט עס נאך יא דורכמאכן, דער באשעפער איז א כל יכול!).

אבער דאס האט מיך שוין בארירט, וואס שטארבן? פעיסן דעם פאקט אז מען גייט מיר יעצט לייגן אויף א רעספארעיטאר, און לויט די דרך הטבע וועל איך מער נישט אראפקומען פון דעם... ס'איז א פחד צו טראכטן, און דאס האט מיך געברענגט צו שרייבן די קומענדיגע שורות.

איך פיל פאר מיר אז עס מיין חובת השעה זיך צו שטארקן מיט "אמונה", ווייל נאר אזוי קען מען הערן אזאלכע זאכן און ניש/ט בארירט ווערן, און נאר אזוי קען מען עס אליינס דורכטראגן אויף זיך אליינס היל"ת (אויף קיין שום איד געזאגט).

צווייטענס, איז א חובת השעה, וואס איך שפיר פאר מיר, אז איך דארף מיך שטארקן מיט "תפלה", צו בעטן דעם אויבערשטן אז איך זאל קיינמאל נישט אנקומען צו אזא מצב, און ווען עס וועט קומען מיין צייט צו גיין פון דער וועלט לאחר אריכת ימי ושנותי, זאל עס זיין מיט מיינע קינדער ארומגענומען, און איך זאל קענען זאגן ווידוי בדעה צלולה און בענטשן אלע מיינע קינדער.

דריטענס, "הודאה", דאנקן השי"ת אז איך האב זיך ב"ה ארויסגעדרייעט דערפון. ר' אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט צו זאגן אז ווען א מענטש קומט ארויס פון שפיטאל נאכן באזוכן א חולה, ליגט אויף אים א חיוב הודאה, ער דארף דאנקן השי"ת אז ער איז ב"ה געזונט, און ער איז נישט אויף דעם מצב פונעם חולה.

דעריבער וויל איך אצינד קלאר מאכן פאר מיר אליינס, דער ערשטער אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים! איך גלייב דערין מיט א שטארקייט און קלארקייט, און איך וועל בעז"ה ארבעטן צו פארשטערקערן מיין אמונה נאך מער.

גלייכצייטיג דאנק איך בשער בת רבים השי"ת, פאר כל החסד אשר עשה עמדי מעודי ועד היום הזה, און איך בין מתפלל א תפלה קצרה מעומק לבבי, שאל תטשינו ה' אלקינו לנצח! איך זאל זיין געזונט לאורך ימים ושנים טובים וארוכים, בבריות גופא ונהורא מעליא, און איך זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו הילף פון אנדערע, נישט פון מענטשן, און זיכער נישט פון א רעספארעיטאר ה"י, איך מיין ב"ב, מיינע קינדערלעך, און גאנץ כלל ישראל.

(אוודאי ב"ה האב איך אויך שוין אינשורענס מיט ערבים, וואס איך האלט אז עס איז א חוב פאר יעדן איד צו האבן, פוק חזי וויפיל קרנות מען שטעלט יעצט אוועק ליידער).

און אצינד צו ענק מיינע טייערע קינדערלעך שיחי', איך ווייס נישט צו ענק וועלן אמאל ליינען דאס וואס איך שרייב דא יעצט, אבער אויב יא, ענק וועלן זיך אמאל דערוויסן אז ענקער טאטע האט געהאט א ניק "אחכה לו" אויף הדא, און ענק וועלן עס ליינען, וועלן ענק געוויס טרעפן אויך דאס וואס איך שרייב יעצט דא פאר ענק וואס ענק זענען די נענטסטע צו מיין הארץ:

"איך האב זיך מוסר נפש געווען צו זיין א ערליכע איד בקדושה ובטהרה, איך האב אסאך תפלה געטאן דערפאר, און אסאך פעולות אנגעוואנדן, און תלי"ת אצינד ווען איך שרייב די שורות צייל איך 400 ריינע טעג בסייעתא דשמיא, ובחמלת ה' עלי. אזוי אויך האב איך אסאך צייט פרובירט אוועקגעבן פאר אנדערע אידן זיי צו העלפן אין די ענינים.

"איך שרייב דאס נישט זיך צו גרויסן חלילה, נאר ווייל איך וויל ענק בעטן מיינע טייערע קינדער און דורות, בני חביבי, גייטס אויך אין די ערליכע דרכים, זייטס הייליג און ערליך, און פירטס ענק אויף ווי עטץ דארפסט צו זיין, און אז ענק פילן אז ס'איז שווער און אוממעגליך, זייט וויסן אז עס איז דא הילף, און טוט'ס מה שבידכם צו אנקומען צו א ריינעם לעבן. 


"איך האב ענק נאך זייער אסאך צו שרייבן און זאגן, אבער קודם זענען דאס די ווערטער וואס מיין הארץ האט מיך יעצט געבעטן צו שרייבן פאר ענק.

ועזבאעה"ח יום ג' דחוהמ"פ תש"פ לפ"ק.

ענקער טאטע וואס שרייבט צו ענק מיט טרערן אין די אויגן, און מיט תפילות אין הארץ, פול מיט ליבאשפאט:​

טאטי, (אחכה לו)
איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ד ניסן התש"פ 23:33 #266181

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

אחכה אין ציפערן:

44 קארמא. 
405 ריינע טעג. (אה! הודו לה').
833 געלייקט. 
1000 מעלדונגען. (והיה זה חלקי מכל עמלי).
2309 לייקס באקומען. (ייש"כ פאר יעדע פון זיי).

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ה ניסן התש"פ 02:25 #266200

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55
אחכה לו געשריבן on כ"ד ניסן התש"פ 23:33:

אחכה אין ציפערן:

44 קארמא. 
405 ריינע טעג. (אה! הודו לה').
833 געלייקט. 
1000 מעלדונגען. (והיה זה חלקי מכל עמלי).
2309 לייקס באקומען. (ייש"כ פאר יעדע פון זיי).


WOW!!!

אונז האמער א פרישע "שר האלף"!
ביסט שוין ארויף מיט אפאר דאנקען, און מיט א קארמא (מיינס), זינט דאן.
אבער.......
אחכה בלייבט אחכה, נישט קיין חילוק די ציפער קארמאס, לייקס אדער מעלדונגען.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ה ניסן התש"פ 02:35 #266201

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
אחכה לו געשריבן on כ"ד ניסן התש"פ 23:33:

אחכה אין ציפערן:

44 קארמא. 
405 ריינע טעג. (אה! הודו לה').
833 געלייקט. 
1000 מעלדונגען. (והיה זה חלקי מכל עמלי).
2309 לייקס באקומען. (ייש"כ פאר יעדע פון זיי).


אויב איך מעג זאגן, איז עס א אור ישר ואור חוזר, מיט דעם וואס דו ארבעטסט אויף ריינע טעג, האסטו די כח און די קלארקייט צו העלפן אנדערע, און ממילא האלטסטו ביי 1000 מעלדונגען, און די קארמא'ס מיט די לייק'ס וואס דו האסט באקומען ווייזן ווי שטארק דו האסט געהאלפן אנדערע, און ממילא האסטו אין דעם זכות געקענט צוקומען 405 ריינע טעג.
דער אויבערשטער זאל זיין מיט דיר און דיר געבן נאך און נאך ריינע טעג, און אויך די זכיה צו קענען ווייטער שטיין צו די רעכטע האנט פון אונז אלע, און אונז העלפן בעצה ותושיה.
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ז ניסן התש"פ 22:16 #266268

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

היינט געציילט "יסוד שבגבורה", עס איז אונזער "אושפיזא"!

ווער נאך זענען אזאלכע "גבורים" אין מדת "היסוד" ווי אונזער חבריא דא אויף הד"א.

איך וויל אביסל מיטיילן מיט מיינע חבירים דא מיט מיינע פלענער, און מיט מיין ריינקייט.

אין די יעצטיגע תקופה קוק איך אריין וויאזוי איך קען פארבעסערן און פארשטערקערן מיין סוברייעטי, ווייל תלי"ת אז איך בין טאקע ריין 408 טעג פון קוקן פ*** און עקטן אוט, אבער איך פיל ווי מיין סוברייעטי איז נאכנישט בתכלית השלימות, עס איז נאכנישט אויף די דרגא ווי איך וויל עס זאל זיין. און איך שפיר ווי איך קען עס בעז"ה ארויפברענגען אויף סאך א שטערקערע לעוול ווי עס שטייט יעצט.

אמת, אז אויב איך וואלט געוואלט, וואלט איך געקענט זאגן שלום עלי נפשי, קוק אהער, ווי נישט ווי, 408 ריינע טעג, אפי' אויב נישט אויף די העכסטע און שלימות'דיגסטע דרגה, איז עס אבער ווייט פון צו ווערן אוועקגעמאכט. אבער די שאלה איז וואס גיי איך האבן דערפון? וועם גיי איך נארן? פארוואס זאל איך נישט טון מער? פארוואס נישט שלימות?

עס איז מיר שווער צו מפרט זיין אין וועלכע חלקים מיין מוטשעניש איז נאך שטארק, אזוי אויך וויל איך נישט קיינעם טריגערן מיט מיינע ווערטער. אבער אויף אזויפיל קען איך זאגן, אז איך פיל נאכאלץ מאכטלאז קעגן לאסט, אפי' מיט מיינע 408 טעג, טראץ דעם וואס פון א געוויסע קוקווינקל איז עס גרינגער אין פארשידענע זאכן, איז עס אבער אין אנדערע זאכן נישט.

ייש"כ פארן לאזן מיטיילן.
איך ווינטש אייך אלע ריינע און זיסע טעג.



איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ח ניסן התש"פ 00:10 #266269

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

גאר א גרויסע שטארקייט פון דיין זייט צו ארויסקומען ברבים מיט אזא מעסעדזש, דער אויבערשטער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט אנקומען צו די ריכטיגע החלטות וואס צו טוהן כדי צו פארשטערקערן און פארבעסערן דיין ריקאווערי, חזק ואמץ.

דרך אגב ווען א מענטש באנייט זיך פון פריש כדי ווערן נאנטער צום אויבערשטן, איז ער גורם אז אויך פון אויבן אין הימל עפענען זיך די טויערן פון פריש כדי צו ברענגען פרישע השפעות צו אים, אזוי ווי דער בעש״ט זאגט ה׳ צילך, אז דער אויבערשטער ארבעט מיט א מענטש אזוי ווי א שאטן, וואס מאכט נאך די זעלבע זאך וואס די מענטש טוט, און ממילא אויב דער מענטש עפענט זיך אויף א פרישע דרך אין עבודת ה׳, עפענט זיך פאר אים א פרישע וועג פון השפעות, זאל דער אויבערשטער דיר געבן אלע השפעות טובות פאר דיר און פאר גאנץ כלל ישראל.

און אויך וועלן מיר זיין פרייליך צו הערן וועלכע שריט דו האסט גענומען זיך צו שטארקן אין דיין ריקאווערי, וממנו ילמדו וכן יעשו

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ח ניסן התש"פ 14:42 #266277

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

ווי האב איך געקענט פארגעסן אפצוגעבן א ייש"כ פאר די וואס העלפן מיר אצינד ארויס אין מיין מישען, ובפרט חברינו היקרים משה'לע, לומד, און שלום גאנץ, וואס האבן אוועקגעגעבן פון זייער צייט און ערפארונג מיר צו העלפן מיט הדרכה ויעוץ. ישלם ה' פעלם, און דער זכות זאל זיין ביישטיין.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ט ניסן התש"פ 13:09 #266295

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

איך בין איבערגענומען צו זעהן אז כאטש וואס דיינע ריינע טעג שטייגן ב"ה, און דו האלטסט שוין אזוי ווייט, טראכסטו נישט "איך בין שוין גוט, איך וועל שוין בלייבן ריין".
פון דעם רעדט די פסוק "אשרי אדם מפחד תמיד!".
איך האב אמאל געהערט אז איינער פון די ראשונים לערנען אפ דעם פסוק אין קהלת (ט' ח') "בכל עת יהיו בגדיך לבנים ושמן על ראשך לא יחסר", אז פשט איז אז א מענטש דארף זיך אייביג שפירן ווי ער גייט מיט ציכטיג-ווייסע קליידער און טראגט א פלאש אויל אויף זיין קאפ און אויב ער געט זיך איין נישט ריכטיגע דריי וועט די אויל זיך אויסגיסן און פארשמירן די קליידער.
פונקט אזוי פירט זיך אונזער אחכה, כאטש וואס ער האט ב"ה אזויפיל ריינע טעג, גייט ער ארום מיט די געזונטע פחד און אויסגעהאלטענע דאגה אז די אויל גייט זיך אויסגיסן, ער שטייט על המשמר זיכער צו מאכן אז ער בלייבט ריין און אז ער רוקט זיך פאראויס כאילו ער איז א גרינער אויף די 90 טעג טשארט, און ס'דערקענט זיך גארנישט אז ער האט שוין פונלאנג דערגרייכט די העכסטע לעוועל וואס די טשארט פיטשערט.
איך וואונטש דיר אסאך הצלחה אויף ווייטער, יה"ר שתשרה שכינה במעשי ידיך בזכות תפילת רב אמן סלה.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ט ניסן התש"פ 13:30 #266296

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
ich vil zan ehrlich געשריבן on כ"ט ניסן התש"פ 13:09:

איך בין איבערגענומען צו זעהן אז כאטש וואס דיינע ריינע טעג שטייגן ב"ה, און דו האלטסט שוין אזוי ווייט, טראכסטו נישט "איך בין שוין גוט, איך וועל שוין בלייבן ריין".
פון דעם רעדט די פסוק "אשרי אדם מפחד תמיד!".
איך האב אמאל געהערט אז איינער פון די ראשונים לערנען אפ דעם פסוק אין קהלת (ט' ח') "בכל עת יהיו בגדיך לבנים ושמן על ראשך לא יחסר", אז פשט איז אז א מענטש דארף זיך אייביג שפירן ווי ער גייט מיט ציכטיג-ווייסע קליידער און טראגט א פלאש אויל אויף זיין קאפ און אויב ער געט זיך איין נישט ריכטיגע דריי וועט די אויל זיך אויסגיסן און פארשמירן די קליידער.
פונקט אזוי פירט זיך אונזער אחכה, כאטש וואס ער האט ב"ה אזויפיל ריינע טעג, גייט ער ארום מיט די געזונטע פחד און אויסגעהאלטענע דאגה אז די אויל גייט זיך אויסגיסן, ער שטייט על המשמר זיכער צו מאכן אז ער בלייבט ריין און אז ער רוקט זיך פאראויס כאילו ער איז א גרינער אויף די 90 טעג טשארט, און ס'דערקענט זיך גארנישט אז ער האט שוין פונלאנג דערגרייכט די העכסטע לעוועל וואס די טשארט פיטשערט.
איך וואונטש דיר אסאך הצלחה אויף ווייטער, יה"ר שתשרה שכינה במעשי ידיך בזכות תפילת רב אמן סלה.


ש"ך על התורה פרשת ויקרא 
וז"ל כמו שאמר שלמה בכל עת יהיו בגדיך לבנים ושמן על ראשך אל יחסר, מזהיר לאדם שיראה בעצמו כאילו הוא לבוש בגדים לבנים שהוא הגוף וכאילו שמן על ראשו, ודאי שהוא נזהר שלא יטה לכאן ולכאן שלא ישפך השמן על בגדיו הלבנים ויטנפם, כן צריך האדם שלא יפנה דעתו רגע מהקב"ה כמו שאמר דוד המלך ע"ה  שויתי ה' לנגדי תמיד, ובזה לא יבוא לידי חטא לעולם מאחר שמגמת פניו מורא הקב"ה.
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ז אייר התש"פ 14:39 #266571

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

מיט פרייד און מיט שבח והודי' צום רבוש"ע וואס איז ממלאין כל עלמין, טוה איך אצינד אפדעיטן מיין טשארד צו 426 ריינע טעג, דער באשעפער זאל אוודאי מיר העלפן אויף ווייטער.

גלייכצייטיג טוה איך אויך אפדעיטן מיין פראפייל, מיין היסטאריע, אין דער צייט ווען איך האב ב"ה אינטערגענומען נייע מעטאדן צו מיין ריינקייט, זוכה צו זיין צו הילף פונעם באשעפער מיך צו האלטן ריין, וואס דאס קומט נאכדעם וואס דער מענטש טוט מצידו וואס ער קען.

מאנכע פרעגן מיר, פארוואס עס האט מיר אויסגעפעהלט אינטערצונעמען נייע מאטיוון צו פארזיכערן בעז"ה מיין סוברייעטי, נאכדעם וואס איך האב געצויגן ביז אהער אזא לאנגע שטרעקע.

דער ענטפער דערפאר איז גאנץ פשוט ווי פאלגענד:

יא, אה"נ אז אי האב לאנג געצויגן, און דער באשעפער האט מיר ברוב רחמיו געהאלטן ריין פאר אזא לאנגע תקופה.

אבער, איך בין געווען אין א מצב ווי האב נישט געקענט געהעריג אטעמען, איך האב געפילט ווי איך גיי אויס, ווי איך קען חליה שטארבן, און פארלירן אלעס און מיין לעבן, אויב איך וועל אנגיין מיט דער וועג וויאזוי איך בין אנגעגאנגען ביזן אנקומען צו הדא.

בחסדי ה' בין איך אהער אנגעקומען אום אדר תשע"ט, און אין דער גליקליכער טאג פון ד' אדר ב' תשע"ט, האב איך אנגעהויבן ציילן מיינע ריינע טעג, עס איז מיר געווען ווי אקסיגען צום אטעמען און צום לעבן.

ב"ה עס האט גוט געווירקט, די נומערן האבן צוביסלעך אנגעהויבן ארויפצופארן, ווער רעדט נאך ווען איך בין ב"ה אנגעקומען צו די 90 טעג, צו די הונדרעט, צו הונדרעט אכציג, צו א יאר, א.א.וו.

למעשה אין די לעצטע תקופה, ווען איך האב שוין נישט געהאט די סארט התחדשות'ן, האב איך צוביסלעך אנגעהויבן אויפפאסן ווי מיינע אקסיגען נומערן הייבן אן פאלן, מיין סוברייעטי לעוועל ווערט אביסל נידריגער, טאקע נישט אינגאנצן געפאלן, אבער איך האב געשפירט אז אויב איך לאז עס אזוי ממשיך זיין, וועל איך חלילה דארפן אנקומען צו א רעספארעיטאר ה"י, איך וועל קלעפסן מיין סוברייעטי, און פון דארט וועט מעגליך געשעהן נאך שרעקעדיגער.... אפשר א טרעיק ה"י, אפשר א גענצליכער פאטאליטעט היל"ת...

האב איך דאן אפגעמאכט, אז ניין, איך וועל עס נישט לאזן געשעהן, איך וויל נאך לעבן, און וויל זיין ריין און ערליך, איך דארף עס טון פאר מיר, פאר מיין ווייב, פאר מיינע אומשולדיגע קינדערלעך, פאר מיינע חבירים דא אויף הדא, און אוודאי פאר אונער טאטע אין הימל.

און דעמאלטס האט עס פאסירט.

איך האב פארגאנגענעם דאנערשטאג אווענט צום ערשטן מאל מיטגעהאלטן דער לייוו-קאנפערענס פון דער SAAPP גרופע, אינאיינעם מיט נאך טייערע חבירים פון דא אויף הדא און פון אינדרויסן פון דא.

במשך די לעצטע פאר טעג בין איך אדורך שנעל מער ווייניגער דער גאנצער ביג-בוק, דער שרעקעדיגער בוך וואס איך האב קיינמאל נישט געוויסט געהעריג וואס דאס איז, און גראדע בדרך אגב, עס איז נישט אזוי שרעקעדיג ווי איך האב געמיינט, און אצינד וועל איך בעז"ה ממשיך זיין מיט דער פראגראם בסייעתא דשמיא.

איך האב מיך שוין באדאנק פאר די חבירים וואס האבן מיך געהאלפן מאכן די החלטה.

און אצינד בין איך מיט א תפלה אויף מיינע לעפצן צום רבוש"ע, הייליגער באשעפער! הצלחיני נא את דרכי אשר אני הולך עליה, העלף מיר טרעפן דיין געטליכקייט אין מיר, און העלף מיר איך זאל מיר אינגאנצן געבן איבערגעבן מיין לעבן פאר דיר עס צו פירן לויט דיין רצון, און מיך האלטן ריין מיט א שלימות!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: ט"ז אייר התש"פ 14:40 דורך אחכה לו.

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! ט"ז אייר התש"פ 16:30 #266576

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

על בשורות טובות הוא אומר ברוך הטוב והמטיב.
הטוב, אויף די 426 ריינע טעג.
והמטיב, אויף די פרישע סטעפס.
איך דארף מיך אסאך לערנען פון דיר אחכה. קיפ איט אפ!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ' אייר התש"פ 11:00 #266655

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 596
  • האט שוין געלייקט: 943 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 756 מאל
  • קאָרמא: 14

כה לחי!!

הק' העלפמי

ענטפער: אחכה לו: לאמיר אלע האפן אינאיינעם! כ"ז אייר התש"פ 10:30 #266811

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

ב"ה זוכה געווען היינט מיט השי"ת הילף צו א שטיקל אור מקיף [437] ביים אפדעיטן דעם טשארד צו 437 ריינע טעג מיטן הילף פון רבוש"ע.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
צייט צו מאכן א בלאט: 1.95 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא