ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: על בנינו ועל דורותינו 849 באזוכער

על בנינו ועל דורותינו ה' חשון התש"פ 16:53 #260881

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 463 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 180
  • האט שוין געלייקט: 491 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 648 מאל
  • קאָרמא: 13

טייערע ברודער,

וואס וועט זיין מיט אונזערע קינדער??

דאס איז א שרעקעדיגע שאלה וואס גייט א דורך אינעם מח פון א יעדער איינער פון אונזערע חברים. מיר זענען ליידער אריין געפאלן אינעם נעץ, וואס וועט צוריק האלטן אונזערע קינדער פון אריין פאלן אינעם נעץ?

דער אמת איז, אז די שאלה האט נישט קיין קלארע תשובה. עס איז נישט דא קיין שום זאך וואס מיר קענען טוהן, וואס דאס וועט גאראנטירן אז אונזערע קינדער וועלן נישט אריין פאלן אינעם נעץ.

אבער עס איז יא דא איין זאך וואס מיר קענען אפשר פרובירן צו טוהן, בעסער ווי מען האט געטוהן מיט אונז, וואס דאס איז רעדן מיט אונזערע קינדער.

​איך גלייב אז עס איז מן הסתם א צד השוה וואס איז גלייך ביי אונז אלע, אז מיר האבן נישט געקענט רעדן צו אונזערע עלטערן, ווען עס איז געווען בנוגע די נושא פון קדושה.

און דערפאר איז געווען א סאך גרינגער פאר אנדערע, אונז אריין צו שלעפן אינעם נעץ, אדער אויב מען האט אליין אויס געפינען, האט מען נישט געקענט רעדן איבער דעם נושא צו די עלטערן.

און דא ליגט א געוואלדיגע תפקיד אויף אונז עלטערן, אז עס זאל נישט זיין א בחינה פון טעות לעולם חוזר, אז דעם זעלבן טעות זאל מען כסדר איבער חזר'ן, נאר עס זאל זיין לעולם חוזר, אז מען זאל דאס צוריק דרייען, און טוהן פונקט דאס פארקערטע.

אבער דאס אליינס ברענגט ארויף א פרישע שוידער אין די ביינער. איך? רעדן צו מיינע קינדער? וואס זאל איך זיי זאגן? ווען זאל איך רעדן? ווי אזוי קען איך? עס איז אזוי אום-באקוועם וכו' וכו' וכו'.

און עס איז ליידער גערעכט, עס איז טאקע שווער, און טאקע וועגן דעם האבן אונזערע עלטערן נישט גערעדט מיט אונז דערוועגן, אבער מיר ווילן דאך נישט אז אונזערע קינדער זאלן דורך גיין די זעלבע גהינום וואס אונז זענען מיר א דורך.

טאקע דערפאר האב איך געפילט אז עס איז וויכטיג צו עפענען אן אשכול וואס זאל באהאנדלען דעם נושא, ווי חברים וואס האבן אביסל עקספיריענס אין דעם געביט, זאלן קענען אריין ווארפן זייער צוויי צענט, און ארויס העלפן אלע אנדערע וועלכע מוטשענען זיך אין דעם נושא.

היות אין די לעצטע פאר יאר האב איך אסאך עוסק געווען אין דעם נושא (אן אריין גיין אין פרטים), וועל איך פרובירן צוביסלעך צו שרייבן איבער וואס איך האב זיך געלערנט אין די לעצטע פאר יאר. אבער די פלאטפארם איז אפן פאר א יעדן וואס האט עפעס צו צולייגן.

עס איז גאר וויכטיג ארויס צו ברענגען, אז די סטאטיסטיקס ווייזן, אז אלע קינדער וועלכע זענען געקומען פארציילן פאר די עלטערן, אז איינער האט געוואלט פוגם זיין אין זייער קדושה, זענען געווען קינדער וואס די עלטערן האבן גע'עפנט דעם נושא מיט זיי אין א פריערדיגע געלעגנהייט. ווייל נאר אזוי האבן די קינדער געהאט די קוראזש, צו רעדן צו די עלטערן דערוועגן.

דאס ווייזט אויף דעם געוואלדיגן וויכטיגקייט פון רעדן צו די קינדער וועגן דעם נושא.

המשך יבוא.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ה' חשון התש"פ 17:38 #260884

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

ייש"כ צדיק פארן נאכאמאל בארירן די נושא, ס'איז גאר א וויכטיגע נושא פון וואס אסאך ווילן נישט רעדן, הערן, טראכטן, א.א.וו. אבער למעשה גיימיר אונז איין טאג עניוועיז מוזן מאכן החלטות איבער דעם, דערפאר איז זייער וויכטיג צו רעדן דערפון, און זיין זייער קלאר אין דעם.

דער אמת איז אז עס איז שוין דא און דארט עטליכע מאל בארירט געווארן אויף הדא, ווי צ.ב.ש. דא אין דעם טרעד, אזוי אויך אביסל דא אין דעם טרעד, אבער איך גלייב שטארק אז ס'איז נאך דא אסאך וואס צו רעדן וועגן דער נושא, און נאכדערצו וועט עס זיין א גרויסע זאך צו הערן ערשטהאנטיג פון איינער וואס האט עוסק געווען אין די ענינים.

מיר ווארטן מיט שפאנונג אויפן המשך.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ה' חשון התש"פ 18:10 #260887

  • יא איך קען!
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 119
  • האט שוין געלייקט: 111 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 11

נאכן אדורך ליינען די צוויי טרעדס וואס אחכה האט צוגעוויזן וויל איך צולייגן מיינע צוויי סענט.

איך האב געלערענט אין סאטמאר ווי מען האט אסאך גערעדט פון די הארבקייט פון די נושא, איך האב געוויסט ווי הארב עס איז אין עס האט מיר גארנישט געהאלפן, חוץ פון זיך פילן ווי א גרעסערע שייגץ יעדעס מאל וואס איך האב געהערט ווי הארב עס איז האט עס מיר נאר אראפ געקלאפט אין זיך געפילט ווי א גרעסערע בעל עבירה א גרעסער בעל תאווה איינער וואס איז גארנישט ווערד, איינער וואס איז די גרעסטע שייגץ.

וואס יא, ווען איך זאל ווען האבן איינער וואס זאל מיר מסביר זיין אז עס נארמאל, און די ביסט נאך אלס די בעסטע בחור אפילו די מיטשעט'ס זיך מיט די תאווה, יעדער איינע האט עס, עס איז א נסיון וואס יעדער איינער האט וכו', וואלט עס מיר אסאך צוגעגן אין עס וואלט געווען אסאך אסאך גרינגער זיך צו א עצה געבן מיט די נסיונת.

דעס מאכן פאר אזא גרויסע בער מאכט אז די בחורים וואס מוטשענען זיך באמת זאלן זיך נאר מער מוטשענען,

איי עס איז באמת טאקע אזוי הארב ווי מען מאכט עס ? איך האלט אז מען דארף גיין אויך ביידע וועגן סיי רעדן ווי הארבע סאיז און סיי רעדן אז עס נארמאל זיך צו מוטשענען פאר ווער עס מוטשעט זיך מיט די נסיונת.

ווער עס וויל קען זיך קריגן אדער צוגעבן

הצלחה רבה

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ה' חשון התש"פ 18:30 #260888

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 463 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 180
  • האט שוין געלייקט: 491 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 648 מאל
  • קאָרמא: 13

עס איז טאקע בארירט געווארן אין ביידע טרעדס, אבער עטליכע נקודות.
1) עס באציהט זיך מערסטנס אויף בחורים, און למעשה, אטז אלס בחור אסאך מאל צו שפעט
2) די וויכטיגקייט איז נישט נאר די ווערטער וואס ווערט געזאגט םון טאטן צום קינד, נאר די באציאונג ווי אזוי עס ווערט געזאגט.
3) עס איז נישט נאר א שנועס וואס א טאטע דארף האבן מיטן קינד און דערנאך האפן אויף די בעסטע. עס ליגט אסאך מער דערין
4) צו וואס ר' יא איך קען שליט"א האט געזאגט, עס איז אינו דומה וואס מען הערט אין ישיבה, צו וואס מעו הערט פון עלטערן וואס האבן ליב דעם קינד אהבת נפש.
5) אין די צוויי פריערדיגע טרעדס איז דא געוואלדיגע גוטע זאכן, אבער דא האף איך אי"ה אלעס צו צולייגן כשולחן הערוך. ובשם ה' נעשה ונצליח

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ה' חשון התש"פ 18:33 #260889

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
יא איך קען! געשריבן on ה' חשון התש"פ 18:10:

ווער עס וויל קען זיך קריגן אדער צוגעבן

אה... פון דיין לעצטע שורה האב איך שטארק הנאה געהאט . און אי"ה מארגן וועל איך דן זיין איבער ביז די לעצטע שורה, ס'איז גראדע נישט שלעכט געזאגט, אבער איך האב וואס צוצולייגן, (ווייסטיך אחכה מוז דאך איבעראל איבערלאזן זיינע פינגער אפדרוקן....)

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
לעצט פארראכטן: ה' חשון התש"פ 18:40 דורך אחכה לו.

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ו' חשון התש"פ 19:16 #260984

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 285 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
  • קאָרמא: 24

אויף די ענגלישע סייט איז דא צו דאונלאדן א קונטרס פאר וואס צו זאגן פאר קינדער. און אויך א קונטרס פאר בחורים. 
יעדע טאטע דארף האבן "די שמועס" מיט זיין זוהן פאר די בר מצוה.

היינט צוטאגס איז ליידער דא אין יעדע קלאס איין קינד וואס ווייסט "אלעס". ס'איז אונזער פליכט אז אונזערע קינדער זאלן עס וויסן פון א ריינע מקור און וויסן זיך צו היטן.

יונה'לע

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ו' חשון התש"פ 19:34 #260986

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 227
  • האט שוין געלייקט: 63 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל
  • קאָרמא: 4

ר' יונה א לינק ביטע

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ו' חשון התש"פ 21:30 #260991

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
moshe11 געשריבן on ו' חשון התש"פ 19:34:

ר' יונה א לינק ביטע

קליק אויף די ווארט "קונטרס".

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ו' חשון התש"פ 21:50 #260996

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

די טערמין "די שמועס" קומט פון די גוי'שע וועלט (ווערט אייביג באצייכנט אלס "The Talk" און באציהט זיך צו א שמועס וואס א טאטע\מאמע האבן צו א קינד צו מגלה זיין די גאנצע נושא פון "סעקס" בכלל.
איך מיין אז די שמועס דא איז נישט דעיס און ס'איז נישט אידישליך אז א טאטע\מאמע זאלן בדחילו ורחימו מאכן אזא שמועס און אויפקלערן (עדיוקעיט"ן בלע"ז) א קינד מיט דעי אלע מושגים בלויז כדי אז ער זאל עס נישט הערן פון א אינגל אין חדר.
די שמועס דא איז געווען איבער אויפקלערן א קינד נאר וויפיל ס'איז נוגע פאר זיין סעיפט"י און קדושה.
יא, ס'איז אויך דא א נושא פון פארציילן פאר א קינד איבער די נושא בכלליות, און קען אפטמאל זיין פארבינדן מיט אונזער נושא דא, אבער דעיס ווענדט זיך עכט לפום חורפיה און ס'איז נישט קיין אחריות פון א טאטע\מאמע צו מאכן אזא שמועס (אנדערש ווי די ערשטע וואס איז יא).
וכ"ז הוא רק לפענ"ד, (והסכמה לדברי קבלתי מטעראפיסט מפורסם).
נ.ב. איך ווייס נישט פון וועלכע סארט שמועס די ביכל וואס יונה'לע האט צוגעלינקט רעדט, איך האב עס נישט געליינט.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ז' חשון התש"פ 00:45 #261009

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 285 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
  • קאָרמא: 24

די טערמין "די שמועס" קומט פון די גוי'שע וועלט (ווערט אייביג באצייכנט אלס "The Talk" און באציהט זיך צו א שמועס וואס א טאטע\מאמע האבן צו א קינד צו מגלה זיין די גאנצע נושא פון "סעקס" בכלל.

עס קען זיין גערעכט אז די אויסדריק "די שמועס" גיסט זיך אריבער פון די גויאשע גאס.

איך מיין אז די שמועס דא איז נישט דעיס און ס'איז נישט אידישליך אז א טאטע\מאמע זאלן בדחילו ורחימו מאכן אזא שמועס און אויפקלערן (עדיוקעיט"ן בלע"ז) א קינד מיט דעי אלע מושגים בלויז כדי אז ער זאל עס נישט הערן פון א אינגל אין חדר.

דאס איז א מחלוקת הפוסקים

די שמועס דא איז געווען איבער אויפקלערן א קינד נאר וויפיל ס'איז נוגע פאר זיין סעיפט"י און קדושה.
יא, ס'איז אויך דא א נושא פון פארציילן פאר א קינד איבער די נושא בכלליות, און קען אפטמאל זיין פארבינדן מיט אונזער נושא דא, אבער דעיס ווענדט זיך עכט לפום חורפיה און ס'איז נישט קיין אחריות פון א טאטע\מאמע צו מאכן אזא שמועס (אנדערש ווי די ערשטע וואס איז יא).

דאס איז א מחלוקת הפוסקים

וכ"ז הוא רק לפענ"ד, (והסכמה לדברי קבלתי מטעראפיסט מפורסם).

דאס איז א מחלוקת הפוסקים והטעראפיסטן

נ.ב. איך ווייס נישט פון וועלכע סארט שמועס די ביכל וואס יונה'לע האט צוגעלינקט רעדט, איך האב עס נישט געליינט.

איך האב עס אויך נישט דורכגעלייענט. אבער דאס איז געשריבן געווארן דורך א טעראפיסט דירעקט פאר GYE פאר די סיבה.

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ז' חשון התש"פ 01:16 #261010

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 285 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
  • קאָרמא: 24

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ז' חשון התש"פ 18:05 #261039

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ז' חשון התש"פ 18:26 #261042

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 432 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 754
  • האט שוין געלייקט: 1777 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 972 מאל
  • קאָרמא: 15

מען דארף קענען ליינען צווישען די שירות

untitled_2019-11-05.png

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ז' חשון התש"פ 19:22 #261054

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל
  • קאָרמא: 18
יונה מצאה געשריבן on ז' חשון התש"פ 01:16:

ארבעט נישט ביי מיר אויב איינער קען עס ארויפלייגן בבחינת גוגל דרייוו וועל איך אויך הנאה האבן

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ח' חשון התש"פ 10:11 #261079

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 432 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 754
  • האט שוין געלייקט: 1777 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 972 מאל
  • קאָרמא: 15
יונגערמאן געשריבן on ז' חשון התש"פ 19:22:

יונה מצאה געשריבן on ז' חשון התש"פ 01:16:

ארבעט נישט ביי מיר אויב איינער קען עס ארויפלייגן בבחינת גוגל דרייוו וועל איך אויך הנאה האבן

דא האסטו עס אויף דרייוו
drive.google.com/file/d/1duo6piq8AkAFSqaYEybKG9Fbmj8AqVYJ/view?usp=sharing

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ח' חשון התש"פ 21:04 #261110

  • 5050
  • איצטיגע שטרעקע: 256 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 251
  • האט שוין געלייקט: 577 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 528 מאל
  • קאָרמא: 7

יעצט אוס גהערט די דרשה צויי מאל ער איז דיך אזוי גערעכט,איך רעדט פין מיין עקפירענס אין לעבען ממש וואס ער זאגט אזוי איז געווען ביי מיר.

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ח' חשון התש"פ 21:16 #261112

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1089
  • האט שוין געלייקט: 5812 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל
  • קאָרמא: 19

ער איז אזוי גרעכט אבער וואס איז די עצה ?

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ט' חשון התש"פ 18:58 #261188

  • שטיג העכער
  • איצטיגע שטרעקע: 206 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 57
  • האט שוין געלייקט: 87 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
  • קאָרמא: 4
יונה מצאה געשריבן on ז' חשון התש"פ 01:16:

[dir=rtl]יונה'לע אפשר האסטו די גאנצע דרשה?
עס איז פיטור אן די ברויט...

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ט' חשון התש"פ 23:29 #261201

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 159 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 285 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
  • קאָרמא: 24
שטיג העכער געשריבן on ט' חשון התש"פ 18:58:

יונה מצאה געשריבן on ז' חשון התש"פ 01:16:

יונה'לע אפשר האסטו די גאנצע דרשה?
עס איז פיטור אן די ברויט...

איך האב נאר וואס סאיז דא אויף GYE. איך קען פרובירן עס צו פארשאפן.

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ט' חשון התש"פ 23:49 #261202

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
יונה מצאה געשריבן on ט' חשון התש"פ 23:29:

שטיג העכער געשריבן on ט' חשון התש"פ 18:58:

יונה מצאה געשריבן on ז' חשון התש"פ 01:16:

יונה'לע אפשר האסטו די גאנצע דרשה?
עס איז פיטור אן די ברויט...

איך האב נאר וואס סאיז דא אויף GYE. איך קען פרובירן עס צו פארשאפן.

מיר וועלן דיר שטארק מכיר טוב זיין אויב דו קענסט עס אהער פארשאפן.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו י"ג חשון התש"פ 12:27 #261312

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 463 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 180
  • האט שוין געלייקט: 491 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 648 מאל
  • קאָרמא: 13

פאר מען הייבט אן אויס צו שמועסן וואס מען דארף טוהן, וואס מען דארף זאגן, ווען מען דארף זאגן, און ווי אזוי מען דארף  זאגן, צו עס העלפט יא, צו עס העלפט נישט, צו עס מאכט בעסער, צו עס מאכט ערגער, איז וויכטיג זיך צו דערמאנען נאכאמאל דעם זעלבן כלל וואס מען האט שוין דא דערמאנט פיל מאל, און דאס איז ווי פאלגאנד:

עס זענען נישט דא קיין צוויי מענטשן וועלכע זענען די זעלבע, עס זענען נישט דא קיין צוויי קינדער וועלכע זענען די זעלבע, עס זענען נישט דא קיין צוויי טאטעס וועלכע זענען די זעלבע, און עס זענען נישט דא קיין צוויי מצבים וועלכע זענען אין גאנצן די זעלבע.

דעריבער איז וויכטיג צו געדענקען, אז וואס איז אמת ויציב ביי איינעם, קען זיין שקר מוחלט ביי א צווייטן, וואס האט גע'ארבייט בדוק ומנוסה ביי איינעם, קען גאר מאכן ערגער ביי א צווייטן, ממילא איז נישט מעגליך צו שרייבן פונקטליך א נוסח פון א שמועס וואס מען דארף זאגן, אדער א צייט ווען צו זאגן, אדער א יארגאנג ווען מען דארף ברעכן די נייעס פארן קינד, ווייל א יעדער קינד איז אנדערש, און מיז באהאנדלט ווערן אנדערש, חנוך לנער על פי דרכו.

נאר וואס דען, מען קען רעדן פון די כללים וואס דארף ווערן אויס געלערנט פאר קינדער פון קליינווייז אן, מען קען רעדן פון הדרכות און הנהגות וואס עלטערן זאלן איינפירן ביי זיך אין שטוב, וואס דאס זאל ווערן אריין געגעסן ביי די קינדער ווי א צווייטע נאטור.

און ווען עס קומט צו רעדן, איז וויכטיג ארויס צו ברענגען די סיבות פארוואס קינדער האבן א פראבלעם צו רעדן וועגן דעם נושא, און ספעציעל צו עפענען דעם נושא מיט די עלטערן. וואס דורך דעם וועלן עלטערן בדרך כלל קענען פארשטיין אליין פאר יעדן איינציגן קינד וואס ארבייט פאר איהם און וואס נישט.

ווי אויך קען מען ארויס ברענגען פיל נקודות, וואס קען ווערן אויס געשמועסט מיט קינדער, יעדער קינד באזינדער לויט זיין נאטור, און דאס, צוזאמען מיט אסאך סעייתא דשמיא, וועט בעזהשי"ת געבן פאר עלטערן די כלים צו קענען אויסוועלן וואס, וויאזוי, און ווען צו רעדן מיט זיינע קינדער.

אויך איז וויכטיג פאר עלטערן צו וויסן נאך א נקודה. עס איז דא א באקאנטע טעות אין די וועלט, אז מען לערנט אויס פאר קינדער זיך צו היטן פון "פרעמדע מענטשן" Strangers. די פראצענט פון קינדער וועלכע ווערן נפגם דורך פרעמדע מענטשן איז א מועט שבמועט(אפשר 5%), סטאטיסטיקס ווייזן אז בערך 80% קינדער (וועלכע זענען נפגם געווארן אלס קינד) ווערן צו ערשט נפגם פון אנדערע קינדער, פיל מאל פון משפחה מיט גלידער, און אפילו די וואס זענען נפגם געווארן דורך ערוואקסענע, איז עס רוב מאל געווען דורך נאנטע באקאנטע, נישט קיין פרעמדע מענטשן.

און דעריבער דארפן עלטערן וויסן אז אויף דעם דארף מען לייגן דעם שטערקסטן דגוש. סיי ביים שמועסן מיט די קינדער, און סיי ביים אנפירן הנהגות אינדערהיים.

פליכטן פון עלטערן

אין די קומענדיגע פרקים, וועט מען קודם אויס שמועסן זאכן וואס עלטערן דארפן טוהן, א חוץ פון רעדן צו קינד "דעם שמועס".

1.   השגחה

2.   האלטן א נאנטע קשר מיט די קינדער

3.   האלטן חשבון אויף די חבר'שאפט וואס די קינדער האבן מיט אנדערע קינדער

4.   אויסלערנען קינדער צו פארשטיין, אידענטיפיצירן, און טראסטן זייערע פילינגס, און פארציילן ווען עפעס/איינער מאכט זיי פילן אומ-באקוועם.

5.   אויסלערנען קינדער אז עס איז נישט דא קיין סודות פון די עלטערן

       >   די חילוק פון א סוד און א סורפרייז

6.   אויס ניצן געגעגנהייטן וואס קומט אונטער, אלס א לימוד זיך צו לערנען דערפון.

אי"ה אין די קומענדיגע פרקים וועט מען אריין גיין אין די דיטעיל'ס פון א יעדע איינס.

המשך יבוא.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו י"ג חשון התש"פ 21:58 #261342

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

נתת שמחה בלבי ווען איך האב געזעהן די פאוסט מיט די מעלדונג אז דו לאזט זיך אריין אין א פראיעקט צו שרייבן א סעריע פון ארטיקלען איבער די נושא.
איך קוק ארויס מיט שפאנונג.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו כ"ו חשון התש"פ 11:39 #262113

  • שטיג העכער
  • איצטיגע שטרעקע: 206 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 57
  • האט שוין געלייקט: 87 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
  • קאָרמא: 4

א גוט מארגן! אלע חבירים!

איינער געדענקט נאך אז אונזער צדיק'ל האט אונז איבערגעלאזט דא מיט די צונג אינדרויסן אינמיטן א שיעור.....
איינער קען אים אפשר אויפוועקן???

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו כ"ו חשון התש"פ 21:24 #262144

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 463 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 180
  • האט שוין געלייקט: 491 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 648 מאל
  • קאָרמא: 13
שטיג העכער געשריבן on כ"ו חשון התש"פ 11:39:

א גוט מארגן! אלע חבירים!

איינער געדענקט נאך אז אונזער צדיק'ל האט אונז איבערגעלאזט דא מיט די צונג אינדרויסן אינמיטן א שיעור.....
איינער קען אים אפשר אויפוועקן???

אוי! ווי בין איך דא?

זיך אזוי פלוצלונג אויף געוועקט פון אזא טיפע שלאף...

אאאוווווייי, מען דארף זיך אויס גלייכן די ביינער.

אה. ווי האמיר געהאלטן? נו שוין. אי"ה בקרוב גיימער ממשיך זיין.

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו כ"ז חשון התש"פ 00:36 #262149

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 14 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 169
  • האט שוין געלייקט: 452 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל
  • קאָרמא: 10

יש"כ צדיק12 פארן עפענען נאכאמאל דעם נושא

רבותי! עס כאפט מיר א שרעק אין עס ווערט מיר שווער אויפן הארץ ווען איך טראכט וואס וועט זײן ול בנינו ועל דורותינו!! איך מיין אז דאס איז דער וויכטיגסטער טרעד אויפן סייט

קיפ אן
איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו כ"ז חשון התש"פ 00:44 #262151

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 250 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 281
  • האט שוין געלייקט: 330 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל
  • קאָרמא: 25
טשולענט געשריבן on כ"ז חשון התש"פ 00:36:

רבותי! עס כאפט מיר א שרעק אין עס ווערט מיר שווער אויפן הארץ ווען איך טראכט וואס וועט זײן ול בנינו ועל דורותינו!! איך מיין אז דאס איז דער וויכטיגסטער טרעד אויפן סייט

קיפ אן

יא יא אליין קענען מיר גארנישט

איך האב אמאל געהערט פונם אור לשמים דערהייליגער אפטע רב

אז א יוד קען נישט אליין אפהיטן זיינע קינדער קען ער זיין נעבען 24 שעה א טאג נאר ער דארף טוען הייליגע מוצות וואס פון דעם ווערט באשאפען היילגע מאלאכים ווואס זיין וועל היטען זייינע קינדער  

לדעתי מיט די הייליגע טעג וואס מיר ציילן דא זענען די שטערקסטע מלאכים וואס וועלן קענען היטן אינעזרע קינדער

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו כ"ז חשון התש"פ 08:17 #262155

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46
יש בורא עולם געשריבן on כ"ז חשון התש"פ 00:44:

יא יא אליין קענען מיר גארנישט

איך האב אמאל געהערט פונם אור לשמים דערהייליגער אפטע רב

אז א יוד קען נישט אליין אפהיטן זיינע קינדער קען ער זיין נעבען 24 שעה א טאג נאר ער דארף טוען הייליגע מוצות וואס פון דעם ווערט באשאפען היילגע מאלאכים ווואס זיין וועל היטען זייינע קינדער  

לדעתי מיט די הייליגע טעג וואס מיר ציילן דא זענען די שטערקסטע מלאכים וואס וועלן קענען היטן אינעזרע קינדער

אויך איז באקאנט ביי צדיקים אז ווען א מענטש איז זיך מתגבר אויף א נסיון, איז עס מורא'דיג מסוגל אז ווען זיינע קינדער וועלן אנקומען אמאל צו דער זעלבער נסיון וועלן זיי באקומען פון הימל די כוחות הנפש זיך מתגבר צו זיין דערויף.

דאס איז איינס פון די זאכן וואס איך פרוביר צו טראכטן "יעדעס מאל" בעת נסיון, און ס'גייט מיר דורך א סקרוך אין די ביינער, און ס'ווערט סאך גרינגער זיך מתגבר צו זיין.

#מעשה אבות סימן לבנים!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו כ"ז חשון התש"פ 12:59 #262162

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 413 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 462
  • האט שוין געלייקט: 489 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 741 מאל
  • קאָרמא: 2

וואס סוועט זיין מיט די קינדער איז אזאך וואס מיר וייסען נישט 

נישט נאר אין די ענין נאר אין אלע ענינים 

מיר קענען מתפלל זיין איז זיין א סעמפל פאר אינזערע קינדער

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו כ"ז חשון התש"פ 14:35 #262171

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 463 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 180
  • האט שוין געלייקט: 491 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 648 מאל
  • קאָרמא: 13

די פריערדיגע מגיבים זענען אלע גערעכט געווען, מען דארף האבן א געוואלד מיט סעייתא דשמיא, און אן דעם איז נישט קיין מציאות, אז עלטערן אליין זאלן קענען מיט זייער אייגענע השתדלות אויף צוען ערליכע קינדער.
אבער וואס איז אויך וויכטיג צו וויסן, אז מען קען נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט, אין זיך פארלאזן אז מען דארף נישט טוהן קיין השתדלות ווייל די השתדלות העלפט דאך סיי ווי נישט, נאר דער מענטש דארף פרובירן צו טוהן עד מה שידו מגעת, און די רבוש"ע וועט טוהן דאס איבעריגע. 
און א ודאי דארף מען איין רייסן תפילות אן א שיעור, און זיין א סעמפל פאר די קינדער, אבער פון דעסטוועגן דאך איז גאר וויכטיג, איין צו פירן זאכן און ברענגען אויף מערקזאמקייט, צו פארשטיין ווי אזוי מען קען טוהן דאס השתדלות אויפן בעסטן אופן וואס נאר מעגליך.

פליכטן פון עלטערן

אין די קומענדיגע פרקים, וועט מען קודם אויס שמועסן זאכן וואס עלטערן דארפן טוהן, א חוץ פון רעדן צו קינד "דעם שמועס".

1.   השגחה

2.   האלטן א נאנטע קשר מיט די קינדער

השגחה

1.   קינדער דארפן וויסן אז זיי קענען נישט איינגעשפארט אליין, צו ביים שפילן, צו ביים שלאפן גיין, צו סיי ווען, דארפן זיי וויסן אז זיי קענען נישט זיין איינגעשפארט אליין

2.   קינדער זאלן נישט ווערן איבער געלאזט פאר א לענגערע צייט אליין. עלטערן דארפן שטארק אכט געבן אז קינדער זאלן נישט וויסן ביי זיך אז עס איז דא א זמן, ווי צב"ש שבת נאכמיטאג, וואס זיי זענען אליין פאר לאנגע שעות אן קיין שום השגחה, און אין דעם צייט קען מען טוהן וואס מען וויל, ווייל די עלטערן וועלן קיינמאל נישט דארט זיין.

קינדער דארפן אייביג וויסן, אז סיי ווי, און סיי ווען, קענען די עלטערן, אדער ערוואקסענע געשוויסטער אריין קומען און א בליק געבן וואס עס גייט פאר, און מאכן זיכער אז א יעדער איז סעיף און פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין.

עלטערן זאלן טאקע זיכער מאכן, אז אדער זיי אדער אן ערוואקסענע קינד, זאל טאקע כסדר כאפן א בליק און זיכער מאכן אז אלעס איז אין ארדענונג.

3.   ווען קינדער גייען צו אנדערע, ווי צב"ש חברים, שכנים, קאזינ'ס, צו שפילן אדער שלאפן, זאל מען זיכער מאכן זיכער אז דארט איז אויך דא השגחה, און אז דארט איז אויך איינגעפירט די אויבנדערמאנטע נומער 1 & 2.

וואס מער מען פירט דאס איין מיט די קינדער, אלס מער ווערט דאס שפעטער אריין געגעסן אלס א געוואוינהייט און א נאטור אין די קינדער, און עס געשעהנט מערערע מאל, וואס קינדער ווערן אזוי צו געוואוינט צו השגחה, אז ווען זיי זענען אין א הויז ווי עס איז בכלל נישט דא קיין השגחה זענען זיי אומ-באקוועם דערמיט.

האלטן חשבון אויף די רילעישאנשיפס וואס די קינדער האבן מיט אנדערע

1.   עס איז גאר וויכטיג אייביג צו וויסן מיט וועמען די קינדער דרייען זיך, און עס איז וויכטיג פאר די קינדער צו זעהן אז די עלטערן אינטערעסירן זיך. עס איז וויכטיג אז קינדער זאלן וויסן אז עלטערן פרעגן קשיות, מיט וועם האסטו זיך געדרייט? וואס האבן ענק געשמועסט? האסט ליב צו פארברענגען מיט איהם? ווי לאנג פלאנסטו צו זיין דארט? ווען קומסטו אהיים? וכו'

און פארשטייט זיך עס זאל נישט זיין אזוי ווי אן אינוועסטיגעישאן, נאר אויף גאר א פריינטליכן וועג, אזוי ווי א נאנטע חבר, וואס אינטערעסירט זיך אויפן וואוילזיין פונעם קינד, נישט אזוי ווי א דיטעקטיוו וואס פרובריט צו אנטדעקן עפעס אן אומרעכט.

2.   עס איז וויכטיג צו וויסן בכלליות ווער זייערע חברים זענען, אין חדר, צו אין קעמפ, צו אין שוהל וכדו', און עס איז אויך וויכטיג צו וויסן ווער זייערע עלטערן/משפחות זענען.

און אויב עס מאכט זיך אמאל א חבר'שאפט מיט איינעם וואס איז נישט רוח המקום נוחה הימנו, זאל מען דאס זעהן צו באהאנדלען אויף א קליגן אופן, און נישט ח"ו ערגער מאכן די מצב, דורך פרובירן מיט כח זיי אפ צו טיילן.

3.   אויך איז וויכטיג צו וויסן די לעוול פון די נאנטשאפט צווישן די קינדער,  צו זיי זענען ממש בעסטע חברים, צו זיי זענען סתם חברותות אין חדר, וכדו'.

4.   אויב מאכט זיך אז א קינד האט גאר א נאנטע חבר'שאפט מיט איינער וואס איז אסאך עלטער פון איהם, אדער אסאך יונגער פון איהם (די אנגענומענע נומער איז ווען עס איז דא מער ווי 3 יאר א חילוק צווישן זיי) דארף דאס דינען אלס א רויט לעמפל, און מען זאל זיך מער אינטערעסירן אין די תוכן פון די חבר'שאפט.
עס איז לאו דוקא אז עס איז עפעס שעדליך, אבער א חילוק פון דריי יאר איז בדרך כלל א זאך וואס עלטערן זאלן אריין קוקן דערין.

דריי וויכטיגע נקודות קומען ארויס פון כסדר פרעגן קשיות, און כסדר זיך אינטערעסירן:

1)   אז ווען די קינדער ווייסן אז די עלעטערן אינטערעסירן זיך כסדר אין זייער וואוילזיין, מאכט עס א נאנטשאפט צווישן די עלטערן אין די קינדער, און די קינדער ווילן נישט שפעטער וויי טוהן די עלטערן.

2)   אז ווען די קינדער ווייסן אז זיי וועלן דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר די עלטערן כסדר אויף אלעס וואס זיי טוען, טראכטן זיי געווענליך צוויי מאל פאר זיי טוהן עפעס וואס מען דארף נישט.

3)   ווען עלטערן פרעגן זיך כסדר נאך, ווערט מען אלס געוואר קליינע שטיקלעך אינפארמאציע איבער וואס עס טוהט זיך אפ אין אייער קינד'ס לעבן, וואס דאס קען גאר וויכטיג צוניץ קומען מערערע מאל. דאס איז אינפארמאציע וואס איהר וואלט בדרך כלל קיינמאל נישט געוואר געווארן אויב מען וואלט ווען נישט געפרעגט. 
רוב קינדער בדרך כלל וואלונטירן נישט קיין אינפארמאציע סתם אזוי, אבער אז מען שמועסט צוזאמען זיצענדיג אויפן קאוטש וכד' אויף א פריינטליכן אופן, קומט געווענליך ארויס וויכטיגע זאכן מסיח לפי תומם, זאכן וואס קען זיין גאר וויכטיג פאר עלטערן צו וויסן.

פארשטייט זיך אז דאס איז נאר ווען עס איז אויף אן אופן פון נאנטשאפט און פריינטליכקייט, נישט אויף אן אופן פון א קרייץ פארהער.

המשך יבוא...

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

לעצט פארראכטן: כ"ז חשון התש"פ 14:39 דורך צדיק12.

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו כ"ט חשון התש"פ 02:32 #262273

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1175 מאל
  • קאָרמא: 13
צדיק12 געשריבן on כ"ז חשון התש"פ 14:35:

שיין ציטיילעט
שכח

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו כ' כסלו התש"פ 19:43 #263151

  • שטיג העכער
  • איצטיגע שטרעקע: 206 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 57
  • האט שוין געלייקט: 87 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
  • קאָרמא: 4

נא צדיק'ל?
אפשר א שטיקל שיעור לכבוד חנוכה.

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו כ' כסלו התש"פ 20:07 #263153

  • צדיק12
  • איצטיגע שטרעקע: 463 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 180
  • האט שוין געלייקט: 491 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 648 מאל
  • קאָרמא: 13
שטיג העכער געשריבן on כ' כסלו התש"פ 19:43:

נא צדיק'ל?
אפשר א שטיקל שיעור לכבוד חנוכה.

איך וועל משתדל זיין אריין צו ווארפן נאך א חלק נאך פאר חנוכה.
יישר כח פארן דערמאנען. 

ה' אֱלֹקי - שִׁוַּעְתִּי אֵלֶיךָ, וַתִּרְפָּאֵנִי... ה' הֶעֱלִיתָ מִן שְׁאוֹל נַפְשִׁי חִיִּיתַנִי מִיָּרְדִי בוֹר... הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ הָיִיתִי נִבְהָל... אֵלֶיךָ ה' אֶקְרָא וְאֶל ה' אֶתְחַנָּן... מַה-בֶּצַע בְּדָמִי בְּרִדְתִּי אֶל-שָׁחַת...  שְׁמַע-ה' וְחָנֵּנִי ה' הֱיֵה-עֹזֵר לִי...

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו כ"א כסלו התש"פ 12:21 #263194

  • לייף
  • איצטיגע שטרעקע: 164 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 39
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל
  • קאָרמא: 2

מיר שטייען אלע מיט אפענע מיילער און מיר ווארטן...

מאך זיכער צוריק צו קומען פאר נעקסטע וואך ווייל זיי זאגן פאר א שניי, און איך וויל נישט אז מיין מויל זאל זיך אנפילן מיט שניי...

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו ב' טבת התש"פ 09:59 #263413

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1623
  • האט שוין געלייקט: 949 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2937 מאל
  • קאָרמא: 59
   חברה זייט אייך אליינס מחזק און בעט פאר אייערע דורות מיטן מיטזאגן די קאפיטל תהילים דורך די קהילה,   

    איין קאפיטל א טאג. מען זאגט מען לייקט, און מען שטייגט!!!    
  יעצט אנגעהויבן די צווייטע מחזור!!!   

   כאפט אייך מיט!!!!   
#263375

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: על בנינו ועל דורותינו כ"ז אייר התש"פ 18:07 #266833

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

רבותי! היינט איז די צייט, ער"ח סיון מוקדם, לאמיר נעמען דעם תהילימ'ל און איינרייסן פאר אונזערע דורות!

דא אטטעטש איך דער תפלת השל"ה.

אטעטשמענטס:
איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 3.21 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא