ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: וואס האב איך צו ציילן? 43 באזוכער

וואס האב איך צו ציילן? כ"ח אייר התש"פ 13:50 #266857

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל
  • קאָרמא: 5

א טייער ווארט די וואך פרשת במדבר פונעם הייליגען טריסקער מגיד זי"ע אין זיין ספר מגן אברהם על התורה, 
זאגט ער דארט אלץ הכנה צום יו"ט שבועות הבעל"ט
ער איז מסביר באריכות די חילוק פון פסח און סוכות וואס איז א פילע וואך יום טוב, און עס איז אלץ א זכר צו די ניסים וואס זענען געווען בימים ההם,
משא"כ שבועות איז נאר איין טאג, און דאס איז די יום טוב וואס איז אלץ זכר טאקע, אבער די עיקר איז די מקבל זיין די תורה הקדושה יאר יערליך, 
זאגט ער איז אוודאי געוויסט אפילו איינער וואס וועט יא פילן א דערהויבנקייט אינעם הייליגען יום טוב שבועות, און ער וועט יא מקבל זיין די תורה מיט א שטארקייט, וואס וועט אבער זיין ח' סיון, עס איז שוין אסרו חג, עס איז אלעס ווי א געווענדליכע טאג, וואס גייט דער טאג זיין אנדערש פאר אים ווי א וואך פאר שבועות? וואס זאל אים מאכן אז די קבלת התורה זאל אים פארבלייבן און עס זאל מאכן סיי וואספארא טויש אין זיין לעבן אויף להבא,
זאגט ער דארט שיין, אז דאס איז טאקע די ענין וואס מיר נעמען זיך ציילן פון פסח אן, און מיר הייבן אן אריינצונעמען אין די זיך די הכנה די צוגרייטונגען צום קבלת התורה, מען הייבט אן מתקן צו זיין די מידות און מעשים, און דערמיט וואס מען האט אפגעציילט די פופציג טעג, און מען איז שוין א כלי מחזיק ברכה, אנגעפילט מיט ציילן טעג און מיט יתקן מה שפגמתי, מיט דעם קען מען צוטטרעטן צום יום טוב שבועות און מקבל זיין די תורה, און אזוי וועט עס קענען אריינגיין אינעם כלי וואס מיר האבן צוגעגערייט, און דאס וועט קענען בלייבן ביי אונז און זיין א פרישע קבלת התורה, נישט די רעדל זאל זיך דרייען פונקט ווי בעפאר, עכ"ד
און אפשר קען טאקע זיין וואס מען זאגט תספרו חמישים יום, והקרבתם מנחה חדשה לה', איי מען ציילט דאך נאר 49 נישט 50, נאר דאס איז טאקע דעם אמת מען דארף ציילן ניין און פערציג טעג פאר שבועות אז עס זאל קענען געציילט ווערן די פופציגסטע טאג ווי מען וועט מקריב זיין דעם מנחה חדשה לה', ווייל טאקע דעם מנחה חדשה אז עס זאל זיך אנהייבן א נייע צייט נאר שבועות איז נאר אויב מען איז אנגעקומען צו ציילן ביז צום פופציגסטען טאג, און אזוי קען עס ווייטער פארן אויפן דערהויבענעם וועג,
ווי עס איז באוויסט, דער הייליגער אור החיים הקדוש פרעגט, געווענדליך ווען איינער ציילט די טעג ווי ער וויל ערגעץ אנקומען הייבט ער אן מיט די גרויסע נומבער ווי ווייט אוועק ער האלט פון די טאג וואס ער ווארט שוין דערויף, און ווי נענטער און נענטער ער ווערט ווערן די נומבערס ווייניגער און ווייניגער ביז ער קומט שוין אן צו דעם טאג און שוין גארנישט קיין נומבער, איז פרעגט ער פארוואס דא ביי שבועות ווען מען גרייט זיך צו און ציילט שוין קוים די טעג דערצו גייט ער גאר פארקערט, מיין הייבט אן פון אינטן און ווען עס קומט אן שבועות איז עס פארקערט איז עס וויפל טעג מען האט געווארט נישט וויפל טעג מען האט נאך צו שבועות?
איז ער מסביר אויך מיט די דערהער, אז טאקע דאס איז צוגרייטונג צום יו"ט שבועות אז מען ווערט אנגעפילט מיט צוגרייטונג צום שבועות נישט אז מען ווערט ליידיגער נאר מען ווערט פילער און פילער, און מען פילט זיך אן מיט מתקן זיין די מעשים און זיך צוגרייטן אז ווען מען קומט אן צום יום טוב שבועות איז מען פיל מיט פופציג צוגעגרייטע טעג צו קבלת התורה, און טאקע אזוי קען מען אריינעמען צו זיך די תורה,
לעינינו,
אוודאי אונזער ארבעט איז טאקע צו ציילן יעדן טאג עקסטער, און אוודאי די עקספערטן זאגן אז די וועג האט זיי די בעסטע געארבעט, און טאקע נאר אזוי האבן זיי געקענט אנקומען צו ציילן די גרויסע נומבערס פון לאנגע טעג, חדשים, און יארן פון ריינע טעג ב"ה,
איי פארוואס זאל מען דארפן דא אויסשפילן די טעג ווי מען איז שוין אנגעקומען? מען קען דאך ציילן יעדן טאג באזונדער צו היינט בין איך ריין, און עס זאל נישט געציילט ווערן,
נאר וואס דען, עס איז טאקע גרינגער ציי וויסן אז מען גייט יעדן טאג באזונדער, טאקע ווייל א גרויסע נומבער זעהט אויס ביי אונז סעקס עדיקטס ווי אן אומעגליכע זאך, אבער איינציגע טעג טעג קען מען שוין יא הערן, ווייל עס איז זיכער אז עס האט זיך שוין געמאכט גענוג צייטן פון האבן אייצעלנע ריינע טעג, אבער דורך אונזער מהלך פון גיין אייצעלנע טעג, האבן שוין פילע געהאט די זכי' צו ציילן הונדערטער טעגף טאקע ווייל עס זעהט נישט אויס ווי א בארג,
די פוינט אבער פון ציילן איז טאקע דאס, ווייל ווען עס מאכט זיך א שווערע מינוט, און מען גיבט א בליק איבער און מען זעהט די גרויסע נומערן ווי מען האט געהאט די זכי' אנצוקומען, ווייסט מען שוין אז דאס נאכאמאל צו דערגרייכן דארף מען ציילן נאך אסאך אייציגע טעג, און אוודאי עס איז אוממעגליך אסאך טעג, אבער פילע אייצעלנע טעג איז יא מעגליך און מען קען עס יא אנקומען, ווי מיר זעען שוין דא, 
און דאס קומט אונז די ספירה טעג לערנען ווי מיר האבן דערמאנט פריער, וועט מען איז אנגעפילט מיט טעג מיט געציילטע אייצעלנע טעג וואס טרעפט גרויסע צייטן, דאס גיבט אריין כוחות און דאס בויעט א כלי מחזיק ברכה, ווי מיר וועלן האבן די זכי' אנצוזאמלען אסאך גוטע און געזונטע ריינע יארן,
און טאקע דאס וועט אונז געבן די שטארקייט צו ארבעטן אויף זיך און ערליך אנהאלטן די סטעפס צו ווייטער קענען זיך האלטן שטארק,


האטסט מיר א ליכטיגע שבת,
און א ריכטיגע קבלת התורה,
און קענען גרינג אוועקשטופן די שווערע טעג,
ענקער חבר

גדלי'

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


לעצט פארראכטן: כ"ח אייר התש"פ 14:53 דורך אפהיטן.
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.50 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא