ברוכים הבאים, גאסט

קען "איך" שוין זיין ריין ???
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1

טעמע: קען "איך" שוין זיין ריין ??? 69 באזוכער

קען "איך" שוין זיין ריין ??? כ"ו אייר התש"פ 19:12 #266782

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
היינט האב איך געהאט אזא מחשבה, דער ייצה"ר האט מיר אריינגעברענגט דעם געפיל ב"ה איך האלט שוין ביי 166 טעג, אנדערע וואס האבן מיטגעהאלטן מיין גאנצע רייזע, פון ווי איך קום ביז ווי איך האלט, האבן מיר געלאזט פאלן ווערטער, אז אויב דער אויבערשטער האט מיר געקענט העלפן קען ער זיי אויך העלפן, איך האב מיר אנגעהויבן שפירן ווי א גאנצער "יש", און מיין אמאליג געפיל פון "יא איך קען" איז מיר צוריק געקומען אויף א גרויסע אופן, און אפילו איך האב פרובירט איבער צו גיין מיין סטעפ 1, און זעהן פון ווי איך קום, אבער דאך האב איך געשפירט יעצט האב איך שוין דער מהלך און איך קען שוין אליין.

און ווי פארשטייט זיך אליין אז די סארט מחשבה איז סכנות נפשות פאר מיר, ווייל איך ווייס ווי איך בין אנגעקומען ביז ווילאנג איך האב געטראכט אז איך קען אליין, איך בין נאר געפאלן טיפער און טיפער, און אפילו איך האב יא געהאט די כח זיך צו האלטן ריין אביסל, האט דאס מיר צוגעברענגט אז איך בין שפעטער אדורכגעפאלן נאך טיפער, (און איך פארשטיי אז עס מוז נישט זיין אז יעדער איז אזוי, אבער ביי מיר איז עס געווען אזוי) ​ביז איך בין צוגעקומען אז איך אליין קען נישט גארנישט, און נאר דער אויבערשטער איז דער וואס קען מיר העלפן, אז איך זאל בלייבן ריין.

און ממילא אויב וועל איך יעצט צוריקפאלן מיט די מחשבה, אז איך קען יא אליין, וועל איך גאנץ שנעל אנקומען צו דעם פלאץ ווי איך האב געהאלטן פריער, ווי פאסיג איז דאס וואס ווערט דערמאנט אין חובת הלבבות אז א חסיד האט געטראפן א מיליטער זיך צוריק קערן פון א מלחמה, נאכדעם וואס זיי האבן מנצח געווען זייערע פיינט, און צוגערויבט זייער פארמעגן, האט ער זיי געזאגט, ענק קומען יעצט צוריק פון א קליינע מלחמה, גרייטס ענק אן צו א גרויסע מלחמה, און וואס איז די גרויסע מלחמה ? די מלחמה פון דעם ייצה"ר מיט זיין מיליטער

איז דא א פירוש פתחי לב אויף חובת הלבבות, וואס איז מסביר ביז ווילאנג זיי זענען געווען אין די מלחמה, און זייער לעבן איז געווען אין א סכנה, האבן זיי געוויסט אז זיי מוזן צוקומען צום אויבערשטן, האט די ייצה"ר נישט געקענט געוועלטיגן איבער זיי. אבער די מינוט וואס זיי זענען צוריק געקומען, זענען זיי געווען שיכור פון זייער ניצחון, און פון די גרויסע פארמעגן וואס זיי האבן צוגערויבט, און זיי האבן געשפירט אז זיי זענען געלונגענע מענטשן, האט דער ייצה"ר געטראפן א פלאץ זיי אריינצוברענגען צו גלייבן אין זייער אייגענע כח, און אראפ ווארפן פון זיך דורך דעם עול מלכות שמים.

עס איז באקאנט די מעשה מיטן הייליגן ר"ר שמעלקא ווען ער איז געווארן רב אין ניקלסבורג, האט מען אנגעגרייט א גרויסע סעודה לכבודו, מיט בעלי דרשנים וואס גייען אים אויפנעמען מיט די כבוד הראוי, האט ער געבעהטן אז ער דארף האבן א קליינע צימער פאר אפאר מינוט איידער מען הייבט אן די סעודה, ווי ער וויל זיך אפריען פאר אפאר מינוט.

ער איז אריינגעגאנגען אין דעם צימער, און מען האט ארויסגעהערט ווי ער רעדט צו זיך אליין, און ער זאגט אונז האבן היינט די זכיה אויפצונעמען דעם נייעם הייליגן רב, וואס איז ברייט באקאנט מיט זיין גרויסקייט אין תורה, מיט זיין צדקות, מיט זיין קדושה וטהרה, ער האט א געוואלדיגע שכל הישר, וואס דאס וועט אים העלפן פירן די שטאט אויפן ריכטיגן וועג, וכו' וכו' אזוי האט ער זיך אויסגערימט מיט אלע מעלות.

האט מען אים געפרעגט נאכדעם פשט אין דעם, האט ער גענטפערט, איך קען נישט אליין פירן א שטאט, איך מוז האבן סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט, צו קענען פסקענען ריכטיג שאלות, מאכן די ריכטיגע תקנות אין שטאט, פירן ריכטיג דין תורות, און אזוי ווייטער, האב איך מורא געהאט אז איך וועל הערן אלע מעלות וואס מען גייט אויסרעכענען אויף מיר בשעת דעם קבלת פנים, וועט עס גורם זיין איך זאל אנהייבן צו גלייבן אז קען טאקע אליין פירן דעם שטאט, און ממילא וועל איך מיך מער נישט פארלאזן אויפן אויבערשטן אז ער זאל מיר העלפן, ממילא האב מיר קודם אליין געזאגט אלע מעלות, און ווען מען זאגט עס אליין אויף זיך פילט מען זיך זייער נאריש מיט דעם, און יעצט וועט שוין נישט אויסמאכן וואס מען וועט זאגן אויף מיר.

האט ער מיט דעם געטייטשט די משנה אין אבות יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ווען דיין חבר רומט דיר אויס מיט מעלות, זאלסטו שפירן פונקט אזוי ווי דו וואלסט געשפירט ווען דו זאגסט עס דיר אליין.

און ממילא וויל איך זייער קלאר אויסשמועסן צו מיר אליין, "הייליגער" דערמאן דיר "מאין באת" פון ווי קומסטו, וויפיל דו האסט פרובירט זיך צו האלטן ריין אליין, און דו האסט נישט מצליח געווען, ביסט געווען א פשוטע טיפה סרוחה, יעדן טאג פון פריש אנגעהויבן, און נאכאמאל אדורך געפאלן. "ולאן אתה הולך" און ווי גייסטו אנקומען אויב דו וועסט מיינען אז דו ביסט דער וואס גייט אליין, אנדעם הילף פון אויבערשטן, למקום עפר רימה ותולעה דו גייסט צוריק אריינפאלן אין א פלאץ פול מיט שמוציגע ווערעם. "ולפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון" פאר וועמען ביסטו דא אויף די וועלט ? וועמענס ארבייטער ביסטו ? ווער האט דיר באשאפן ? און ווער טראגט דיר ? ווער געבט דיר לעבן ? ווער געבט דיר געזונט ? ווער געבט דיר קינדער ? ווער געבט דיר פרנסה ? ואחרון אחרון חביב ווער געבט דיר ריינקייט, "מלך מלכי המלכים הקב"ה" נאר דער אויבערשטער אליין.
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: קען "איך" שוין זיין ריין ??? כ"ז אייר התש"פ 12:51 #266822

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל
  • קאָרמא: 5

עס איז באוויסט דעם סיפור,
ווען דער הייליגער חוזה זי"ע האט פארענדיגט תשליך, און אפגעהויבן צו פארלאזן דעם טייך, האט מען געזעהן ווי דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע קומט צו לעבן אקעגן די שטראם, ער לויפט צום טייך,
דער עולם האט מיט וואונדער געפרעגט: נפתלי וואו לויפסטו? זעסט נישט אז דער רבי גייט שוין אהיים,
האט ער געענטפערט, 
איך גיי אפנעמען דעם רבי'נס עבירות....
לעינינינו, ווי האט יענער געזאגט גיב מיר אויך די גרויסע מדריגות און איך וועל מיר שוין ספראווענען מיט די נסיון פון טראכטן פון לערנען אינמיטן שמונה עשרה...
לאמיר אויך האבן די זכי' אנצוקומען צו ציילן 167 הייליגע ריינע טעג,
און מיר וועלן זיך שוין בויען נישט צו פאלן פון די נסיון....
כה לחי הייליגער צדיק
פון דעם חסיד, וואס זיכט צו כאפן עפעס שריים
גדלי'

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: קען "איך" שוין זיין ריין ??? כ"ז אייר התש"פ 13:01 #266823

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50

טייערע גדלי' 
איך וויל דיר איין זאך זאגן, מיינע עבירות/קרענק האט דער אויבערשטער אויסגעשטעלט פונקט פאר מיר, לויט ווי ער וויל מיר, און איך בין פרייליך צו זיין דא און טוהן זיין רצון.
און פאר דיר האט ער געגעבן דיין וועג, לויט די זאכן וואס ער וויל פון דיר, איך וויל נישט דיינס, און דו ווילסט נישט מיינס.
איך ווייס זייער גוט, אז אפילו איך זאל האבן 167 ריינע וואכן, חדשים אדער יארן, אויב וועל איך זיך איינרעדן אז "איך קען שוין אליין", וועלן די ריזאלט'ס נאכקומען, עס וועט נישט נעמען צו לאנג.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: קען "איך" שוין זיין ריין ??? כ"ז אייר התש"פ 13:20 #266826

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל
  • קאָרמא: 5

זייער ריכטיג אויפגעמערקט,
אבער דאך איז אונזער ארבעט צו זעהן ווי אנדערע, טאקע דורך זיך נישט פארלאזן אויף זיך, נאר חזר'ן און חזר'ן סטעפ 1 2 3 און וויסן און שטענדיג געדענקן אז טאקע דורך זיך אינגאנצן אונטער ווארפן און אלעס לאזן און זיך פארלאזן אויפן אייבירשטען קומט מען אן,
איז אונזער ארבעט פאר זייטיגע צוקוקערס צו נעמען די חיזוק, און איינזעהן אז דורכדעם וואס יעדער האט שוין איינגעזעהן און געטון די ריכטיגע שריט איז ער אנגקומען גאר הויעך, 
און עס ליגט יעצט אין אונזערע הענט, צו באשליסן, צו מיר זענען אויך גרייט צו אלעס אלעס פארלאזן און אזוי אנקומען צו די גרויסע נומבערס,
אדער זענען מיר נאכנישט גרייט אינגאנצן, און מיר ווילן נאכאמאל פראבירן אליין וכדו' און ליידער זיך לערנען אויף די אייגענע הויט,

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.55 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא