ברוכים הבאים, גאסט

מיין קאפ איז געבליבן אין די וואסער ביז...
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1

טעמע: מיין קאפ איז געבליבן אין די וואסער ביז... 140 באזוכער

מיין קאפ איז געבליבן אין די וואסער ביז... כ"ז אייר התש"פ 18:41 #266835

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 173 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 600
  • האט שוין געלייקט: 555 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל
  • קאָרמא: 50
איך האב געהערט א מעשה, וואס האט מיר זייער באנומען, ווייל איך האב געשפירט ווי עס האט שייכות מיט מיין לעבן, און איך וויל עס מיט טיילן, אויב איינער וועט עפעס קענען זיך ארויסלערנען דערפון.

א מאמע האט גענומען אירע קינדער קיין טבריה צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, נאכן ענדיגן מתפלל זיין זענען זיי אראפגעגאנגען דעם בארג אביסל שפאצירן נעבן דעם כינרת, און זיי זענען געגאנגען אויפן בארטן ממש נעבן די וואסער, און די קינדער נישט אכטונג געבנדיג געהעריג ווי זיי לויפן ארום, איז דער קלענערער אריין געפאלן אין די וואסער, וואס האט אים אנגעהויבן אריינשלעפן אין זיך..... און ער האט אנגעהויבן צו דערטראנקען ווערן.

די מאמע שטייט פארלוירן און זעהט ווי איר קינד ווערט אוועק געריסן פון איר, און ער בעהט זיך אויף זיין לעבן, אבער זי קען נישט שווימען, איז זי שנעל צוגעלאפן צו די גאס וואס איז גלייך דארט, און געשריגן מיט קולות, און געוויזן סימנים מיט די הענט צו אלע קארן וואס פארן אריבער, אפשר וועט איינער זיך אפשטעלן און קומען ראטעווען איר קינד, אבער קיינער שטעלט זיך נישט אפ, פונקט פארקערט יעדער פייפט אז זי זאל זיך ריקן אין די זייט, און מען שרייט איר ארויס פון די פענסטער צו איר אראפצוגיין פון די גאס.

ווען פלוצלונג שטעלט זיך אפ א קאר, און עס קומט ארויס א עלטערע מענטש, און פרעגט וואס איז געשעהן, די מאמע שרייט "מיין קינד דערטרענקט זיך אין וואסער", דער מענטש טוט זיך אויס זיינע אויבערשטע קליידער, בשעת זיין ווייב שרייט אויף אים דו האלסט נאך א הארץ אטאקע, געב דיר אכטונג, אבער ער לויפט צו די וואסער מיט א אימפעט.

ער שפרונגט אריין אין די וואסער, כאפט אן דעם קליינעם קינד, און ער שווימט צוריק מיט דעם קינד, און געבט עס איבער פאר די מאמע, אבער זי באמערקט גלייך אז דאס איז דער עלטערער קינד, וואס איז זעהט אויס אריינגעשפרינגען אין דעם וואסער צו העלפן דעם אינגערן ברודער. ממילא שרייט זי אויס "אוי וויי איך האב נאך א קינד אין די וואסער" דער מענטש טראכט נישט קיין צוויי ער שפרינגט נאכאמאל אריין אין די וואסער, עס נעמט אים א אנגעצויגענע מינוט צו טרעפן דעם צווייטן קינד, און ער האט אים געטראפן, און ער שווימט ארויס פון טייך, אבער די מאמע שרייט, דו האלסט דאס קינד ביי די פיס, און זיין קאפ ליגט אין די וואסער און ער קען נישט אטעמען, אבער דער מענטש איז געווען זייער ווייט און נישט געהערט, ביז ער איז געקומען נענטער צום בארטן און ער האט געהערט וואס מען זאגט אים, האט ער אויפגעהויבן דעם קינד'ס קאפ העכער די וואסער, און אזוי האט ער ארויסגעשלעפט דעם צווייטן קינד פון די וואסער.

די הצלה וואס איז שוין דערווייל אנגעקומען אהין האט אנגעהויבן ארבעטן צוריק צו ברענגען דאס קינד, און מען האט אים תכף אריינגעפירט אין שפיטאל, דערווייל האט מען קלאר געשטעלט פאר די מאמע, אז עס זעהט נישט אויס אז מען וועט אים קענען ראטעווען, מען האט פרובירט וואס מען קען, און ביז ווען מען איז אנגעקומען אין שפיטאל, האט מען שוין אויפגעגעבן, און מען האט איר געזאגט אז זעהט אויס אז דאס קינד האט נישט באקומען קיין לופט פאר צו לאנג, און ממילא איז שוין נישט דא וואס צו טוהן.

אבער די עלטערן געבן נישט אויף און זיי זענען מתפלל צום אויבערשטן אז ער זאל מאכן א נס. עס איז אריבער אפאר מינוט וואס מען האט נאך געארבעט אויפן קינד, און די נס האט פאסירט, און ער האט זיך אויפגעוועקט, דער דאקטאר קומט ארויס צו די דערשראקענע עלטערן, און ער זאגט דער אויבערשטער האט ענק צוריק געגעבן ענקער קינד, ענק זאלן וויסן דאס איז געווען תחיית המתים ממש.

די מאמע האט תכף אנגערופן דעם מענטש וואס האט געראטעוועט די קינדער מיט די גוטע בשורה, אז ב"ה דער צווייטער קינד האט זיך אויפגעוועקט, און ער וועט זיין געזונט אי"ה, פון גרויס צוטומלטקייט און איילעניש, האט זי אפילו נישט באמערקט ווי דער מענטש איז געווען אזוי איבערגענומען.

עס איז אריבער 2 טעג און דער קינד איז אהיים געקומען פון שפיטאל געזונט אין פריש, און מען האט אנגעגרייט א גרויסע סעודת הודאה, צו דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס האבן פאסירט, מיטן ראטעווען ביידע קינדער, און אויך דאס אז דער צווייטער קינד איז צוריק אויפגעלעבט געווארן, און אז ער איז געזונט און פריש. פארשטייט זיך אליין אז מען האט גערופן דעם מענטש וואס האט זיי ארויסגעשלעפט צו די סעודת הודאה.

אינמיטן די סעודה פרעגט דער מענטש צו ער מעג זאגן אפאר ווערטער, און ווען מען האט אים געגעבן די הסכמה האט ער זיך אויפגעשטעלט, און ער הייבט אן מיט א קול וואס שטיקט זיך מיט געוויין, און ווען טרערן רינען אים פון די אויגן דערציילט ער אז ער איז א געלערנטע שווימער, וואס ער איז לעצטנס אדורך א הארץ אטאקע, און ער איז יעצט געווען אויפן וועג פון שפיטאל קיין טבריה אויף וויקאציע, ווי ער האפט אז ער וועט זיך אינגאנצן ערהוילן.

און ווען ער האט געזעהן די מאמע שטיין אזוי מיואש'דיג אין די גאס האט ער גלייך פארשטאנען וואס האט פאסירט, און ער האט נישט געקענט קיקן אויף די רחמנות געבעהט פון די מאמע, און ממילא האט ער זיך אפגעשטעלט, און אזוי איז האט ער געקענט ראטעווען די קינדער.

אבער, לייגט ער צו, ער איז אויפגעוואקסן אין א פרייע שטוב, ער האט קיינמאל אין זיין לעבן נישט געהאט קיין שייכות מיט פרומע אידן, און פארשטייט זיך אז ער איז קיינמאל נישט געווען אין קיין ביהמ"ד און געדאווענט, יעצט ווען ער האט ארויסגעשלעפט די צוויי קינדער, און ער האט געכאפט אז ער האט געהאלטן דעם צווייטן קינד מיט די קאפ אין די וואסער, האט ער זיך געפילט שרעקליך שולדיג, ווייל ער האט געזעהן אז עס איז נישט דא קיין האפענונג אז דאס קינד זאל זיך אויפוועקן און בלייבן א נארמאלער קינד.

וויפיל מען האט אים פרובירט צו בארואיגן אז עס איז נישט זיין שולד האט עס נישט געהאלפן, און ער איז ארויפגעפארן צום שפיץ פון דעם בארג, און ער האט אויסגעפלאצט אין א געוויין, און געשריגן רבוש"ע איך האב קיינמאל אין מיין לעבן נישט געדאווענט צו דיר, איך האב נישט געוויסט וואס עס מיינט דאווענען, אבער נעם אן מיין יעצטיגע געבעהט כאילו איך דאוון יעצט פאר דיר אלע תפילות וואס איך האב פארפעלט, און ראטעווע דעם קינד, מאך א נס אז ער זאל בלייבן לעבן. ווען איך האב גענדיגט זאגן די ווערטער, האב איך מיך געפילט בארואיגט, און בין אראפגעקומען אריין צו גיין אין די קאר, ווען מיין טעלעפון האט זיך צוקלינגען, און עס איז געווען די מאמע וואס האט מיר גערופן באדאנקען אז די צווייטע קינד האט זיך יעצט אויפגעוועקט.
**********************************************************************
איך האב אריינגעטראכט אין די מעשה, און מיין גאנצע לעבן איז מיר אויפגעשווימען אין מיין זכרון, איך דערמאן זיך זיצן און ווערן איינגעזינקען אין שטורעמישע וואסערן פון מיינע תאוות, ווי איך בין געווארן מער און מער אריינגעשלעפט אין די טיפעניש פון די וואסער, ביז איך האב פארלוירן נישט נאר אלעס וואס איך האב געהאט אין מיין לעבן, נאר אפילו מיין לעבן אליין האב איך אויך פארלוירן, איך האב מיר ארום געדרייט אין די וועלט אזוי ווי איינער וואס איז טויט, מיין קאפ און מוח האט שוין נישט געארבעט.

איך בין געשטאנען און געשריגן פאר הילף, איך האב געפילט אז איך מוז זיך ארויסשלעפן פון די וואסערן, אבער וויפיל מען האט מיר פרובירט ארויס צו שלעפן פון די וואסער, איז מיין קאפ אייביג געבליבן אריינגעשטעקט אין די שמוציגע וואסער, איך האב נישט געזעהן, און קיינער האט נישט געזעהן, אז איך זאל אמאל קענען ארויסקריכן פון דעם, יעדער איינער ארום מיר, וגם אני בתוכם, האבן אויפגעגעבן.

ביז איך בין אנגעקומען צו א נייע פלאץ ווי איך בין געוואויר געווארן, אז דאס איז עס, איך קען נישט ארויסקריכן פון די שמוציגע וואסער, און נאר דער אויבערשטער איז דער וואס קען מיר מאכן א נס, און איך זאל ארויסקומען דערפון ווען איך לעב נאך, אבער לויט די וועג וויאזוי עס פארט די לעצטערע יארן, וועט זיך אויפהערן מיינע שוועריגקייטן נאר ווען איך וועל שטארבן, אלע מיינע האפענונגען זענען שוין אויסגערינען, און איך זעה נישט אז א נס זאל פאסירן מיט מיר, און און איך האב מיר אנגעהויבן צוגעוואוינען אז אזוי וועט אויסקוקן מיין גאנצע לעבן, און עס איז נאר א שאלה פון צייט, ביז איך וועל מיר אליין אריינגליטשן פון מיין רוחניות'דיגע טויט צו מיין גשמיות'דיגע טויט.

אבער יעצט דוקא אין דעם פארלוירענען מאמענט, האב איך מיך געוואנדן צום אויבערשטן, און זיך געבעהטן ביי אים טאטע, איך האב קיינמאל אין מיין לעבן נישט אזוי געפילט, אזוי שטארק פארלוירן ווי איך בין יעצט, יעדע מאהל ווען איך האב געדאווענט, האב איך געשפירט אז איך האב א וועג ארויס, און איך דארף נאר דיין הילף אז דו זאלסט מיר העלפן אז עס זאל געלונגען, אדער אויב איך האב נישט יעצט קיין נייע וועג, דארף איך אויפקומען מיט א נייע וועג וויאזוי זיך צו העלפן, און אזוי וועל איך קענען ארויסקריכן פון דעם, אבער יעצט האט זיך ארויסגעוויזן אז איך בין אינגאנצן פארלוירן, איך זעה נישט אז איך זאל נאך קענען אויפקומען מיט א וועג, און ממילא "אשא עיני אל ההרים מאין יבוא עזרי" איך בין אינגאנצן פארלוירן, עס איז נישט דא גארנישט וואס איך קען טוהן ארויסצוקריכן פון דעם מצב, איך בעהט פון דיר אויבערשטער העלף מיר אפילו איך בין עס נישט ווערד.

אבער דוקא דא נאך אזוינע ווערטער האט זיך ארויס געוויזן די גרויסע רחמנות וואס דער ליבליכער הייליגער באשעפער האט געהאט אויף מיר, און ער האט מיר געזאגט, איך ווארט שוין אז דו זאלסט אנקומען צו דעם מינוט דיין גאנצע לעבן, אז דו זאלסט פארשטיין אז נאר איך דער אויבערשטער קען דיר העלפן, און יעצט אז דו ביסט געקומען צו מיר וועל איך דיר העלפן.

אבער געדענק, איך שרייב אין די תורה ובקשתם משם את ה' אלקיך ומצאת "כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשך", איך בין גרייט דיר צו העלפן אויב דו וועסט זיין גרייט צו גיין ווי ווייט עס וועט זיך נאר אויספעלן מיר צו טרעפן, אין יעדע זאך וואס דו וועסט טוהן זאלסטו טראכטן וואס וויל דער אויבערשטער פון מיר יעצט, לייג אוועק דיינע אייגענע אינטערעסן אינגאנצן, געב דיר איבער פאר מיר, און צו טוהן מיין רצון, דעמולט'ס וועל איך דיר העלפן, יעדע שווערע פאסירונג וואס עס קומט ארויף אויף דיר, זאלסטו געדענקען איך בין דער וואס פירט די וועלט, און אויב איך וויל אזוי, נעם עס אן מיט ליבשאפט.איך האב עס אנגענומען און מיט הכנעה האב איך מיר באמת אינטערטעניגט צום ערשטן מאל אין מיין לעבן אינטער די גרויסע הנהגה פון אויבערשטן, און דאן איז געשעהן די נס פון דעמולט'ס ביז יעצט בין איך געבליבן ריין.

און איך פיר אויס מיט א תפילה אויף ווייטער, גאט איך געב מיר איבער אינגאנצן פאר דיר אז דו זאלסט טוהן מיט מיר און בויען מיט מיר וואס דו ווילסט, באפריי מיר פון קנעכטשאפט פאר מיר אליין, אז איך זאל קענען בעסער טוהן דיין רצון, נעם אוועק מיינע שוועריגקייטן אז א זיך איבער זיי זאל זיין א עדות פאר די וואס איך וועל העלפן ווייזן דיין מאכט דיין ליבשאפט און דיין וועג פון לעבן, איך זאל קענען טוהן דיין רצון שטענדיג, דיין רצון זאל געטוהן ווערן נישט מיין.
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
לעצט פארראכטן: כ"ז אייר התש"פ 19:02 דורך Heiligertzadik.

ענטפער: מיין קאפ איז געבליבן אין די וואסער ביז... כ"ח אייר התש"פ 05:56 #266840

  • געטרייע יוד
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 105
  • האט שוין געלייקט: 33 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
  • קאָרמא: 1
wow!!!!!!!!!

ענטפער: מיין קאפ איז געבליבן אין די וואסער ביז... כ"ח אייר התש"פ 07:24 #266842

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 76 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 74 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
  • קאָרמא: 12

מים איז מטהר, ביזט געווען אין וואסער און ארויסגעקומען ריין! ריין אין הארץ, ריין אין מוח און ריין מיט דיין רצון.

יעזור ה' אז פון היינט און ווייטער זאלסטו נאר וויסן פון ריינקייט אין הארץ, מוח און רצונות, און טאקע אלעס קענען איבערגעבן פאר איהם.

ענטפער: מיין קאפ איז געבליבן אין די וואסער ביז... כ"ח אייר התש"פ 09:01 #266844

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1623
  • האט שוין געלייקט: 949 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2937 מאל
  • קאָרמא: 59

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: מיין קאפ איז געבליבן אין די וואסער ביז... כ"ח אייר התש"פ 10:30 #266845

  • גפן
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
  • קאָרמא: 2

מורידיג! איך בין אויפגעשטאנען היינט אביסל אין א דאון מאד, אין כהאב אפגעמאכט צו ליינען אביסל פין הד״א פאר אינספעראציע. 
אין יעצט נאכן ליינען פיל איך ווי כהאב געלערנט א מוסר ספר פיל מיט חיזוק אין חסידות!
א גרויסן שכח!!!

כוויס נישט פארוואס גפן. אבער ס'זאל זיך גיסען געזינט פרנסה נחת!

ענטפער: מיין קאפ איז געבליבן אין די וואסער ביז... כ"ח אייר התש"פ 10:41 #266846

  • Green
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 33
  • האט שוין געלייקט: 105 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל
  • קאָרמא: 0

ענטפער: מיין קאפ איז געבליבן אין די וואסער ביז... כ"ח אייר התש"פ 11:02 #266848

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 443 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1062
  • האט שוין געלייקט: 798 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל
  • קאָרמא: 46

דער ארטיקל איז געווען היינט דער "צוקער" צו מיין צופרי קאווע...

ייש"כ הייליגער, חזק!

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: מיין קאפ איז געבליבן אין די וואסער ביז... כ"ח אייר התש"פ 12:23 #266852

  • גפן
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
  • קאָרמא: 2
כבין צירוק אריינגעפאלן אין וואסער!
אפשר געט מיך איינער חיזוק?

כוויס נישט פארוואס גפן. אבער ס'זאל זיך גיסען געזינט פרנסה נחת!

ענטפער: מיין קאפ איז געבליבן אין די וואסער ביז... כ"ח אייר התש"פ 12:56 #266856

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1598
  • האט שוין געלייקט: 3667 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל
  • קאָרמא: 55

שעיקינג......
שטארק געזאגט צדיק.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: מיין קאפ איז געבליבן אין די וואסער ביז... כ"ח אייר התש"פ 14:09 #266858

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 99
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל
  • קאָרמא: 5

זייער זייער שטארק,
יעצט ווען מיר שטייען ביים ערב ראש חודש סיון מוקדם, וואס אין די יעצטיגע צייט איז יעדער מער מתפלל פאר גוטע קינדער, זענען אונזערע תפילות געוואנדן צו אן אנדערע ריכטונג, 
מיטן מתפלל זיין הייליגער באשעפער העלף די חינוך פאר אונזער קינדער מיטן קענען האבן דער ערליכן טאטען וואס זאל זיין א טאטע צו זיינע קינדער, וויסן ווער זיי זענען נישט זיין פארנומען מיט שמוץ ווי אמאל, טאטע העלף זיי מיטן מיר ראטעווען,
ווי ריכטיג איז די היינטיגע ארויסצוברענגען די געפילן וואס א מאמע האט צו אירע קינדער, און זיך פארשטעלן וויאזוי זי איז נישט דאהי געווען ווען זי איז געשטאנען אויפן ראוד און געשריגן מיט קולות וואס מיר קענען זיך ניטאמאל פארשטעלן,
יעצט דרייען מיר זיך אויס צו אונז אליין, און מיר שרייען צו זיך,
ראטעווע מיינע קינדער פון דערטראנקען ווערן, 
ראטעווע מיינע קינדער פון זיין לעבעדיגע יתומים,
ראטעווע מיינע קינדער פון פארפאלען גיין כדרך אבותם,
ראטעווע מיינע קינדער פון זעהן ווי זייער טאטע ווערט פארשוועמט,


יא! דאס איז די ריכטיגע תפילה פאר אונז צו מתפלל זיין פאר אונזערע קינדער,
 הייליגער באשעפער איך גיב מיר איבער פאר דיר מיין לעבן און מיין רצון, אז דו זאלסט טוהן מיט מיר און בויען מיט מיר וואס דו ווילסט.
באפריי מיר פון קנעכטשאפט פאר מיר אליין, אז איך זאל קענען טוהן דיין רצון.
העלף מיר מיט מיינע שוועריגקייטן, אז א זיג איבער זיי זאל זיין א עדות פאר די וואס איך וועל שפעטער העלפן ווייזן דיין מאכט, דיין ליבשאפט, דיין וועג פון לעבן.
כדי איך זאל קענען טוהן דיין רצון שטענדיג, דיין רצון זאל געטוהן ווערן נישט מיין. אמן‎

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 1.19 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא