זיך פארמעסטן מיט אדיקשאן

הקדמה: א פראבלעם אדער אן אדיקשאן?

עס איז פארהאן א גרויסער חילוק צווישן איינעם וואס האט א פראבלעם, וואס פון דעם האבן מיר גערעדט ביז יעצט, ביז איינעם וואס פלאגט זיך מיט אן אדיקשאן; וואס מיינט, א מצב אין וועלכען דער מענטש קען נישט אויפהערן צו טון עפעס וואס איז קעגן זיינע אינטערעסטן, און אפילו קעגן זיין אייגענעם ווילן.

טעסט זיך אליינס: בין איך אדיקטעד צו לאסט?

עס איז נישט גרינג מחליט צו זיין צו מען פלאגט זיך מיט אן אדיקשאן, אדער מיט סתם א פראבלעם, און מען טאר נישט נעמען לייכט די פראגע. דא גיבן מיר אייך אביסל אנווייזונגען און אזוי אויך פארשידענע פראגעס וועלכע קענען אייך העלפן מיט דעם

די ערשטע כלי: די ערשטע סטעפ

די ערשטע פון די צוועלעף סטעפס איז, זיך ענדליך ארויסצוברעכן פון פארלייקענונג, און מודה זיין, פאר זיך, טיעף טיעף אינעווייניג, עס זאל ווערן א חלק פון אונזער מציאות, אז מיר האבן פארלוירן דעם קאמפף. אז מיר קענען נישט אליינס און מיר דארפן צוקומען צו הילף.

די צווייטע כלי: די צוועלעף סטעפס

די איבריגע פון די צוועלעף סטעפס זענען געמאכט געווארן אונז צו ברענגען צו א מקום וואס מיר הערן אויף צו לעבן אויף אן אופן כאילו מיר פירן אונזער לעבן און מיר זענען אין קאנטראל, און אנשטאט הייבן מיר אן צו לעבן אזוי ווי דער אויבערשטער וויל פון אונז. צו מבטל זיין אונזער רצון צו זיין רצון און טון וואס מיר דארפן, נישט וואס מיר ווילן.

די דריטע כלי: טעלעפאנישע און לעבעדיגע גרופעס

ארבעטן א צוועלעף סטעפ פראגראם מיינט, אינגאנצן טוישן דעם לעבן. אזא טויש רופט זיך אפ אויף יעדן מעגליכן טייל פון אייער לעבן און דערפאר איז כמעט נישט מעגליך עס צו ארבעטן אליינס, עס פעלט זיך אויס די הילף פון אנדערע אין דעם זעלבן מצב. דערפאר ארבעטן די אלע סארט פראגראמען דורך גרופעס.

די פערטע כלי: א ספאנסער

אדם קרוב אצל עצמו, עס איז זייער שווער צו זעהן די אייגענע חסרונות, און די ארבעט ווייטער איז פון די עבודות הקשות שבמקדש. דערפאר איז וויכטיג און ראטזאם צו נעמען א ספאנסער, א באגלייטער וועלכער האט עס שוין געוויזן, וועלכער איז שוין געגאנגען דעם וועג, ער זאל אונז אנווייזן וואו צו גיין און וויאזוי עס אויסצופירן. דאס קען ראטעווען אונזער לעבן.

דער פינפטער כלי: פראפעסיאנאלע הילף

זייער אפט איז דא נאך גורמים צו אונזער מצב, געווענליך איז דאס עמאציאנעלע פראבלעמען פאר וועלכע מיר דארפן ע"פ רוב צוקומען צו פראפעסיאנאלע הילף. עס איז גאר וויכטיג צו באקומען די הילף, און איר צו באקומען פון די ריכטיגע מענטשן. דער נישט ריכטיגער מענטש קען נאך ערגער מאכן אנשטאט העלפן.

דער זעקסטער כלי: קאפל'ס ערהוילונג

יעדע פרוי פון אן עדיקט מוז אויטאמאטיש צוקומען צו הילף. סיי ווייל איר מאנ'ס אדיקשאן אפעקטירט איר אויך, און סיי ווייל דער עצם מציאות פון דעם אדיקשאן רירט צו דעם איידעלסטן מקום אין דעם צוזאמענלעבן פון א פארפאלק, און אממערסטנס, ווייל דאס געבט דעם בעסטן שאנס פאר דעם פארפאלק אז זיי זאלן קענען דורכגיין די שווערע צייט און דערלעבן גוטע צייטן.

די זיבעטע כלי: ריהעב צענטער

פראבלעמען ביי מענטשן קומען אין אלע סארט פארמען און דרגות, פאר טייל מענטשן איז באשערט גאר א שווערע נסיון, אין וועלכע אלע אויבנדערמאנטע הילף העלפט נישט. פאר זיי איז פארהאן ריהעב צענטערן וועלכע זענען גאר א גוטע מעגליכקייט פאר א נייע התחלה און א נייעם שאנס אין לעבן.

12-סטעפס טעלעפאן קאנפערענץ!

  1. געבויט אויפ'ן SA פראגראם - יעדן מאנטאג ביינאכט 8:30
  2. געבויט אויפ'ן SAAPP פראגראם - יעדן מיטוואך ביינאכט 9:30