בלייב אנאנים

געניסט פון אונזער הילף אָן דעם וואס איינער זאל וויסן ווער איר זענט.

אייער פריוואטקייט איז זייער וויכטיג פאר אונז. די פילע הילפס-מיטלען און סערוויסעס אויף אונזער נעטווארק זענען עפ"י רוב, אדער דורכ'ן אינטערנעט, אדער געדרוקטע מאטריאל אדער דורכ'ן טעלעפאן. דאס איז א פאקט וועלכע ברענגט גאר א שטארקע אינטערעסע פאר די וואס מוטשענען זיך צו ווערן געהאלפן דורך אונזער ארגאניזאציע, וויבאלד עס פארזיכערט א גענצליכע פריוואטקייט פאר די וואס ווענדן זיך פאר הילף, וויבאלד קיינער דארף זיך נישט אידענטיפיצירן. דאס איז איינס פון די עיקר סודות פון די גרויס הצלחה וואס מיר זעען, וויבאלד פריוואטקייט, ספעציעל אין די סענסיטיווע נושאים - נאכדערצו צווישן אונז היימישע אידן - איז איינע פון די גרעסטע זאכן וואס מ'וויל זיך אינגאנצן פארזיכערן איידער מען ווענדט זיך פאר הילף.

אונזער ארגאניזאציע 'היט דיינע אויגן' טוט זיך באנוצן מיט די צוגענגליכקייט און אנאנימקייט וואס דער אינטערנעט שטעלט צו, צו דערגרייכן און העלפן טויזנטער אידן איבער דער גאנצער וועלט, וואס די געווענליכע טעראפי און הילף וואלטן זיי נישט געקענט דערגרייכן.

אונזער אנאנימער פארום

GYE נעמט אינטערנעט-זיכערהייט זייער ערנסט. בעת די וויכטיגקייט צו זיין געווארנט איז לעבנסוויכטיג, נישט קיין חילוק וואו מ'קריכט ארום, איז עס אבער סאך מער וויכטיג ווען מ'האנדלט מיט א פארום וואס סערווירט מענטשן מיט די אדיקשאן.

אונזער פארום איז אהערגעשטעלט געווארן מיט'ן ציל צו זיין גענצליך אנאנים, און עס דארף ווייטער בלייבן אזוי. אייערע פאוסטס זאלן נישט אנטהאלטן קיין שום פערזענליכע אינפארמאציע, ווי למשל לעצטע נעמען (כאטש וואס זיך באנוצן מיט עכטע ערשטע נעמען איז געזונט פאר די ערהוילונג), פערזענליכע אימעיל-אדרעס, פערזענליכע טעלעפאן-נומערן און פערזענליכע וועב-סייטס. האלט אייך צוריק פון דערמאנען סיי וועלכע אינפארמאציע וואס א צווייטער קען נוצן אייך צו דערשנאפן - דיין ישיבה/כולל, וואו דו פארברענגסט א.א.וו.