דער פינפטער כלי: שמירת עיניים

דער פינפטער כלי: שמירת עיניים

אפגעזעהן פון וועלכען וועג מיר וועלן מחליט זיין אז דאס וועט זיין אונזער ערשטער טריט און פרואוו זיך ארויסצוזעהן פון אונזער פראבלעם, איז אבער קלאר אז דער ערשטער שטח אין לעבן מיט וועלכן מיר וועלן זיך דארפן אפגעבן איז שמירת עיניים.

עס הערט זיך אפשר ווי איבריג צו זאגן, און צומאל גאר פארקערט, ווי עפעס אוממעגליך. אבער דער אמת איז אז אט דער פשוט'ער פעולה איז אויסטערליש וויכטיג און חשוב. און עס איז אויך מעגליך עס צו באווייזן (כאטש וואס צומאל דארף מען זיך באנוצן, אפילו צו דעם, מיט הילף פון טייל פון די קומענדיגע כלים, אויף צו קענען באמת מצליח זיין אין דעם).

אין אונזער בעפארשטייענדער רייזע וועלן זיכער זיין אזעלכע כלים וואס מיר וועלן אין די ענדע זיך נישט באנוצן מיט זיי, צו ווייל מיר האבן זיי פראבירט און זיי האבן נישט געהאלפן, צו ווייל מיר וועלן זיך נישט נויטיגן אין זיי פאר סיי וועלכע סיבה.

אבער דער דאזיגער כלי איז איינס מיט וועלכען יעדער איינער, אין סיי וועלכען פאזע, אין סיי וועלכען דרגא און אין סיי וועלכן מצב, מוז זיך מיט דעם באנוצן. עס איז נישט דא קיין שום מעגליכקייט אויפצוהערן צו פאלן אין דעם ענין אזוי לאנג ווי מיר פיטערן זיך אן מיט לאסט דורך אונזערע אויגן.

עס זענען טאקע דא אזעלכע צווישן אונז וואס א ערנסטע השקעה אין שמירת עיניים וועט זיין דאס גאנצע וואס עס וועט זיך אויספעלן פאר זיי אויפצוהערן צו פאלן. ווייל א פאל הייבט זיך אלעמאל אן ביי די אויגן, פון דארט גייט עס שוין צום הארץ און מוח און נאר דערנאך קומט דער פאקטישער פאל. ווער עס געפונט זיך אין אזא מצב דארף לייגן דעם גאנצן דגוש נישט צו לאזן דעם פראצעדור זיך אנהייבן, ווי איידער איר פרובירן אפצושטעלן ווען מען האלט שוין פיל נענטער צום פאקטישן פאל (וואס דעמאלס איז עס שוין פיל שווערער).

אבער אפילו פאר די וואס דאס אליינס איז נישט גענוג, און זיי וועלן בהכרח מוזן אנקומען צו נאך כלים און געצייגן, אפילו ביי זיי, ווען מען הערט אויף צו פיטערן די לאסט דורך די אויגן, האט דאס א דירעקטע השפעה אויף אונז צום בעסערן. ווידער אויב וועט ער ממשיך זיין צו קוקן און ארייננעמען לאסט, איז קלאר און זיכער אז דער פראבלעם וועט נאר ווערן גרעסער און ערגער.

און עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען דא, אז מיר רעדן נישט דא פון שמירת עיניים פון דעם תורה'דיגן שטאנדפונקט, מיר רעדן דא פון א פעולה, א אקט, וועלכען מיר מוזן נעמען, פון א פראקטישן שטאנדפונקט, אויב מיר ווילן אויפהערן צו פאלן.

מיר רעדן נישט יעצט פון אן ענין פון זאמלען מצוות אדער ווערן צדיקים. מיר רעדן פון א טעכנישע פעולה וואס איז לעבנסוויכטיג פאר אונז, פונקט ווי א מענטש וועלכע נעמט איין מעדיצינישע טאבלעטן ווייל דער דאקטער האט אים געהייסן. און דערפאר, אפילו אויב מיר שפירן אז שמירת עיניים איז עפעס א הויכע "מדריגה" וואס מיר האלטן נאך נישט ביי דעם, דאך טוען מיר דאס אויספירן מיט א שטרענגקייט און עקשנות.