די זיבעטע כלי: זעלבסט-פארווירקליכונג

די זיבעטע כלי: זעלבסט-פארווירקליכונג

עס איז זייער שווער, ניין, עס איז כמעט אוממעגליך, אויפצוהערן זיך צו באנוצן מיט לאסט (אויף סיי וועלכען דרגא) נאר דורך זיך שלאגן און מיט'ן כח הרצון, אן ערזעצן דעם לאסט מיט עפעס אנדערש וואס זאל פארנעמען איר ארט. דאס איז אמת פאר יעדן איינעם וואס טוט זיך פארמעסטן מיט דעם, סיי אזעלכע וואס דארפן נאר הילף צו קענען אויפהערן הוז"ל, און סיי אזעלכע וואס די תאוה איז געווארן א טאטאלער אדיקשאן און דאס איז זייער איינציגסטער מיטל זיך צו ספראווען מיט די פארשידענע שוועריגקייטן וועלכע מאכן זיך אין לעבן.

אויב מיר ווילן אויפהערן א געוויסע סארט הנהגה אבער מיר שטאלפערן זיך אן אין שוועריגקייטן, איז די סיבה דערצו ווייל מיר נעמען ארויס 'עפעס' א ריוח פון יא טון די הנהגה (כאטש וואס דער ס"ה איז אז מיר האבן פיל מער שאדן ווי דער הנאה). די תאוה קען אונז צושטעלן א ברייטע אויסוואל פון פארדינסטן. די פשוט'סע איז די פיזישע (און עמאציאנעלע) הנאה, און די עקסטרעמע זייט איז א אנטלויף מיטל ווי מיר באהאלטן זיך אויס פון דעם מציאות פון לעבן. אזוי צו אזוי, ווען מיר דערזעען זיך מיט דעם געברויך אויפצוהערן אונזער אויפפירונג, מוזן מיר טרעפן אן ערזאץ פאר די לאסט.

מיר רעדן נישט דא פון א רעליגיעזן ערזאץ, נאר אן נפשיות'דיגער, א עמאציאנעלער ערזאץ. אין אנדערע ווערטער, עפעס אנדערש וואס וועט אונז אנפולן און אונז געבן א געפיל פון סיפוק און הנאה. די וועלכע האבן הנאה צו לערנען, קענען נעמען פאר זיך עפעס א ציהל אין דעם פעלד (צב"ש, ענדיגן א געוויסע מסכתא, אדורכלערנען די הוראה, אדער אפילו באקומען עפעס א דעגרי אין עפעס א פעלד).

ווידער די וועלכע זענען נישט געמאכט פאר דעם, וועלן מוזן טרעפן אן אנדערע סארט זאך וואס זאל זיי אנפולן. (דאס קען זיי סיי וואס, אנגעפאנגען פון זיין א וואלונטיר פאר א חסד ארגאניזאציע ביז אזא זאך ווי א פארצווייגטער בוי פראיעקט אא"וו.)

דאס וויכטיגקייט פון טרעפן אזא סארט פראיעקט דינט א דאפלטן צוועק: 1. עס גיט אונז א געפיל פון סיפוק און זעלבס ווערט. 2. עס פולט אן לעכער אין אונזער סדר היום.

ווען מיר האבן א פראיעקט וואס מיר זענען פארפליכטעט צו דעם און מיר מאכן פארשריט אין דעם, שפירן מיר זיך פיל בעסער מיט זיך אליינס, און אין די מינוטן ווען מיר שפירן זיך "באורד", אדער סתם אזוי אזא געפיהל פון ליידיגקייט, האבן מיר גרייט עפעס וואס מיר האבן ליב מיט וואס זיך צו באשעפטיגן, אן דארפן זיך ארומדרייען ליידיגערהייט וואס דאס ברענגט שוין די שלעכטע הרגשות וועלכע ציען אונז צו לאסט, און אויף וועלכע עס איז זייער שווער זיך צו שטארקן איינמאל מען איז שוין דערין.

געפיהלן פון נוצלאזיגקייט, ווייניג זעלבסטזיכערקייט, ווייניג אונטערנעמונג, לעהרקייט און ליידיגע צייט, זענען די פון הויפט גורמים צו פאלן. און אפילו פון אריבערגיין דעם שוועל פון פאלן צו דעם דרגא פון אדיקשאן.

ווען מיר טוען ריכטיג אויסנוצן די כוחות וואס מיר האבן באקומען פונעם אויבערשטן און מיר נוצן אויס אונזער צייט צו טון פאזיטיווע זאכן, זאכן וועלכע ברענגען אונז א הנאה, דעמאלס טוען מיר פאקטיש פארקלענערן די דאזיגע שלעכטע געפיהלן, און אנשטאט דעם טוען מיר אנטוויקלען אין זיך פאזיטיווע געפיהלן און א ריכטיגע, געזונטע, זעלבסט ווערט.

אביסעלע האום ווארק: טרעף זיך עפעס א פראיעקט צו טאן און שרייב צוריק און לאז מיר וויסן וואס דו פלאנסט צו טון אין דעם ענין (וואס איז דער ציהל, אויף ווען גייט עס זיין געמאכט, אא"וו). איך לאדן דיך איין מיך צו פארציילן וואס דיינע פלענער זענען, אויב דו ביסט אינטערעסירט אין דעם.