כ' כסלו התשע"ט

!א נייע אידישע 12 סטעפ קאנפערענס קאל

!א נייע אידישע 12 סטעפ קאנפערענס קאל

יעדער זונטאג נאכט 8:45 (מיום א' פרשת ויחי ח' טבת)

אויב ביסטו אונטרעסירט, ביטע זיך פארבינדען מיט 'משה' דורך moisheone@gmail.com

משה איז ריין אין SA פאר מעהר ווי פינף יאהר. ער וועט דורך גיין די 12 סטעפ פראגראם צוזאמען מיט די גרופע, און ער וועט ניצן זיין נסיון החיים, און עס איבערגעבן אין א אופן, אז דו וועסט עס קענען ניצן אויף דיין אייגענע וועג.

אויף דעם קאל וועט מען:

  • קענען פארזיעכרטעהייט ארויסברענגען אלע שאלות בנוגע עדיקשאן, 12 סטעפ פראגראם, פרייהייט פון זיין אן עבד כנעני צו דעם, און ריקאווערי, און עס איבערשמועסן אהן קיין בושה.
  • אויסגעפונען אויב מען איז אן עדיקט אדער סתם א שלעכטע געוואונהייט וואס דארף א פארבעסערונג.
  • זיך פילן באקוועם צו זיך קוקן אין פנים אריין, און זעהן די גאנצע אמת וועגן זיך און וואס קען געטוהן ווערן וועגן דעם.
  • לערנען וואס מיינט אמת'ע פרייהייט פון די עבדות וואס די תאוה ברענגט אונז, און וויאזוי מען קען דאס באקומען.

עס איז א הזדמנות וואס איר ווילט נישט פארפעלן!

די נאמבער מיט די קאוד צו דעם קאל, וועט מען נאר געבן פאר דיע וואס וועלן ווערן געסקרינט דורך משה. דאס ערמעגליכט פאר יעדן צו האבן א סעיף פלאץ ווי מען קען זיין אפן און אמת'דיג מיט זיך און מיט אנדערע וואס מען ווייסט אז יעדער איז געווארן געסקרינט.

אויב ביסטו אינטרעסירט צו זיין א חלק פון דעם קאל, און דו ווילסט וויסן אויב עס איז פאר דיר, דעמאלס פארבינט זיך מיט 'משה' דיירעקט דורך moisheone@gmail.com.

מען קען זיך אויך פארבינדן מיט הנהלה דורך שיקן אן אימעיל צו די מנהל 'לוי' צו gabbai@guardyoureyes.org.

מיר טוהן קלאהרשטעלן אז די קאנפערנס קאל פון משה האט נישט קיין שייכות מיט SA און איז נישט א טייל פון די פראגראם.