12-סטעפס טעלעפאן קאנפערענצן!

12-סטעפס טעלעפאן קאנפערענצן!

מיט פרייד טוען מיר מעלדן אז לעת עתה קומען פאָר 2

12-סטעפס טעלעפאן קאנפערענצן

אויף דער אידישער שפראך

יעדן מאנטאג און מיטוואך נאכט

*

דער קאָל מאנטאג נאכט ווערט אפגעהאלטן

פון 8:30 ביז 9:45

און ווערט אנגעפירט דורך משה, וועלכער איז שוין ריין אין SA פאר איבער 6 יאר, וועלכער גייט איבער, אינאיינעם מיט די גרופע, דעם 12-סטעפס פראגראם, ניצנדיג זיין אייגענעם נסיון החיים און עקספעריענס, און גיט עס איבער אויף אן אופן וואס מ'קען עס ניצן אויפ'ן אייגענעם מהלך החיים בס"ד.

אזוי אויך האט מען אויפ'ן קאל א געלעגנהייט:

  • ארויסברענגען אלע שאלות בנוגע דעם אדיקשאן קרענק, דעם 12-סטעפס פראגראם, און איבער ריקאווערי, און עס איבערשמועסן אָן קיין בושה און פחד פון שמא יאמרו...
  • אויסגעפינען אויב מען איז אן אדיקט אדער סתם א שלעכטע געוואוינהייט וואס דארף א פארבעסערונג; זיך פילן באקוועם צו זיך קוקן אין פנים אריין, און זען דעם גאנצן אמת וועגן זיך און וואס קען געטון ווערן איבער דעם.
  • לערנען וואס מיינט אמת'ע פרייהייט פון די עבדות וואס די תאוה ברענגט אונז, און וויאזוי מען קען דאס באקומען.

צו באקומען דעם טעלעפאן און קאוד נומער כדי צו קענען ארויפגיין אויפ'ן קאל דארף מען זיך פארבינדן מיט משה, וועלכער וועט אדורכגיין מיט דיר דיינע ספיקות און מיטמאכענישן, און זען צי דו ביסט געאייגנט דערפאר.  דאס וועט ערמעגליכן פאר יעדן אינעם קאל זיך צו שפירן פארזיכערט, צו קענען זיין אפן און אמת'דיג מיט זיך און מיט אנדערע, וויסנדיג אז יעדער אויפן קאל איז געווארן געסקרינט און איז דא פאר'ן זעלבן ציל.

אויב ביסטו אינטערעסירט צו זיין א חלק פון דעם קאל, אזוי אויך אויב דו ווילסט דורכרעדן צי עס איז פאר דיר, דאן פארבינד דיך מיט משה דורך דעם פאלגענדן אימעיל: moisheone@gmail.com, אדער מיט איינעם פון די מנהלים.

נ.ב. דער קאנפערעץ-קאל איז נישט דירעקט פארבינדן מיט'ן SA פראגראם.

 

*

דער קאָל מיטוואך נאכט ווערט אפגעהאלטן

פון 9:30 ביז 10:15

די קאל קאנפרענס ווערט געפירט דורך די אידישע SAAPP גרופע וואס באשטייט פון היימישע חסידישע אינגעלייט וואס ארבייטן די 12 סטעפס לויט ווי עס ווערט אנגעוויזן אין די ביג בוק אלקאהאליק אנאנימעס, די קאל איז א געהעריגע ביג בוק מיטונג, ווי מען ליינט די ביג בוק, און מען ארבייט די 12 סטעפס, ווי אויך איז דא א געלעגנהייט ביי די סוף פון די מיטינג צו טרעפן א ספאנסער צו ארבייטן די סטעפ'ס, די מיטונג ווערט געפירט דורך א גרופ ליעדער וואס ווערט אריינגעוועלט יעדע שטיק צייט דורך א גרופ קאנטשעס מיטונג, אויף די מיטונג קען זיך נאר באטייליגן איינער וואס ליידט פון סעקס עדיקשאן, און האט א אמת'דיגע רצון צו אויפהערן מיט זיין אבסעסיע, ווען מען הייבט אן די מיטונג ברויך יעדער איינער זיך אידענטיפיצירן מיט זיין ערשטע נאמען, און פון וועלעכע געגנט ער איז, און זיין דאטום פון זויבערקייט.

כדי צו קענען מיטהאלטן די מיטונג, ברויך מען שיקן אן אימעיל צו

yiddish12stepmtg@gmail.com