י"ט תשרי התשע"ט

איך בין א פשוט'ע ערבה

איך בין א פשוט'ע ערבה

מיין גאנצען לעבן האב איך געוואלט זיין אן אתרוג. שיין. טייער. אזאנס וואס יעדער קוקט אים אן און זאגט: אה, אזוי שיין, אזעלכע גאלדענע מעשים, אזאנע שיינע מידות. און אויב נישט קיין אתרוג, דעמאלס בדיעבד א הדס, אדער מינימום, כאטש א לולב.

די מחלה האט אבער אלעס צוגענומען פון מיר, אפגעזעהן פון ווי גוט אנדערע מענטשן האבן טאקע געשמעקט מיינע מידות און געזעהן מיינע מעשים, האב איך דאס גארנישט געשפירט. איך האב געשפירט אינגאנצן עפעס אנדערש, א שקרן, א פאלשער מענטש, ווי א חזיר וואס שטרעקט זיך אויס די פיסלעך. מער עפעס אזויווי א לעמאן וואס פרובירט זיך אהערשטעלן ווי אן אתרוג.

אבער מיט די גרויסע רחמנות פונעם באשעפער, האט ער מיר לעצטענס צוגעפירט עפעס וואס האט מיר געגעבן גוטע לערן געלט, און אצינד האלט איך זיך נאך אינמיטן ערהוילן דערפון, איין טאג אויף אמאל. אט דאס האט מיך געברענגט צו פארשטיין עפעס וואס איז מיר זייער שווער אריין אין קאפ. אפילו בשעת'ן זיך ערהוילן.

לאמיך פרובירן דאס אראפשרייבן אזויווי עס האט פאסירט.

*

וואס בין איך ווערט ווען איך בין אין אזא מצב? אט די פראגע פלעג איך זיך כסדר פרעגן אין דעם שרעקליכן איינזאמקייט לאחר המעשה. ווי קען איך נאך אפילו ארויפברענגען א ווארט אויפן מויל? וואס איז שוין ווערט מיין גאנצע מיה און פלאג, אלעס וואס איך האב געטרייט, געטון, געלערנט און זיך אנגעשטרענגט, ווען צום סוף טוט סייווי אלעס איינטראסקענען אנטקעגן איין ליידיגע האלבע שעה וואס איך האב געהאט אינמיטן טאג, ווען בס"ה האב איך נאר געוואלט נעמען א שויער זיך אויפצופרישן אביסל צו מנחה? אדער טראסקעט עס קעגן די עקסייטמענט וואס האט מיך אנגעכאפט ווען איך האב מצליח געווען דורכצוברעכן דעם פילטער וואס איך האב אליינס אויפגעבויעט אויף מיין פרוי'ס קאמפיוטער מיט אזויפיל יגיעה?

אמת, עס איז נישט ניי, איך האב אלעמאל געהאט די געפיהלן, זיך געשפירט פאלש, אפגעריסן און נישט קיין סאך ווערט, אבער די מחלה האט עס פיל פיל ערגער געמאכט. ווי מער די מחלה מיינער האט זיך פארערגערט, אלס ערגער איז דער דאזיגער געפיהל געווארן, ביז צו א קלימאקס. אויב אמאל האט מיר אויך אויסגעפעלט צו געווינען, צו מצליח זיין, זיך אויסצוצייכענען און צו באקומען אנערקענונג און שעצונג פון יעדן איינעם אויף זיך צו שפירן ארויפגעקוקט און באליבט, איז דאס היינט אזוי שרעקליך, אז אפגעזעהן פון וויפיל מען זאל מיר ליב האבן און פון וויפיל כבוד און רעספעקט מען זאל מיר געבן, איז פארהאן אין מיר אזא ביטערע געפיהל פון עקל און אבשיי פון מיר אליינס, אז טראץ די אלע זאכן וועל איך נישט קענען שפירן אז עס איז מעגליך אז מען קען מיך ליב האבן אדער רעספעקטירן.

און אזוי בין איך געווארן און מומחה אין זיך באהאלטן און זיך מאכן שפירן גוט אויף אנדערע אופנים. ווי מער איך האב געשפירט דעם עקל אין מיר אלס מער האב איך פראבירט ארויסצואווייזן מיין גוטע זייט, ווי ערליך איך בין, ווי איידל, ווי רוחניות'דיג, וויפיל איך קען לערנען, וויפיל איך בין אן עובד ה', וואס די אלע זאכן זענען טאקע געווען אמת, ווייל איך האב באמת געארבעט אויף דעם במשך פילע יארן (און עס האט מיר זיכער געברענגט פיל גוטס), אבער די אמת'דיגע, פונדאמענטאלע סיבה פון ארבעטן אויף דעם און אנטוויקלען די זאכן אין מיר, איז אלעמאל געווען נאר אויף צו בארעכטיגן מיין עקזיסטענץ און זיך צו מאכן שפירן גוט אז איך בין נישט באמת דאס וואס איך בין יא באמת. אבער פון די צווייטע זייט האב איך אלעמאל אויך געשפירט אז איך טאר בשום אופן נישט ארויסווייזן מיין טיעפע, אינעווייניגסטע ווייטאג, וואל דאס קען דאך נאך חלילה צואווארפן דעם גאנצן שיינעם אויסערליכן בנין וואס איך האב אויפגעבויעט ארום מיר, און עס קען נאך ווייזן פאר מענטשן אז איך בין נישט אזא צדיק ווי איך שטעל זיך אהער. יא, הסתרה בתוך הסתרה...

*

אין ריקאווערי האבן די דאזיגע 'הסתרות' אנגעהויבן איינפאלן. ענדליך האב איך זיך אנגעהויבן שפירן מחובר, צו זיך אליינס און צו אנדערע. ענדליך האט איינער מיך 'באמת' געקענט, ענדליך האבן מענטשן געוויסט ווער איך בין 'עכט' און זיי זענען נישט דערציטערט געווארן. איינער האט מיר אריינגעקוקט אין די אויגן מיט א פארשטענדליכן בליק פון מיטגעפיהל, פול מיט ליבשאפט; איינער האט געקענט צוענדיגן מיינע זאצן וועלכע איך האב געלאזט אומפארענדיגט צוליב די בושה, און מיט דעם אלעם האט דער מענטש מיר געשיקט א מעסעדזש פון שטארקקייט, רוחניות'דיגע גאנצקייט, און א טיעפע, אינערליכע צופרידנקייט. ריינע טעג מיט א לעבן פון רוחניות, טאקע פון די סארט וואס איך האב זיך אלעמאל געוואונטשן, וואס איך האב אלעמאל געזוכט מיט לעכט, א שלוות הנפש איבער וועלכען איך האב ביז דאן נאר געקענט טרוימען.

פלוצלינג האב איך אנטדעקט, אז ווען איך דעק אויף דעם באהאלטענעם טייל פון מיר, פאסירן גאר גוטע זאכן צו מיר. איך בין געוואויר געווארן אז ווען איך דערצייל איבער מיינע פארמעסטן צוזאמען מיט מיינע שוואכקייטן, העלפט עס דווקא פאר אנדערע מענטשן מיט דעם זעלבן פראבלעם. די באהאלטענע, טיעפע ווייטאג וועלכע האט באגלייט מיין לעבן דינט גאר אלס הילף פאר אנדערע. עס איז זייער שווער צו ערקלערן דעם געוואלטיגן אפעקט וואס דאס האט געהאט אויף מיר, ווי שטארק דאס האט געהיילט מיין פארוואונדעטען נפש.

*

מיט די צייט האב איך זיך אנגעהויבן שפירן אזוי באקוועם און אזוי גוט אין מיין נייעם סביבה און מיט מיין נייעם ראלע, אז די יוצרות האבן זיך אנגעהויבן איבערדרייען. איך האב זיך אנגעהויבן אנקוקן 'אביסל צו פיל', ווי דער 'גרויסער ביישפיל פון ריקאווערי'.

אזוי ארום האט פאסירט אז איך האב אויסגענוצט דאס ביסל גוטס וואס איך האב יא געהאט אין מיר, אויף נישט אזא גוטן אופן. פלוצלינג בין איך געווארן א פרייער מענטש; פריי פון צו מוזן זוכן וויאזוי אויפצוברעכן יעדן פילטער אויף יעדן קאמפיוטער אדער סמארטפאון וואס האט זיך נאר געטראפן אונטער מיינע הענט, פריי פון אבסעסיווע מחשבות איבער פארשידענארטיגע טריגערס אין יעדן שטח פון לעבן (אנגעהויבן פון די נייע סארט זייף וואס איך האב געזעהן און געענדיגט מיט אפענע קאמפיוטערס וועלכע האבן געהאט דעם זכיה זיך צו געפונען אין מיין געגענווארט אין פארשידענע זמנים).

און אט דער פרייהייט האט מיר צוגעברענגט זיך אנצוהייבן אריינטון אין מיר אליינס, אנצוהייבן גלייבן אין זיך ווי כאילו אז דאס איז שוין מיינס, דאס געהערט שוין פאר מיר און איך קען עס שוין נישט פארלירן. אויף דעם דארף איך שוין נישט זארגן, יעצט אין מיין איינציגסטער תפקיד געבליבן צו העלפן פאר אנדערע, ווייל איך אליינס בין דאך שוין 'באמת' גוט און מסודר, "איך בין שוין ריקאווערט". אבער אנדערע דארפן דאך הילף, זיי זענען נאכנישט אזוי גליקליך ווי איך, און אויף דעם בין איך דא.

*

יאפ, אזוי האט דאס אויסגעקוקט ביז צוויי וואכן צוריק. איך האב געשפירט אז מיט דעם פראבלעם פון די תאווה בין איך שוין מסודר, דער פראבלעם איז שוין געלייזט. אמת טאקע אז די געפיהלן זענען נאכנישט עפעס אזוי ווי עס דארף צו זיין, איך בין נאך אן עדיקט, אבער נאר ווייל איך ווייס נאך נישט וויאזוי זיך מסדר צו זיין מיט מיינע געפיהלן און דאס מאכט מיר מיין לעבן אביסל אומקאנטראלירבאר, אבער מיט די תאווה? ב"ה. א דאנק גאט ב"ה בין איך שוין מסודר מיט דעם. איך בין באפרייט געווארן פון דעם. אזוי בין איך מיר געווארן אין מיינע אויגן א אתרוג, א הדס און א לולב.

איך האב זיך געשפירט באפרייט, אבער עפעס האט מיר דאך געקיצלט אין דעם ענין, די אמאליגע נענועים, די געבעטן און תחנונים צום אויבערשטן זענען געווארן אלס ווייניגער און ווייניגער, אנשטאט דעם האט זיך אריינגעזעצט אין מיר אזא סארט בטחון עצמי, א בטחון אז איך בין אקעי, איך בין מסודר, איך קען זיך אליינס אן עצה געבן, זעהסט דאך ווי גוט איך געוועלטיג אויף מיר...

און טאקע דעמאלס האט זיך דאס אנגעהויבן. איך האב אנגעהויבן צו שטופן מיינע גרעניצן. פון אזויפיל ארומקריכן אויף נייעס וועבסייטס, האב איך געטראפן א גאנצע וועלט פון נייעס און 'ארטיקלען' וועלכע זענען טאקע נישט קיין פארנאגראפיע, אבער זענען אויך דירעקט נישט נוטראלע, אומשולדיגע נייעס (איך רעד פון די סארט זאכן וועלכע איך פלעג אפילו נישט אנקוקן אמאל, ווייל דאן פלעג איך גיין גראד צו די 'ריכטיגע סחורה'...). טייל פון די ארטיקלען האבן טאקע געהאט ריינע, אינטערעסאנטע שטאף, אבער צוזאמען מיט דעם האבן זיי פארמאגט גאר אסאך שעדליכע מאטריאל אין זיך. אבער וואס איז דאס נוגע צו מיר, איך לייען דאך נאר, און איך קוק אפילו נישט אויף די בילדער.

און וואס מער איך האב דאס געטון, אלס מער האב איך זיך געשפירט זיכער מיט זיך. דו זעהסט דאך אז איך קען, איך באווייז עס. מיינע אויגן זענען ממש לעבן דעם בילד, כמעט וואס איך זעה עס, אבער איך קוק נישט, און איך זעה נישט אז איך זאל ווערן אנגפולט מיט לאסט נאכ'ן לייענען אזוי ווי עס פלעגט אמאל געשעהן.

*

פאר א וואך צוריק, נאך א ספעציעלע שווערע וואך ביי די ארבעט, נאך אנשטרענגענישן מיט מיין אויפזעער און צוליב מיין פערפעקשאניזם וועלכע האט מיך געשטופט צו טון דוקא די סארט ארבעט ווייל נאר דאס פאסט מיר, האב איך מיר געוואלט אביסל אויסטשוכען. און... פלוצלינג, האב איך זיך געטראפן לייענען אט די סארט ארטיקלען, אבער אויף גאר אן אנדערן אופן. און אן זיך אפילו כאפן, האט איין ארטיקל געצויגן צום צווייטן, גייענדיג צו אלס מער אפענע זאכן מיט יעדן פארביילויפענעדע ארטיקל.

אזוי האב איך אנגעהויבן מיין גליטש, וועלכע האט זיך כמעט געענדיגט מיט א גענצליכער טראסק ביז'ן תהום. ווען נישט וואס דער רבונו של עולם האט רחמנות געהאט אויף מיר און האט עס פשוט אפגעשטעלט. דער שכרות אטאקע פון לאָסט וועלכע האט זיך אנגעצינדן אין מיר ווי אן אלערגישער רעאקציע האט מיך געברענגט צו גיין צו אלס שווערערע שטאף מיט די גאנצע ווייטאג וואס קומט מיט מיט דעם.

איך האב עס אזוי נישט געוואלט, אבער איך האב געשפירט אז איך מוז האבן דעם געפיהל און אט דער געברויך, אינאיינעם מיט דעם שכרות און די אלערגישע רעאקציע האבן פשוט אוועק גענומען יעדע ברעקל נארמאלקייט און קלארקייט פון מיין מח. אלעס איז געווען פארנעפלט, די גאנצע וועלט. איין גרויסע געווירבל פון צומישעניש. איך האב מיר געקענט זאגן די ווערטער, אבער זיי זענען געווען ליידיג, לעהר פון יעדן אמת'דיגן געפיהל און ענערגיע.

שטעל זיך אפ, דו גייסט פארלירן אלעס אויף וואס דו האסט געארבעט די לעצטע צוויי יאר און אכט חדשים. נו, עפעס, אביסל האפענונג. אבער אלעס איז געווען טונקל און פינסטער.

און אט אינדערמיט פון די גאנצע אטאקע בין איך אנגעקומען, בדרך נס, אום הושענא רבא, צו א ניכטערן תפילה און געבעט צום באשעפער.

און פלוצלינג האב איך עפעס פארשטאנען. עפעס האט זיך געעפנט ביי מיר אין קאפ:

"איך בין נישט קיין אתרוג, איך בין נישט קיין לולב, איך בין נישט קיין הדס. איך בין א פלעינע ערבה!".

איך מוז זיין באהאפטן צו א קוואל וואסער; זיך אפהאקן פון דעם מיינט אז איך הייב גלייך אן צו ווערן אפגעטרוקנט. און אפשר פעלט מיר אפילו אויס אויסצוקלאפן די הושענא (ערבה), עפעס אזא סארט וועג פון המתקת הדינים. זיך פונדאסניי צו באהעפטן, אבער דאס מאל מיט אביסל מער ענווה, און לאזן פלאץ פאר'ן גרויסן באשעפער אז ער זאל מיר העלפן, ער זאל מיך פירן. ווייל איך אליינס, ווען איך בלייב פאר מיר, קען איך זייער שנעל לויפן טרינקען די מים המרים המאררים.

עס איז גארנישט אזוי פשוט צו זיין אן ערבה. אן קיין שיינעם אויסזעהן, אן קיין שום שמעק, אן קיין שום טעם. אן זיך צו קענען אויפטון מיט מיינע גרויסע אויפטוען, אפילו אין פעלער ווי איך האב טאקע אויפגעטון; אפילו ווען די מענטשן ארום מיר וועלן עס זעהן, וועלן נתפעל ווערן פון מיינע אויפטוען פאר אנדערע, פון מיין ארבעט אויף מיר אליינס, אדער פון די זאכן וואס איך האב געשריבן. עס איז אפשר נישט גרינג בשעת מעשה, אבער די אנדערע וועג האב איך אט ערשט געלערנט אויף די אייגענע הויט ווי מסוכן עס איז.

טאטי, כאטש איך פארגעס צומאל ווי שלעכט עס איז פאר מיר, דאך בעט איך דיך, ביטע, נעם אוועק פון מיר דעם תאווה און האלט מיך ריין פאר נאך איין טאג. איך קען זיך נישט אליינס פארמעסטן מיט דעם. איך קען עכט עכט נישט. דו האסט דאך געזעהן וואס האט פאסירט מיט מיר פאריגע וואך.