כ"ט אלול התשע"ח

ערב ראש השנה: דאס מאל וועט זיין אנדערש!

ערב ראש השנה: דאס מאל וועט זיין אנדערש!

טייערע טאטע,

וואס איז אנדערש דאס יאר פון אלע פריעדיגע יארן?

יעדעס יאר ווען די ימים נוראים האבן זיך אנגעהויבן אונטער רוקן בין איך געווארן אנגעפולט אויף איינמאל מיט יאוש און מיט האפענונג. מיט האפענונג פון איין זייט אז איך גיי זיך טוישן, אבער מיט א פאראליזירנדע יאוש פון די צווייטע זייט, אז למעשה גייט זיך גארנישט טוישן און איך וועל בלייבן ביים אלטן.

פאר פילע יארן האבן איך געגלייבט, אבער אמת'דיג געגלייבט, באמת ובתמים אז דאס מאל וועט זיין אנדערש. דאס יאר גיי איך ארויסקריכן פון דעם. איך האב געלערנט מוסר און חסיד'ישע ספרים, איך האב זיך געמאכט אן ערנסטען חשבון הנפש, איך האב זיך געשטארקט אין מיין עבודת ה', אין מיין דאווענען און לערנען, איך האב מער מדקדק געווען במצוות און איך האב זיי מקיים געווען מיט מער כוונה. איך האב אזוי שטארק געשפירט אז איך האב באמת אן אויסזיכט זיך צו טוישן און זיך ארויסצוזעהן פון דעם. נאכאמאל און נאכאמאל בין איך ארויפגעקראכן צו רוחניות'דיגע הויכקייטן, מיט א ריכטיגע שאיפה צו בלייבן דארט אויבן, אויף אייביג. און יעדעס מאל עקסטער האב איך צוריק אראפגעטראסקעט צו דער ערד און אלעס איז צושמעטערעט געווארן אינעם אכזריות'דיגן פרצוף פון דעם ביטערן מציאות, שפעטסטנס ביי חול המועד סוכות.

מיין ליבער טאטי, דו ווייסט דאך אזוי גוט ווי שרעקליך לעהר איך האב זיך געשפירט, די אומענדליכע ליידיגקייט וואס איז כסדר געווארן אלס ברייטער און אלס טיפער אין מיין נשמה, יעדעס יאר פון פריש. און דאס אלעס האט מיך צוגעברענגט צו אנטלויפן אזוי ווייט ווי איך האב נאר געקענט, צו דעם עולם הדמיון וואס דארט איז מיר געווען אזוי גוט, אבער גלייכצייטיג, אזוי שלעכט. "וגם הנפש לא תמלא".

ביז, נאך אזויפיל מאל פרובירן, אזוי שווער, און נאך אזויפיל מאל אדורכפאלן, אזוי ביטער, האב איך פשוט אויפגעגעבן. איך האב אויפגעהערט צו פרובירן. און פון דעמאלס האבן די ימים נוראים אנגעהויבן זיין פאר מיר א פשוט'ער שרעקליכער אפקומעניש, איום ונורא. א פינסטערער קאשמאר וועלכע האט נישט פארמאגט קיין ברעקל האפענונג און גלייכצייטיג פרובירט אפצושטילן די גרוזשען אין מיין מח וועלכע האבן געפייניגט אן אויפהער איבער מיין ביטערן מצב. דאס איז דאך דער דורכפאל אליינס! ווען מען האט באשאפן דעם דורכפאל האט מען אויף מיר געקוקט... איך בין געווען צופליקט פון אנטלויפן פון דיר, אן קיין סוף און אן קיין תכלית אין א שרעקעדיגן כישוף ראד פון פיטערן מיין תאווה, אנטלויפן, און ווידער פיטערן און ווידער אנטלויפן...

אבער דאס יאר האט עפעס פאסירט, עפעס וואס האט נאך קיינמאל בעפאר נישט פאסירט. די געלעגענהייט איז מיר געגעבן געווארן אז דאס מאל זאל עס טאקע זיין אנדערש. דאס יאר האב איך זוכה געווען אין א מתנת חינם אן קיין שום אתערותא דלתתא. דו טאטי, מיין באליבטער טאטע, האסט אויסגעשטרעקט דיין ליבליכע האנט צו מיר, און מיט א ווארימען גלעט האסטו מיך ארויסגעצויגן פון די טיעפקייט פון די צואה רותחת, פון די טיעפקייט פון די בלאטע פון מיין פארשמירטען לעבן, מיט דיין אויסטערלישע רחמנות האסטו מיך אפגעוואשן, מיך אפגערייניגט און מיך געפירט מיט דיין בארעמהארציגע ליבליכע האנט צו דעם וועג פון תשובה און מיך ארויפגעשטעלט אויף דעם וועג וואס גייט ארויף צו דיר.

דו האסט מיר געגעבן מיין לעבן במתנה.

ליבער טאטע, איך וויל אזוי שטארק שפירן דיין נאנטקייט און ליבשאפט, ביטע העלף מיר ווייל איך קען דאס נישט באווייזן אליינס.