ה' תשרי התשע"ט

א בריוו צום טאטן בין כסא לעשור

א בריוו צום טאטן בין כסא לעשור

טייערע טאטי,

צוערשט מוז איך ארויסברענגען מיין דאנקבארשאפט. מיין הארץ פליסט איבער פון געפיהלן פון דאנקבארשאפט. עס גלייבט זיך פשוט נישט. איך האב שוין לאנג נישט געגלייבט אז איך האב נאך סיי וואספארא האפענונג, אז עס גייט נאך פאסירן אין מיין לעבן, דריי טעג מיט זעקס חדשים מיט א יאר, אין וועלכע מיין לעבן האט זיך געטוישט, און עס האלט זיך נאך אין איין טוישן, צום בעסערן. און די ריינקייט איז נישט נאר אין די טעג. עס קומט צוריק צו מיר די צוטרוי, אין דיר, און אין מיר.

דו ווייסט זייער גוט טאטי אז אין מיינע זיסטע פאנאטזיעס האב איך שוין נישט געגלייבט אז איך וועל צוקומען צו א ימים נוראים וועלכע דו האסט פארשריבן פאר אונז אין דיין תורה, און מיין הארץ וועט זיין אזוי גרינג, עס וועט נישט טראגן אויף זיך דעם שרעקליכן, שווערן לאסט פון דעם ביטערן עבירה וועלכע האט נישט קיין כפרה. אן דעם ביטערן מיואש'דיגן געשריי טיעף אינעווייניג.

טאטי, איך מוז זיך פשוט אביסל אויסשמועסן מיט דיר.

קוק טאטי, ראש השנה איז אריבער און יום כיפור איז אט אט ביים שוועל, און איך שפיר אז איך דארף רעדן צו דיר. עס איז מיר זייער שווער זיך צו קלאפן אויף הארץ, צו זאגן חטאתי. עס דערמאנט מיר פון פינסטערע צייטן, צייטן אין וועלכע איך האב געמיינט אז איך ווער נענטער צו דיר, אבער פאקטיש האב איך אפגעטויטעט אין מיר יעדן פונק פון צוטרוי אין מיר און אין די כוחות און הייליגקייט פון די נשמה שנתת בי.

דער מעלאנכאלישער אטמאספערע וועלכע קוילערט זיך אראפ אויף מיר דורך דעם עולם איז מיר זייער שווער, די אנגעצויגענע געפיהלן פון די ימי הדין וועלכע שפירן זיך אין די לופט מאכט מיר קאלעמוטנע אין די ביינער. טאטי איך בעט דיר, העלף מיר אז איך זאל זיך קענען באהעפטן צו דיר אזוי ווי דו ביסט, נישט דורך דעם פארהאנג פון שולד געפיהלן וועלכע - ווי עס זעהט מיר אויס - איך טראג נאך אויף מיינע פלייצעס.

איך ווייס אז יעצט איז דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך בין מסכים אריינצולאזן דיין לעכטיגקייט אין יעדן טייל פון מיין לעבן, און עס לאזן מיך פירן, אנשטאט אז איך זאל פרובירן אים צו פירן און געוועלטיגן אויף אים. אנצונעמען דעם חשוב'ן – כאטש גאר אינטערעסאנטער – מיסיע וועלכען דו האסט מיר איבערגעגעבן, אריבערצופירן דעם גוטן בשורה צו די וועלכע ליידן נאך.

איך ווייס גראדע אז איך פארמאג אסאך כשרונות אין דעם פעלד, א שטארקקייט אין זיך אויסדרוקן, שטארקע געפיהלן, אבער איך האב אלעמאל געהאלטן אז דאס מקום פאר די כשרונות זענען דווקא אין די גאר הויכע ספערן פון לעבן, אין לערנען, עבודת ה' אד"ג. עס איז מיר קיינמאל נישט איינגעפאלן אז די אלע כשרונות, אז אלע מיינע מעלות האסטו מיר דוקא געגעבן מיך צו ברענגען און מיך אריינצופירן אין דעם מקום אין לעבן אין וועלכע איך געפין זיך יעצט: אנצוצינדן דעם פייער אין די פינסטערע גאסן, זיך דרייען דארט, צווישן די מענטשן וועלכע האבן שוין פארלוירן דאס לעצטע פונק פון האפענונג, דאס לעצטע ביסל לעכטיגקייט, און זיי אריינרוימען: "איך בין דארט געווען! דער אויבערשטער קען!! באמת!!!

איך ווייס אויך אז גארנישט אין מיין לעבן איז מער באדייטענד פון דעם.

און דאך שפיר איך זיך שולדיג. שולדיג אז איך האב נישט געטון גענוג, שולדיג אז איך בין צו פויל, שולדיג אז איך דאווען נישט גענוג, אז מיינע מידות זענען נאך פעלערהאפטיג, אז מיין קיום המצוות איז שוואך. אבער דאס מערסטע קוקט מיר אויס, אז טראץ אלעס, גלייב איך נישט. איך זיץ און קוק זיך אן און איך גלייב נישט. וואס זאל איך זאגן, דאס איז דאך נאך אלץ דער זעלבער איך וואס...

טאטע טייערער, איך בעט דיך, פלאנץ מיר אריין אין הארץ דעם צוטרוי אין דיר, דעם צוטרוי וואס וועט מיר ערמעגליכן זיך אליינס מקבל צו זיין, אלס איינער וואס פאלט דורך און זינדיגט, אבער דו האסט מיך נאך אלץ ליב. פונקט ווי מיין דריי יעריגער זוהן וואס בעט מיך איבער נאך וואס ער געבט מיר א פעטשל ווייל איך האב אים נישט געלאזט צונעמען די שפילצייג פון זיין שוועסטער, און מיין הארץ צוגייט פון זיין זיסקייט. אזוי בין איך... קען איך צוקומען צו דעם צו גלייבן אז איך דארף נאך פאררעכטן, און איך קען פאררעכטן, אבער מיר בלייבן פונקט אזוי נאנט, די זעלבע טאטע ווי פריער, אן קיין שום טויש? צו קען איך צוקומען צו גלייבן אין די טיעפסטע טיעפענישן, צו שפירן אז דו האסט מיך ליב, אבער דו לאזט מיך נאך אלץ מיט מיינע שוואכקייטן אז איך זאל זיך ווייטער ווענדן צו דיר נאך הילף?

איך בעט דיך טאטע, יעצט אין די עשרת ימי תשובה, עפן מיר אויף אין מיין הארץ א נייעם צינור דורך וועלכען זיך צו באהעפטן צו דיר, אבער א אינטימער קאנעקשאן, אזאנס וואס זאל מיר ערלויבן דיר צו זאגן וואס איך שפיר אלץ אז איך וואלט געדארפט טון, און איך זאל נישט שפירן דערנאך ווי איך האב אלעס צו'הרג'עט. אזאנס וואס זאל מיר נישט ברענגען א שטענדיגער שרעק איבער שטראפן וואס איך גיי באקומען. פארקערט, אזאנס וואס זאל ברענגען אז מיין אפנקייט מיט דיר, מיין אויפריכטיגקייט מיט דיר זאל ברענגען אויף צוריק דיין ליבשאפט, און עס זאל עס אריינברענגען צו מיר אין הארץ.

טאטע, איך ווייס אז איך האב נישט אזוי ערליך געזאגט יעדעס ווארט וואס שטייט אין מחזור און איך ווייס נאך נישט מיט וויפיל יום כיפור וועט זיין בעסער. אבער איין זאך ווייס איך טאטע, איך בין אויף דיין זייט. און דארט וועל איך בלייבן ביז מיין לעצטן אטעם.

געב מיר די רוהיגקייט אנצונעמען דיין ווילן אז איך זאל בעטן דיין פארגעבונג, די שטארקקייט עס צו טון אן פארלייקענונג, און די פארשטאנד צו קענען פאנאנדערשיידן צווישן גיפטיגע שולד געפיהלן צו די סארט שולד געפיהלן וועלכע ברענגען מיך נענטער צו דיר, מיט ליבשאפט און אפנקייט.

טאטי איך האב דיך ליב און איך בעט פאר נאך איין ריינע טאג.