ט"ו אלול התשע"ח

די ריכטיגע פעולה אינעם ריכטיגן צייט

די ריכטיגע פעולה אינעם ריכטיגן צייט

איינזאמקייט איז איינס פון די שטערקסטע זאכן וועלכע טרייבן אונז זיך איינצוקוקן אין פארנאגראפיע. אוודאי איז עס נישט די איינציגסטע סיבה, עס איז פארהאן גענוג און נאך סיבות דאס צו וועלן טון, עפעס א אומאיידעלע בילד – אדער מענטש – וואס מיר האבן געזעהן אויף די גאס, אן אדווערטייזמענט וואס איז אונז ארויפגעקומען אויפן קאמפיוטער סקרין, לאנגווייליגקייט, א שווערע טאג, און נאך א לאנגע שורה פון זאכן. אבער איינזאמקייט איז למעשה זייער א ווייטאגליכע געפיהל און עס איז א געוואלדיגע טרייבקראפט זיך צו וועלן שפירן בעסער, און איינס פון די בעסטע וועגן וואס מיר קענען זיך צו מאכן שפירן בעסער, איז דורך זיך איינקוקן אין פארנאגראפיע.

עס איז וויכטיג פאר יעדן איינעם צו האבן מערערע כלים וועלכע זאלן אים קענען העלפן מיט דעם, אז ער זאל נישט דארפן אנקומען צו דעם, אבער איינס פון די בעסטע, ווירקזאמסטע כלים, וועלכע איז שוין אויסגעפרובט געווארן דורך טויזענטער מענטשן, איז הילף פון א צווייטן. פשוט אויפהייבן דעם טעלעפאן און מיטטיילן מיט א נאנטן מענטש וואס עס גייט פאר מיט אונז און וואס מיר ווילן טון. דאס איז איינס פון די בעסטע, אויב נישט 'די' בעסטע רעטונגס מיטל, וועלכע ארבעט פיל מאל אפילו ווען אלע אנדערע ארבעטן נישט. טייל מאל איז דאס גאר די זאך וועלכע געבט אונז די כח צו טון די אנדערע פעולות און זיך באנוצן מיט די אנדערע כלים.

אבער גאר אפט ווען מיר קומען אן צו א מצב אז מיר דארפן מאכן אזא סארט טעלעפאן רוף צו א חבר טוען מיר זיך אנשטויסן אין א פראבלעם: איידער מיר שפירן אז מיר זענען שוין ממש אין א שווערן מצב, ווילן מיר נאכנישט מאכן דעם קאלל, עס קוקט אויס איבריג, און פארוואס זיך סתם אזוי ביליג מאכן פאר יענעם. ווידער ווען דער פראבלעם איז שוין גאר ערנסט, דעמאלס ווילן מיר שוין נישט מאכן דעם טעלעפאן קאלל, יעצט זענען מיר שוין געפאנגען דורך דעם פראבלעם און מיר ווילן שוין נישט אזוי שטארק באקומען הילף פון יענעם כדי נישט צו פאלן...

אזוי ארום לאזן מיר אט דעם וויכטיגן געצייג הענגען אין דעם טול באקס אומבאנוצט.

די צייט אויפצוהייבן א טעלעפאן צום חבר און אים דערציילן איבער דעם פארמעסט וואס מיר האבן, איז ביי די ערשטע געלעגענהייט. דאס מיינט ווי נאר מיר שפירן אז עס איז דא א מעגליכקייט, א ספק ספיקא אז מיר זענען אין דעם פארמעסט.וואס מער צייט עס גייט פאראיבער, אלס שווערער ווערט עס אויפצהייבן דעם טעלעפאן. דער קליינער טעלעפאן הייבט עפעס אן צו וועגן זייער אסאך ביז עס דאכט זיך אונז שוין אז עס וועגט אכציג פונט, "דער אכציג פונטיגער טעלעפאן". מיט יעדע מינוט וואס גייט פארביי טוט די מעגליכקייט פאר דעם הילפ'ס רוף ווערן אלס שוואכער און שוואכער, ביז עס קומט די מינוט ווען עס איז שוין באמת נישט מעגליך.

טאקע דערפאר ווייל עס איז נישט דא א באשטימטע צייט ווען דער פארמעסט קערט זיך איבער פון עפעס א ווייטער מעגליכקייט צו עפעס וואס גייט שוין געשעהן און מיך איינשלינגען, טאקע דערפאר איז אזוי וויכטיג אז מיר זאלן געדענקען צו 'טון' א פעולה וואס פריער. און וואס שנעלער מיר וועלן זיך נעמען די מיה און אויפהייבן דעם טעלעפאן בעטן הילף, אלס גרעסער זענען די שאנסן אז מיר זאלן פאקטיש מאכן דעם קאל, און אלס בעסער זענען די שאנסן אז דער טעלעפאן קאל זאל טאקע טון דאס זייניגע און אונז העלפן נישט צו פאלן.

שטעלט אייך פאר אז איר געפונט זיך אין א צימער וואס פארמאגט א פענסטער, אבער עס האט נישט קיין שום לעקטער. און מען איז אייך מודיע אז ערגעץ אין שאפע איז פארהאן א פלעש לייט. ווען וואלט איר פארשטאנען איז די ריכטיגע צייט צו גיין זוכן דעם פלעשלייט? אוודאי ווען עס קומט נאך אריין לעכטיגקייט פון פענסטער. אויב וועלן מיר ווארטן ביז עס ווערט פינסטער וועט שוין זיין פיל שווערער צו טרעפן דעם פלעשלייט, און אפשר וועלן מיר עס בכלל נישט טרעפן.

די צייט זיך צו פארבונדן מיט א חבר און אים דערציילן וואס מיר גייען אריבער איז דעמאלס ווען דער שוועריגקייט הייבט זיך אן. אפילו אויב עס איז נאר א קליינער ספק אויב דאס גייט ווערן אן אמת'ער פראבלעם און אן ערנסטער פארמעסט. ריכטיג, עס קוקט אונז אויס אביסל פאני צו רופן יענעם אין אזא צייט, אפשר גאר איז עס א פאלס אלארם און איך האבן סתם אזוי געמאכט דעם קאלל. אבער עס איז נאך אלץ די ריכטיגע זאך.

די פעולה וואס מען דארף טון איז גאנץ א פשוט'ע, מען הייבט אויף א טעלעפאן, מען רופט אן א חבר וואס ווייסט וואס מיר גייען אדורך, איינער וועלכער איז א שותף מיט אונז אין אונזער רייזע אין דעם פארמעסט, און מיר דערציילן אים איבער דעם יעצטיגן פארמעסט וואס קומט פאר אין די יעצטיגע מינוטן. עס מוזט נישט נעמען לאנג, עס קען זיין דוקא גאר קורץ: "א גוטן, איך וויל דיר פשוט דערציילן אז איך שפיר יעצט א ווילן, (רצון, דראנג, טריגער, אדער סיי וועלכע ווארט) צו גיין קוקן פארנאגראפיע, אבער איך וויל נישט פאלן און דערפאר דערצייל איך דיר דערוועגן כדי צו באקומען אביסל הילף". אדער אזעלכע ווערטער ווי: "איך וויל זיך אונטערנעמען מיט דיר נישט צוצוגיין צום קאמפיוטער פאר די קומענדיגע שעה, און איך וועל זיך פארבונדן מיט דיר נאכאמאל אין א שעה ארום און דיר דערציילן אז איך האב מיך טאקע געהאלטן".

עס איז נישט אז מיר ערווארטן אז יענער זאל טון די ארבעט פאר אונז, אדער אז יענער זאל ווערן א בעל מופת און פראווען א נס פאר אונז, דאס איינציגסטע וואס מיר דארפן איז אז יענער זאל אונז אויסהערן, ער זאל אונז פארשטיין און אפשר געבן אפאר חיזוק ווערטער אז מיר זאלן אריבערגיין דעם דאזיגן כוואליע בשלום. און אויב עס פעלט אויס, אז ער זאל אויך זיין בקשר מיט אונז איבער די קומענדיגע שטיק צייט צו פארזיכערן אז מיר האלטן זיך טאקע און מיר גייען נישט וואטשן פארנאגראפיע. דעץ אלל.

אזא פשוט'ע טעלעפאן רוף, די עצם געפיהל אז "איך בין נישט אליינס", און פארשטייט זיך אז אויב מיר האבן זיך טאקע מתחייב געווען צו יענעם צוריק צו רופן אז מיר זענען נישט געפאלן, די זאכן נעמען אונז אראפ א שטיין פון הארץ און זיי געבן אונז די געפיהל אז מיר קענען אריבערגיין דעם כוואליע און מיר קענען מצליח זיין בייצושטיין אין דעם פארמעסט.

די פונקטליכע ווערטער וואס מיר זאגן יענעם און וואס יענער זאגט אונז איז נישט אזוי וויכטיג און מאכט נישט אזא גרויסע נפקא מינא, דאס עיקר וויכטיגקייט איז אז מיר האבן זיך ארויסגעריסן פון אונזער איינזאמקייט און זיך פארבונדן מיט נאך א מענטש. דער דאזיגער קאנעקשאן קען אונז ראטעווען פון טויט. אבער מיר מוזן געדענקען עס צו טון אין די ריכטיגע צייט און עס נישט אפשטופן אויף באלד, אויף די מינוט ווען עס וועט שוין זיין צו שפעט.