די חילוק צווישן רצון און תאווה!
אסאך מענטשן ווייסן נישט צו מבחין זיין צווישן וועלן טון א עבירה און האבן א תאווה צו טון א עבירה במילא טאמער ס'ציט אים צו שלעכט'ס ווערן ער אינגאנצן צובראכן, ער שפירט זיך פאר די גרעסטע בעל עבירה, ווייל ווי קען עם ציען צו שלעכטס, נו אז עס ציט אבער יא צו שלעכטס מוז דאך זיין אז ער איז שלעכט.
די טעות איז זייער א פארשפרייטער און מ'דארף זיי קלאר מאכן. דאס איז די חילוק פון רצון צו תאווה. דאס איז זייער א וויכטיגע שליסל צו סוקסעס אין אונזער מלחמה מיטן יצר הרע.
הערט אויס א מעשה שהיה, וואס א חשובע מגי"ש אין א ישיבה קטנה פארציילט:
א בחור איז געקומען צו מיר און ער זאגט מיר: מגי"ש, איך האלט נישט ביים לערנען... איך האב נישט קיין חשק...
זאג איך אים: האסט נישט קיין חשק צו לערנען? ווייסטו וואס, דעמאלסט לערן נישט!! פארמאך דיין גמרא און קענסט דיך דרייען, טרינקן קאווע... דארספט נישט לערנען!
דער בחור קוקט מיר אזוי אן מיר ברייטע אויגן, ער האט זיך נישט געראכטן אויף אזא תשובה, וואס הייסט? - פרעגט ער - איך זאל נישט לערנען?
יא!, - זאג איך אים - וואס איז די פראבלעם, אז דו האלסט נישט ביים לערנען, דעמאלסט לערן נישט! ווען איך האלט נישט ביים טאנצן, טאנץ איך נישט, ווען איך האלט נישט ביים שניידן ביימער, שנייד איך נישט קיין ביימער, אז דו האלסט נישט ביים לערנען, לערן נישט! איך בין די מגי"ש און איך געב דיך רשות נישט צו לערנען, איך וועל עס שוין מסדר זיין מיט די ראש ישיבה, איך וועל רעדן מיט דיין טאטע וכו'. ס'איז מסודר
בחור: אבער, וואס הייסט? מ'דארף דאך לערנען!?
מגי"ש: סא, דו טוה נישט וואס מ'דארף... דו ווילסט דאך נישט... וואס איז?
בחור: אבער... למעשה, דאס איז ריכטיג צו טוהן, איך וויל טוהן וואס ס'איז ריכטיג...
מגי"ש: אזוי? אקעי, ווילסט לערנען? עפן א גמרא און זעץ דיך לערנען!
בחור: אבער איך האב נישט קיין נערווען...
מגי"ש: אקעי, סא, לערן נישט...
אזוי גייט עס אהין און צוריק. איך וויל אבער איך האלט נישט דערביי, יא, ניין...
בערך אזוי איז א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט און עס שפילט זיך כסדר אפ אין יעדע מענטש
וואס גייט דא פאר מיט דעם בחור? ער וויל יא לערנען אדאר נישט? פון איין זייט זאגט ער אז ער האט נישט קיין געדולד, און פון די צווייטע זייט זאגט ער אז ער וויל יא לערנען. וויל ער יא צו וויל ער נישט?!
די תשובה איז זייער פשוט. די מעשה ברענגט זייער קלאר ארויס די צוויי חלקים וואס זענען דא אין א מענטש רצון און תאווה.
עס איז דא איין חלק אין דער מענטש, דאס איז זיין רצון, דאס וואס ער פארשטייט מיט'ן שכל אז ס'איז ריכטיג, און ממילא וויל ער עס טוהן. און ס'איז דא נאך א חלק אין דער מענטש, די תאוה, וואס גליסט. דאס איז זיין הארץ וואס ציעט צו טוהן געוויסע זאכן. און דאס זענען צוויי באזונדערע כחות אין דער מענטש וואס האבן נישט קיין שייכות איינע מיט די אנדערע, דהיינו, עס קען זיין אז דער מענטש פארשטייט אז א געוויסע זאך איז א תועלת, און ער וויל עס טאקע טוהן, און דאך וועט זיין הארץ נישט ציען צו דעם. און די זעלבע זאך פארקערט. עס קען זיין א זאך וואס ער פארשטייט אז עס וועט אים שאטן, און דאך וועט זיין הארץ ציען צו דעם.
לאמיר נעמען נאך א דוגמא.
א מענטש קומט אריין צום דאקטאר, ער רעדט זיך אפ אז ער האט פראבלעמען מיט'ן אטעמען, ער אטעמט שווער, די דאקטאר זיכט אים אונטער, מ'מאכט אלע מיני טעסטס און עס שטעלט זיך ארויס אז דער מענטש איז אלערזשיק צו מילכיג'ס, ווען ער עסט מילכיג איז דאס גורם אז זיין לופט פייפ זאל ווערן אויפגעבלאזן און דאס פארשווערט אים די אטעמען, און אויב ער וועט נישט אכטונג געבן אויף וואס ער עסט וועט עס ווערן ערגער און ער קען אפי' שטארבן פון דעם. דער מענטש פארשטייט גוט זיין מצב, און ער ווייסט יעצט קלאר אז אויב ער וויל בלייבן לעבן, טאר ער נישט עסן קיין מילכיג'ס.
מיינט דאס אז ער וועט מער נישט האבן קיין תאוה צו עסן מילכיג? ווען ער קומט אהיים און ער זעהט א גוט שטיקל טשיס קעיק, ס'רינט טשוקלאד פון אלע זייטן, וועט זיך נישט אנצינדן אין אים א רייץ עס צו עסן? פון היינט אין ווייטער ווען ער וועט זעהן א טשיס דעיניש וועט ער זיך עקלן פון דעם? זיכער נישט! ס'וועט אים ווייטער גליסטן עס צו עסן! יעצט, פרעג אים, ר' איד דו ווילסט עסן די שטיקל טשיס קעיק? וועט ער ענטפערן, ניין, איך וויל נישט! איך וויל לעבן...דאס מיינט אז ער פארשטייט מיט שכל אז ס'איז נישט גוט פאר אים און ממילא וויל ער עס נישט עסן, און אעפ"כ וועט זיין הארץ גליסטן צו דעם, און ס'איז נישט קיין קשיא בכלל, היתכן עס גליסט דיר, דו פארשטייסט דאך אזוי קלאר אז עס וועט דיר אוועקלייגן...
די תאוה איז א זאך וואס ס'ציעט דעם מענטש און עס איז א זאך וואס ער וויל נישט. אמאל פארשטייט א מענטש אז די זאך איז גוט פאר אים, און ס'גליסט אים בכלל נישט עס צו טוהן.
צוליב די וויכטיקייט פון די ידועה וועלן מיר ברענגן נאך א דוגמה
איינער איז געווארן קראנק מיט א געפעהרליכע מחלה ל"ע, און זיין דאקטאר זאגט אים אז ס'איז נישטא וואס צוטוהן, גיי אהיים און גרייט דיך צו צום שטארבן... ער האט דאס געהערט איז ער געלאפן צו די גרעסטע דאקטורים, ער האט זיך געלאזט קאסטן אלע געלטער צו טרעפן א רפואה פאר זיין מחלה, ביז ער האט געטראפן איין דאקטאר וואס האט אים געזאגט, הער אויס, ס'איז דא איין זאך וואס קען דיך אויסהיילן, ס'איז דא א געוויסע געטראנק, וואס דו דארפסט עס טרינקן פאר 30 טעג, צוויי מאל א טאג, און דאס וועט אויסברענען די מחלה און דו וועסט ווערן געזונט און שטארק! אבער – האט דער דאקטאר צוגעלייגט – ס'איז בכלל נישט קיין פשוטע מעשה, קודם כל ס'קאסט א הון תועפת יעדע באטל, דאס איז אבער די קליינע פראבלעם, זאלסט אבער וויסן אז די משקה איז נישט אין מויל צו נעמען, ווען מ'עפנט נאר אויף די באטל קען מען שוין נישט שטיין אין דעם צימער, עס האט א משונה'דיגע געפעהרליכע ריח, און עס איז ממש נישט צום אויסהאלטן... דו ביסט מסכים צו טרינקן די משקה פאר דרייסיג טעג?
דער מענטש ענטפערט א זיכערע יא! ער וויל עס טרינקן! ער פארשטייט אז נאר דאס וועט אים ראטעווען זיין לעבן, און ער איז גרייט צו צאלן אלעס אין דער וועלט דאס צו באקומען און טרינקן. יעצט, ווען ער נעמט די באטל און ער עפענט עס אויף, וועט אים עס געשמאק? וועט ער דען טרינקן און זאגן 'אה! א מחיה! ס'איז אזוי גוט!', ניין, ער וועט זיך עקלן פון דעם געפעהרליך! פארוואס? ער וויל דאך דאס אזוי שטארק טרינקן, נישט אזוי? ער פארשטייט דאך אז דאס איז די בעסטע זאך פאר אים, וואלט ער דאך געדארפט אזוי ליעב האבן די געטראנק...
חז"ל זאגן אל יאמר אדם אי אפשי בבשר חזיר אלא יאמר אפשי ומה אעשה שהתורה אוסרתה עלי, זע מיר פון דעם קלאר אז סתם ציען צו שלעכט'ס דאס אליין הייסט נאכנישט קיין עבירה, פונקט פארקערט יעדע מענטש איז באשאפן געווארן ס'זאל עם ציען צו שלעכט'ס, נאר די תורה זאגט ובחרת בחיים.
(קרעדיט: חברינו היקר קטן שנולד אויף אונזער פארום)