'ר' שלום מרדכי רובאשקין'. יעדער פון אונז האט שוין געהערט די נאמען. א איד וואס האלט זיך פעסט אין שווערע צייטן, מיט א פעסטע אמונה. ער איז א לעבעדיגע מוסטער וויאזוי א איד קען לעבן מיט א שטארקייט און אמונה. יה"ר אז ער זאל באפרייט ווערן בקרוב ממש בתוך שאר אסירי ישראל.
אין א בריוו פאר די ימים נוראים תשע"ו, שרייבט ר' שלום מרדכי, וועגן די תועלת פון 'חוש הציור', וויאזוי עס קומט אים צוניץ אין די די תפיסה ווי ער געפינט זיך, פאלגענד איז א חלק פון זיינע תוכנ'דיגע ווערטער וואס איז זייער אקטועל פאר יעדן איינעם פון אונז, וויאזוי מיר קענען זיך באפרייען פון די 'רוחניות'דיגע תפיסה' וואס מיר געפינען זיך.
ר' שלום מרדכי שרייבט אזוי:
"דער 'חוש הציור' איז זייער וויכטיג אין א פלאץ וואס הייסט 'תפיסה'. ווייל די אלע זאכן וואס מען זעהט און מען הערט אין א אידישע קהלה איז נישטא אין א פלאץ וואס הייסט תפיסה, אין תפיסה איז מען געצווינגען צו 'גיין צו סליחות' אפאר קליינע טריט אין די קליינע צעל! אזוי קליין ווי גאר א קליינע סוכה! מען ווערט פארשפארט בערך 9:35 מיט נאך א אינו יהודי וואס לייגט זיך כראפען... נישטא קיין שול, נישטא קיין מנין, נישטא קיין חזן, עס איז שטארק שטיל, און מען איז אליין מיט דער אייבערשטער, און מען זאגט לך השם הצדקה ולנו בושת הפנים.
און דער אייבערשטער געבט יעדער איד כח זיך אויפצוהייבן העכער, צו קענען 'ארויסגיין' ווייט ווייט אוועק פון די תפיסה צעל און 'אריין גיין' אין שול אריין, דארטן ווי ער האט געזאגט סליחות די אלע יארן, ווייל דער אייבערשטער שענקט דער איד מיט א חוש 'הציור'.
מיט דעם 'חוש הציור' קענען מיר 'זעהן'...
מען 'זעהט' וויאזוי מען גייט ארויס פון הויז מיט בטחון אין דעם אייבערשטען אז ער וועט צוהערן צו אונזער סליחות...
מען 'זעהט' ווי מען גייט צוזאמען מיט נאך אסאך אידן אין שול, 'תפלת הצבור'...
מען 'זעהט' די ווייסע פרוכת אויף דעם ארון הקודש...
מען 'זעהט' די שול אנגעפאקט מיט אידן, כן ירבו...
מען 'זעהט' ווי דער עולם ווערט שטיל און שטייען מיט כבוד ווען דער רבי קומט אריין אין שול...
מען 'זעהט' ווי דער חזן גייט צו צום עמוד און שרייט אויס אשרי יושבי ביתך...
און מען 'הערט' די באמבע'דיגע 'יתגדל ויתקדש שמיה רבא!'...
ברוך השם, דער אייבערשטער געבט אונז די חושים צו 'זעהן' און 'הערן' די ווערטער פון סליחות פונקט אזוי ווי מען שטייט מיט די אידן אין שול, כאטש מען איז אין א קליינע צעל...
זעהט מען די וויכטיגקייט צו האבן א שטארקע 'חוש הציור', זיך מצייר זיין אזויווי מען שטייט פאר א קעניג און תשובה טוהן מיט א אמת. אבער, צוזאמען מיט דעם, דארפן מיר היטן אונזער 'חוש הציור' אז עס זאל נישט פארדארבען ווערן חס ושלום! און אויב איר ווינדערט זיך וויאזוי היטן מיר אונזער חוש הציור און וויאוזי מאכט מען עס שטארקער?!
דער ענטפער איז: מיר דארפן היטן אונזער אויגן צו קוקן און זעהן נאר כשר'ע הייליגע זאכן, זעהן די הייליגע אותיות פון די תורה, די הייליגע צדיקים, די שבת און יום טוב טיש וכו', דעמאלסט בלייבט ריין און קלאר די בילד וואס מיר האבן געזעהן, עס בלייבט פונקט אזויווי מיר האבן עס געזעהן אמאל, און וואס מער קדושה'דיגע זאכן מיר זעהן, מאכט דאס שטארקער די ציור אין קאפ.
מיר דארפן זיך שטארק היטן, נישט אריינצולאזן זאכן וואס זענען נישט ריין אדער טמא ח"ו, ווייל דעמאלסט טוט די נישט גוטע בילדער אריינגעמישט ווערן אין אונזער חוש הציור און שמיעה בשעת ווען מיר זענען זיך מצייר א געוויסע ציור. למשל, ווען מען וויל זיך מצייר זיין וויאזוי עס קוקט אויס אין שול דעם מוצאי שבת סליחות נאכט, איז פלוצלינג! מיטאמאל, קען אריינפאלן די נישט געווינטשענע ציורים פון היפוך קדושה און א נארישע 'בהמה' קען פלוצלינג אריינלויפן אין שול אינמיטן סליחות!… אדער אנדערע זאכן וואס פארדרייען די הייליגע ציורים וואס מיר זעהן, די נישט גוטע זאכן שאדט צום קלארקייט וואס מען וויל זעהן, די בילד ווערט פארנעפלט אדער נאך ערגער חס ושלום…
פארציילט ר' שלום מרדכי: "ברוך השם, כדי איך זאל ווערן די מושל אויף דער פלאץ וואס הייסט תפיסה, און נישט פארקערט ח"ו… האב איך געמאכט א שטארקע באשלוס צו היטן מיין הייליגע נשמה, און דער הייליגע חוש הציור, אזוי אז אפי' זיי קענען צווינגן געוויסע זאכן אויף דער גוף, קענען זיי אבער נישט צווינגן זאכן אויף מיין נשמה… און אזוי קענען מיר לעבן ווי א איד, און דינען דעם אייבערשטען מיט שמחה.
אבער דאך פרובירן זיי זיך אריינצוצווינגן אין די נשמה אריין, רחמנא ליצלן! וויאזוי טוען זיי דאס?!
זיי פרובירן אריינצוקומען דורך די טויערן פון דער מענטש. דורך די 'אויגן', און די 'אויערן', און אפי' דורך די נאז… (יא, די אלע גוי'אישע שטונקעריי וואס זיי קאכן איז מיאוס פאר א איד…), און פארשטייט זיך אז אויב מען לאזט זיי אריין דורך די אויגן און די אויערן וועלן זיי נישט נאר קאנטראלירן דער 'גוף' נאר אויך די 'נשמה', חס ושלום!
אפי' בלויז קוקן אדער הערן עפעס וואס איז נישט אידיש, און נישט פול מיט קדושה שאדט! ווייל א יעדע נישט אידישע זאך איז א קליפה וואס דעקט איבער די ריינקייט און די שיין פון דער איד'ס נשמה, און דאס מאכט אז די 'געפיהלן' און 'ציורים' וואס דער איד האט פון געבורט זאל פארלוירן ווערן, אויב מען לאזט אריין די גוי'אישע ציורים הייבט מען אן טראכטן און פארשטיין און מצייר זיין זאכן אזויווי דער גוי ח"ו, און דאס איז דער גרעסטער 'תפיסה' פאר א איד, רח"ל. זיין נשמה איז אין תפיסה רח"ל!
האב איך פארשטאנען אז מען טאר נישט צולאזן אז די היפוך קדושה זאל מצליח זיין אריינצוגיין דורך די אויגן און אויערן 'אפי' נישט אביסל'! און אזוי, בעזרת השם, וועל איך קענען בלייבן גאנץ מיט אלע גוטע ציורים וואס איך האב געהערט און געזעהן אלע מיינע יארן, ווי א איד. און אז מיין נשמה וועט בלייבן מיינע, וועט מיין גוף אויך בלייבן מיינע... און אזוי איז א איד א 'בן חורין' און ער איז 'בשמחה' תמיד, ווען ער איז צוגעבינדן צום אייבערשטען.
ר' שלום מרדכי איז מסיים: יה"ר פון השי"ת, צו געבן יעדן איד זיין גאולה פרטי מיט אונזער גאולה כללי יעצט מיט משיח צדקנו.
(קרעדיט: חברינו היקר קטן שנולד אויף אונזער פארום)