|
|
מעלדונגען |
 |
|
זיך איינצושרייבן אינעם אידיש 12-סטעפ טעלעפאן קאנפערענץ גרופע וואס ווערט אפגעהאלטן יעדן מיטוואך אינדערפרי, ביטע רופט:
715-256-7837
און לאזט איבער א מעסעדזש וואו מ'קען אייך קאנטאקטן. אדער שיקט אן אימעיל צו
Yiddish12StepGroup@Gmail.com
די גרופע איז גענצליך אומזינסט און אנאנים.
|
|
קורץ און שארף |
 |
|
שלאף, פרנסה און געזונט מוזן איבערגעריסן ווערן
כדי מען זאל וויסן זיי ריכטיג אפצושאצן!!
(מעלות - גענומען מיט רשות)
|
|
התחזקות & ריקאווערי
|
 |
|
• וואס ס'טוט זיך אינדרויסן האט גארנישט מיט דאס וואס דער מענטש איז אינעווייניג, געב אכטונג.
• א אידיש אויג זעט אלעס מיט גוטסקייט, ס'זעט אלעס מיט רחמנות, ווארעמקייט הארץ און געפיל.
• איעדע קליינע גוט ווארט, איעדע קליינע שמייכל קען אויפלייכטן דעם חבר'ס לעבן.
אין פארזעצונג פון די פריעדיגע אימעל
די מעשה איז נישט קיין משל ס'איז א אמת'דיגער וואס האט ווירקליך פאסירט, און כאטש אז די מוסר השכל דערפון רעדט פון זיך, וועלן מיר זיך אפשטעלן און עס באטראכטן מיט א טיפערן בליק.
צום אלעם ערשט ווי ס'באמערקט זיך, דער פאקט אז חיים יענקל גייט אן מיט זיין טעגליכע דעליוועריס כאילו לא היה געבט פארן מענטש די איינדריק אז ס'איז היינט פונקט ווי נעכטן "א נערמאלע פשוטע טאג" און דערפאר פירט מען זיך צו אים אן קיין שום מחשבה, ווייל אין א נערמאלע טאג קומען פיר שעה שפעט איז דאך א שרעקליכע עוולה, אבער וואס ס'פאלט אונז נישט איין איז אז דער חיים יענקל וואס מיר זעהן פון אינדרויסן איז בכלל נישט דער זעלבע חיים יענקל פון נעכטן ס'איז גאנץ א צווייטער, אמת אז דער חיים יענקל פון נעכטן איז א שטארקע און פרייליכע אבער דער היינטיגער איז א שוואכע און צובראכענע, אויף זיינע פלייצעס שלעפט ער נישט נאר פלייש נאר א הויפן פון צרות און עגמת נפש... און אמת אז לפי אונזערע פשוטע פליישיגע אויגן קוקט אלעס אויס ווי נעכטן און דערפאר קומט אים א שארפן פסק, אבער טייערע ברידער מיר זענען נישט פשוטע פליישיגע מענטשן, מיר זענען קינדער פון דער אבינו אב הרחמן מיר זענען עפעס אסאך העכער און הייליגער, דאס אידישע אויג איז גאנץ עפעס אנדערש, וואס דאס מיינט "אז א אידיש אויג זעט אלעס מיט א טיפקייט, ס'זעט אלעס מיט א גוטסקייט, ס'זעט אלעס מיט רחמנות, ווארעמקייט הארץ און געפיל, ס'זעט אייביג די נקודה טובה פון א צווייטן, ס'טרעפט אלץ די כף זכות ביי יענעם, און אפילו ווען ס'טרעפט נישט זיכט עס נאכאמאל ביז ס'טרעפט"...
ווען מיר זעהן א חבר אין בית המדרש, גאס, אפיס צו אין ביזנעס און ס'קען זיין אז פון אינדרויסן גייט אלעס אן מיטן פולסטן נערמאלקייט, ס'זעט אונז אויס אז אלעס איז ביי אים אין בעסטן ארדענונג און דערפאר וויצלט מען זיך ארום, מען זאגט אזא ווארט, אזא ווערטל און אמאל גליטשט זיך עס ארויף אויף יענעם'ס חשבון ..ס'איז דאך נאר א ווערטל, וואס מיר דארפן וויסן איז אז דער דרויסן מיינט גארנישט, אינערווייניג קען זיין אז ער איז צובראכן אויף שברי שברים, און דערפאר דארפן מיר אריין ברענגן אונזערע הייליגע אויגן און זעהן איעדע איד מיט די גרעסטע מאס כבוד און רעספעקט, רעדן צו איעדע איד מיט די גרעסטע מאס איידלקייט און אפגעהיטנקייט, אפירזיכן זיינע נקודות טובות און נאר זעהן זיינע מעלות און די גרעסטע מעלה אז ער איז א קינד פון דער מלך מלכי המלכים!
נאך א נקודה, אמת אז אסאך מאל מאכט זיך א מצב אז מען דארף מעורר זיין א חבר, מען דארף עפעס זאגן פארן ארבייטער, געשעפט אייגענטומער אדער קאסטומער, ווי למשל ביי אונזער מעשה ברענגן א ארדער פיר שעה שפעטער ווי געפלאנט איז אסאך מאל שווער און אומבאטעמט און מיר שפירן אז מען וויל עפעס זאגן, דארף מען געדענקן און וויסן אז יא די מעגסט זאגן און נישט נאר די מעגסט די מיזט זאגן (די קענסט אים גאר אסאך העלפן) אבער געדענק אז איעדע זאך האט א וועג, ס'האט א שפראך און א מהלך למשל ...חיים יענקל אייביג זענט איר אזוי פונקטליך וואס האט היינט פאסירט, אלעס איז ביי אייך אין ארדענונג? אפשר זאלט איר נעמען נאך א הילף? דאס איז שוין מער ווי גענוג, אדער למשל ס'מאכט זיך א סצענע אין אפיס ...כ'מיז אים אריין זאגן ס'איז ממש נישט אויסצוהאלטן, איעדע מאל וואס ער ארבעט ביים קאפי מאשין צוברעכט ער עס, און ס'נעמט נישט קיין צוויי מינוט און מען האלט שוין אינדערמיט ...די ווייסט די האסט צוויי שלימזל'דיגע הענט ווען די רירסט צו צום קאפי מאשין איז עס צובראכן... אבער מיט אביסל מחשבה זאגט מען ...אפשר קען איך דיר ווייזן ווי אזוי מען ניצט די מאשין, איך וועל דיר אויס לערנען עטליכע נייע פיטשערס און אויך געוויסע גוטע פאטענטן אז די פאפיר זאך זיך נישט פארהאנקענען... און אזוי ווייטער זענען פארהאן אן א שיעור סצענעס, די עיקר וואס מיר דארפן געדענקן איז אז מען מעג און מען מיז מעורר זיין אנדערע אבער ס'האט א מהלך טראכט עס גוט איבער, מעסט איעדע ווארט אז ס'זאל זיין מיט די גרעסטע מאס כבוד און ליבשאפט, מאך עס אויף א פריוואטע פארנעם שטילערהייט, און זיי געווארענט חס וחלילה נישט אריין צו ווארפן זייטיגע טיטלעך און קאמענטן וואס פעלן נישט אויס, ווייל נישט נאר וואס ס'העלפט נישט וועט עס גאר קאליע מאכן און גורם זיין אז יענער זאל גארנישט מקבל זיין און נאר ווערן מער צובראכן און צוקלאפט...
און יעצט לאמיר כאפן א בליק וואס זאגט אבינו שבשמים, ווען ס'קומט צרות פאר א איד ווייסן מיר דאך אז דער תכלית דערפון איז אז דער איד זאל קומען נענטער צו אבינו שבשמים, ער זאל דאווענען, בעטן, האפן און שטרעבן פאר א ישועה ווי מיר געפינען ביי אלע אונזערע גלות'ן אז די גאנצע גלות געבט זיך דריי צו גאולה ווי נאר די אידישע קינדער פאנגן אן שרייען צום בורא עולם, יעצט ווען מיר באטראכטן אונזער מעשה ווי חיים יענקל וואס גייט אדורך שווערע צרות און אין הימל ווארט מען צו הערן פון אים הייסע תפילות אז זיין ווייב זאל זיין געזונט אז פרנסה זאל זיין בעסער וכו' און אנשטאטס דעם קומען תפילות אז אידישע קינדער זאלן אים דן זיין לכף זכות, אים נישט באזידלען לאמיר א טראכט געבן ווי אזוי נעמט מען אויף אזעלכע תפילות אין שמים??!!
ביי אונזער טעגליכע לעבן קען זיך מאכן די זעלבע, צו ווייסן מיר דען וויפיל אידן דרייען זיך צווישן אונז און בעטן ..רבש"ע איך בעט דיר אז אנדערע זאלן נישט באמערקן די מצב וואס איך גיי אריבער, רבש"ע איך בעט דיר אז מיינע חברים זאלן נישט געוואר ווערן וואס ס'גייט פאָר ווייל די בושות זענען צופיל צו דערהייבן, און דא קומט איינער און אפשר גאר א חבר און אזוי נישט טראכטנדיג געבט ער א פארצייל יענעם'ס מצב אן קיין שום מחשבה אז אפשר בין איך גורם צער און בזיונות פאר יענעם, יענעם'ס קינד'ס שלום בית אדער יענעם'ס מצב הפרנסה איז פאר קיינעם נישט נוגע, דער געשעפטס מאן האט געמאכט א טעות און איין קאסטומער האט נישט באקומען די בעסטע סערוויס דארף ער דאווענען אז יענער זאלן נישט פארציילן פאר א האלבע שטאט און אים צומאכן דאס געשעפט, ווער ווייסט וואס ס'גייט פאר ביי יענעם, ווער ווייסט וואסערע צער און עגמת נפש ער האט אין זיין פריוואטע לעבן און אין די זעלבע צייט קומען אזעלכע תפילות פון אידישע קינדער וואסערע קטרוג ברענגט דאס אויף אונז ר"ל??!! אבער פון די אנדערע זייט מידה טובה מרובה ווי מיר זעהן ר' פרץ זאגט איין גוט ווארט און א אידיש הארץ ווערט אויפגעלאכטן, איין קליינע שטיקל מזונות און יענעם'ס נשמה ערוועקט זיך אז יא ס'איז נאך פארהאן האפפענונג, איין שמייכל און יענער האט א בעסערע טאג און דאס גאנצע לעבן געבט זיך א דריי...
לאמיר זיך צוזאם נעמען און אנפאנגן געבן פאר אנדערע אידן גוטע אויגן, גוטע ווערטער באגלייט מיט א ברייטע שמייכל, מיר קענען זוכה זיין צו אזוי פיל ס'איז פשוט א שאד, בפרט ווען מיר שטייען אין די ערב פסח טעג אין שטוב איז מען זייער פארנומען, די טאטע מיטשעט זיך צובאצאלן די גרויסע הוצאות, די געשעפט אייגענטומער קען זיך קוים כאפן די אטעם, די גרעסערע קינדער זענען אינדערהיים פאר בין הזמנים, ווי מען גייט איז ב"ה פיל געפאקט, בקיצור ס'טוט זיך א מצב, פארשטייט מען דאך אז דאס ברענגט אמאל צו א געוויסע אנגעצויגנקייט, און אמאל איז עס אביסל צופיל פארן מענטש'ס מח, דארף מען זיין ספעציעל פארזיכטיג און אפגעהיטן אין די אלע עניני בין אדם לחבירו, און געדענקן אז אלעס וואס מיר שמועסן פאנגט זיך אן אינדערהיים צווישן די טאטע מאמע ברידער און שוועסטער, דערנאך אין בית המדרש אפיס וכו', לאמיר זיך מחזק זיין ווען ס'קומט צו סיי וואס ס'האט צוטוען מיט א צווייטן, און ווען מיר זאגן ביי שמונה עשרה דריי מאל א טאג אֱלֹקַי. נְצֹר לְשׁוֹנִי מֵרָע וּשְׂפָתַי מִדַּבֵּר מִרְמָה, וְלִמְקַלְלַי נַפְשִׁי תִדֹּם, וְנַפְשִׁי כֶּעָפָר לַכֹּל תִּהְיֶה איז כדי אביסל צוצולייגן מחשבה און אריין טראכטן ווי אפגעהיטן מיר דארפן זיין ווען מען זאגט ארויס א ווארט פון מויל בפרט ווען מען רעדט צו אדער וועגן א אידיש קינד, השי"ת אונזער געטרייע פאטער זעהנדיג די אחדות און ברידערשאפט צווישן זיינע קינדער וועט ער זיך זיכער מער נישט קענען איינהאלטן נאר זיך מגלה זיין פאר אלע און אויסרופן מיט א קול גדול "בני הם זיי זענען מיינע קינדער"..!
קרעדיט: גליון מיט א טיפערן בליק
|
|
רעקאווערי שמועסן
|
 |
|
|
אזויווי דער אידישער וועבסייט איז אונטער ערנסטע קאנסטרוקציע, און ווי איר זעט ארבעטן נישט געהעריג אלע לינקס און רוב אפציעס, בעטן מיר אנטשולדיגונג פונעם עולם. מ'האף מיר אי"ה בקרוב צוביסלעך דאס אלעס צו פאררעכטן, און צו קענען ווי אמשנעלסן קעגנקומען דעם ציבור מיט א שיינעם פארגעשריטענעם און העכסט-תוכנ'דיגער סייט, מיט רוב פונקציעס וואס עס איז דא ביי די ענגלישע.
כדי דאס אלעס אהערצושטעלן פאר אונזער אידיש-רעדנדן ציבור, נויטיגן זיך מיר שטארק אין נדבות פון אחינו בני ישראל נדיבי לב, בפרט פון אונזער ציבור וואס ווייסט און פארשטייט די וויכטיגקייט פון אזא ארגאניזאציע. דעריבער אפעלירן מיר בכל לשון של בקשה: ווער עס קען זיך מנדב זיין גרעסערע נדבות, אדער צי זיך אונטערנעמען חודש'ליכע פעימענטס, אדער סיי וועלכע איינמאליגע נדבה, זאל ביטע דאס אויספילן אויפ'ן ספעציעלן אידישן דאנעישאן בלאט https://guardyoureyes.com/yid/?option=com_jdonation
כדי דאס געלט זאל טאקע אנקומען צו אונזער אפטיילונג, ביטע מאכט זיכער אז איר זענט טאקע אנגעקומען צום אידישן אפטיילונג (צוליב טעכנישע סיבות קען מען אמאל אנקומען צו די היברו). אויך נעמט אין אכט אז ביי די אנדערע דאנעישאן אפציעס, חוץ ביי די קרעדיט קארד, זאל מען ביטע ארויסשרייבן FOR THE YIDDISH SITE כדי דאס געלט זאל אנקומען צו אונזער אפטיילונג
אין דעם זכות זאלט איר בכלל נישט דארפן צוקומען צו אונזערע סערוויסעס, און אויב שוין יא, זאלט איר זיך שנעל קענען ערהוילן און זיך היילן פון אלע פראבלעמען און מכאובים, און ס'זאל מקוים ווערן דעם "כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו"!
ביי דער געלעגנהייט ווילן מיר אויסדרוקן אונזער טיפן דאנק פאר די ווארעמע אידן וועלכע זענען אונז שוין אנטקעגן געקומען און בייגעשטייערט שיינע סכומים. השי"ת זאל זיי באצאלן כפל כפליים!
|
|