איך וויל עס נישט!
די מלחמה גייט אָן מיט'ן פולן שוואונג, בפרט יעצט אין די זומער טעג.
איך וויל נאר אראפלייגן אביסל וויאזוי אזא מלחמה האט ביי מיר אויסגעקוקט פאר נישט צו לאנג צוריק און וויאזוי עס קוקט אויס יעצט.
9:35 אינדערפרי אויף דער גאס:
א שיינע 'בוים' גייט אדורך נעבן מיר. איך האב באמערקט...
אך, פארוואס דארף איך באמערקן אלעס... (א ווייטאגליכע געפיל שפירט זיך אין מיין הארץ...)
דאן נעמט מיר ארום א געשמאקע געפיל. עס קומט ארויף אין קאפ פארשידענע מחשבות און סצענעס...
משוגענער דו! וואס גייט פאר מיט דיר? (דער אויפברויז אויף זיך אליין ווערט נאר שארפער...)
איך וויל כאפן נאך א בליק, איך וויל ווייטער פאנטאזירן...
ניין, הער אויף. האלט דיך איין. מ'טאר נישט! א איד מוז זיך האלטן בקדושה.
איך בייג אראפ מיין קאפ צו דער ערד און איך פרוביר צו טראכטן פון עפעס אנדערש.
9:36
די מחשבה לאזט נישט נאך: טראכט, פאנטאזיר, ס'איז געשמאק...
הער אויף, מ'טאר נישט... (אוי, כ'האב נישט קיין כח...)
גיב נאר נאך א קליינע בליק... ס'איז נישט עק וועלט...
ניין, מ'טאר נישט... (יא, וואס האב איך געלערנט פריער? אה, אמר אביי...)
וואס? איך וועל דורכלאזן דער געלעגנהייט? לאמיר נאר געבן א בליק אויף _____(רייצנדע ווארט אויסגעמעקט)
הער שוין אויף! מ'טאר נישט, וואס איז מיט דיר? (גערעכט, אז מ'טאר נישט, טאר מען נישט. דער באשעפער לאזט נישט און מ'דארף פאלגן דעם אייבערשטן)
יא...
ניין...
יא...
ניין!
יא...
ניין!!!
יא...
ניין!!!!!! (אוי, באשעפער!)
9:37
א חבר מיינער קומט ארויס פון זיין קאר.
אה, א גוטן ברוך, וואס טוט זיך? האסט שוין געמופט?
אהההה... אבי איך האב איינער מיט וועם צו רעדן.... (דערלייכטערונג אין הארץ...)
המשך פון דעם שמועס מיט מיין חבר איז נישט אינטערעסאנט.
דער עפיזאד קען זיך איבערשפילן - בערך אויף דעם זעלבן גאנג - צענדליגער מאל א טאג.
אויף דער גאס - איין מאל נאכ'ן אנדערן, אין מקוה, ביי דער ארבייט, און אפי' אין בית המדרש! (ווער עס פארשטייט, פארשטייט...)
פאר איך גיי ווייטער וויל איך נאר ארויסברענגן אז אזא מלחמה איז מורא'דיג חשוב ביים אייבערשטן. עס איז ווערד מיליאנען. דער באשעפער האט גרויס נחת רוח פון אזא מלחמת היצר, ובכל דחי' ודחי' שמדחהו ממחשבתו איתכפיא לסטרא אחרא.
אבער אזא צוגאנג מוטשעט זייער שטארק אויס דעם מענטש, און א דורכפאל איז ערווארטערט אין א אנגעצויגענע מינוט.
דער צוגאנג איז נישט ריכטיג מחמת כמה סיבות. דער מענטש מאכט אפאר טעותים. איך וועל פרובירן בע"ה זיי ארויסצוברענגן:
טעות #1 איז, אז דו (און איך) ווערסט ברוגז און אויפגעברויזט אויף דיר אליין ווען עס ווערט נתעורר אין דיר די תאוה במלא תוקפו.
דאס טאר נישט זיין.
קודם כל, דו ביסט בכלל נישט שולדיג דערויף. עס איז נישט אין דיינע הענט מונע צו זיין דאס געפיל פון זיך אויפוועקן אין דיר ווען דו באמערקסט א טריגער. דו טוסט עס נישט, עס געשעט פון זיך אליין. דער באשעפער האט נישט קיין שום טענה אויף דיר 'היתכן אז דו פילסט א געשמאק אין די שטותים'. ווייל עס איז נישט בכלל קיין עבירה צו האבן מורא'דיגע שטארקע תאוות און גליסטענישן.
די ערשטע זאך איז: קוק זיך אן ריכטיג. ווער נישט צוקלאפט און צובראכן פון דעם פאקט אז עס איז דא אין דיר א טיפער געשמאק צו די זאכן. זיי אינגאנצן מסודר מיט דיר אליין טראץ דעם וואס דו גלוסט. דו קענסט ממילא גארנישט טון אז דו זאלסט נישט גלוסטן. עס איז נישט בידך. און ממילא איז דאס נישט דיין פראבלעם.
יעצט וויל איך ארויסברענגן נאך א חילוק אין מיין מלחמת היצר, אמאל און היינט.
ביי רוב מענטשן איז די טענה'ריי אזוי:
איין צד איז: איך וויל (קוקן, טראכטן, רעדן, טון עפעס).
דער אנדערער צד איז: מ'טאר נישט.
איך וויל.
- מ'טאר נישט.
יא, איך וויל.
- ניין, מ'טאר נישט.
אבער איך וויל.
- אבער מ'טאר נישט.
און אזויווי איך בין ברוך השם נתחנך געווארן אז עס איז נישט קיין הפקר וועלט, א איד מוז טון רצון ה', האב איך זיך טאקע אסאך מאל אונטערגעגעבן און נישט געטון דאס וואס איך האב געוואלט כאטש עס איז אנגעקומען זייער שווער.
נו, ווילאנג קען מען מוותר זיין אויף א ווילן?
עס איז אמת אז א איד מוז מוותר זיין אויף זיין רצון ווען עס קומט צו רצון ה'. אבער איך בין נישט אלעמאל אויף דער מדרגה און אין א שוואכער מינוט איז א דורכפאל ערווארטעט. עס איז זייער שווער פאר א מענטש צו גיין קעגן זיין רצון א גאנץ לעבן?
היינט אבער איז די טענה'ריי אביסעלע אנדערש וואס דאס מאכט א גרויסע חילוק.
איין צד: איך וויל (קוקן, רעדן, טראכטן, פאנטאזירן וכו')
די אנדערע צד: איך וויל נישט.
עס איז טאקע דא אין מיר א גלוסטעניש און איך שפיר א געשמאק אין דעם, אבער פון דער אנדערער זייט האב איך מחליט געווען אז "איך וויל עס נישט".
איך גיי נישט יעצט אריינגיין צו שרייבן די סיבות פארוואס איך האב מחליט געווען אז עס איז נישט גוט פאר מיר. דאס דארף יעדער אליין מחליט זיין פאר זיך. נישט יעדער איז גלייך צום צווייטן. די סיבה וואס ברענגט מיר צו א החלטה אז איך וויל עס נישט, מוז נישט דוקא זיין א גוטע סיבה פאר דיר. אבער דער סוף דבר איז אז 'איך וויל עס נישט', נישט נאר אז מ'טאר נישט.
יעצט איז די מלחמה אסאך גרינגער. ווען איך גיב מיך נישט נאך האב איך געטון וואס איך האב געוואלט!
אין איין ווארט: די מלחמה איז נישט אז 'איך וויל' אבער 'מ'טאר נישט'. די מלחמה איז 'איך גליסט' אבער 'איך וויל נישט'. מיט דעם אייבערשטענ'ס הילף קען איך טון וואס איך וויל!
(קרעדיט: קטן שנולד)