לכבוד יו"ט
טראץ דו גאר פארנומענע ערב יו"ט טעג האבן מיר פרובירט צוזאמצושטעלן א שיינע חיזוק אימעיל ב"ה.
דער אייבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער.
ביי דער געלעגנהייט ווילן מיר ווינטשן פאר אלע חברי הקהלה א פרייליכן לוסטיגן יו"ט און א גוט קוויטל. דער יו"ט זאל אדורכגיין מיט שמחה און געשמאק, אן קיין שום עגמת נפש, ברוחניות ובגשמיות.
א ווארט וועגן די יערליכע אפיעל פארן סייט
צום ערשט ווילן מיר זיך נאכאמאל באדאנקען פאר די אלע אידן וועלכע האבן שוין בייגעשטייערט פאר אונזער הייליגע און וויכטיגע ארגאניזאציע, ווי מען האט געזעהן די געוואלדיגע נתינות וואס זענען אריינגעפלאסן און די קאסע און די לעצטע צוויי וואכן. און מען האט שוין דערגרייכט די אסטרנאמישע סכום פון קרוב צו $11.000 השי"ת תשלם משכורתם השלימה!
אין די זעלבע צייט וועלן מיר אין די איצטיגע הייליגע טעג, ביז הושענה רבה, קומען מיר מיט אן איינמאליגן יערליכן אפיעל צו אלע חברים וידידים, מעמבערס און ווארעם-הארציגע אידן, וועלכע פארשטייען דאס מערסטע ווי וויכטיג אונזער ארגאניזאציע איז אין דער היינטיגער שרעקליכער וועלט וואו אונז לעב מיר:
ביטע זיך אנשטרענגען צום אינצטיגן אפיעל און בייצושטייערן פאר אונזער הייליגע ארגאניזאציע מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין ביתר שאת וביתר עז מיט די ארבעט צו פארשענערן און פארבעסערן די אידיש-רעדנדע סייט! (גאר בקרוב וועט מען אי"ה קענען זען די געוואלדיגע פארשריט אויף אונזער סייט) ווי מיר געלט אונז באקומען אריין, אלס מער קען מען אויפטון און מאכן פארשריט צו העלפן מער און מער אונזער היימישע אידיש-רעדנדע ברידער און איר קענט האבן א גלייכער חלק אין הצלות נפשות ממש ממוות לחיים!
כאפט אריין געוואלדיגע גרויסע זכותים און העלפט ארויס אייך מיט אייערע היימישע ברידער וועלכע מוטשענען זיך און דראפענען זיך אויף די גראדע ווענט, און דער איינציגסטער בריק אויפ'ן וועג ארויס פון זומפ איז נאר דורך אונזער ארגאניזאציע!
אונזער ארגאניזאציע האלט זיך נאר אויף און גייט אן בלויז אדאנק די ווארימע נדבות פון אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט, וועלכע זענען ווארים פאר דעם וויכטיגן צוועק.
מיט'ן ביישטייערן פאר אונזער ארגאניזאציע זענט איר א גלייכער שותף אין די הייליגע פעולות ארויסצושלעפן און ראטעווען אידישע קינדער פונעם טיפן זומפ און דורכדעם אויפרעכטן און ראטעווען דורי דורות!
צו ביישטייערן ביטע דרוקט דא
(מאכט זיכער אז איר זענט דוקא אנגעקומען צום אידישן סייט. אויך אויב איר גיבט אייער באשטייערונג נישט דורך א קרעדיט קארד אדער פעיפאל, מאכט זיכער צוצוצייכענען FOR THE YIDDISH SITE כדי דאס געלט זאל טאקע אנקומען און גענוצט ווערן פאר אונזער אידיש-רעדנדן סייט)
תזכו למצוה און אין דעם זכות זאלט איר געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן און איר זאל פארשריבן ווערן בספרן של צדיקים, און ס'זאל ביי אייך מקוים ווערן דעם "כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו"