רעדן צום שפיגל!
אין גאר א ווייטן-פארווארפן דערפל, ערגעץ ווייט אוועק פארשטופט, האט געוואוינט אן אלטער צוריק-געבליבענער מענטש - "סטאשעק" האט ער געהייסן. דער סטאשעק איז קיינמאל פון זיין דערפל נישט ארויסגעפארן; נישט געוויסט אז דער וועלט איז גרויס און ווי עס קוקן אויס די גרויסע שטעט און לענדער. וואסער פון א קראן? מאן דכר שמי'! ווייט איז ער געווען פון די טעכנעלאגיע, כרחוק מזרח ממערב.
איין טאג, ביים זיין טעגליכן שפאציר ביים עק דארף, טרעפט זיך סטאשעק פלוצלינג אָן אין א "שפיגל"!
סטאשעק, וועלכער האט אין זיין לעבן זיך נאכנישט אנגעטראפן מיט אזא מין מאטעריאל, הייבט עס אויף, גוט א קוק און ווערט איבערראשט און צושוידערט צו זען א בילד פון זיין אלטן טאטן...
מיט גרויס התרגשות און אסאך געפילן נעמט עס סטאשעק צו זיך אינדערהיים און באהאלט עס ערגעץ אויבן אין א שאפע. פון יענעם טאג, ווען סטאשאק האט געהאט א שוואכע מינוט, א שווערן טאג, ווען ער איז געווען אראפגעלאזט און אראפגעקלאפט, ווען עפעס איז נישט געגאנגען גוט, איז ער צוגעגאנגען צו די שאפע און זייער פארזיכטיג אראפגענומען דאס "בילד" פון זיין "טאטן"... געקוקט און געקוקט און זיך אויסגערעדט צו אים דאס הארץ... ער האט אים אלעס דערציילט... אזוי האט ער געטון ביז ווען ער האט זיך בארואיגט... ער האט געשפירט ווי דאס רעדן צו זיין טאטן העלפט אים און נעמט אוועק פון אים די הארץ-ווייען.
*
טאקע א שיינער משל. אבער אצינד לאמיר גיין צום נמשל:
יעדער איינער פון אונז האט ביי זיך א שפיגל, וואס דארט זעט ער "באמת" זיין גרויסן טאטן! - דעם ריכטיגן טאטן פון הימל! אין אונזער פנים שפיגלט זיך באמת אונזער טאטנ'ס דמות כביכול. מיר האבן דאך א צלם אלקים!
ס'איז באקאנט דעם מאמר פון בעש"ט הק' אויפן פסוק "ה' צלך", אז דער הייליגער באשעפער איז אזויווי אונזער שאָטן. וואס מיר טוען דא אויף דער וועלט, אזוי טוט ער מיט אונז! ממש ווי א שפיגל! דאס מיינט אז יעדע רגע און יעדע מינוט איז אונזער טאטע ביי אונז און נעבן אונז; מיר קענען יעדע מינוט און יעדע רגע, ממש ווען מיר ווילן, רעדן צו אים, זיך אויסרעדן דאס פארווייטאגט הארץ און אים דערציילן אלעס וואס דריקט און קוועטשט.
ווען מיר שטייען פאר א שווערע מינוט פון א נסיון, ווען דער יצר הרע ברענט און פלאקערט, דארפן מיר גלייך טון איין זאך: רעדן צום טאטן! ער שטייט גרייט קעגן אונז אויסהערן אונזערע שווערעקייטן.
מיר דארפן זיך אויסרעדן צום "שפיגל"! צום טאטן! א קינד וואס רעדט זיך אויס צו זיין טאטע און גיסט אויס זיין הארץ פאר אים, מובטח לו אז זיין טאטע וועט אים העלפן וויפל ער קען! און אונזער טאטע קען אלעס!
איינע פון די ערשטע סטעפס פונעם 12 סטעפס פראגראם, איז וויסן און אנערקענען באמת אז מיר אליין קענען גארנישט און נאר אונזער טאטע טוט א-ל-ע-ס! אויב אזוי מוזן מיר רעדן צו אים!
(קרעדיט: משכני אחריך)