טוהן און נישט אויפטוהן
געווען א יוד אן עושר, ר' אייזיק, וואס האט געהאט אן איין איינציג קינד, ברוך'ל, וואס ער האט אויפגעצויגן מיט א זילבערנעם לעפל אין מויל. אלע יארן האט ער אים באגאסן מיט אלעס וואס זיין הארץ האט געוואלט און געגליסט. ער איז געווארן געספויעלט אויפן העכסטן סטאנדארט.
אזוי לויפן דורך די יארן, ברוך'ל איז שוין דורך די ישיבה יארן און ב"ה חתונה געהאט מיט די גאנצע קנאק, ווי ס'פאסט זיך פאר אזא עושר ווי ר' אייזיק. נאך די חתונה גייען דורך די יארן, דער טאטע האט אריינגענומען ברוך אין די ביזנעס, אונזער ברוך'ל האט פארשטייט זיך נישט געארבעט צו שווער, נאר 'דרייט זיך און פרייט זיך', אלץ האט ער די לעצטע מאדעל קאר אין סעלפאון וכדו'. ס'איז אנגעקומען צו אזא מצב אז ברוך איז פשוט קראנק געווארן. ער האט געהאלטן אז אלעס קומט זיך איהם, אלעס איז דאך מיין... ממילא האט ער אויפגעהערט ארבעטן, נישט אריין געלייגט די פינגער און קאלט וואסער, נישט פאר זיך און נישט פאר א צווייטן, אזש ס'האט אנגעהויבן שאטן פאר אלע ארומיגע, ביז דער טאטע האט עס באמערקט. ער כאפט זיך אז ס'טויג נישט, און איז מחליט גענוג! ער מאכט א סטאפ דערצו! מיין ברוך'ל באקומט מער גארנישט, נאר אויב ער וועט אריין לייגן כח און ארבעט, אז ער וועט זיך מיטשענען וועט ער באקומען, און אויב נישט נישט.
איז די טאטע געגאנגען און איהם געעפענט א ריטעיל געשעפט און געזאגט צו זיין מוזשיניקל: הער זיך איין ברוך'ל, דאס איז עס, מער געב איך דיר גארנישט, נעם די געשעפט און מאך דיין אייגן לעבן, וועסטו ארבעטן וועסטו האבן פרנסה און קענען לעבן ווי א מענטש, און אז נישט נישט! זיין ברוך'ל פאנגט אן וויינען, טאטי איך קען נישט, איך האב קיינמאל און מיין לעבן נישט געארבעט. אבער דער טאטע זאגט: ניין ברוך, דו ארבעט, דו מיטשע דיך, וועסטו שוין קענען, לייג אריין דיין גאנצע כח און קראפט וועסטו זען אז די וועסט שיין מצליח זיין...
אבער איין זאך האט ברוך נישט געוואוסט, אז זיין באליבטע טאטע שטייט אונטער די גאנצע נייע געשעפט און קוקט זיך צו, און ווען ער זעט אז זיין ברוך ארבעט און מיטשעט זיך, שיקט ער אריין גוטע קוסטומערס אז זיין ברוך'ל זאל מצליח זיין. און ווען זיין ברוך האט ארום געחלומט און פארברענגט די צייט, האט ער זיי אפגעהאלטן, ער איז געשטאנען מיט הארץ און געפיהל און געארבעט שווער מחנך צו זיין, זיין טייערע ברוך'ל איהם שטעלן אויף די אייגענע פיס, איהם צו מאכן פאר א מוצלח!...
***
אונז קליינע מענטשעלעך זענען נישט צופיל אנדערש ווי ברוך. מיר זענען פון קליינווייז אן צוגעוואוינט צובאקומען אן טוהן צופיל. אבער באמת ווען א מענטש וואקסט אויף אין קומט צום פולן שכל, דארף ער אנהייבן צו טוהן. טוהן אין נאכאמאל טוהן, ווי דער פסוק זאגט אדם לעמל יולד (איוב פרק ה), א מענטש איז געבוירן געווארן זיך צו פלאגן, צו ארבעטן שווער, השי"ת אונזער באליבטע טאטע האט אונז אראפגעשיקט אויף די עולם העשיה צו טוהן נישט צו זיצן מיט צוזאמענגעלייגטע הענט אין באקומען, ער וויל מיר זאלן טוהן דאס בעסטע וואס איעדער פון אונז קען לויט אונזערע כלים אין כוחות, ער דארף נישט מיר זאלן טוהן דאס וואס מיר קענען נישט, השי"ת וויל מיר זאלן פרובירן און נישט אויף געבן, ער וויל זעהן ווי אונז טינקן מיר יא איין די הענט אין קאלט וואסער, ווי אונז נעמיר זיין עול אויף אונזערע פלייצעס צו טוהן זיין רצון, און ווען ער זעט אז מיר פלאגן זיך מיר פראבירן טוהן דאס בעסטע וואס מיר קענען, ברענגט דאס ארויס די סייעתא דשמיא, השי"ת קומט צום האנט! ווען מיר לייגן אריין כוחות איז דאס משפיע הימלישע הילף און דערנאך פארט עס שוין גרינג!
דאס זאגט השי"ת פאר משה רבינו, די וואכעדיגע פרשה אוודאי ווייס איך אז עס איז צו שווער די זאלסט אליין אויף שטעלן די משכן, איך האב קיינמאל נישט געטראכט אז די זאלסט עס טוהן אליין ...איך וויל אז די זאלסט דיך מיטשענען, די זאלסט הארעווען און פרובירן דיין בעסטע, און אז די וועסט טוהן דיינס וועט די סייעתא דשמיא שוין נאכקומען און עס אויף שטעלן.
דא האט משה רבינו דערהערט א יסוד גדול אין עבדות ה' אז אז א מענטש דארף 'נאר טוהן און נישט אויף-טוהן', 'טוהן און נישט נאך-טוהן', 'טוהן און נישט אפ-טוהן', "נאר טוהן" די רצון ה' כסדר, נאכאמאל און נאכאמאל. ויעש משה כאשר צוה ה', משה האט געטוהן, און געטוהן, און נאכאמאל געטוהן, און ערשט דערנאך "והוקם" את המשכן ס'האט זיך אליין אויף געשטעלט.
טייערע חבר ווען די מיטשעסט זיך איבער אן ענין, און די שפירסט ס'גייט נישט, די קומסט נישט אן צום ציעל געדענק געב נישט אויף, דו זיי ממשיך מיט דיין ציל, די טוה און טוה און טוה נאכאמאל, פארשטיי אז בדווקא דאס איז דער רצון ה' אז מיר זאלן טוהן, און ווען מיר פרובירן און עס גייט נישט, מיר קומען נישט אן און ערגעטץ, געדענק אז דער ציל איז נישט "אנקומען", די "שווערע מצב" דער נסיון דאס איז בדווקא דער ציל, וואס השי"ת וויל די זאלסט "יעצט" אדורך גיין און נאר אין די מצב איז באגראבן דיין הצלחה און נאר פון אזעלכע מצבים וועלן מיר זוכה זיין צו שטייגן און צו חיי עולם הבא, די שווערע ארבעט וואס מיר לייגן אריין וועט ווערן איבערגעדרייט צו געוואלדיגע ברכות און הצלחות און ארויס ברענגן כוחות וואס מיר חלום'ן נישט אז מיר פארמאגן אבער ביז אהין.
דארף מען נעמען טאג ביי טאג און קעמפן העלדיש, טוהן און טוהן און נאכאמאל טוהן.
(קרעדיט: עבודת הבורא)