בס"ד
א גוט יאר טייערע חבר.
עס שרייבט צו אייך שיע, דער אחראי פונעם סייט 'היט דיינע אויגן'.
וואס מאכסטו?
ב"ה מיר האבן זוכה געווען די לעצטע חדשים צו מאכן גערויסע פארשריט סיי מיטן איבערפרישן אונזער וועבסייט און סיי מיט די פרישע טולס און געצייגן (האנט בוך), ב"ה מיר האלטן יעצט ביין ענדיגן אפאר גאר גערויסע חידושים וואס וועלן מאכן גערינגער פאר פרישע חברים צו טרעפן זייער ישועה.
עס איז נישט שייך צו גיין ווייטער מיט די פרישע פעולות וואס ווערן טעגליך געטוען לטובת כלל ישראל דורך "היט דיינע אויגן" צו קענען העלפן ווי מער פון אחינו בני ישראל צו טרעפן זייער ישועה, מיט א ליידיגע קאסע.
"היט דיינע אויגן" האט צום ערשטן מאל די יאר זיך ארויפגעכאפט אויפן באן צו אויך מאכן די הונדערט טויזענט דאלער ראפפעל.
אלע נדבנים וועלן אריינגיין אינעם גרויסן גורל א חוץ די געוואלדיגע זכות פון שטוצן אונזער הייליגע ארגענעזאציע, אזוי אויך איז דא נאך צען טייערע גורלות וואס וועלן בס"ד ווערן אויסגעראפעלט
לויפט און קויפט און געווינט!!!!
https://100kgoral.org/campaign/hitdanoigen
יעדע דאלער מאכט אויס צו העלפן אונז דערגרייכן אונזער ציל צו העלפן אחינו בני ישראל וואס סטראגעלן אזוי ביטערליך צו קענען טרעפן זייער ישועה בקרוב.