אש התאוה - מהותה (א)
מיר דארפן וויסן און שפירן אז אונזער מלחמה וואס מיר האלטן כסדר, איז אזויווי מ'האלט מלחמה און מ'באקעמפט א פייער.
די ערשטע זאך וואס פייערלעשער טוען ווען זיי קומען צו א פייער סצענע איז, זיי גיסן וואסער אויף די דערנעבנדיגע געביידעס, כדי צו מאכן זיכער אז דער פייער שפרייט זיך נישט אויס און אז עס ווערט נישט גרעסער. זיכער דארף מען לעשן דעם פייער זעלבסט, אבער דאך, וויבאלד די טבע פון פייער איז אז ווען עס האט נישט וואס זאל איר פיטערן צו ברענען לעשט ער זיך אויס, ממילא צוליב דעם מאכט מען קודם זיכער עס זאל נישט צו באקומען נאך שטאף, אזוי ארום, צוזאמען מיט די וואסער וואס מ'גיסט דערויף, וועט ער זיך אויסלעשען.
אצינד לאמיר זיך באקענען מיט'ן נאטור פון אונזער פייער, ה"ה די אש התאוה:
אונזער פייער וואס מיר באקעמפן קען ברענען בעיקר נאר מיט איין סארט שטאף, דאס איז דער עין רואה. דעס איז דער איינציגסטער מאטעריאל וואס גיט אטעם און לופט פאר'ן פייער.
מיר טרעפן ביי יצחק אבינו אין די פארגאנגענע סדרה פרשת ויצא, אז דער אייברשטער האט מייחד געווען שמו עליו, אפילו געווענליך איז "אין הקב"ה מייחד את שמו על צדיקים" ווי דער פסוק זאגט "הן בקדשיו לא יאמין", אבער וויבאלד יצחק אבינו איז דאך געווען בלינד, איז ער געווען חשוב כמת, ממילא איז ער געווען אן אויסנאם. פארוואס? ווייל דער יצר הרע איז נישט שולט נאר דורך די אויגן, אויף אזוי ווייט אז דער אייבערשטער קען שוין אפילו מייחד זיין זיין נאמען אויף א צדיק וואס איז חלילה בלינד.
די משנה זאגט: עין רואה והלב חומד וכלי מעשה גומרין. עין רואה איז דער צינדער, הלב חומד וכלי מעשה גומרין קומט נאר נאך. עס קען נישט געשען אנעם עין רואה. אויב עס פאסירט יא, איז עס נאך שיריים פונעם עין רואה.
אויב וועט מען זיך האלטן פעסט נאר מיט זיך היטן די אויג, וועט עס בעל כורחו ווערן מיט די צייט אויסגעלוישן.
דער לב חומד מיט די כלי מעשה איז געגליכען צו א קארטון (שאכטל) וואס מען ווארפט אריין אין פייער, דער פייער געט א פלאם אויף, אבער ביז אפאר מינוט ווערט אלעס צעבלאזן.
אצינד אז מיר האבן די וויכטיגע אינפארמאציע, דארף מען וויסן אז בשעת די תאוה ברענט, דארף מען זיך האלטן נאר צו די איין זאך: היט דיינע אויגן! אפילו עס וועט נאך ברענען אביסל, אבער עס וועט זיך אויסלעשן. אויב איז דער פייער גרויס, וועט טאקע נעמען אביסל צייט עס זאל זיך אויסלעשן, ווייל א פייער אויב איז עס גרויס אפילו עס איז אונטער קאנטראל, עס קומט שוין נישט צו קיין ברען-מאטריאל, נעמט אבער צייט ווילאנג ער לעשט זיך אויס.
דאס אז די ערשטע זאך וואס מען דארף וויסן, אוועקשטיין פון: Flammable Material, וואס דאס איז: עין רואה.
נישט קומען נאנט צום מקום הנסיון און פארמיידן ווי ווייט מעגליך נישט צו קומען און בארירונג מיט נשים, אזוי ארום אז מיר דארפן נישט קעמפן מיט אונזערע תאוות פנים אל פנים, הייבן זיי צוביסלעך אן נאכצולאזן, און די פייער פון די תאווה לעשט זיך אויס.
אצינדער וועלן מיר אריבערגיין צום קומענדיגן מיטל מיט וואס מ'באקעמפט אונזער פייער/שונא, וואס דאס איז דאס וואסער וואס דערמיט דארף מען דאס אויסלעשען, נאכדעם וואס מיר מאכן זיכער אז עס פארלירט די ברען-מאטריאל אי"ה אין נאכפאלגנדן אימעיל.
(קרעדיט: לא יכרע)