חיזוק-און-רעקאווערי געדאנקען - עפן אויף דאס הארץ
PDF פרינט

אימעיל #145
אור ליום ג' פרשת בשלח
ז' שבט תשע"ה
2015-01-26


פאר סיי וועלכע הערה, הילף, עסקנות וכדומה, אנבאלאנגט אלעס ארום די GYE אידישע אפטיילונג און אלע אירע סערוויסעס, ווי אויך סיי ווער עס האט נאר אין באזיץ אדער באגעגנט זיך מיט א גוטן געדאנק וואס קען זיין גוט פאר'ן טעגליכן "ווערטל", "געדאנקען" , זאל מקיים זיין דעם "אל תמנע טוב מבעליו" און דאס ביטע אונז צושיקן און מיר וועלן דאס אי"ה אריינלייגן אין איינע פון די אימעילס. דרוקט דא אונז צו שיקן אן אימעיל.

נוטיגט איר זיך אין מער הילף, חיזוק און עצות,דרוקט דא ארויפצוגיין אויף אונזער וועבסייט.

זיך איינצושרייבן אינעם אידישן 12-סטעפ טעלעפאן קאנפערענץ" גרופע וואס ווערט אפגעהאלטן יעדן מיטוואך אינדערפרי, ביטע רופט: 715-256-7837 און לאזט איבער א מעסעדזש וואו מ'קען אייך קאנטאקטן. אדער שיקט אן אימעיל צוYiddish12StepGroup@Gmail.com. די גרופע איז גענצליך אומזינסט און אנאנים.

זיך ארויפצוסיינען אויף אונזער "טעקסט" גרופע(דורך א גוגל וואויס נומער) אדער אימעיל גרופע, ביטע ריפלייען.

תוכן הענינים

ווערטל /

פון די חבריא /

חיזוק געדאנקען /

רעקאווערי שמועסן /

מעלדונגען

 

ווערטל

געהאנגען צו אויסטרוקענען...

צוויי חברים זענען אמאל געווען פלאצירט אין אן אנשטאלט פאר משוגעים - לאמיר זיי אנרופן ראובן און שמעון. איינמאל האבן די צוויי חברים שפאצירט נעבן א סווימינג פול און ראובן געט א שפרונג אריין אינעם באסיין און ס'האט אויסגעקוקט ווי ער דערטרענקט זיך. שמעון זעט וואס ס'גייט פאָר, טראכט ער נישט קיין צוויי און געט א שפרונג אריין נאך זיין חבר און ער שלעפט אים ארויס. ממש, ער האט אים געראטעוועט דאס לעבן!

דער הויפט פונעם אנשטאלט האט געהערט פון די מעשה האט ער געלאזט רופן דעם שמעון, און אים געזאגט: איך האב פאר דיר גוטע נייעס און שלעכטע נייעס. די גוטע נייעס איז, אז אזויווי דו האסט באוויזן אזא העראאישער אקט כדי צו ראטעווען דיין חבר, ביסטו באפרייט פון דא, און די שלעכטע נייעס איז אז ראובן איז טויט; ער האט זיך געהאנגען אין זיין צימער.

זאגט אים שמעון, ער האט זיך נישט געהאנגען, איך האב אים אויפגעהאנגען ער זאל זיך אויסטרוקענען פון די וואסער, יעצט ווען קען איך ארויסגיין?...

(קרעדיט: פענסטער/אייוועלט)

פון די חבריא

 

חיזוק געדאנקען

עפן אויף דאס הארץ פאר'ן טאטן

א גוטן טייערע חבירים וידידים.

ליינענדיג פארגאנגענע וואך אין די תורה די סדרה פון פרשת בא האבן מיר זיך געפונען אינעם יום טוב פסח.

וועסטו מיך דאך אוודאי פרעגן: וואס גייט דא פאָר, מען האלט קוים אפאר טאג נאך חנוכה און דו האלסט שוין ביי פסח?

אבער מיין טייערער חבר, יא! די צייט לויפט, פסח וועט זיין דא נאך פאר מען געט זיך א דריי, בפרט אז מיר שטייען אין די פרשיות וואס אין זיי ווערט פארציילט סיפור יציאת מצרים, דארפן מיר אריינקוקן אין די פרשיות און זיך מתבונן זיין אין זיי, וועלן מיר שוין איינוועגס געבן א בליק און די ווערטער פונעם בעל הגדה

וַיֹּאמֶר ה אֶל משֶׁה בֹּא אֶל פַּרְעֹה כִּי אֲנִי הִכְבַּדְתִּי אֶת לִבּוֹ וכו’ וּלְמַעַן תְּסַפֵּר בְּאָזְנֵי בִנְךָ וּבֶן בִּנְךָ אֵת אֲשֶׁר הִתְעַלַּלְתִּי בְּמִצְרַיִם וְאֶת אֹתֹתַי אֲשֶׁר שַׂמְתִּי בָם וִידַעְתֶּם כִּי אֲנִי ה וכו’.

וְהִגַּדְתָּ לְבִנְךָ בַּיּוֹם הַהוּא לֵאמֹר בַּעֲבוּר זֶה עָשָׂה ה לִי בְּצֵאתִי מִמִּצְרָיִם. (שמות יג ח)

הָא לַחְמָא עַנְיָא דִּי אֲכָלוּ אַבְהָתָנָא בְּאַרְעָא דְמִצְרָיִם. כָּל דִּכְפִין יֵיתֵי וְיֵיכוֹל. כָּל דִּצְרִיךְ יֵיתֵי וְיִפְסַח. הָשַׁתָּא הָכָא, לְשָׁנָה הַבָּאָה בְּאַרְעָא דְיִשְׂרָאֵל. הָשַׁתָּא עַבְדֵּי, לְשָׁנָה הַבָּאָה בְּנֵי חוֹרִין.(הגדה של פסח)

קודם כל דארפן מיר פארשטיין דעם לשון הפסוק. דער רבש”ע זאגט פאר משה רבינו בא אל פרעה כי אני הכבדתי את לבו, קום צו פרעה ווייל איך האב הארט געמאכט זיין הארץ. לכאורה איז שווער, אדרבה, אויב איז זיין הארץ פארהארטעוועט און פארקלאפט, איז דאס א סיבה נישט צו גיין?

שטייט ווייטער אין פסוק: ולמען תספר כדי דו זאלסט קענען פארציילן, באזני בנך ובן בנך וכו’. ביז אהער איז דאך געווען כמה מכות וואס דארט שטייט נישט למען תספר, וואס האט פאסירט דא ביי מכת ארבה מער ווי מכות דם צפרדע כינים וכו’ וואס דא זאגט דער בורא כל עולמים פאר משה רבינוקום פאר פרעה כדי זאלסט קענען פארציילן פאר דיינע קינדער?

בכלל דארפן מיר פארשטיין, וואס מיינט כי אני “הכבדתי”? וואס איז דער ענין פון הכבדת הלב -“הארט מאכן זיין הארץ”?

ווען מיר זעצן זיך אוועק פסח צום סדר טיש, ווען ארום זיצן די טייערע בני בית און קינדערלעך, די משפחה, פאנגט מען אָן די מצוה פון והגדת לבנך - ספור יציאת מצרים, און מען זאגט והא לחמא עניא וכו’ כל דצריך ייתי וייכול, כל דצריך ייתי ויפסח, …ווער עס דארף זאל קומען עסן מיט אונז.פרעגט זיך גלייך די שאלה: יעצט זאגסטו? דאס דארף מען זאגן אדער אויפהענגן און בית המדרש דריי, פיר וואכן פאר פסח, אז ווער עס וויל קומען עסן צו מיר די סדר איז איינגעלאדענט און ער קען קומען. אבער זיצנדיג ביים סדר איז שוין אביסעלע צו שפעט, וואס וויל מען מיט דעם ארויסברענגען?

און נאך מער, אז מען קוקט אריין אין די הגדה זעט מען אז מען זאגט עס שוין נאך קידוש און נאך דעם לשם יחוד פון מצות סיפור יציאת מצרים, זעט מען אז עס איז נישט סתם אן איינלאדענונג, ווייל אויב יא וואלט מען עס געדארפט זאגן פאר קדש?

בלייבט אצינד די קשיא: וואס איז עס יא? און וואס האט דאס מיט די מצוה פון סיפור יציאת מצרים?

ס’איז דאך באקאנט דער מאמר אין מלך בלא עם. א קעניג דארף א פאלק, אבער א דיקטעטאר דארף נישט קיין פאלק; ער דארף נאר א מיליטער!

אז מען קוקט זיך צו וואס עס איז פארגעקומען די לעצטע פאר יאר אין מיטל מזרח, זעט מען ווי וועלט-מאכטן און דיקטאטארן פאלן צאם ווי פליגן; מדינות וואס פאר געציילטע טעג צוריק זענען זיי געווען און די הענט פון יחידים, זענען פלוצלינג געווארן פרייע מדינות און זייערע געוועזענע דיקטאטארן זענען טויט אדער אויפ'ן וועג אהין. אז מען קוקט אריין טיפער ווייסט יעדער אז די אלע דיקטאטארן זענען שוין פאר אסאך יאר פארפיינטעט ביים פאלק, אבער עס האט גענומען צייט ביז דאס פאלק האט זיך צאגענומען דעם כח און קוראזש אדורכצופירן אן אויפשטאנד, און אפילו ווען דער אויפשטאנד האט שוין יא אנגעהויבן צו שלאגן ווארצלען, האבן זיך די דיקטאטארן נישט געלאזט פאלן, ביז זייערע אייגענע נאנטע האבן זיך אנגעשלאסן אין די זייט פון די אקטיוויסטן.

למשל אין "מצרים" (עגיפטן), ווילאנג די ארמיי איז געווען געטריי צו מובאראק האט ער פרובירט מיט אלע כוחות צו דערדריקן און דערשטיקן די פראטעסטן, אבער ווען די גענעראלן האבן זיך אנגעשלאסן און די זייט פון די אקטיוויסטן, איז די מלוכה גלייך צופאלן, און טאקע דערפאר זענען די פראטעסטירער אין איראן אדער אין סיריע נישט מצליח, ווייל די גענעראלן פון די מיליטער זענען געטריי פאר די מדינה און זיי טוען אונטערדריקן די פראטעסטן. אבער די מינוט זיי זאלן מחליט זיין “גענוג” און זיך אנשליסן מיט די פראטעסטירער, זיך אנשליסן מיט'ן ווילן פונעם פאלק, איז דער דיקטאטאר אראפ פונעם בענקל.

לאמיר צוריק גיין צו אונזער “פרעה”.

כידוע פון אלע ספרים הק’ (מוסר הרמב”ם לבנו פרעה הוא היצר הרע) אז פרעה איז מרמז אויף א מציאות פון שלעכטס, א מציאות פון תאוה, גאווה, שקר, ומידות רעות, און דער פרעה כאפט מכות פון הקב”ה - דם, צפרדע, כינים - און ער זעט אז עס איז פארהאן א מלך וואס קעניגט אויף דער וועלט. די וועלט האט א בעל הבית. אבער ער מאכט זיך בלינד. זיינע שלעכטע מידות לאזן אים נישט.

“איך זאל זיך מכניע זיין צו הקב”ה?! ניין! דאס קען נישט און וועט נישט געשען!"

דאס איז “הכבדת הלב”! א מענטש ווייסט דעם אמת, א מענטש ווייסט אז ער איז נישט אויפ'ן ריכטיגן דרך, אבער ער לאזט זיך נישט מתקן זיין; זיינע מידות לאזן נישט, אבער דאס אלעס זאגט זיך גוט ביז די מכה פון ארבה - היישעריק, ווייל ביז אהער האבן טאקע אלע מצריים געשריגן, דאס פאלק האט געליטן, אבער זיינע נאנטע מענטשן ארום זיינע גענעראלן האבן אים מחזק געווען אז זייערע כישוף מאכער קענען דאס אויך וכדומה.

דא ביי ארבה איז דאס ערשטע מאל וואס מען זעט אז זיינע אייגענע מענטשן, וואס כאטש הקב”ה האט זיי אויך הארט געמאכט דאס הארץ, האבן זיי אויסגעשריגן צו פרעה, ווי דער לשון הפסוקוַיֹּאמְרוּ עַבְדֵי פַרְעֹה אֵלָיו עַד מָתַי יִהְיֶה זֶה לָנוּ לְמוֹקֵשׁ שַׁלַּח אֶת הָאֲנָשִׁים וְיַעַבְדוּ אֶת ָה אֱלֹקֵיהֶם הֲטֶרֶם תֵּדַע כִּי אָבְדָה מִצְרָיִם. אבער פרעה, כאטש אז זיינע אייגענע מענטשן שרייען צו אים און זענען מודה אז עס איז דא א בורא עולם אויף די וועלט, זענען זיינע מידות, זיין גאווה, זיין שקר צו שטארק. ער לאזט זיך נישט. נאר פארקערט, ער זאגט א שקר מען גייט ארויסשיקן די אידן און עס ענדיגט זיך מיט וַיְחַזֵּק יְהֹוָה אֶת לֵב פַּרְעֹה וְלֹא שִׁלַּח אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל.

ווייל: אויב א מענטש וויל נישט זעהן דעם יד ד’, ער וויל נישט זען אז עס איז דא א בורא עולם אויף די וועלט - הבא לטמא פותחין לו!

ווילסט זיין בלינד? ווילסט נישט זען דעם אמת? וועסטו בלייבן מיט א הארטע הארץ וואס אפילו די גרעסטע מופתים פון הקב”ה וועט אויף דיר קיין השפעה נישט האבן! און אפילו ווען דיינע אייגענע נאנטע, וואס בדרך הטבע, ווען זיי זענען שוין מודה וואלטסו זיך שוין געדארפט ברעכן, אבער ניין, דו פארשטאפטס זיך דאס הארץ!

און דאס איז דער למען תספר באזני בנך. ווייז דיינע קינדער ווי שטארק הארט א מענטש קען ווערן, און ווי נישט זעבאר א מענטש קען ווערן, ממש פארפרוירן! און נישט קיין חילוק וויפיל מעסעדזשעס ער באקומט פון בורא עולם, זעט ער נישט!

באמערקט ער דען נישט?! אוודאי באמערקט ער יא! נאר ער קען זיך נישט צוזאמנעמען אקעגן זיינע מידות, אקעגן זיין טבע, אקעגן זיין רגילות, ממילא טוט ער עס איגנארירן. “הכבדת הלב ממש!” און פארדעם וויל הקב”ה אז משה זאל גיין צו פרעה בשעת זיין הארץ איז פארמאכט, כדי ער זאל זען מיט די אייגענע אויגן ווי א מענטש קען זיך באגראבן, און אפילו ווען זיינע אייגענע נאנטע מענטשן זענען אים מעורר, טוט ער זיך נישט ערוועקן נאר ער בלייבט קאלט, און אמאל זיך צו פארענטפערן טוט ער נאך אפלאכן פון זיי, און אמאל זיי אוועקטרייבן, ווי עס שטייט און פסוק וַיְגָרֶשׁ אֹתָם (משה ואהרן) מֵאֵת פְּנֵי פַרְעֹה!

יעצט מיין טייערע חבר! פסח ביים סדר, א איד זעצט זיך אוועק און פארציילט די סיפור יציאת מצרים און ער איז זיך מתבונן: וויפיל פרעה ליגט און מיר? וויפיל הכבדת הלב איז דא אין מיר?וואס איז מיין טעמפראטור? בין איך אייז אדער קאלט, ווארעם, הייס, זעה איך דער יד ה’ צי נישט? וויאזוי זע איך די מעסעדזשעס פונעם אויבערשטן? טו איך בכלל זיך וואוסנדיג מאכן? גיי איך צו מיינע נאנטע חברים, רבי’ס, הערן זייער מיינונג, און ווען זיי האבן אדער זאגן הערן איך זיי אויס, אדער איך באדעק דאס הארץ מיט אן הכבדת הלב און איך גיי מיך ווייטער? און אזוי ווייטער און ווייטער, ביז  דער מענטש זאגט צו זיך און צו זיין בני בית: קינדערליך, גענוג מיט דעם פרעה, ער האט אונז גענוג גע'רודפ'ט, גענוג פארביטערט אונזער לעבן, גענוג מיט'ן גלות. מיר גייען אנפאנגען צו לעבן א לעבן פון פרייהייט. “פסח איז דאך זמן חרותינו”. מיר גייען פטור ווערן פון די הכבדת הלב, מיר גייען אנפאנגן זעהן דעם יד ד’, מיר גייען ריפלייען צו יעדן מעסעדזש פון הקב”ה!

און דער קינד פרעגט: געוואלדיג טאטי! עס הערט זיך אזוי געשמאק צו פירן א לעבן אָן פרעה, און נאר מיט הקב”ה אויף טריט און שריט, אבער טאטי ווי אזוי? טאטי, וואס גייט מען טון צו טוישן דעם מהלך וואס איז געווען ביז יעצט? וויאזוי טאקע קענען מיר פטור ווערן פון אונזער פרעה?

און דער טאטע ענטפערט פאר די קינדערעיך (אבער בעיקר רעדט ער צו זיך אין הארץ אריין): כל דצריך ייתי ויאכל, ווער עס וויל זאל קומען מיטעסן מיט אונז, וואס דאס מיינט נישט נאר עסן צוזאמען, נאר ווען מען עסט פארברענגט מען, מען שמועסט זיך אויס, מען הערט א צווייטן, מען איז מחזק א צווייטן, עס ווערט דער ענין פון דיבוק חברים.

קינדערלעך, מיר וועלן אנהויבן מער צו היטן אויף אונזערע אויגן און מחשבות, מיר וועלן קומענדיגן יאר ארייננעמען מער געסט ביי אונזער שבת טיש, וואס דאס וועט מוסיף זיין א ווארעמקייט און דער שבת, מיר וועלן ארייננעמען און אונזער שטוב דעם נצרך וואס דרייט זיך ארום מיט א צובראכן הארץ, מיר וועלן אים מחזק זיין, מיר וועלן אים פארציילן ווי גרויס דער בורא כל עולמים איז, מיר וועלן פארציילן פאר זיך אליין פאר'ן אייגענעם הארץ און נשמה אז אלעס וואס ער טוט איז לטובה מיט א חשבון וכו’ וכו’ און דאס וועט אראפנעמען אונזער הכבדת הלב, אונזער הארץ וועט אנפאנגען קאכן און ברענען מיט ווארעמקייט און מיר וועלן פלוצלינג זעהן מעסעדזשעס פון הקב”ה קומען אריינצופליען אזויווי מוצאי שבת ווען מיר מאכן אויף דעם סעלפאן…

הָשַׁתָּא הָכָא, לְשָׁנָה הַבָּאָה בְּאַרְעָא דְיִשְׂרָאֵל. הָשַׁתָּא עַבְדֵּי, לְשָׁנָה הַבָּאָה בְּנֵי חוֹרִין!

(קרעדיט: עבודת הבורא פון אונזער פארום/אהרן הכהן פון אייוועלט)

רעקאווערי

BIG BOOK STUDY IN YIDDISH

דאס בוך מיטן נאמען Alcoholics Anonymous און ווערט אויך גערופן די BIG BOOK איז א בוך וואס די גרינדער פון די 12 סטעפס האבן געשריבן, וועלנדיג איבערגעבן פאר אנדערע מענטשן וואס ליידן אויך אדיקשאן א מהלך פאר ערהוילינג וואס עס האט געארבעט פאר זיי. אין פאקט האט שוין דער מהלך געהאלפן, זייט די בוך איז געשריבן געווארן ביז היינט, פאר אָן א שיעור מענטשן איבער דער וועלט.

בלאט XXVII, פערטע פּאַראַגראף

 

דריקט דא עס צו זען אינעם בוך פאָרמאַט
THE DOCTOR’S OPINION xxvii

אריגינעלע טעקסט אין ענגליש:

We doctors have realized for a long time that some form of moral psychology was of urgent importance to alcoholics, but its application presented difficulties beyond our conception. What with our ultra-modern standards, our scientific approach to everything, we are perhaps not well equipped to apply the powers of good that lie outside our synthetic knowledge.

Many years ago one of the leading contributors to this book came under our care in this hospital and while here he acquired some ideas which he put into practical application at once.

איבערטייטש אין אידיש:

מיר דאקטוירים האבן איינגעזען פאר א לאנגע צייט אז עפעס א פארעם פון מאראלישע פסיכאלאגיע איז דרינגלעך וויכטיג פאר אלקעהאליקס, אבער זיין אנווענדונג שטעלט פאר שוועריקייטן, ווייטער פון אונזער פארשטאנד. וואס מיט אונזער זייער-מאדערן סטאנדארטן, און וויסנשאפטליכע צוגאנג צו יעדע זאך, זענען מיר מעגליך נישט גענוג אויסגעשטאט צו צוזאמשטעלן די גוטע כוחות וואס ליגט אינדרויסן פון אונזער פארגעשריטענע וויסנשאפט.

אסאך יארן צוריק, איז איינער פון די הויפט באשטייערער פון דעם בוך, געקומען אונטער אונזער באהאנדלונג אין דעם שפיטאל, און וויילנדיג דא האט ער ערווארבן עטליכע געדאנקען וואס ער האט גיך אריינגעלייגט אין פראקטישע צופאסונגען.

Study Guide of the Primary Purpose
Group of AA

Primary Purpose Group of AA איז א גרופע וואס האט געשטעלט זייער ציל ארויסצוברענגען די פונקטליכע אינסטרוקציעס פאר די 12 סטעפס פונעם בוג בוק. זיי האבן אויסגעשטעלט א סדר פון שאלות אויף יעדע זאץ אינעם בוך ווען דער זאץ אינעם בוך ווערט דער ענטפער אויף די שאלה. ווי אויך האבן זיי צוגעלייגט פאסיגע באמערקונגען וואס האט דעם זעלבן ציל

מיר גייען איבער דעם היינטיגן פּאַראַגרף מיט שאלות ותשובות און הערות פון די סטאדי גייד

P) .5) וואס זאגט דר. סילקווארט אז דאקטוירים גלייבן זאל זיין וויכטיג פאר אלקאהאליקס?

מיר דאקטוירים האבן איינגעזען פאר א לאנגע צייט אז עפעס א פארעם פון מאראלישע פסיכאלאגיע איז דרינגלעך וויכטיג פאר אלקעהאליקס, אבער זיין פראקטעצירונג שטעלט פאר שוועריקייטן, ווייטער פון אונזער פארשטאנד.

.6 מיט אלעס וואס די מעדעצינישע פאך האט שוין באוויזן פאר זיי, וואס זענען די דאקטוירים נישט געווען אויסגעשטאט צו טון?

וואס מיט אונזער זייער-מאדערנע סטאנדארטן, און וויסנשאפטליכע צוגאנג צו יעדע זאך, זענען מיר מעגליך נישט גענוג אויסגעשטאט צו צוזאמשטעלן די גוטע כוחות וואס ליגט אינדרויסן פון אונזער פארגעשריטענע וויסנשאפט.

שאלה: האט ער געגלייבט אז די מעדעצינישע פאך האט די מעגליכקייט אמת'דיג צו העלפן די ריכטיגע אלקאהאליק?

(באמערקונג: דיין אבזרעוואציע פון די צוויי פריעדיגע זאצן.)

(ניין. פאר זיכער נישט.)

P) .7) וואס איז געווען, דעס, אז איינע פון די פריערדיגע באשטייערער (ביל ווילסן) פון דעם בוך האט געוואלט טוען מיט זיינע געדאנקן וואס ער האט ערווארבן?

אסאך יארן צוריק, איז איינער פון די הויפט באשטייערער פון דעם בוך, געקומען אונטער אונזער באהאנדלונג אין דעם שפיטאל, און וויילנדיג דא האט ער ערווארבן עטליכע געדאנקען וואס ער האט גיך אריינגעלייגט אין פראקטישע צופאסונגען.

אויב דארפט איר הילף אדער איר ווילט עפעס פרעגן אדער איבערשמועסן מער אויף א פערזענליכע אופן שיקט א אימעל צו עזרא:ezrey11l@gmail.com

(קרעדיט: עזרא)


אזויווי דער אידישער וועבסייט איז אונטער ערנסטע קאנסטרוקציע, און ווי איר זעט ארבעטן נישט געהעריג אלע לינקס און רוב אפציעס, בעטן מיר אנטשולדיגונג פונעם עולם. מ'האף מיר אי"ה בקרוב צוביסלעך דאס אלעס צו פאררעכטן, און צו קענען ווי אמשנעלסן קעגנקומען דעם ציבור מיט א שיינעם פארגעשריטענעם און העכסט-תוכנ'דיגער סייט, מיט רוב פונקציעס וואס עס איז דא ביי די ענגלישע.

כדי דאס אלעס אהערצושטעלן פאר אונזער אידיש-רעדנדן ציבור, נויטיגן זיך מיר שטארק אין נדבות פון אחינו בני ישראל נדיבי לב, בפרט פון אונזער ציבור וואס ווייסט און פארשטייט די וויכטיגקייט פון אזא ארגאניזאציע. דעריבער אפעלירן מיר בכל לשון של בקשה: ווער עס קען זיך מנדב זיין גרעסערע נדבות, אדער צי זיך אונטערנעמען חודש'ליכע פעימענטס, אדער סיי וועלכע איינמאליגע נדבה, זאל ביטע דאס אויספילן אויפ'ן ספעציעלן אידישן דאנעישאן בלאטhttps://guardyoureyes.com/yid/?option=com_jdonation

כדי דאס געלט זאל טאקע אנקומען צו אונזער אפטיילונג, ביטע מאכט זיכער אז איר זענט טאקע אנגעקומען צום אידישן אפטיילונג (צוליב טעכנישע סיבות קען מען אמאל אנקומען צו די היברו). אויך נעמט אין אכט אז ביי די אנדערע דאנעישאן אפציעס, חוץ ביי די קרעדיט קארד, זאל מען ביטע ארויסשרייבן FOR THE YIDDISH SITE כדי דאס געלט זאל אנקומען צו אונזער אפטיילונג

אין דעם זכות זאלט איר בכלל נישט דארפן צוקומען צו אונזערע סערוויסעס, און אויב שוין יא, זאלט איר זיך שנעל קענען ערהוילן און זיך היילן פון אלע פראבלעמען און מכאובים, און ס'זאל מקוים ווערן דעם "כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו"!

ביי דער געלעגנהייט ווילן מיר אויסדרוקן אונזער טיפן דאנק פאר די ווארעמע אידן וועלכע זענען אונז שוין אנטקעגן געקומען און בייגעשטייערט שיינע סכומים. השי"ת זאל זיי באצאלן כפל כפליים!

צו זען אלע ביז-איצטיגע אימעילס דרוקט דא

דאונצולאודן אונזער "האנטבוך" דרוקט דא

זיך אראפצוסיינען פון די אימעילס