חיזוק-און-רעקאווערי געדאנקען - טאטע איך דאנק דיר!
PDF פרינט

אימעיל #166
(יום ג' פרשת יתרו (קבלת התורה
י"ד שבט תשע"ה
2015-02-03


פאר סיי וועלכע הערה, הילף, עסקנות וכדומה, אנבאלאנגט אלעס ארום די GYE אידישע אפטיילונג און אלע אירע סערוויסעס, ווי אויך סיי ווער עס האט נאר אין באזיץ אדער באגעגנט זיך מיט א גוטן געדאנק וואס קען זיין גוט פאר'ן טעגליכן "ווערטל", "געדאנקען" , זאל מקיים זיין דעם "אל תמנע טוב מבעליו" און דאס ביטע אונז צושיקן און מיר וועלן דאס אי"ה אריינלייגן אין איינע פון די אימעילס. דרוקט דא אונז צו שיקן אן אימעיל.

נוטיגט איר זיך אין מער הילף, חיזוק און עצות,דרוקט דא ארויפצוגיין אויף אונזער וועבסייט.

זיך איינצושרייבן אינעם אידישן 12-סטעפ טעלעפאן קאנפערענץ" גרופע וואס ווערט אפגעהאלטן יעדן מיטוואך אינדערפרי, ביטע רופט: 715-256-7837 און לאזט איבער א מעסעדזש וואו מ'קען אייך קאנטאקטן. אדער שיקט אן אימעיל צוYiddish12StepGroup@Gmail.com. די גרופע איז גענצליך אומזינסט און אנאנים.

זיך ארויפצוסיינען אויף אונזער "טעקסט" גרופע (דורך א גוגל וואויס נומער) אדער אימעיל גרופע, ביטע ריפלייען.

תוכן הענינים

ווערטל /

פון די חבריא /

חיזוק געדאנקען /

רעקאווערי שמועסן /

מעלדונגען

 

 

ווערטל

 

 

פון די חבריא

והתקדשם

יום ב' פרשת יתרו תשע"ה, שבוע החמישי לימי טהורים של שובבי"ם, לסדר כי אלהי אבי בעזרי.

טאטע, העלף דיין זון כי טוב ער זאל קענען זיך האלטן ריין די לעצטע צוויי וואכן פון שובבי''ם. בפרט אין די הייליגע וואך פון קבלת התורה, וואס איז בבחינה פון הקריאה מעורר את הזמן, זאל איך זוכה זיין צו קבלת התורה בקדושה. אזוי ווי בימים ההם האט אונזער טאטע געהייסן די אידישע קינדער צו קומען ריין צו קבלת התורה ווי אונז טרעפן די וואך אין די תורה וקדשתם. ווייל צו קענען מקבל זיין די תורה מוז מען זיין ריין. אזוי אויך טאטע בזמן הזה העלף דיין זון כי טוב וואס האט זיך אונטערגענומען פאר דיינעטוועגן צו זיין ריין די וואך, העלף מיר טאטע איך זאל עס קענען אויספירן, העלף מיר טאטע איך זאל עס קענען אויספירן, העלף מיר טאטע איך זאל עס קענען אויספירן.

ישר כח פון פאראויס,

פון דיין זון וואס וויל זוכה זיין צו טרעפן דעם אמת'ן וועג דיך צו דינען

נ.ב. קען מיר אפשר איינער פון די חברים מסביר זיין וואס איז געווען שייך אין א וויסטן מדבר צו זינדיגן, אז דער אייבישטער האט געדארפט אנזאגן וקדשתם? עס כאפט דאך א ציטער! זיי, דעם דור המדבר האט מען געדארפט זאגן וקדשתם, וואס דארף מען פאר אונז זאגן?

(קרעדיט: כי טוב פון אונזער פארום)

חיזוק געדאנקען

טאטע איך דאנק דיר

כ'האב געטראכט אשיחה וארווח לי, יעבור עלי מה. קיינער דא ווייסט סיי ווי נישט ווער איך בין (אזוי האף איך...)

דאס לעבן גייט מיר ביטערלעך שווער און איך וויל זיך דא אויפ'ן פארום אביסעלע אויסרעדן.

דער מסילת ישרים שרייבט אין סוף חלקי החסידות פרק י"ט אז די אהבה פון א איד צום אייבערשטן זאל נישט זיין תלוי' בדבר, דהיינו אז ווייל דער באשעפער טוט מיט מיר גוט נאר וועגן דעם האב איך אים ליב אלס הכרת הטוב, נאר עס דארף זיין א נאטורליכע אהבה ווי א קינד צו זיין טאטן, פשוט ווייל ער איז מיין טאטע.

איז וויאזוי קען זיך א מענטש אויספרובירן צי ער האט די ריכטיגע אהבה? ווען עס גייט אים חלילה נישט גוט, ער האט צרות, דעמאלטס אויב האט ער נאכאלץ ליב השי"ת, איז א סימן אז ער האט די ריכטיגע אהבה.

ער איז ממשיך אז כדי גרינגער צו מאכן די אהבה, כאטשיג מען ליידט פיל צרות, גיט ער צוויי עצות, איינס: אז מען דארף צו וויסן אז דער רבוש"ע איז דאך כולו טוב, און אלעס וואס קומט פון אים איז רק טוב. כאטשיג עס זעט זיך אן אויף אן אופן פון צרות, דאך איז עס רק לטובה.

פונקט ווי א דאקטער דארף צומאל מאכן אi אפעראציע און אוועקשניידן אi אבר פון זיין פאציענט כדי צו ראטעווען זיין לעבן, און דער פאציענט וועט אים מכיר טוב זיין אגאנץ לעבן אז ער האט אים ממש געראטעוועט זיין לעבן. טאקע דורכ'ן טון א מעשה רציחה, דייקא מיט דעם האט ער אים געטון די גרעסטע טובה וואס איז בכלל שייך, און דער צער פון די אפעראציע איז גאר גורם די אהבה.

זי זעלבע זאך: ווען א איד זעט אז ער האט צרות צרורות, אדרבה דארף ער וועגן דעם מוסיף זיין אהבה להשי"ת, אז ער גיט זיך פערזענליך אפ מיט אים און ער טוט אים געוואלדיגע טובות מיט די צרות, ווייל באמת איז דאך השי"ת'ס כוונה כולו טוב פאר אונז, און ער טוט דאס מיט א גאר טיעפע כוונה לטובה גדולה מאוד פאר אונז.

דער צווייטער וועג זאגט ער א משל פון א הויפט גענעראל, א גיבור שבגיבורים, וועלכער זוכט שטענדיג אויס דוקא די שווערסטע פראנטן פון די מלחמה, און ער שלאגט דארט דעם שונא. אין די גרעסטע סכנות לייגט ער זיך אריין, צו ווייזן פאר'ן קעניג "קוק ווי שטארק מיין געטריישאפט איז פאר דיר, איך גיי אין פייער און אין וואסער פאר דיר, איך שטעל זיך נישט אפ פאר גארנישט".

אזוי אויך, אן ערליכע איד ווען ער האט צרות, ער מוטשעט זיך מיט שווערע נסיונות, זאל ער טראכטן "איך האב יעצט א געלעגענהייט צו ווייזן פאר השי"ת אז איך וועל אים דינען אפילו אין די שווערסטע זמנים!"

אדרבה, ער פריידט זיך גאר מיט די צרות, ווייל דורך דעם האט ער אזא גאלדענע געלעגענהייט צו זאגן פאר אונזער טאטן: "טאטע קוק ווי שטארק מיין ליבשאפט איז צו דיר. קיין זאך אין די וועלט וועט מיך נישט אפהאלטן פון דיך צו דינען!"

*

רבותי! דעם טשעק וויל איך יעצט איינקעשן!

עס איז מיר ביטערליך שווער לעצטנס. גארנישט ריקט זיך נישט. חובות און נסיונות איבער'ן קאפ. אנגעזעצט איבעראל. אנדערע זאכן אין שטוב רוקט זיך נישט קיין כי הוא זה. אלעס גייט כאדאראם!

אבער:

טאטע איך בין דיינס!

איך טרעט נישט אפ פון דיר!

איך דאנק דיך אויף די אלע מתנות!

איך דאנק דיך וואס די האסט מיך אזוי שטארק אינזינען!

איך האב די זכי' אז די גיסט דיך אפ פערזענליך מיט מיר!

דער גוי אנטקעגן איבער מיר גייט אים אלעס גוט. ער איז א מיליאנער, דריי הערליכע טייערע קארס, אויסגעצאלטע הייזער. ער פארט אויף וואקאציע כסדר, ער האצקעט, שפרונגט און לאכט א טאג, און גיט זיך נאך אלע זיינע תאוות.

דאס איז ווייל דו האסט אים נישט ליב, אזויווי א דאקטער זעט אז אויף זיין פאציענט איז בכלל נישט שייך מער קיין רפואה, זאגט ער אים: "קענסט אהיים גיין, גיי מאך א לעבן, ווילאנג דו לעבסט נאך כאפ אריין."

פאר אונז אידעלעך איז אבער אנגעגרייט א לעבן שכולו טוב לעתיד, א לעבן של נצח נצחים. דעריבער יעדע פלאג דא אונטען, איז גורם א שכר נצחי לעולמי עד, א אמת'ע טובה גדולה מאוד עד בלי שיעור.

טאטע איך דאנק, טאטע איך לויב דיך ווייל איך בין א איד!

איך ווייס אז עס זעט אויס עפעס א ווילד פרעמדע זאך, עס איז נישט קיין גאנגבארע טעמע. אבער איך דארף דאס פאר מיין נשמה און פאר מיין גוף כמים קרים על נפש עייפה.

טאטע איך דאנק, טאטע איך לויב דיך ווייל איך האב דיך ליב!

(קרעדיט: שמייכל פון אונזער פארום)

רעקאווערי

BIG BOOK STUDY IN YIDDISH

דאס בוך מיטן נאמען Alcoholics Anonymous און ווערט אויך גערופן די BIG BOOK איז א בוך וואס די גרינדער פון די 12 סטעפס האבן געשריבן, וועלנדיג איבערגעבן פאר אנדערע מענטשן וואס ליידן אויך אדיקשאן א מהלך פאר ערהוילינג וואס עס האט געארבעט פאר זיי. אין פאקט האט שוין דער מהלך געהאלפן, זייט די בוך איז געשריבן געווארן ביז היינט, פאר אָן א שיעור מענטשן איבער דער וועלט.

בלאט XXVIII, צווייטע פּאַראַגראף

דריקט דא עס צו זען אינעם בוך פאָרמאַט
THE DOCTOR’S OPINION xxvii

אריגינעלע טעקסט אין ענגליש:

Frothy emotional appeal seldom suffices. The message which can interest and hold these alcoholic people must have depth and weight. In nearly all cases, their ideals must be grounded in a power greater than themselves, if they are to re-create their lives.

איבערטייטש אין אידיש:

שטורמישער געפילישע ווענדונגען איז זעלטן גענוג. דער מעסעדזש וואס קען אינטערעסירן און האלטן די דאזיגע אלקאהאלישע מענטשן, מוז האבן טיפקייט און באדייט. אין כמעט אלע פעלער, מיזן זיערע אידעאלן זיין באזירט אין א כח גרעסער פון זיי זעלבסט, אויב זיי ווילן איבערמאכן פונדאסניי זייער לעבן.

Study Guide of the Primary Purpose Group of AA

Primary Purpose Group of AA איז א גרופע וואס האט געשטעלט זייער ציל ארויסצוברענגען די פונקטליכע אינסטרוקציעס פאר די 12 סטעפס פונעם בוג בוק. זיי האבן אויסגעשטעלט א סדר פון שאלות אויף יעדע זאץ אינעם בוך ווען דער זאץ אינעם בוך ווערט דער ענטפער אויף די שאלה. ווי אויך האבן זיי צוגעלייגט פאסיגע באמערקונגען וואס האט דעם זעלבן ציל

וואו מיר גייען איבער דעם היינטיגן פּאַראַגראף מיט שאלות ותשובות און הערות פונעם סטאדי גייד

P)  5.) קען א שטורמישער געפילישע ווענדונג העלפן א אלקאהאליק זעהן דעם אמת?

שטורמישער געפיהלישע ווענדונג איז זעלטן געניג. (שטורמישער געפיהלישע ווענדונגען מאכט אונז פילן שילדיג אזוי ארום גייען מיר נעמען נאך אביסל טרינקן.)

6. וואפארא סארט מעסעדזש קען העלפן אן אלקאהאליק?

דער מעסעדזש וואס קען אינטערעסירן און האלטן די דאזיגע אלקאהאלישע מענטשן מוז האבן טיפקייט און באדייט.

7-a. אין וואס מוז די אלקאהאליקס אידיאלן זיין באזירט?

אין כמעט אלע פעלער, מיזן זיערע אידעאלן זיין באזירט אין א כח גרעסער פון זיי זעלבסט.

7-b. וויבאלד אלקאהאליזם צושטערט לעבנס, וואס קען פאסירן אויב אינזערע אידיאלן איז באזירט אין א העכערע כח?

אויב זיי ווילן איבערמאכן פינדאסניי זייער לעבן.

 

אויב דארפט איר הילף אדער איר ווילט עפעס פרעגן אדער איבערשמועסן מער אויף א פערזענליכע אופן שיקט א אימעל צו עזרא:ezrey11l@gmail.com

(קרעדיט: עזרא)


אזויווי דער אידישער וועבסייט איז אונטער ערנסטע קאנסטרוקציע, און ווי איר זעט ארבעטן נישט געהעריג אלע לינקס און רוב אפציעס, בעטן מיר אנטשולדיגונג פונעם עולם. מ'האף מיר אי"ה בקרוב צוביסלעך דאס אלעס צו פאררעכטן, און צו קענען ווי אמשנעלסן קעגנקומען דעם ציבור מיט א שיינעם פארגעשריטענעם און העכסט-תוכנ'דיגער סייט, מיט רוב פונקציעס וואס עס איז דא ביי די ענגלישע.

כדי דאס אלעס אהערצושטעלן פאר אונזער אידיש-רעדנדן ציבור, נויטיגן זיך מיר שטארק אין נדבות פון אחינו בני ישראל נדיבי לב, בפרט פון אונזער ציבור וואס ווייסט און פארשטייט די וויכטיגקייט פון אזא ארגאניזאציע. דעריבער אפעלירן מיר בכל לשון של בקשה: ווער עס קען זיך מנדב זיין גרעסערע נדבות, אדער צי זיך אונטערנעמען חודש'ליכע פעימענטס, אדער סיי וועלכע איינמאליגע נדבה, זאל ביטע דאס אויספילן אויפ'ן ספעציעלן אידישן דאנעישאן בלאטhttps://guardyoureyes.com/yid/?option=com_jdonation

כדי דאס געלט זאל טאקע אנקומען צו אונזער אפטיילונג, ביטע מאכט זיכער אז איר זענט טאקע אנגעקומען צום אידישן אפטיילונג (צוליב טעכנישע סיבות קען מען אמאל אנקומען צו די היברו). אויך נעמט אין אכט אז ביי די אנדערע דאנעישאן אפציעס, חוץ ביי די קרעדיט קארד, זאל מען ביטע ארויסשרייבן FOR THE YIDDISH SITE כדי דאס געלט זאל אנקומען צו אונזער אפטיילונג

אין דעם זכות זאלט איר בכלל נישט דארפן צוקומען צו אונזערע סערוויסעס, און אויב שוין יא, זאלט איר זיך שנעל קענען ערהוילן און זיך היילן פון אלע פראבלעמען און מכאובים, און ס'זאל מקוים ווערן דעם "כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו"!

ביי דער געלעגנהייט ווילן מיר אויסדרוקן אונזער טיפן דאנק פאר די ווארעמע אידן וועלכע זענען אונז שוין אנטקעגן געקומען און בייגעשטייערט שיינע סכומים. השי"ת זאל זיי באצאלן כפל כפליים!

צו זען אלע ביז-איצטיגע אימעילס דריקט דא

דאונצולאודן אונזער "האנטבוך" דריקט דא

זיך אראפצוסיינען פון די אימעילס