העלפט אונז מיר זאלן קענען פארזעצן מיט’ן עבודת הק’ צו העלפן (אייך און) אנדערע

די ארגאניזאציע היט דיינע אויגן העלפט טויזנטער היימישע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, יונג און אלט, איבער דער גארער וועלט, זיך צו באפרייען פונעם אינטערנעט-נעץ און ענליכס. די אלוועלטליכע מגיפה פון אומאראלישקייט אין אלע פארמען, טוט נישט אויסמיידן קיין שום קהילה אדער קרייז און האט שוין באטראפן פילע טויזנטער אידן אחב"י. היט דיינע אויגן איז אן ארגאניזאציע וואס איז עוסק אין פשוט'ע הצלת נפשות, במלוא מובן המילה.

אלע פעולות פון היט דיינע אויגן ווערן בלויז פינאנצירט און אויסגעהאלטן דורך נדבות פון אחב"י.
זייטס אויך א שותף אין די הייליגע ארבעט און ביישטייערט אייער ברייטהארציגע נדבה.

זייט מוחל און לייגט אריין דעם סכום פון אייער נדבה:
אייער נדבה
USD
.00
שטיצערס ביישטייערונגען

ליינט די געשיכטע פונעם יונגערמאן יעקב, וועלכער דערציילט צום ערשטן מאל איבער זיין פארמעסט מיט אן אדיקשאן וואס האט אים איבערגעדרייט דאס לעבן, נאכדעם וואס זיין פרוי האט אים געכאפט.

פאר $180 האנדלט אייך איין א זכות 
פון ריינקייט און רעקאווערי פון איין הד"א מעמבער
2 מעמבערס - $360
3 מעמבערס - $540
4 מעמבערס - $720
5 מעמבערס - $900
10 מעמבערס - $1,800
2
מעמבערס

$360
3
מעמבערס

$540
4
מעמבערס

$720
5
מעמבערס

$900
10
מעמבערס

$1,800
וואספארא געוואלדיגע זכותים איר האנדלט זיך איין פאר יעדן הד"א מעמבער וואס איר ספאנסערט:
  • • דעם זכות פון גענצליך טוישן זייער לעבן און זיך שטעלן אויף די פיס.
  • • דעם זכות פון העלפן ראטעווען זייער אידישקייט, שלום בית און קינדער.
  • • דעם זכות פון זאגן "ניין" פאר'ן יצר, איינמאל און נאכאמאל.
אונזערע הילף און סערוויסעס זענען גענצליך אומזיסט.
מיר קענען בלויז אנגיין מיט דער שטיצע פון אידן וועלכע פארשטייען די וויכטיגקייט פון אזא סארט ארגאניזאציע.
פילע רבנים פון פארשידענע קרייזן שטיצן די פעולות פון היט דיינע אויגן און זיי שיקן כסדר צו אונז מענטשן וועלכע דארפן הילף:
היט דיינע אויגן איז דער איינציגסטער מהלך וואס העלפט באמת, וואס מיר פארמאגן, און איך בין פערזענליך באקאנט מיט א ריזן צאל מענטשן וועלכע זענען געראטעוועט געווארן פון דעם שרעקליכן פראבלעם און פונעם אדיקשאן, נאר אדאנק זיי.
—הרב ד"ר אברהם יהושע טווערסקי
(פאר'ן פולן בריוו, דריקט דא:)
היט דיינע אויגן האט גענומען אויף זיך אפצושטעלן די פארציקנדע כוואליע, דורך זיך באנוצן מיט מהלכים וועלכע האבן זיך איבערצייגט אז זיי העלפן פאר דעם און פאר אדיקשאנס, און דורך צושטעלן נאכאנאנדע הילף און שטיצע.
—פון א בריוו פון גדולי ישראל
(פאר'ן פולן בריוו, דריקט דא:)
טויזענטער מענטשן זענען שוין געהאלפן געווארן דורך היט דיינע אויגן אין די לעצטע צען יאר, פילע פון זיי האבן אויסגעדרוקט זייערע טיעפע דאנק געפיהלן אין בריוו וואס זיי האבן אונז געשיקט, אין וועלכע זיי האבן פארציילט איבער דעם געוואלדיגן איבערקערעניש לטובה וואס דאס האט אנגעמאכט אין זייער לעבן, ווען זיי האבן דא געטראפן א לייזונג צו זייער פראבלעם.
ענדליך ענדליך נאך אזויפיל יארן פון פיין בין איך אנגעקומען צו "היט דיינע אויגן" און דא האב איך געטראפן א לייזונג. איך שפיר א געפיהל פון באפרייאונג, כאילו דאס איז דער מקום וואו איך האב אלעמאל געוואוסט אז דארט דארף איך אנקומען, נאר איך האב עס אלעמאל פארלייקענט. א געפיהל ווי איך וואלט צוריק אנגעקומען אהיים, אזוי ווי מען האט דא אלעמאל געווארט אויף מיר און געוואוסט אז איך וועל איין טאג צוריק קומען אהער, עס איז נאר א פראגע פון צייט. איך שפיר אז טאטי אין הימל האט מיך נישט פארגעסן, און ער האט מיר געשיקט גוטע מלאכים. אז איך בין שוין אנגעקומען צו א מצב פון יאוש, אז איך האב שוין אלעס פרובירט, אז איך האב געקעמפפט ביזן לעצטן טראפן בלוט, און דעמאלס איז די ישועה אנגעקומען אזוי אומגעראכטן.
—יענקל
איך בין געוואר געווארן פון דעם וואונדערליכן סייט פאר כמעט א יאר צוריק, איך בין געווען אין א מצב פון טאטאלער יאוש. אך בין געווען איבערצייגט אויף הונדערט און איינס פראצענט אז די מעסטורבעישאן (הוז"ל) גייט פארבלייבן מיין לעבנסבאגלייטער ביזן לעצטן טאג. איך דרוק אויס מיין געוואלדיגער דאנק פאר אלע טייערע חברים וועלכע זענען געווען פאר מיר דער טויער ארויסצוגיין פון דעם פארשאלטענעם וועלט פון תאווה. און זעלבסטפארשטענדליך, פאר די גרינדער און אנפירער פון דעם וואונדערליכן סייט, פאר וועמען איך בין שולדיג מיין יעצטיגער, נארמאלער לעבן.
—חיים
אייער נדבה
USD
.00
דעטאלן
Phone (optional)

באצאלונג מעטאד

קרעדיט קארד Paypal דורכ'ן טעלעפאן

פערזענליכע פרטים

נאמען*
אימעיל אדרעס*
טעלעפאן נומער
קרעדיט קארד נומער*
אָפּלויף-דאטום*